כינע ערלויבט מער קינדער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

כינע ערלויבט מער קינדער

שליחה דורך טיכטיגער »

דער קאמוניסטישער רעזשים אין כינע האט געמאלדן פרייליכע נייעס, מען קען שוין אנהייבן האבן מער פון צוויי קינדער; פרייט אייך נאכנישט, מ'האלט נאכנישט ביי ששה בקרס אחת, אבער מען קען שוין האבן א דריטע קינד, אויפלעזנדיג א לאנגיעריגער געזעץ וועלכע האט פארבאטן פאר פארפעלקער פון האבן מער פון צוויי קינדער - שוין אויך א רעפארם פון דער בלויז איין קינד געזעץ וואס האט געהערשט פאר לאנגע יארן.

די מעלדונג איז געקומען אין א פארזוך זיך צו פארמעסטן מיט דער שטייטער וואוקס פונעם באפעלקערונג,נאכדעם וואס דער דארטיגער צענזוס איז ארויסגעקומען און צייגט אז די פאפולאציע וואקסט די שטייטסטע זינט 1960'ער יארן.
דאס מיינט אז משפחות מיט ביז דריי קינדער וועלן נאך באקומען רעגירונג'ס בענעפיטן, אבער מער פון דעם וועלן זיי נישט באצאלן.

כינע האט יארן לאנג געהאט אן איין קינד פאליסי, ווען זיי האבן נאר באצאלט בענעפיטן פאר איין קינד, און אזויווי רוב כינעזער זענען ארעמעלייט, האבן טאקע מערסטנס טייל נישט געהאט מער פון איין קינד. עטליכע יאר צוריק האט כינע ארויפגערוקט דער צאל צו צוויי, און היינט איז געקומען די מעלדונג אז ביז דריי קינדער וועלן זיי נאך פארטיילן קינדער-געלט.

דאס ברוטאלע און קוריאזע געזעץ
אין 1980 האט כינע אין א פארזוך צו קאנטראלירן דער הויכער צאל פון קינדער, איינגעפירט גאר אן עקסטרעמע און ברוטאלע פאליסי, וועלכע האט נאר ערלויבט פאר פאמיליעס צו האבן איין קינד.
שטאטישע פראגראמען זענען נאר פארטיילט געווארן פאר פאמיליעס וועלכע האבן אויסגעפאלגט דעם געזעץ און געהאט נאר איין קינד. פון דער אנדערער זייט, איינער וועלכער האט נישט געפאלגט דעם געזעץ האבן געקענט באקומען גאר הויכע הימל-שרייענדע געלט-שטראף. פילע קינדער זענען נעבעך פארכאפט געווארן פון זייערע עלטערן, אנדערע פארלעצער זענען באשטראפט געווארן פיזיש און גייסטיש, ווען זיי זענען נעבעך געצווינגען געווארן דורכצופירן ווייטאגליכע "עבארשענס", און ס'איז אפילו געווען פעלער ווען קינדער זענען פארלאזט געווארן אויף הפקר!

עטליכע יאר שפעטער איז דאס געזעץ עטוואס "פארגרינגערט" געווארן, ווען די רעגירונג האט ערלויבט פאר עלטערן צו האבן א צווייטע קינד – אויב ס'איז געווען א מיידל. דאס האט אנגעהאלטן ביז אין 2015, ווען די רעגירונג האט ענדליך ערלויבט פאר יעדעם צו האבן צוויי קינדער.

עס ווערט געשאצט אז דער ברוטאלער פראגראם האט צוריקגעהאלטן 600 מיליאן געבורטן!

עטליכע יאר צוריק האט די רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן געבן אפיציעלע פאפירן פאר בערך דרייצן מיליאן אומרעגיסטרירטע קינדער וועלכע זענען געבוירן געווארן "אומלעגאל" צו קענען באקומען העלט קעיר און אנדערע בענעפיטן.

עס איז דא אסאך דעטאלן צו שרייבן, אבער עס איז ווייטאגלעך צו לייענען וויאזוי מיליאנען בירגער לעבן אין פחד פון האבן קינדער.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דאס איז קאמיניזים.

זייער עקאנאמיע איז כעת דעמאקראטיש, דער רגע זיי ווייסן אז עס איז בעסער צו מאכן דער עקאנאמיע קאמיניזים, דרייען זיי עס צוריק אין א אויגנבליק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

טיכטיגער האט געשריבן:דער קאמוניסטישער רעזשים אין כינע האט געמאלדן פרייליכע נייעס, מען קען שוין אנהייבן האבן מער פון צוויי קינדער; פרייט אייך נאכנישט, מ'האלט נאכנישט ביי ששה בקרס אחת, אבער מען קען שוין האבן א דריטע קינד

גראדע ששה בכרס אחד האט מען אייביג געמעגט.
די איסר איז נאר אויף וויפיל מאל מען מעג האבען נישט וויפיל קינדער.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

געוואלד! - וויפיל מענטשן האבן עובר געווען אויף הוצז"ל, אךך, הייליגער באשעפער...
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אישתישבי האט געשריבן:דאס איז קאמיניזים.

זייער עקאנאמיע איז כעת דעמאקראטיש, דער רגע זיי ווייסן אז עס איז בעסער צו מאכן דער עקאנאמיע קאמיניזים, דרייען זיי עס צוריק אין א אויגנבליק.

זיי גייען עס קיינמאל נישט צירוקדרייען, ווייל ווען זייער עקענאמיע איז געווען סאציאליסטיש האט עס געארבעט א רעטעך.
'כינע' איז היינט צוטאגס א געפאר צו די מערב וועלט נאר ווייל זיי זענען א קאמעניסטישע דיקטאטורשאפט מיט א האלב קאפיטאליסטישע עקאנאמיע.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט