האלט ווייטער אן די נייע פאליסי פון נישט אריינרעדן אין זאכן וואס באלאנגט פאר העכערע פון דיר...
הצלחה רבה! סי יאא!
איך האב איין פאליסי ביים שרייבן.. איך שרייב ווילאנג סאיז מיר אינטערעסאנט.. זיך טעהנען אין הלכה און ברויכן ענטפערן היימיש פאבריצירטע אויסגעזויגענע הלכות און פאקטן, גייט נישט אריין אין די קאטאגאריע.. עכ"פ ווילאנג סאיז מיר נישט אינטערעסאנט.. בתקוה להבנה.
האסטי פארזעהן א פסק פון יטב לב ווי ער שרייבט לגבי איהעל ווי ס'געווען אן אפגעטיילטע קהילה (קהילת ספרדים) און ער זאגט קלאר אז זיי זענען גארנישט אינטערגעווארפן אינטער די ארגינעלע קהילה. און אזוי האט בעלזא רב (מרי"ד) געטון הלכה למעשה אין מונקאטש.
לגבי די פסק ביים ריסקעווע רב'ס זון בין איך נישט באקאנט וואס דארט איז געווען אבער ס'נישט קיין דמיון בכלל. דארט איז די בעל דברי יואל געווען בעל הבית לכו"ע די שול איז געווען זיינס און ער האט געשאפט געלט צו בויען די שטעטל האט ער געקענט אויפנעמען וועם ער וויל. די ברך משה איז אבער נישט געווען בעה"ב ערשטענס ווייל די שול האט נישט געהערט פאר אים (און אודאי נישט די גאנצע שטאט) און צווייטענס ווייל אים האט מען אויך קיינמאל נישט אויפגענומען מיט קיין וואלן. און אפילו אן דעם קען זיין אז די דבר"י האט געהייסן אויפנעמען ר' אלי' ז"ל ווייל א זון קומט פאר א פרעמדער. דא אבער זענען דא צוויי זון וואס ווילן איבערנעמען קען מען נישט אויפנעמען קיינעם אן קיין וואלן.
נאר גראדע האסטי געמאכט א גוטע צושטעל קיין בני ברק ווייל די וואס געדענקן ווייסן אז מר"א פלעגט פארן צו די חתונות פון בן אחותו אין בני ברק (געווען אמאל צייטן) און די חופה איז פארגעקימען דארט אין קרית יואל ווי ס'געווען א מרא דאתרא און מר"א האט מסדר קדושין געווען דארט אן בעטן רשות, מוז דאך זיין אז ער האט פארשטאנען אז אין די סאטמערע שטעטלעך געהערט נישט סידור קדושין פאר די מרא דאתרא.
האסטי פארזעהן א פסק פון יטב לב ווי ער שרייבט לגבי איהעל ווי ס'געווען אן אפגעטיילטע קהילה (קהילת ספרדים) און ער זאגט קלאר אז זיי זענען גארנישט אינטערגעווארפן אינטער די ארגינעלע קהילה. און אזוי האט בעלזא רב (מרי"ד) געטון הלכה למעשה אין מונקאטש.
לגבי די פסק ביים ריסקעווע רב'ס זון בין איך נישט באקאנט וואס דארט איז געווען אבער ס'נישט קיין דמיון בכלל. דארט איז די בעל דברי יואל געווען בעל הבית לכו"ע די שול איז געווען זיינס און ער האט געשאפט געלט צו בויען די שטעטל האט ער געקענט אויפנעמען וועם ער וויל. די ברך משה איז אבער נישט געווען בעה"ב ערשטענס ווייל די שול האט נישט געהערט פאר אים (און אודאי נישט די גאנצע שטאט) און צווייטענס ווייל אים האט מען אויך קיינמאל נישט אויפגענומען מיט קיין וואלן. און אפילו אן דעם קען זיין אז די דבר"י האט געהייסן אויפנעמען ר' אלי' ז"ל ווייל א זון קומט פאר א פרעמדער. דא אבער זענען דא צוויי זון וואס ווילן איבערנעמען קען מען נישט אויפנעמען קיינעם אן קיין וואלן.
נאר גראדע האסטי געמאכט א גוטע צושטעל קיין בני ברק ווייל די וואס געדענקן ווייסן אז מר"א פלעגט פארן צו די חתונות פון בן אחותו אין בני ברק (געווען אמאל צייטן) און די חופה איז פארגעקימען דארט אין קרית יואל ווי ס'געווען א מרא דאתרא און מר"א האט מסדר קדושין געווען דארט אן בעטן רשות, מוז דאך זיין אז ער האט פארשטאנען אז אין די סאטמערע שטעטלעך געהערט נישט סידור קדושין פאר די מרא דאתרא.
מיט וואס איז די דבר’’י בעל בית? אויב עפעס איז רב לאנדא מרא דאתרא, און דאס אז סאיז קיינעם נישט בייגעפאלן נישט צו געבן פאר די ברך משה מאכט עס נישט קיין גילטיגע טענה אין הלכה, (אויפן צד אז הלכה גייט איינעם אן בכלל).
פאר די רעקארד, אויף ר' אהרן'ס קונסוס שטייט "מרא דאתרא". דאס איז געווען בהסכמה פון די טובי העיר און דער אדמו"ר
שפעטער ווען ס'האט זיך געגרינדעט די ערשטע קהילה נפרדה ה"ה "בני יואל", האבן די גדולי הדור והביד"צ בירושלים בראש, זיי גע'אסרט להלכה, ווארשיינליך האבן זיי נישט געהאלטן אז אין קרית יואל איז שייך דער רעיון פון א "קהלה נפרדה"
מצידי זאל זיין אין קרית יואל וויפיל קהילות ס'לאט זיך רק כל הנ"ל איז למען הפונקטליכקייט ולמען הרעקארד,
לעילוי נשמת ידידינו היקר באנשים ר' אליעזר צבי ז"ל בן הר"ר יו"ט שליט"א איבער די טעמע פון סידור קידושין וואס קומט פאר אין אונזער הייליגע שטאט קרית יואל דער ציל פון די בריוו איז, צו קלאר מאכן דעם ענין, דורכשמועסן אחים לדעה צוזאמען, איבער דעם צוקונפט פון קרית יואל, פאראויס-קוקנדיג דעם עתיד, און שטעלן קלארע מסקנות.
ווי באקאנט איז פארהאן אין קרית יואל שוין א לענגערע צייט דער פראבלעם פון סידור קידושין שלא ברשות מרא דאתרא, דער חלק האיסור און די פרטים זענען זייער קלאר נתבאר געווארן דורכן חשוב'ן דיין שליט"א, און ווערט צושפרייט פון צייט צו צייט דורך די שומרי העיר. מיר וועלן זיך באציהען צו פאקטן, און צו מסקנות וואס ברויכן גענומען ווערן אויף למעשה.
דער מציאות איז, צי ס'איז ריכטיג אדער נישט, אז רובא דרובא אנשי שלומינו קוקן אן די גאנצע מערכה ווי א בלויזער פאליטישער שפיל, ווי איידער אן עכטער הלכה'דיגער פראבלעם, שוין אפגערעדט די סאטמאר'ער חסידים וואס וואוינען אינדרויסן פון קרית יואל, וואס זיי זענען אינגאנצן נישט א טייל פון די מערכה, נאר אפילו תושבי קרית יואל זענען אויך זייער קאלט צום עצם ענין. מיר האבן עטליכע ראיות דערצו:
1) אין קרית יואל ווערט יערליך געדריקט א נייער טעלעפאן ביכל, אלע איינוואוינער ווערן דארט אריינגעלייגט, אריינגערעכנט די וואס זענען אזוי צו זאגן פארהייראט געווארן נישט אויפן ריכטיגן וועג, און לא די בזה, ס'שטייט נאך אונטער דעם נאמען ביי וועמען יענער איז אן איידעם. דאס איז דער גרעסטער פגיעה אין די גאנצע מערכה, ווי קען מען שרייבן אז פלוני איז אן איידעם ביי פלוני, ווען די קידושין זענען געווען פסול, און מיר זעהען נישט קיין איין איינציגע משפחה אין קרית יואל זאל זיך גודר זיין נישט אריינצונעמען דעם ביכל אין שטוב. וועט איינער וועלן ענטפערן אז ס'איז שעת הדחק, איז ערשטנס, אינדערהיים ווען ס'האט זיך געהאנדעלט מיט אזעלכע פורצי גדר, האט מען נישט אנגענומען אזעלכע שוואכע שעת הדחק תירוצים. צווייטנס, פארוואס טאקע דריקט מען נישט קיין אנדערע טעלעפאן ביכל? דער תירוץ איז: דער עולם וועט עס נישט קויפן, דער עולם איז פארעקלט פון די מערכה, און מ'וויל נישט זיין קיין חלק דערפון. ווען מ'זאל מאכן א שנאר קאמפיין פאר די מערכה, אז א יעדער זאל געבן אפילו נאר פינעף דאלער, וואלט נישט אריינגעקומען מער ווי עטליכע הונדערט דאלער
2) נאך פון תחלת המערכה, איז מען געגאנגען צו פילע דיינים ורבנים און גדולי ישראל, קיינער האט נישט געוואלט צושטיין צום איסור. די תוצאה דערפון איז: קיין איין איינציגער רב און דיין פון קהלותינו בכל התפוצות, נישט אין ניו יארק, אין לאנדאן, ארץ ישראל, וכו' וכו', איז נישט גרייט צו רעדן א ווארט איבער די טעמע, ס'הערשט א שטיל-שווייגעניש. שוין אפגערעדט, אז ס'איז ברייט באקאנט צווישן ציבור, געוויסע פון דייני הקהלה וואס לאכן אפ דעם גאנצן איסור.
3) זייט דעם דעמאלטס'דיגן גרויסע אסיפה מיט איסורים און דרשות, קומען נישט צו קיין שום דרשות, בריוון, תשובות, בירורים, פון קיין איין רב אדער משפיע דקהלותינו, אפילו פון רבינו שליט"א הערט מען אויך גארנישט דערוועגן. וואו זענען אלע דרשנים און השקפה שטעלערס דקהלותינו, וואו איז רד"ש, וואו רש"ש, וואו איז ר' בן ציון, וואו איז הרב וואזנער פון מאנסי, ר' משה דיין פון בארא פארק, ר' מענדל פון וויליאמסבורג, אלע צייטונגען, בלעטלעך וכו' וכו', פאר וואס הערט מען נישט פון קיינעם קיין איין האלבן ווארט איבער דעם חומר הענין. וואו זענען בני וחתני רבינו שליט"א, ר' העניך, ר' שמעון זאב, ר' ברוך, ר' יואל, הרב דושינסקי, ר' הערצקא צוויבל וכו'.
4) דער איינציגסטער וואס האט דעמאלט זיך ארויסגעשטעלט, איז געווען דער קרית יואל'ער דיין הרה"ג ר' געציל שליט"א, אבער אפילו פון אים הערט מען שוין גארנישט, קיין בריוו קיין דרשה. לאמיר נישט פארגעסן, אז טראץ וואס ביים עלטערן עולם איז דער דיין זייער חשוב און ארויפגעקוקט, איז רוב פונעם נייעם דור ווייסט קוים ווי אזוי ער זעט אויס, זיי אלע זענען געבינדן צו אנדערע יונגערע דיינים, וואס פון זיי הערן זיי נישט קיין האלבן ווארט, וואס דאס איז גורם אז ווען זיי הערן פון ר' געציל, מאכט זיי עס אים אראפקוקן און איז גורם פארקערט ווי רעספעקט.
5) די גרעסטע בזיון פאר די מערכה איז, אז ס'האט נישט קיין שום אפיציעלער מענטש, נישט ר' דוד עקשטיין, און נישט ר' אברהם ווידער, נישט ר' מאיר הירש, און נישט ר' אליעזר ווייס, אויך נישט ר' ליפא גראס, ר' מאיר ווערטהיימער, און אפילו נישט ר' עמרם כהן וכו', קיין איין אפיציעלער קהלה אנגעשטעלטער איז נישט גרייט זיך ארויסצושטעלן אלץ פירער פון די מערכה. אלע אקטיווע חברי קהלתינו זענען פארנומען מיט עשה טוב, בויען בנינים, מרבה צו זיין תורה, פארברייטערן פעולות החסד, צניעות, ווי מ'זעהט טעגליך די אפיציעלע מודעות פון קהל. די גאנצע מערכה וואס איז אזוי צו זאגן יסוד קדושתן של ישראל, ווערט געפירט דורך אנאנימע מענטשעלעך, אזעלכע וואס קיינער וויל זיך נישט אידענטיפיצירן מיט זיי, וואס זייער באנעמונג מיט מענטשן איז ...... וד"ל, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.
6) די גבאים און שמשים פון די פארשידענע בתי מדרשות דקהלותינו, וואס זענען אקטיוו פארנומען להגדיל תורה ולהאדירה, צו מחזק זיין דעם כח התפלה, צו צושטעלן רוחניות'דיגע סערוויס פארן ציבור, זיי קרעכצן און וויינען, זיי לייגן אריין בלוט און שווייס אז אלעס זאל בליען, וואס ווי יעדער פארשטייט, איז עס זייער אסאך געוואנדן די אהבה ואחוה ושלום ורעות וואס הערשט צווישן ציבור. ווי גרויס איז זייער ווייטאג, ווען מענטשן פון אינדרויסן קומען אריין חרוב מאכן, זיי זייען איין שנאה און פירוד, און שטערן דעם וואוקס און בלי פון א בית המדרש.
7) זייער פיל פון די משפחות וואס האבן חתונה געהאט אין יענע פלעצער, זענען אומשולדיגע יונגעלייט, זיי זענען געהאדעוועט געווארן אן אנדערן חינוך, אסאך פון זיי זענען זייער ערליכע ארנטליכע מענטשן, וואס זייערע שכנים זענען זיך מחיה מיט זיי. קיינער וויל זיך נישט קריגן און זיך אפטיילן פון שכנים און באקאנטע, בלויז פארן חטא וואס זיי באלאנגען נישט צו "מיין" קהלה, מיר האבן שוין א האלבן שלום מיט בעלזא, מיט וויזניץ זענען מיר נישט צוקריגט, אבער מיט אונזערע שכנים וואס זייער חטא איז "בלויז" אז זיי זענען נישט קיין חסידים פון אונזערן רבי'ן שליט"א, מיט זיי קענען מיר נישט זיין נאנט. דער פאקט איז אז דער עולם גלייבט נישט אין דעם איסור, און מ'האלט זיך נאנט מיט זיי, און אפילו אין בתי מדרשות דקהלתינו זענען זיי אנגענומען, ואין פוצה פה ומצפצף. און לאמיר נישט זיין קיין בת היענה, יענע קהלות פארמאגן אין קרית יואל זעלבסט ארום 6 טויזענט תלמידים און תלמידות, דאס איז גרעסער ווי פילע גאנצע אנדערע קרייזן, דאס איז א פאקט וואס מ'קען נישט צוריקדרייען, אפשר איז שוין צייט אפצולאזן די נארישע צוועקלאזע מערכות, זיך קאנצעטרירן צו בויען און אויפטון.
8) ס'איז באקאנט צווישן אנשי שלומינו, איבער הונדערטער מסלתה ומשמנה פון קהלתינו, וואס האבן זיך באטייליגט ביי יענע חתונות, מיט רשות און אן רשות, איינעם'ס רשות איז באשטאנען פון דעם וואס ער האט אסאך געלט, א צווייטנס רשות איז אז ער איז פון די פני הקהלה, וכו' וכו'. די פארוואלטערס פון יענע זאלן, ווען זיי האבן שכל, וואלטן זיי פארשפרייט בילדער פון אלע שיינע אידן פון אנשי שלומינו ווי זיי געפינען זיך דארטן, זעט אויס אז דעם שכל האבן זיי נישט, אדער ליגט אונטער דעם אנדערע חשבונות. דער סך הכל איז, דער עולם גלייבט נישט אינעם איסור, און איז נישט גרייט מיטצוגיין דערמיט, שוין אפגערעדט אז מיר זענען היינט צו שפאט ביי אלע דרויסנדיגע קהלות, קיינער פארשטייט נישט די מערכה. דער צוקונפט פון אזא מערכה איז גאנץ פארשטענדליך, אז ס'וועט זיין א וויסטע דורכפאל, צי ס'וועט נעמען איין יאר פינעף אדער צען, איז שווער אויסצורעכענען. צען-צוואנציג יאר נאך וואס די מערכה וועט אונטערגיין, וועט עס זיין ללעג ולקלס, מיר וועלן זיך שעמען אז מיר געהערן צו א קהלה וואס האט געפירט אזא נארישע, רשעות'דיגע זינלאזע מערכה. אויב איז עס נישט קיין תורה'דיגע מערכה, איז א יעדע שריט וואס ווערט גענומען געבינדן מיט מערערע עבירות, לא תונו, הלבנת פנים, הוצאת שם רע, הפסד ממון, לשון הרע, רכילות, וואס תוצאותיהם מי ישורנה, און ווער ווייסט וויפיל עונשים מיר ליידן שוין צוליב דעם. אין צוגאב צו וויפיל הארץ ווייטאג מחותנים און זייערע משפחות האבן דערפון, (זייענדיג א משפחה פון אזא איינעם האב איך עס מיטגעהאלטן אביסל), קומט אויס אז א יעדער וואס האט א חלק דערין בפועל אדער נאר דורך שתיקה, איז עתיד ליתן את הדין, וויבאלד די מערכה ווערט געפירט מיטן לעדער-העד פון קהל, אן קיין מחאה פון קיינעם.
א ווענדונג צו אחים לדעה!!! ס'טוט דיר וויי? מיר אויך, דיין שכן אויך, און דיין חבר אויך, ס'איז צייט זיך צו צאמנעמען, זיך נישט לאזן טרעטן פון עטליכע יחידים, וואס גייען אקעגן דעם רצון פונעם גאנצן צבור אנשי שלומינו. אפשר איז שוין צייט יעצט אויפצוגעבן, און לאזן אידן טון וואס זיי פארשטייען, אריינלייגן אלע כוחות אין בנין הקהלה והמוסדות. א יעדער רעדט פון מחלוקת, אהבת חנם, וכו', אפשר מיינט מען גאר אונז, ביי אונז אינדערהיים.
berlbalaguleh האט געשריבן:מיליאנער: ווען דער רב איז א שייגעץ, א ציוני, רח"ל מהאי דעתא. אדער ר'איז אן עם הארץ. און ער פאלגט נישט די דיינים. אבער די אלע זאכן גייען נישט אן היינט אין קרית יואל. ערשטנס דער מרא דאתרא איז נישט קיין ציוני. צווייטנס. ער קען א סאך לערנען. דריטנס. ער איז זיך שואל עצה מיט זיינע דיינים ביי א יעדע זאך. און צו האבן אזא גאון פאר א דיין ווי ר' געציל בערקאוויטש איז שוין א גרויסע זאך...!
לאמיר פארשטיין אזוי:
אויב די מורדים האלטן אז די רב איז א צדיק, דאן זענען זיי פורצי גדר, און די סידור קידושין איז א ערנסטע פראבלעם, אבער אויב אין צוגאב האלטן זיי אויך אז די רב איז א שייגעץ ווערט עס א לכתחילה?
הייסט, אויף די גאנצע סוגיא איז דא א פשוטע עצה, דשאסט צו האלט אז די רב אז א שייגעץ?
כ'מיין דא בלויז צו קלאר ווערן, ווער ס'האלט נאך פאר ברכת התורה זאל נישט ענטפערן.
תמים ווען איך האב געזען די לע"נ אנהייב תגובה האב איך מיר דערשראקען אז די וועסט שרייבן אז די טראגעדיע אין מירון איז געשען וועגן די גע'אסר'טע סידיר קדושן.