סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

גאלד האט געשריבן:בקיצור, סשטעלט זיך ארויס אז די זאליס האבן זיך דא מיס פארפאטשקעט, שטאטס ארויסקומען די הירא'ס, זיי וואלטן גארנישט דערלייגט,
זענען זיי ארויסגעקומען ווי די קינדישע נארישע שלעגער, בלי תכלית ומטרה, סתם פאר טריץ

ס'שטעלט זיך טאקע ארויס אז נעכטן, איידער די עטרת אברהם סיום פלאנטער, האט גאלד מודה געווען אז די זאליס זענען די הערא'ס פון די געים, אבער מיט דעם שריט האבן עס די זאליס ליידער דערלייגט.

מי יתננו ימים מקדם...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:

איך בין נישט דא צו פארטרעטן גאלד, אבער לאמיר די ארויסברענגען א פוינט.

סיי די ארוינים ווייסן וואס זיי האלטן און סיי די זאליס ווייסן וואס זיי האלטן, און קיינער גייט זיך נישט טוישן מיינונג, און מ'גייט דא קיינעם נישט קאנווינסן.
די איינציגסטע זאך איז בלויז, אז מ'רעדט זיך איין אז ס'איז נאך דא מענטשן וואס שטייען אין די זייט, און האבן נישט קיין מיינונג, און מוויל זיי איבערווייזן אז איך בין גערעכט.

ממילא, די זאליס האבן געהאט דא א גאר גוטע געלעגענהייט צו קומען מיט א גוטע טאלקינג פוינט (לשיטתם) אז ''גענוג געטרעטן, מער לאזט מען זיך נישט'' און אפילו ביי זייער אייגענע עולם וואלט עס געהויבן די מאראל, און ס'וואלט געהאט שאנסן זיך אויסצוארבעטן.

אבער וואס זאל מען טון אז השנאה מקלקלת את השורה, און די זאליס זענען צוגעגאנגען צו דעם מיט די גרעסטע מאס שלימזלות,גלייך מיט א טעראר, קענסלען זאלן וכו' אז זיי האבן פארהרגעט זייער גאנצע מעסעדזש.
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

אלגעמיין האט געשריבן: נעימות המידות און הייליגע חינוך פון די ראדני קרייז בתפארתו!
אט דער גרויליג-לשונות צעטיל אין זייערע בתי מדרשים און אימעיל סיסטעם האט באצווינגן דעם זאל אייגענטומער צו קענסלען.
יאפ, געדענקט, דעיס איז נישט קיין טעראר/בזיון ת"ח וכדו' פשוט זיך אנצונעמען פאר די פארפלאגטע ברידערס אין ק"י
ניצט מען די ארגסטע לשונות וואס אמאל האט מען נאר געהערט קעגן די נאציס און שונאי ישראלים רח"ל
און מנעמט אינגעלייט, בחורים און קינדער (נישטא קיין ביטול תורה דא...) צו פראטעסטירן קעגען זייערע אייגענע ברידער אין צענטער פון וומ"ס (נישטא קיין חילול ה' אויך נישט...)
דאס איז די שיינקייט און פעהיקייט פון די נארמאלע-מענטשליכע-נאבעלע ראדני-קרייז מיט אירע שענסטע קאלירן!
(אגב, פאר דעם וואס האט פריער געפרעגט, ווער האט געבויט/באצאלט פאר עטרת יואל?! טרעפ מיר איין יאקאבאוויטש/טירנויער ביי די נדבנים...
ניטאמאל פאר א "שער ברך משה" האט עטס דעמאלטס מסכים געווען. ס'האט נאך געהאלטן ביי די "אהבה מוסתרת" לעוועל.)

די האלטס באמת אז די זאליס האבן דעס ארויסגעשיקט צי די ווילסט סתם שרייען?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:C/p

די מעשה מיט די עטרת אברהם סיום כך הי': די פירער פון די ארוינישע יסודי התורה חבורה אין וויליאמסבורג דרייעט זיך שוין ארום א לאנגע צייט אז ביי די יעצטיגע מסכתא קומט א גרויסע סיום וואס איז נאך נישט געזעהן געווארן, למעשה איז זייער שווער צו באקומען א זאל דו טו קאוויד, האבן זיי געמאכט א שפיצל, די אלמנה פון יצחק רז"ב (איינער דענקט אים נאך?..) האט געבוקט עטרת אברהם פאר א סעודת הכנסת ספר תורה וואס זי מאכט זונטאג קרח, און די חבורה האט געבוקט קאנטינענטעל פארן סיום, און מיט צוויי וואכן צוריק האבן זיי "צוזאמגעשטעלט" די סיום מיט די סעודה אין עטרת אברהם, און ארויסגעקומען פלוצים מיט מעכטיגע פלאקאטן אז די סיום וועט זיין אין עטרת אברהם.
ווי נאר די נייעס איז ארויסגעקומען האבן די הנהלת הקהלה והמוסדות געמאלדן פאר די זאל פירערשאפט אז די סיום קען נאר פארקומען דארט אויב די טעראר-קהלה זאגט צו אפצושטעלן די טעראר אין קרית יואל אויף מחותנים פון אנ"ש. וואס אויף דעם איז געווען די אנטווארט פון די ראשי הקהלה זייערע: *"עס האט גארנישט מיט אונז, און עס ווערט געפירט דורך אפאר משוגעים, וואס אונז קענען נישט אפשטעלן"*.
האט מען זיי געגעבן א אנדערע אפציע, טראץ וואס זיי האבן דא אפגעטון א שפיצעל, אז אויב געבן זיי די פאראדייס זאלן אין קרית יואל פארן זכרו סיום דעם זוממער אויף סדר נזיקין, קענען זיי פראווענען זייער סיום אין עטרת אברהם. און אויף דעם איז געווען די ענטפער: *"אונזער רבי לאזט נישט"*.
האט מען זיי צו וויסן געטון קלאר און דייטליך, אויב טעראר דאמינירט ביי ענק, וועט מען רעדן ענקער שפראך, און גייטס זוכן א צווייטען זאל. די מעסעדזש איז קלאר: מיר וועלן אלעס טון אפצושטעלן די טעראר אויף אנ"ש!

די CP מאכט עפעס די מעשה מער אמת שקר ווי די עז די גאנצע מעשה מילא סאטמאר האט נישט קיין געהעריגע זאל אין ווימס דארפן זיי צוקומען צו די זל חברה אבער זל חברה אין ק"י דארפן בכלל נישט פערעדייס ספעשל זומער וואס דארפן זיי דאס שקר וכזב די גאנצע מעשה

יעצט בנוגע עטרת אברהם איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען ווי איך פארשטיי האבן עס די עסקנים געבוקט פאר סאם ריזען (מיר דוכט זיך אז עטרת אברהם איז היינט אונטער א נייע ליעס) און זאלי הנהלה האט מסכים געווען פארוואס דען נישט ? -נישט די ערשטע מאל איינער העלפט דעם צווייטן ביי די מוסדות דוכט זיך א שטיק צייט האבן די זל חברה גענוצט עפעס א בילדינג פון סאטמאר- סיי ווי אזוי די זל הנהלה האט עס גערן ארויסגעגבן מסתמא אפאר היץ קעפ ובתוכם די רבי אליין וואס איז שטארק צורודערט לעצטענס געהייסן קענסלען איך פארשטיי זיי אין זייער מצב וואלט אלע אזוי געהאנדעלט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

גאנצל האט געשריבן:ובתוכם די רבי אליין וואס איז שטארק צורודערט לעצטענס

ליידער אמת, בפרט די לעצטע פאר טעג, לרגל די בעפארשטייענדע אצל בן אחותו בחצר הקודש סאטמאר בני ברק.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ובתוכם די רבי אליין וואס איז שטארק צורודערט לעצטענס

ליידער אמת, בפרט די לעצטע פאר טעג, לרגל די בעפארשטייענדע אצל בן אחותו בחצר הקודש סאטמאר בני ברק.

און ווער רעדט נאך אז די רבי איז יעצט ביזי איבערצובויען די פאפא מיידל סקול אין מאנטריאל
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:אביסל פארראכטן די טעותים פון דיין תגובה
נע, בכלל נישט קיין איבעראשונג/נייע שפראך בי די קרייז. טעראר און בזיון ת"ח איז די יסוד/אונטערהאלטונג פאר די קרייז אנדערשט האבן זיי זירא.
אונז געדענק מיר אויך ווען מ'האט מבזה געווען אין די וויליאמסבורג'ע גאסן ר' אברהם לייטנער, שארמאשער רב, ר' זלמן לייב פילאפ וואס מען האט אין 53 געטוהן פאר אים, אריינגעזינגען ביי דרשות פון רבנים, געשריגן פוי אויפ'ן ברך משה פרייטאג צונאכט'ס, און נאך און נאך כאחד הרקים. זאכן וואס די זאלוינים האבן אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן צו טוהן.
קוק איבער ('דער איד') [ דער בלאט ]העדליינס און ארטיקלען צווישן תש"ס-תש"ע. און אפילו נאכדעים ( א דוגמא די שוידערליכע ביליגע לשונות אויף ר'יצחק שטיין ביי די מוסקאווי פרשה, נאך אין די היסטאריע פון זשורנאליזם נאכנישט געשריבן געווארן אזעלכע נידריגע לשונות), מבזה געווען וואך איין וואך אויס דער ירושלים'ער רב מיט א מאנטל פון ליצנות, גרויל ווי מ'האט אנגערופן רבנים און אידן.
דאס איז שוין נאכן מחזיר זיין עטרה ליושנה מיט כבוד החיים והמתים בלא בלא בלא...וואס איז געווען אין א שרעקליכע מצב צוליב זיין ברודער פשוט...ש'טא ווער זאל לאכן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינטערסאנטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מפיל קינד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ובתוכם די רבי אליין וואס איז שטארק צורודערט לעצטענס

ליידער אמת, בפרט די לעצטע פאר טעג, לרגל די בעפארשטייענדע אצל בן אחותו בחצר הקודש סאטמאר בני ברק.

יא ער האט געמיינט אז ווען זיין ברודער ר' אהרן וועט טון מיט בן אחותו וואס מ'דארף צו טון וועט ער רזל מער נישט דארפן דאגענען וועגן זיין ברודער דער סאטמאר רב שליטא אבער גארנישט ער מוז נעבעך ארויסלויפן קיין טאון אויף מאנרא יעדן טאג צו פייטן מיט זיין ברודער די סאטמאר רב שליטא
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

פריידיגע אפדעיט: אריבער 30 משפחות האבן שוין אריינגעריפון צי קענסעלן זייער חתונה אין די עטרת מייזעלס זאל, די ראשי אנשי מהרז"ל דערזענדיג וואס דא טיט זיך זייער אייגענע עולם איז בכלל נישט אין די מאאד פאר די פייט אין וואס מען שלעפט זיי אריין האבן געשיקט א מעשידזש אז מען קען שוין פארהאנדלן.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

א מחותן האט גענטפערט פאר איינע פון די גרויסע טעראריסטן ביי אנשי מהרז"ל וואס האט אים אנגעשריגען היתכן ער ווייגט זיך צי קענסעלן זיין חתונה די ווייסט אז די ביסט מצער דעם רבי'ן (נישט'א ווער ס'זאל לאכן) האט אים דער מחותן געפרעגט זאג נאר דעם רבי'ן טאר מען חלילה נישט מצער זיין אבער דעם אייבישטער מעג מען לכתחילה...????
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

שליחה דורך green sunday »

דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

green sunday האט געשריבן:פריידיגע אפדעיט: אריבער 30 משפחות האבן שוין אריינגעריפון צי קענסעלן זייער חתונה אין די עטרת מייזעלס זאל, די ראשי אנשי מהרז"ל דערזענדיג וואס דא טיט זיך זייער אייגענע עולם איז בכלל נישט אין די מאאד פאר די פייט אין וואס מען שלעפט זיי אריין האבן געשיקט א מעשידזש אז מען קען שוין פארהאנדלן.

ווי קען מען זען די ליסטע פין די אריבער 30 משפחות? סאיז דא א באזונדערע פנקס פאר דעם?
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

green sunday האט געשריבן:פריידיגע אפדעיט: אריבער 30 משפחות האבן שוין אריינגעריפון צי קענסעלן זייער חתונה אין די עטרת מייזעלס זאל, די ראשי אנשי מהרז"ל דערזענדיג וואס דא טיט זיך זייער אייגענע עולם איז בכלל נישט אין די מאאד פאר די פייט אין וואס מען שלעפט זיי אריין האבן געשיקט א מעשידזש אז מען קען שוין פארהאנדלן.

האסט א טעות. אריבער דריי הונדערט פיפיציג טויזענט מענטשן האבן שוין געקענסעלט

אז די שיסט שוין נומבערס זאל עס זיין שמאלציג מיט אלע טעמים
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

green sunday האט געשריבן:דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א נארישע וויכוח דאס, און אז דער ברך משה האט יא געקאלעכט איז וואס? דערפאר דארף מען לאזן איין שמוציג מויל פארשעמען גאנץ סאטמאר? ס׳איז אזא בחינה ווי די מחלוקת אין וויזניץ, לאמיר זאגן אז דער ישועות משה האט באמת קיינמאל נישט מוחל געווען רבי ישראל, דערפאר דארף גאנץ וויזניץ זיך מכניע זיין אונטער א וויזויהייסטעס?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

green sunday האט געשריבן:פריידיגע אפדעיט: אריבער 30 משפחות האבן שוין אריינגעריפון צי קענסעלן זייער חתונה אין די עטרת מייזעלס זאל, די ראשי אנשי מהרז"ל דערזענדיג וואס דא טיט זיך זייער אייגענע עולם איז בכלל נישט אין די מאאד פאר די פייט אין וואס מען שלעפט זיי אריין האבן געשיקט א מעשידזש אז מען קען שוין פארהאנדלן.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז 30 ארוינים געבן אויף א הערליכע זאל צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ און זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א טונקעלע פינפטע שטאק מיט א נידריגע דאך. די ביליגע הערליכע זאל איז א סערוויס פאר די קהילה, נישט קיין ביזנעס.

כה לחי!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.

סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,

דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,

מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.

אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

green sunday האט געשריבן:א מחותן האט גענטפערט פאר איינע פון די גרויסע טעראריסטן ביי אנשי מהרז"ל וואס האט אים אנגעשריגען היתכן ער ווייגט זיך צי קענסעלן זיין חתונה די ווייסט אז די ביסט מצער דעם רבי'ן (נישט'א ווער ס'זאל לאכן) האט אים דער מחותן געפרעגט זאג נאר דעם רבי'ן טאר מען חלילה נישט מצער זיין אבער דעם אייבישטער מעג מען לכתחילה...????

אזוי האט ער געזאגט????

כ'גלייב עס נישט :קראץ:
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מענטשן זענן מכחיש די שמש בצהרים, דער ב"מ האט געהאלטן צענדליגער דרשות? ווען שלש סעודות? תק"ש? כל נדרי? כ"ו אב? ווען?
אה העיקר שכחתי אז רז"ל איז א ת"ח און מ׳ דארף אים מכבד זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אגב, כאב יעצט נאכאמאל געליינט די עדות'שאפט פון סאטמאר-מאנטשעסטער רב בנוגע די צוואה פון ברך משה איבער דאס ממלא מקום.

ס'ממש צום שטוינען וואס דער ברך משה האט איהם געזאגט, עפעס אפענע נביאה, צו חכם עדיף מנביא, צו אפשר ער'ט געוויסט זיין דיאגנאז,

ער'ט איהם געזאגט, וועגן עפעס א ספעציפישער געוויסער חשוב'ער איד וואס אויף דער עלטער האט ער אנגעהויבן אונטערציפאנפענען מענטעלי,
האט דער ברך געזאגט פארן מאנטשעסטער רב ער האט מורא ער העט ענדיגן ווי יענעם איד און מ'העט מיך פארנארן און די עניני פון ממלא מקום,
אשר ע"כ בין איך יעצט מגלה דעת אז איך בין אויף להבא מבטל סיי וועלכער זאך איך העל זאגן בעתיד אנדערש ווי יעצט אז איך וויל נאר מיין זוהן ר' אהרן זאל זיין ממלא מקום "הוא ולא אחר",
בערך אזוי,

הפלא ופלא!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

פארוואס שטייט נישט קיין דאטום? ווען האט ער דאס געזאגט?
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

איך געדענק נאך אלס אינגעל אין אלס בחור האט מען געהאלטען אינאיין זאגען נע די מיינסט יעצט איז דא פאליטיק ווען איך בין געווען אינג דעמאלטס האט מען זיך באמת געהרגעט
איך ווייס שוין נישט איך זעה אז לא עלמן ישראל אלעס גייט אן געהעריג.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

מפיל קינד האט געשריבן:פארוואס שטייט נישט קיין דאטום? ווען האט ער דאס געזאגט?

כ'מיין אז ער'ט יא געזאגט א פונקטליכע דאטום ווען דאס איז געווען, אויב איך געדענק גוט,
דאכצעך ס'געווען ווען ער'ט חתונה געמאכט א קינד און געווען פונקט אין ניו יארק, עפעס אזוי
פארשפארט