אינטערסאנטער האט געשריבן:די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.
ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).
סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.
סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,
דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,
מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.
אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח