די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – א פרישע זאווערוכע האט זיך אראפגעלאזט אין וואשינגטאן. פרישע האר-אויפשטעלנדע אנטפלעקונגען, איבער די שוידערליכע קאראפציע פון די העכסטע שישקעס פון די אבאמא שפיאנאזש אגענטורן, קומען אצינד ווידעראמאל צום אויבערפלאך. און עס איז ממש נישט צו גלייבן ווי קאראפטירט און פרעך די אבאמא פאסקודניאקעס זענען ווירקליך געווען. מאנכע זענען גאר ביי די מיינונג אז דער גרעסטער אויפטוה ביזדערווייל פון פרעזידענט טראמפ, איז געווען דאס שיקן ליפטערן דעם שרעקליכער פרעכער אונטערוועלטניק זשעימס קאומי, וואס האט געדינט אלס דער אויפזעער פון די עף.בי.איי. אונטער פרעזידענט אבאמא.

פרעזידענט אבאמא ווארענט טראמפ איבער מייקל פלין:
איידער דער געוועזענער פרעזידענט כאסעין אבאמא האט פארלאזט דאס ווייסען הויז צום גוטן, האט ער אנגעזאגט פארן אריינקומענדן פרעזידענט טראמפ צוויי זאכן וואס ער האט געפונען פאר גאר וויכטיג. ערשט אז צפון קאריעא איז דאס גרעסטע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, און צווייטנס אז ער זאל זיך אויסהיטן פון גענעראל מייקל פלין. דאס זענען געווען די סאמע צוויי וויכטיגסטע זאכן וואס דער ארויסגייענדער פרעזידענט האט געפונען פאר וויכטיג אז זיין נאכפאלגער פרעזידענט טראמפ זאל זיין באוויסטזיניג... דאס אז צפון קאריעא איז א געפאר פאר די זיכערהייטס פון די וועלט איז א זעלבסטפארשטענדליכער זאך, אבער פארוואס האט דער אבאמא געפונען פאר אזוי וויכטיג צו ווארענען דעם פרעזידענט איבער גענעראל מייקל פלין? און ווער איז אייגענטליך דער מייקל פלין?

גענעראל מייקל פלין איז א בארימטער אמעריקאנער קריגס-העלד. ער האט העפטיג אנטייל גענומען אין די שלאכטן אין איראק און אפגאניסטאן וואו ער האט גאר העראאיש געקעמפט. ער איז נאכאנאנד געשטיגן אין די מיליטערישע ראנגן ביז ער האט זיך דערשלאגן צום אמט פון א דריי שטערנדע לוטענאַנט-גענעראל! ער איז געווען פון די סאמע ערשטע אינעם וואשינגטאן זומפ צו שטיצן דאן קאנידאט דאנאלד טראמפ. און א דאנק זיין ברייטע עקפערטיז אין מיליטערישע און שפיאנאזש אנגעלעגנהייטן, האט אים טראמפ באשטומט פאר זיין הויפט נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער.

דער דאזיגער שריט פון טראמפ האט שרעקליך דערשראקן די הויפט-קעפ פון די קאראפטירטע אבאמא שפיאנאזש אגענטורן. זיי האבן גוט געוויסט אז דער ערפארנער גענעראל איז גאר גוט באהאווענט איבער אלעס וואס שפילט זיך אפ אינעם וואשינגטאן זומפ. נעמליך, אין יענע טעג איז שוין אפאראציע קראספייער האריקעין געווען טיף אין איר גאנג. די אבאמא שפיאנאזש אגענטורן האבן שוין דאן אומגעזעצליך און אין העכסט-געהיים שפיאנירט אויף מערערע הויכע טראמפ באאמטע. און דאס האט דער אונטערוועלטניק אבאמא נישט געוואלט אז דער פרעזידענט זאל וויסן, ווארים ער האט געוואלט אז דער פרעזידענט זאל זיך נישט קענען אויסהיטן, און אזוי ארום ענווענטועל אריינפאלן אין א פאסקע וואס וועט אים קאסטן זיין פרעזידענטשאפט, ווי ס'האט טאקע שפעטער שיעור פאסירט! אבאמא האט געוויסט אז גענעראל מייקל פלין וועט דאס באלד דערשנאפן און ווארענען פרעזידענט טראמפ דערוועגן. דערפאר איז ער געווען אזוי אויסן אז טראמפ זאל ווי שנעלער פטור ווערן פון מייקל פלין.

דער פרעזידענט האט אבער ווי יעדער קליגער מאן געטאן גענוי פארקערט פון וואס זיין בלוטיגער ארכי פיינט האט אים געראטן. ער האט דירעקט יא באשטימט מייקל פלין אלס זיין נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער. גענעראל פלין האט פון זיינע ערשטע שריט דייטליך קלאר-געשטעלט, אז ער גייט דראסטיש אויפשאקלן די שפיאנאש אגענטורן אין וואשינגטאן ווי קיינמאל פריער. איבעריג צו זאגן אז קישקעס אין וואשינגטאן האבן זיך געדרייט ווי ווילדע דריידלעך...

זשעימס קאומי שמוגלט אריין אגענטן אין ווייסן הויז, און שטילט אונטער א געמיינע פאסקע פאר גענעראל פלין:
דער נידערטרעכטיגער אונטערוועלטניק קאומי איז געווען אויסן פטור צו ווערן פון גענעראל פלין, און נאך איידער ער באווייזט אויסצופירן זיין פלאן אויפצושאקלן די שפיאנאש אגענטורן. דערפאר האט ער באשלאסן אויסצונוצן די מאכט-איבערגאנג אינעם ווייסן הויז פאר זיינע נידעריגע אינטרעסן. ער האט אריבערגעשיקט צוויי אגענטן "צו שמיעסן" מיטן נארוואס געווארענער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער מייקל פלין.

אין אלגעמיין דארף די עף.בי.איי. אינפארמירן אדוואקטן אינעם ווייסע הויז איידער זיי פארשן אויס סיי וועלכע ווייסע הויז באאמטע. און אין צוגאב דארף א ווייסע הויז אדוואקאט זיין אנוועזן אין צימער דורכאויס די אויספארשונג. אבער קאומי האט אויסגענוצט די כאאסישע טראנזיציע לאגע, און ער האט באוויזן אריינצושמוגלען צוויי געהיימע אגענטן אינעם ווייסן הויז אויסצופארשן גענעראל פלין. און נישט בלויז דאס, נאר קאומי האט געהייסן פאר זיין קאלעגע, א צווייטער אבאמא-קרוק מיטן נאמען ענדרו מעקעיב, אז ער זאל פארזיכערן גענעראל פלין אז ער דארף זיך נישט גארנישט שרעקן און אז ער נויטיגט זיך אין גאנצן נישט אין קיין אדוואקאט! נאך א פרעכע שגץ שטיק!

די אגענטן האבן אויסגעפארשט גענעראל פלין איבער א געשפרעך וואס ער האט געהאט מיט סערגעי קיסעליאַק – דער רוסישער אמבאסאדאר אין וואשינגטאן. ווי ס'הייסט האט גענעראל פלין געפירט מיט אים פארהאנלונגן צו פארלייכטערן די סאנקציעס וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהאט ארויפגעלייגט אויף רוסלאנד, אלס א שטראף פארן אנגעבליך מאנעווירן אין די פרעזידענטליכע וואלן. (דאס אז די רוסן האבן געפאשקעט מיט די אמעריקאנע פרעזידענטליכע וואלן, איז א זאך וואס אלע ליבעראלן אין וואשינגטאן מוזן הייליג גלייבן, ווארים די פאקט אז א רייכע פריץ פון ניו יארק האט געקענט אזוי באזיגן אזא לאנגיעריגע גרויסער פראש אינעם וואשינגטאן זומפ ווי פרוי קלינטאן, פון די סאמע גרעסטע פון זיי איז פאר זיי א שרעקליכע שאנדע און א נידערלאגע. די אנדערע שוועסטער-פרעש אינעם זומפ האבן זיך נאך ביז צום היינטיגן טאג נאך נישט אויסגעקורירט פון דעם הילכיגן פראסק וועלכע האט אפגעהילכט איבער גאנץ אמעריקע, פון די קאראליינעס ביז צו די מייעסטעטישע בערג אין סיאטל – וואשינגטאן.) גענעראל פלין האט גענוצט זיינע אויסגעשפיצטע שפיאנאזש אינסטיקטן, און ער האט זיך גוט געהיטן נישט מיטצוטיילן מיט די אויספארשער קיין זאכליכע אינפארמאציע איבער די דיסקאסיעס...

ווען די עף.בי.איי. איז געוואויר אז פלין האט זיי געפירט קטנ'ען, האבן זיי אים אנגעקלאגט מיט ליגנט זאגן פאר פעדעראלע באאמטע. און זיי האבן אים גאר געצווינגן אונטערצושרייבן א שולד קלאגע. זיי האבן גלייכצייטיג געסטראשעט מיט אנקלאגן זיין זון אויב ער שרייבט נישט אונטער זיין שולד. אין רעזולטאט איז גענעראל פלין געווען געצווינגן צו רעזיגנירן פון זיין פאסטן מיט שאנדע, און ער שטייט היינט צו טאגס אויס "הארבע קרימענאלע קלאגעס"...

געהיימע נאטיצן ווערן אנדעקט:
די אדוואקאטן פון גענעראל פלין האבן קאטאגאריש פארלאנגט פון די עף.בי.איי. אז זיי זאלן ארויסגעבן די ארגינעלע מאנאסקריפטן פון די אויספארשונגן, טאקע פעסטצושטעלן צו פלין האט ווירקליך ליגענט געזאגט. אבער די עף.בי.איי. האט זיך אנטזאגט דאס ארויסצוגעבן, מיטן אויסרייד פון נאציאנאלע זיכערהייט. דאס האט באדייט אז זיינע אדוואקאטן האבן אפילו נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט אים ריינצוואשן. דאס הארצלאזיקייט דערפון איז ממש אומבאגרייפליך. אוועק געלייגט א מענטש מיט זיין פארמעגן אויף שטענדיג, און אפילו ריינוואשן קען ער זיך נישט!

אין זיין נויט איז גענעראל פלין געווען געצווינגן צו פארקויפן זיין הויז, און אויפנעמען טייערע און געניטע אדוואקאטן צו באקעמפן די רשעות פון די עף.בי.איי. זיין אדוואקטקע א פרוי מיטן נאמען סידני פאול, האט אנגעהויבן מיט אן אגרעסיווע קאמף ארויסצובאקומען פון די עף.בי.איי. די געהיימע מאנאסקריפטן, אבער זי האט צום באדויערן געטאפט א וואנט! ביז דער יוסטיץ מיניסטער וויליאם באר האט ענדליך דערהערט דעם וויי געשריי פון פלין און זיין פאמיליע. מיניסטער באר, האט באאויפטראגט דעם פעדעראלער פּראָקוראָר פון מיזורי זשעפערי זשאנסען, אריינצוקוקן אין די זאך פון די נאנט. און דאן האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו רירן אין גינסטן פון גענעראל פלין. די עף.בי.איי. איז אין די טעג געצווינגן אנצוהייבן צו פארעפענליכן זייערע דאקימענטן. די האר פון קאפ שטעלן זיך קאפויער ווי געמיין און קאראפטירט די אגענטן זענען געווען. פרישע נאטיצן פון די צוויי ליבע פייגלעך, פיטער סטראק און די ליבע פון זיין הארץ, ליסא פעיזש, די צוויי הויפט אגענטן פאר אלעם בייזן, צייגן דייטליך אז די עף.בי.איי. איז לעגאל געווען פארפליכטעט צו שליסן די אויספארשונג אויף גענעראל פלין, צוליב א מאנגל פון זאכליכע באווייזן. אבער דער הארצלאזער נידערטרעכטיגער סטראק האט נישט ערלויבט. די אויספארשונג איז טאקע ווייטער אנגעגאנגן ביז מ'האט ענדליך געפונען עפעס א באווייז אז גענעראל פלין האט נישט געזאגט אזוי דעם גאנצן אמת....

אין אנדערע נאטיצן וואס א צווייטע הויכע אגענט האט זיך פארגעשריבן מיט א פעדער ליינען זיך ווי פאלגענד:
זיי ווילן אז איך זאל אויספארשן גענעראל פלין, וואסאיז די ענדע ציל? צוויי זאכן: אויב זאגט ער די אמת, דאן גייען מיר אים אנקלאגן פארן פארלעצן דעם לאוגען אקט. (דאס איז א געזעץ וואס פארבאט פאר אומבאפולמאכטיגע אמעריקאנע בירגער צו רעדן צו א פרעמדע רעגירונג אין נאמען פון די אמעריקאנע רעגירונג. דער געזעץ פארמאגט שוין שיכטן שטויב אויף זיך, און עס איז קיינמאל נישט ווירקליך גענוצט געווארן אנצוקלאגן עמיצן) און ווידעראום אויב זאגט ער נישט דאס גאנצע אמת, דאן גייען מיר אים אנקלאגן פארן ליגענט זאגן פאר די עף.בי.איי. אין אנדערע ווערטער דער אגענט שרייבט זיך פאר אז וואס אימער גענעראל פלין זאגט איז פארהאן א וועג אים אוועקצולייגן... און דאס האט פאסירט דא אין די פאראייניגטע שטאטן, און נישט אינעם רויטן פארבאנד אדער אין מאדאגאסקאר...

עס איז צום האפן אין די ליכט פון די פרישע נאטיצן און דאקימענטן, וועלן די ליידן פון גענעראל פלין און זיין פאמיליע קומען צו אן ענדע... די שאנדפולע אקטן פון די הויכע קאראפטירטע אבאמא שפיאנזש אגענטן, וועלן פאראייביגט ווערן אין די היסטאריע ביכער פאר אייביגע שאנדע...[/justify]
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

דער טראמפייטער האט מזל ווי א גוי... פונקט אין די טעג וואס ער איז גוט אנגעמאכט צוליב די אנגייענדע געזונטהייט און עקאנאמישע קאמפליקאציעס, איז איהם געלונגען צוריק אנצווארעמען זיין באזע מיט דאקומענטען וואס צייגן קליפ און קלאר אז ס'איז פארגעקומען א קאנספיראציע אנטקעגן איהם און זיינע ארומיגע.

מ'דארף זיין א גאר בלינדע טראמפ קעגנער (אויפן זעלבן לעוועל ווי די בלינדקייט מיט וואס די מאסן אינעם טראמפ לאגער צייכענען זיך אויס) צו האלטן אז וואס מען האט געטוהן מיט פלין איז אקצעפטבאר אפילו אין די וואשינגטאנע זומפ.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואס עס דארף ווירקליך אויפציטערן יעדעם איינעם איז: אז אויב די טיפע שטאט, דער וואשינגטאן זומפ, האבן דאס געקענט טאן פאר א נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער פאר א פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פאר א דריי שטערנדער גענעראל, דאן שטעלט זיך פאר וואס זיי קענען טאן פאר אלגעמיינע בירגער! ס'כאפט א סקרוך אין די ביינער!
ווי אויך ווייזט דאס דער אמת'ע פרצוף פון די פארשאלטענע ליבעראלן... זיי דארפן צו הייסן די אויבערשטע פונעם שטייסל. ווען אין די ווירקליכקייט זענע די געמיינסטע אינסעקטן אויפן פלאנעט. אלעמאל פארנומען יענער איז נישט גוט. מיט אלעם וואס זיי באשולדיגן אנדערע, זענען זיי זעלבסט די מערסטע געשלאגן!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

שליחה דורך גראף »

די שאנדע וואס ליגט דא איז זייער גרויס. טאקע, ס'איז דורך געפירט דורך בעיקר דעמאקראטן ווי איידער אז זיי זענען לינקע. און @קאך_לעפל דיין פונקט אז אויב זיי קענען דאס טון צו אזא פיגור וואס קען שוין דער עווריזש זשאו באווייזן איז געוואלדיג. נאר מען דארף געדענקן אז די ריפובליקען/רעכטע קענען זיין די זעלבע רשעים! ע''ע רובאשקין ביי די כלבטע וואס איז געווארן רעקאמענדירט און באקומען די אמט דורך ריפובליקענס.
דער גרעסטע טעות וואס מענטשן מאכן איז דער פראוד פון דער מילעניע. אז דאו יו.עס. אוו עי. איז אבאוט יושר מיט גערעכטיקייט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

גראף האט געשריבן:די שאנדע וואס ליגט דא איז זייער גרויס. טאקע, ס'איז דורך געפירט דורך בעיקר דעמאקראטן ווי איידער אז זיי זענען לינקע. און @קאך_לעפל דיין פונקט אז אויב זיי קענען דאס טון צו אזא פיגור וואס קען שוין דער עווריזש זשאו באווייזן איז געוואלדיג. נאר מען דארף געדענקן אז די ריפובליקען/רעכטע קענען זיין די זעלבע רשעים! ע''ע רובאשקין ביי די כלבטע וואס איז געווארן רעקאמענדירט און באקומען די אמט דורך ריפובליקענס.
דער גרעסטע טעות וואס מענטשן מאכן איז דער פראוד פון דער מילעניע. אז דאו יו.עס. אוו עי. איז אבאוט יושר מיט גערעכטיקייט!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

אמת אז ביידע זייטן טוען אזוי. און טאקע דערפאר דארפן מיר שטיצן אזעלכע ווי טראמפ, א לינקער וואס האט געהיידזשקט די רעכטע פארטיי און שלאגט כפרות מיט די אלע כיליגאנעס!!!!!!!! למכה מצרים בבכוריהם! זאלן זיי זיך אלע דערשטיקן אויף טראמפּ!! לאנג לעבן זאל טראמפּ!! זאל ער מאכן פון וואשינגטאן שטיקער ברוכווארג!
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

קאפי/פעיסט פון פיינע נייעס אימעיל

נעכטן ביי א צוזאמקום, וואו ס'האבן זיך פארזאמלט אסאך פון די 'קיו אנאן' גלויביגע, האט דער געוועזענער גענעראל און נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, 'מייקל פלין', געלאזט פאלן שטוינענדע ווערטער.

איינער פון די צוהערער האט מיט אויפרעגונג אים געפרעגט פארוואס דא קען נישט פאסירן די זעלבע וואס ס'האט פאסירט אין מיאנמאר. די פראגע איז באגעגנט געווארן מיט גרויסע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, און מייקל פלין האט גענומען די מייק אין די האנט צו ענטפערן יענעמ'ס פראגע: "ס'זאל געשען. נישט דא פארוואס נישט. דאס איז גערעכט".

אין אנדערע ווערטער האט א געוועזענער גענעראל צוגעשטימט מיט די מיינונג אז די אמעריקאנער מיליטער דארף איבערנעמען קאנטראל פון די רעגירונג, און ארויסווארפן ביידען פון אמט.
Hadasim
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך Hadasim »

טיכטיגער האט געשריבן:קאפי/פעיסט פון פיינע נייעס אימעיל

נעכטן ביי א צוזאמקום, וואו ס'האבן זיך פארזאמלט אסאך פון די 'קיו אנאן' גלויביגע, האט דער געוועזענער גענעראל און נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, 'מייקל פלין', געלאזט פאלן שטוינענדע ווערטער.

איינער פון די צוהערער האט מיט אויפרעגונג אים געפרעגט פארוואס דא קען נישט פאסירן די זעלבע וואס ס'האט פאסירט אין מיאנמאר. די פראגע איז באגעגנט געווארן מיט גרויסע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, און מייקל פלין האט גענומען די מייק אין די האנט צו ענטפערן יענעמ'ס פראגע: "ס'זאל געשען. נישט דא פארוואס נישט. דאס איז גערעכט".

אין אנדערע ווערטער האט א געוועזענער גענעראל צוגעשטימט מיט די מיינונג אז די אמעריקאנער מיליטער דארף איבערנעמען קאנטראל פון די רעגירונג, און ארויסווארפן ביידען פון אמט.



אם כנים הדברים, צריכין לבדוק אחריו הדק היטב היטב הדק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אויב איז אמת אז ביידן איז נישט די לעגיטימע פרעזידענט, אי ער נישט גערעכט?
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

קודם האב איך געקלערט צו ענטפערן אבער למעשה האב איך זיך בארעכנט אז אויב איינער פארשטייט נישט די פראבלעם פון מייקל פלין'ס ווערטער איז א שאד צו פרובירן מסביר זיין, ווייל מען דארף קודם אנהייבן מיט די א"ב פון דעמאקראטיע, און צו דעם האב איך נישט קיין געדולד.

אויב אזוי פארוואס בין איך בכלל מגיב, ווייל איך האב באמת געמיינט אז @קורקלאנד האט א קלארערע מער לאגישע מהלך המחשבה און איך בין פשוט איבערראשט פון זיין תגובה.

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין אנונג וואס פלין האט געזאגט; איך האב נישט געהערט אדער געליינט זיינע ווערטער. איך באצוה זיך נאר אויף זיינע ווערטער לויט וויאזוי עס איז נאכגעברענגט דא אין שטיבל און די קאמענטארן דערויף.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קורקלענד האט געפרעגט א שאלה..... קודם לאמיר סעטלען יענע שאלה.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

החוקר האט געשריבן:קודם האב איך געקלערט צו ענטפערן אבער למעשה האב איך זיך בארעכנט אז אויב איינער פארשטייט נישט די פראבלעם פון מייקל פלין'ס ווערטער איז א שאד צו פרובירן מסביר זיין, ווייל מען דארף קודם אנהייבן מיט די א"ב פון דעמאקראטיע, און צו דעם האב איך נישט קיין געדולד.

אויב אזוי פארוואס בין איך בכלל מגיב, ווייל איך האב באמת געמיינט אז @קורקלאנד האט א קלארערע מער לאגישע מהלך המחשבה און איך בין פשוט איבערראשט פון זיין תגובה.

איך מעג פרעגן וואס פונקטליך איז נישט לאגיש דא?
ווען ווערט א רעוואלוציע אן אפציע אויפן טיש, און ווען איז עס א לכתחילה'דיגע זאך? לויט דיך @החוקר איז גענעראל וואשינגטאן א העלד? און אויב יא פארוואס?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פאר פלין האט מען געמעגט צאפן דאס בלוט, אויסרודפן עד חרמה פאר גארנישט און פארנישט, און ער מעג נישט זאגן א פאר קרומע ווערטער? דאס איז יושר?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

תרמב האט געשריבן:פאר פלין האט מען געמעגט צאפן דאס בלוט, אויסרודפן עד חרמה פאר גארנישט און פארנישט, און ער מעג נישט זאגן א פאר קרומע ווערטער? דאס איז יושר?

ס'דאך אבער נישט קרום.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

קורקלענד האט געשריבן:אויב איז אמת אז ביידן איז נישט די לעגיטימע פרעזידענט, אי ער נישט גערעכט?

ס'פעלט נישט אויס איך און דו זאלן האלטן ס'איז אמת -
אויב ווייסט ער ס'איז אמת ווייל ער ווייסט וואס דו ווייסט נישט אדער ער רעדט זיך איין ער ווייסט
איז ער בארעכטיגט צי זאגן וואס ער זאגט

פארשטייט זיך גארנישט גייט געשען אויף למעשה, ווייל איך און דו ווייסען נישט ס'איז אמת

אויף פלין איז באמת שווער צי האבן טענות
איך קען זען ער זאל באמת זיין פעסט אנגעווייטאגט.
וואס מען האט געטון צי אים וואלט אויך אין ראסלאנד געהייסען קאראפציע! - די העק מיט די גאנצע סיסטעם...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
Hadasim
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך Hadasim »

תרמב האט געשריבן:פאר פלין האט מען געמעגט צאפן דאס בלוט, אויסרודפן עד חרמה פאר גארנישט און פארנישט, און ער מעג נישט זאגן א פאר קרומע ווערטער? דאס איז יושר?



שתי תשובות בדבר והיינו הך

ווען א הויפט גענעראל זאגט אז מען זאל אומווארפן אן אמטירנדע פרעזידענט איז דאס treason וואס דינו איז חמור עד למאוד, און זיין יעצט אזוי רעדן איז מוכיח על תחילתו אז מ'האט מיט רעכט שוין דעמאלס געהאלטן אז ער פארראט זיין אייגן לאנד.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

על אחרון ראשון, וויאזוי פונטקליך האט ער פארראטן זיין לאנד? וואס פונקטליך איז די חטא פון אן אריינקומענדיגע נאציאנאלע סעקיוריטי ראטגעבער וואס רעדט צו אן אמבאסאדאר וואס 'אבאמא' האט נארוואס ארויפגעלייגט סאנקציעס, און ער-'פלין'-בעט אים זיך צו האלטן רואיג ביז די פרישע אדמיניסטראציע קומט אריין??!!
והשנית, 'פלין' איז נישט קיין הויפט גענעראל יעצט, סך הכל א ציווילע בירגער וואס לעגאל מעג ער זאגן וואס ער וויל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

Hadasim האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:פאר פלין האט מען געמעגט צאפן דאס בלוט, אויסרודפן עד חרמה פאר גארנישט און פארנישט, און ער מעג נישט זאגן א פאר קרומע ווערטער? דאס איז יושר?



שתי תשובות בדבר והיינו הך

ווען א הויפט גענעראל זאגט אז מען זאל אומווארפן אן אמטירנדע פרעזידענט איז דאס treason וואס דינו איז חמור עד למאוד, און זיין יעצט אזוי רעדן איז מוכיח על תחילתו אז מ'האט מיט רעכט שוין דעמאלס געהאלטן אז ער פארראט זיין אייגן לאנד.

ווען אפאר קארופטירטע און דוררכגעפאולטע רעגירונג און וואשינגטאן מיטגלידער האבן במציאות פרובירט אומציווארפן טראמפּ בלי שום סיבה, נישט נאר האסטו נישט געהאט קיין טענות, נאר האסט געהאלטן אז ס'איז פאטריאטיזם און מסירות נפש. אבער דא ביי ביידן, וואס בדרך הטבע און מאטעמאטיש גערעדט איז ער לכאורה ניטאמאל ערוויילט געווארן, אבער ווען מ'רעדט נאר דערפון, דא זעהסטו דאס ארגסטע......
Hadasim
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך Hadasim »

קורקלענד האט געשריבן:
Hadasim האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:פאר פלין האט מען געמעגט צאפן דאס בלוט, אויסרודפן עד חרמה פאר גארנישט און פארנישט, און ער מעג נישט זאגן א פאר קרומע ווערטער? דאס איז יושר?



שתי תשובות בדבר והיינו הך

ווען א הויפט גענעראל זאגט אז מען זאל אומווארפן אן אמטירנדע פרעזידענט איז דאס treason וואס דינו איז חמור עד למאוד, און זיין יעצט אזוי רעדן איז מוכיח על תחילתו אז מ'האט מיט רעכט שוין דעמאלס געהאלטן אז ער פארראט זיין אייגן לאנד.

ווען אפאר קארופטירטע און דוררכגעפאולטע רעגירונג און וואשינגטאן מיטגלידער האבן במציאות פרובירט אומציווארפן טראמפּ בלי שום סיבה, נישט נאר האסטו נישט געהאט קיין טענות, נאר האסט געהאלטן אז ס'איז פאטריאטיזם און מסירות נפש. אבער דא ביי ביידן, וואס בדרך הטבע און מאטעמאטיש גערעדט איז ער לכאורה ניטאמאל ערוויילט געווארן, אבער ווען מ'רעדט נאר דערפון, דא זעהסטו דאס ארגסטע......


אויב מיינט איהר צו ענפערן אויף מיינע ווערטער זענט איהר זיך טועה,

1. איך כ'האב קיינמאהל נישט מצדיק די רדיפות אויף פרעזידענט טראמפ און קיינמאהל נישט געהאלטן אז עס איז פאטריאטיזם, אדרבא איך בין געווען אויף טראמפ'ס זייט און עס האט מיר שטארק געבאדערט די רדיפות.

2. צו די גלייכסט אדער נישט ביידן איז ליגאל די פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס (אפי' די קאנסערטיווע שופטים האבן נישט אנגענימען די טענות קעגן די עלעקשאן'ס) און מייקל פלין האט פארראטן זיין אייגן לאנד.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'דא א ריזיגע חילוק פון נישט אנעמען קיין טענות צו נישט אויסהערן קיין טענות. די קאורטס האבן נישט געוואלט הערן. אין כמעט אלע פעלער נישט ווייל זיינע טענות זענען נישט געווען שטארק אדער אומריכטיג, נאר פאר טעכנישע נארישע סיבות האט מען פשוט ארויסגעווארפן אלע קעיסעס. אפי' די סופרים קארט האט נישט צוריקגעוויזן די קעיס וועגן שוואכקייטן אין די עצם טענות. וואס האט פאסירט איז געווען א געפערליכער זאך, פרעזידענט טראמפּ האט נישט באקומען זיין טאג אין געריכט פארצולייגן זיינע טענות. און איר קענט זיין זיכער אז אויב זיינע טענות זענען געווען מוראדיג שוואך וואלט מען איהם גערן געגעבן זיין טאג אין געריכט.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: די שוידערליכע געשיכטע פון לוטענאַנט-גענעראל מייקל פלין.

שליחה דורך תוהו ובוהו »

קורקלענד האט געשריבן:ווען אפאר קארופטירטע און דוררכגעפאולטע רעגירונג און וואשינגטאן מיטגלידער האבן במציאות פרובירט אומציווארפן טראמפּ בלי שום סיבה, נישט נאר האסטו נישט געהאט קיין טענות, נאר האסט געהאלטן אז ס'איז פאטריאטיזם און מסירות נפש. אבער דא ביי ביידן, וואס בדרך הטבע און מאטעמאטיש גערעדט איז ער לכאורה ניטאמאל ערוויילט געווארן, אבער ווען מ'רעדט נאר דערפון, דא זעהסטו דאס ארגסטע......


ווען אפאר רעגירונג און וואשינגטאן מיטגלידער האבן במציאות פרובירט אומציווארפן טראמפ, נישט נאר האסטו געהאט טענות, נאר האסט געהאלטן אז ווען מ'רעדט נאר דערפון איז די ערגסטע. אבער דא ביי ביידן, נישט נאר האסטו נישט קיין טענות, נאר דו האלטסט אז ס'איז פאטריאטיזם און מסירות נפש......

#כראניש גייט היפאקריטיע אויף ביידע זייטן

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

גראדע רעדט מען פון א מעשה דא וואס איז ניטאמאל קיין פארגלייך. ביי טראמפּ האט קיינער נישט געטענה'ט אז ער האט געווינען אן די געזעץ. ביי טראמפּ האבן מענטשן אקטיוו געהאלטן אין איין צוברעכן די געזעצן איהם פטור צו ווערן. ס'איז שוין היינט קלאר דאקומענטירט. מ'האט איהם אומגעזעצליך אונטערגעהערט, אריינגעשטעלט פיסלעך וכו'. דאס איז אלץ געווען פיזישע אקטועלע געשעענישן.

דא האט איינער סתם געטראכט הויעך אז אויב ס'איז ריכטיג אז ביידן האט נישט געזעצליך געוואונען וואלט די קאנסטיטוציע פארלאנגט א מיליטערישע פוטש.

איך פערזענליך האלט גראדע נישט אז די ישועה ליגט אין א מיליטערישע פוטש. אבער איך זעה נישט וואס ס'איז שלעכט מיט רעדן אזוי. ספעציעל ווען אט די זעלבע איז געזאגט געווארן אויף טראמפּ אן די ערנסטע באשולדיגן וואס איז דא דא.
פארשפארט