נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
אזוי ווי עס קומט אויף א נייער רבי אויפן מארקעט, א ינוקא, וואס וועט האבן די זכיה צו זיין א לאנגע צייט אויפן בענקל און פירן א ווירטשאפט, איז די אויגן פון יעדן איינעם געוואנדן אצינד צו אים, צו זען וואס גייט דארט זיין, וויפיל גייט ער מצליח זיין און ווי אזוי עס וועט זיך אויסשטעלן דאס פלאץ און די רבי'סטעווע.
דעריבער איז די צייט דא, פאר יעדן איינעם צו זאגן נביאות, און פאראויס שאצן וואס גייט דארט פאסירן. די מטרה דערפון איז, אז אין צען יאר ארום, זאל מען צוריק אויפברענגען דעם אשכול (אויב קאווע שטיבל וועט נאך דעמאלס לעבן...), און זען ווער עס האט באוויזן ריכטיג פאראויס צו שאצן דער מצב אין סאדיגורא.
...
איך וועל אנהויבן:
לדעתי, דער ינוקא וועט אויפוואקסן א בולי ווי ס'דארף צו זיין... ער גייט האבן גאטס צו שטויסן און שלאגן וועמען עס שטייט אים אין וועג, גייט האלטן זיין דעה מיט א פעסטקייט און זאגן קלאר וואס ער האלט. ער וועט זיך נישט אפהאלטן פון קריטיקירן די גרעסטע און שטערקסטע מנהיגי ישראל, נישט מורא האבנדיג פאר קאנצעקווענצן. די חסידים וועלן גיין פאר אים אין פייער, האלטנדיג זיך שטאלץ צו האבן א יונגן שנוק וואס שרעקט זיך נישט פון די גרעסטע לייבן. ער וועט זיין א געזונטער מחוצף, פון די אנדערע זייט וועט ער פעסט בויען זיין פלאץ און בויען די שטאלץ פון סאדיגורא, אבער עס וועט מוזן קומען מיט א פרייז, פון וויי טון עטליכע אידן אין הויף אליין, שטויסן און בריקעווען גבאים ומשרתים, צווישן זיי די וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר אים און אים באדינט, ער וועט טוישן פאזיציעס אין הויף און פטור ווערן פון די וועמען ער האט א קלער אז זיי קענען אים שטיין אין וועג.
מיט זיין עלטערע ברודער וועט ער זיך גראדע יא גוט לעבן, אפשר נישט פון אנהויב (און אפשר יא), אבער מיט די צייט וועט זיין קאלט-ווארעמע באציאונגען צווישן זיי, ס'וועט האבן אפס און דאונס, אבער מער-ווייניגער וועט זיין בסדר, היטנדיג איינער אויפן אנדערנ'ס כבוד.
בנוגע דער עלטערער: ער וועט זיך רואיג און שטיל בויען א הויף. ער וועט יא מצליח זיין, סלאולי באט שארלי, און וועט זוכה זיין צו אנערקענונג בבתי גדולי ישראל און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס איינע פון די פירנדע מנהיגים ביי כלל-ישראל. ער וועט טאקע נישט זיין דער צענטראלער סאדיגורער רבי, און זיין הויף וועט זיכער זיין קלענער ווי דער צענטראלער הויף, אבער צום סוף וועט ער אוועקשטעלן אן איידעלע געשמאקע הויף מיט חסידים ואנשי מעשה, נאר בשעת דער יונגערער וועט האבן שווענץ וואס וועלן זיך שטיפן און האקן שטיקער וואו ער גייט נאר, וועט דער עלטערער האבן מער באזעסענע רואיגע חסידים. דער יונגערער וועט ציען מער צו רעכטס און מער חניוקי'ש, אבער גלייכצייטיג אנהאלטן דעם מלכות'דיגן רוז'ענער פראכט, דער עלטערער וועט ציען מער ליבעראל, אבער אויך האלטן דעם חסידי'שן דמות. איך וואלט זיך אויך ערלויבט צו קלערן, אז דער עלטערער וועט זיך ארויסשטעלן אלס מער בקי במנהגי וסיפורי רוז'ין, בשעת דער יונגערער וועט זיין באקאנט מער פאר זיינע שטיק און וועלן פירן די וועלט.
עפעס אזוי...
יעדער קען צולייגן און שרייבן וואס ער קלערט ווי אזוי עס וועט זיך ארויסשטעלן.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: נביאות אויפן ינוקא - סאדיגורא
איך האב נישט עכט קיין דעה אויפן יונגערן וואס ער גייט יא טון, אבער איך האלט אז ער גייט נישט זיך ארויסשטעלן און קריטיקירן אנדערע, נאר ער גייט מער פאקוסירן אויף זיין אייגענע קהילה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך ווייס נישט וואס זיין גייען טוהן, אבער פין דער עלטערע ווען מען האלטען מער!! פארוואס? ווייל ער האט ווייניגער צו פארקויפן, וועט מען מוזן באקען אותות ומופתים און הויכע ענינים, און עס וועט גיין א רויך, משא"כ דער אינגערע ווען זיין אויטאמטיש, וואס ער איז באמת א איידעלע פיינע, און דאס וועט ער בלייבן.
און אזוי האט היסטאריע געוויזן, די רעביס וואס האבן געהאט ווייניגער צו פארקויפן זענען געוועהן מער פארהייליגט ווי געלונגענע געווענליכע. פארשטייט זיך אז די גאר אויסגערופענע זענען נישט בכלל.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אישתישבי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס זיין גייען טוהן, אבער פין דער עלטערע ווען מען האלטען מער!! פארוואס? ווייל ער האט ווייניגער צו פארקויפן, וועט מען מוזן באקען אותות ומופתים און הויכע ענינים, און עס וועט גיין א רויך, משא"כ דער אינגערע ווען זיין אויטאמטיש, וואס ער איז באמת א איידעלע פיינע, און דאס וועט ער בלייבן.
און אזוי האט היסטאריע געוויזן, די רעביס וואס האבן געהאט ווייניגער צו פארקויפן זענען געוועהן מער פארהייליגט ווי געלונגענע געווענליכע. פארשטייט זיך אז די גאר אויסגערופענע זענען נישט בכלל.
די גאס האט געווענליך מער געפיל מיטן נרדף, דער עלטערער שפילט דערווייל די נרדף געים גאר גוט, צו ער איז באמת א נרדף, דאס איז שוין אפן פאר דעבאטע.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
@לכבוד שבת'ל אויף וואס פונקטליך בויעסטו דיין דיאגנאזע?
למשל איך האלט אז ער גייט גאר שטארק פאקוסירן אויף מצות אתרוג
אלע חסידים וועלן לאזן וואקסן אתרוגים ביימער אין זייערע הויפן, (עטליכע שווענץ וועלן איינפלאנצן הדסים אויך אבער עווענטשעלי וועט די סאדיגורא דיין ארויסגעבן אן איסור און נאך צווי זריקות פון די מוסדות וועלן די שווענץ אויפגעבן און אויסרייסן די גע'אסר'טע געוואוקס)
דער רבי וועט האבן א פשוטער אתרוג, כנהוג בחצרות רוזין צו זיין ווי מער פשוט, אבער די חסידים וועלן זיך יא פירן ברייטער. די עשירים וועלן זיך אויפרייסן מיט א הערליכע אתרוג פאר זיך, און פארן חתן, ביז ס'וועט ווערן א טרענד אויף פאלאו (א סוקסידער פון סטעטוס) אז קיינער קוקט דיר נישט ארויף מיט א שיינער אתרוג, און דאן וועט זיך פארמירן א מאוומענט גערופן כח הפיטום,
און נאך א מעכטיגע אסיפה, וועט געגרינדעט א קערפערשאפט ירוק ככרתי, ויחד כולם יודו וימליכו צו נעמען א פשוט'ער אתרוג

https://tlgur.com/d/g2Zd5Qag
כ"ק אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט געענדיגט ישיבה בס"ה צוויי יאר צוריק, גיבט הדרכה אויף דרך הלימוד והגדת שיעור פאר א שטאב ערפארענע מגידי שיעור וואס זענען דאפעלט אזוי אלט ווי איהם און קענען ווען זיין זיין טאטע אדער זיידע.

- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
ריכטיג האט געשריבן:https://tlgur.com/d/g2Zd5Qag
כ"ק אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט געענדיגט ישיבה בס"ה צוויי יאר צוריק, גיבט הדרכה אויף דרך הלימוד והגדת שיעור פאר א שטאב ערפארענע מגידי שיעור וואס זענען דאפעלט אזוי אלט ווי איהם און קענען ווען זיין זיין טאטע אדער זיידע.
And he is frickin right, if you listen to what he said
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
- געפינט זיך: נישט ווייט
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
א שטארקע טעות פון אסאך יונגע אדמו"רים בעבר ובהווה. מ'מוז נישט אללללעס קענען אין די ערשטע מינוט. זיין טאטע איז אוועק ביי די פינעף און זעכציג און האט (אפשר) געקענט געבן הדרכה, עס וואלט גארניש שלעכט געווען אויב ער וואלט זיי לעת עתה געלאזט גיין נעמען הדרכה ביי גדולים וטובים ממנו, און ער וועט אנהייבן צו טיילן דיעות ווען די מצב וועט זיין רייף. א רעכט-דענקנדער אדמו"ר וואלט געמעגט אנהייבן מיט נאר למחצה לשליש ולרביע'דיגע פונקציעס, און פראווענען ענווה אז ער איז נאך נישט גרייט אויף אלעס, און מיט די יארן פארברייטערן זיין עבודת הקודש.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
אברך משי האט געשריבן:א שטארקע טעות פון אסאך יונגע אדמו"רים בעבר ובהווה. מ'מוז נישט אללללעס קענען אין די ערשטע מינוט. זיין טאטע איז אוועק ביי די פינעף און זעכציג און האט (אפשר) געקענט געבן הדרכה, עס וואלט גארניש שלעכט געווען אויב ער וואלט זיי לעת עתה געלאזט גיין נעמען הדרכה ביי גדולים וטובים ממנו, און ער וועט אנהייבן צו טיילן דיעות ווען די מצב וועט זיין רייף. א רעכט-דענקנדער אדמו"ר וואלט געמעגט אנהייבן מיט נאר למחצה לשליש ולרביע'דיגע פונקציעס, און פראווענען ענווה אז ער איז נאך נישט גרייט אויף אלעס, און מיט די יארן פארברייטערן זיין עבודת הקודש.
דו ביסט דאך א נוגע בדבר #אברך מש"י...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Re: נביאות אויפן ינוקא - סאדיגורא
ריכטיג האט געשריבן:יתכן, ס'איז אבער קאמיש און נישט אין פלאץ.
און גאוה פילייכט.
כ'ווייס נישט פארוואס איך האב זיך איינגערעדט אז דער איז נאיוו.
ער עסט עס מיט אפעטיט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- צדיק-הדור
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
דער חילוק פון איהם און אנדערע
ער איז א אינגע רבי מיט אלטע שקצים פאר גבאים
און אנדערע זענען אלטע רביס מיט אינגע שקצים פאר גבאים.
אבער ער האט נאך פאטענציאל צו ווערען אן אמת'ר רבי מיט'ן זיך נעמען אפאר עהרליכע גבאים (אויב עס איז מעגליך) און פטור ווערן פון די שקצים

עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס דער גאנצער וועלט האט פיינט...
ווי צו האבען אן אוישוויץ וואס דער גאנצער וועלט האט ליעב...
ווי צו האבען אן אוישוויץ וואס דער גאנצער וועלט האט ליעב...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:54 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל