גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

איך וויל דא בארירן א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, צוזעהענדיג דעם פיין און לייד פון אחינו-בני-ישראל. זייענדיג אויף א פאזיציע וואס דער באשעפער האט מיר געשטעלט, צו זארגן פאר זיינע שאף, אויסהערן אידישע צרות און פראבירן צו טון וואס מען קען זיי צו העלפן, וויל איך זייער שטארק טון עפעס אין די נושא, אבער איך שפיר נישט אז איך זאל האבן די כלים דערצו. איך וויל אבער פארט טון, וויל איך זיך דורכשמועסן מיטן עולם דא. איך בין זיכער אז צווישן דעם ציבור זענען דא פילע מענטשן וואס זענען נאנט צום חלל און האבן געדאנקען וואס מען קען פארבעסערן אין דער נושא.
די מעלה וואס איך באזיץ, זיך דרייענדיג דא אין קאווע שטיבל, איז דערויף וואס אין מיין פאזיציע גייט אלעס צו אפיציעל, מ'רעדט מיט רבנים, מיט עסקנים און כלל-טוער, אבער צום עמך איד קומט מען אן ווייניגער. ווען דער איד קומט אריין זיך אויסרעדן אויף זיינס א פראבלעם, שפירט ער זיך נישט אין דער מצב איינצוטיילן און זאגן דעות וואס צו טון, און אפילו טאמער ער טוט דאס יא, האט דאך א מענטש א נגיעה צו קלערן, ווער איז דען דער חדר-יונגל צו זאגן עפעס פארן חשוב'ן רב (לאכט נישט, איך גלויב אז יעדער וואס וועט אנקומען אין מיין פאזיציע וועט אזוי שפירן, ס'איז דרך הטבע), און אפילו ווען ער רעדט יא צו דער זאך, פאסט עס שוין נישט וכו' וכו'... קיינער איז נישט ריין דערפון, און קיינער קען נישט זאגן אז ווען ער וואלט געווען אין דער מצב, וואלט ער אנדערש געווען. מיט מיין בעסטן ווילן נישט אזוי צו זיין (והראיה אז איך בין דא אין קאווע שטיבל, און איך בין גרייט אויסצוהערן), ווען מען געפינט זיך אויף דער פאזיציע שפירט מען אזוי.
לאמיר אייך קודם מקדים זיין. בעצם איז דאנערשטאג ביי מיר שטארק א פארנומענער טאג. במשך שבת דארף איך זאגן פינף אדער צומאל זעקס שמועסן פארן ציבור, אנגעהויבן פון ליל-שישי ביז נאך מלוה-מלכה. איך דארף זיין גרייט און פארגעקוקט. די שמועסן דארפן זיין צוגעפאסט אז דער גאנצער ציבור זאל ארויסנעמען דערפון די ריכטיגע חיזוק און שפייז פאר זיין נשמה. עס דארף זיין צוגעפאסט פאר: דעם באלעבאס וואס ארבעט שווער א גאנצע וואך, און וויל שבת הערן עפעס א ווארעמע געדאנק וואס זאל אים טראגן דורכ'ן וואך; דער עובד-השם וואס זוכט צו שטייגן אין מדריגות אין פנימיות הענינים, און נתקרב ווערן לה' יתברך, מיט השגות און העכערע ענינים; דער צובראכענער איד וואס לעכצעט ווי א פיש אין וואסער צו הערן עפעס, אז ער איז יא ווערד און מען קוקט יא ארויס אויף אים; דער משכיל און אויפגעקלערטער וואס דארף כאפן דעם שטאך (ס'איז דא אזאנס אויך...). איך דארף רעדן פארן בחור, יונגערמאן און זיידע, אלע דארפן קענען הערן פון מיר און שטייגן דורכדעם. דאס איז א שווערע עבודה, בכלל נישט לייכט. אויסער דעם דארף מען זיין גוט פארגעגרייט דורך דעם שבת, צו קענען זאגן א גוט ווארט דא און דארט, שיסן א ווערטל און א חיזוק, א מעשה'לע און א געדאנק לכל עת וענין שלא תבוא.
למען האמת, נישט אלעמאל זאג איך דאס וואס איך האב זיך פארגעגרייט. בעסער געזאגט, רוב מאל זאג איך אנדערע זאכן, נישט וואס איך האב זיך פארגעקוקט. צומאל הויב איך אן מיט דאס וואס איך האב געוואלט זאגן, אבער איך פארפאר פונעם ארגענעלן שמועס, כפי המצב והזמן. עס פאלט מיר איין אויפן מינוט א גוטן געדאנק וואס פאסט זיך בעסער אהער, אדער לויט די אורות און די מצב איז דאס גלייכער צו זאגן, און מען זאגט עפעס אנדערש. אמאל, בשעת'ן ניגון פאר דעם, ווערט נתעורר אן אור, און ברענגט א התעוררות פון א געדאנק וואס מען וויל ארויסברענגען און דערווארעמען דערמיט דעם ציבור. אמאל דערמאנט מען זיך עפעס אן עובדא וואס פאסט זיך גוט אריין אין דעם דאזיגן שבת אדער צו די דאזיגע שמחה. פארט, מוז מען זיך פארקוקן, ווייל דווקא דורכ'ן זיך פארקוקן קומט מען צו, צו די אנדערע ענינים וואס מען רעדט בפועל. אזוי גייט עס. בקיצור, פארקוקן מוז מען זיך און רעדן, רעדט מען אנדערע ווערטער וואס מען האט זיך פארגעקוקט.
דאס איז ווייט פון פארטיג. דאס איז שוין אויסער די כיבודים וואס מ'דארף מסדר זיין. וויסן ווער ס'איז דא אויף שבת און ווער ס'מאכט א שמחה וכו'. מ'גרייט זיך צו מיט א גוטן ניגון, וואס דער עולם וועט הנאה האבן (ביי צדיקים איז דאס געווען אן עסק, און מען האט זיך פארגעגרייט פאר שבת דערויף. פארשטייט זיך אז ס'איז אויך דא אן ענין, אז ס'זאל קומען פון זיך, אומצוגעגרייט, הכל לויט די אורות וואס קומט אראפ אויף יענע מאמענט - דאס זעלבע איז מיט די שמועסן).
און די אלע זאכן, קען מען נישט סתם אזוי צוגרייטן און שלעפן עפעס פון דא און דארט. מען דארף באמת האלטן דערביי. דער ציבור שפירט צי מען איז באמת דארט, אדער מען ברעטשקעט סתם אזוי. מען דארף עס מיינען מיט אן אמת, און טאקע מיינען מיט אן אמת, און טאקע שטייגן. אז מען דארף משפיע זיין פארן עולם, דארף מען דאך אליין האבן דעם פייער אויך, מ'קען דאס נישט בלאפן... דער עולם כאפט נישט, אז דער רבי שטייגט פון די חסידים, פונקט אזוי ווי די חסידים שטייגן פון א רבי, והענין עמוק הוא עד למאוד, ואכמ"ל.
ווער רעדט נאך אז עס מאכט זיך א שיינעם שבת, עס קומען געסט, דארף מען מאכן צייט אויפצונעמען, אויסהערן, און באמת אויסהערן, נישט כאילו פשוט ווייל דאס איז מיין דזשאב, נאר באמת זיין אינטערעסירט אין יענעם און וועלן זיין גוטס. נישט אלע מענטשן זענען גלייך און נישט אלע מענטשן זענען קלוג, אבער מען דארף באמת מיינען יעדנ'ס טובה און נישט מבטל זיין קיינעם, ווייל באמת איז יעדער טאקע א בריליאנט פאר זיך, צומאל איז שווער דאס מגלה צו זיין און מען דארף עס באמת מגלה זיין און באמת זען. דאס איז ארבעט וואס מען דארף טון פארן אויפנעמען, בשעת'ן אויפנעמען און נאכן אויפנעמען. און ווען עס קומט א שיינער שבת איז דאס באמת שווער.
און דאס אלעס דארף מען טון במאור פנים, נישט קיין חילוק ווי מיד און אויסגעמאטערט דו ביסט. מען דארף זיכער מאכן אז קיינער זאל נישט שפירן אז מען האט אויף אים געקוקט זויער... עס קען באמת וויי טון מענטשן. און נאכאמאל, מען דארף עס טון ווייל מען דארף עס מיינען ערנסט, נישט ווייל דאס איז די דזשאב. בקיצור, דארף מען קומען צום שבת אויסגערוהט און פריש, אפילו ווען דו ביסט נישט פריש. דער רבי מעג הערן אלע צרות און אלע קריטיק, אמת'ע ווי נישט אמת'ע, אבער דו דארפסט צוריק שמייכלען און אמת'דיג זיין פריש.
דאס איז זייער א שווערע דזשאב.
דעריבער, ווען עס קומט דאנערשטאג, ווערט מען זייער פארנומען צוצוגרייטן צום שבת. פיזיש און גייסטיש, בנפש רוח ונשמה. און אויך זיך אליין צוגרייטן, נאך אלעמען קומט צו גיין א שבת-קודש אויף דער וועלט, מען דארף זיין גרייט פארן הייליגן שבת. מען ווערט שטארק פארנומען.
נו שוין, האב איך געוואלט שרייבן איבער זייער א וויכטיגער נושא, און א האקעלער, בין איך געווארן פארנומען מיט שרייבן עפעס אנדערש. וועל איך מוזן ממשיך זיין נאך שבת מיט אונזער נושא וואס ברענט.

- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
הלוואי וואלט מיין רב געלייענט קאווע שטיבל, אסאך זאכן וואלטן אויסגעקוקט אנדערש, (ווער ווייסט אפשר לייענט ער און איך ווייס נישט) כמוך ירבו בישראל, סגעט צו א געוויסע פראספעקטיוו אז מ'האט איינער וואס שטייט פאר די סיסטעם אויף א סייט וואס מ'הערט נישט אויף צאמצושטעלן די סיסטעם, זיי אונז ווייטער מהנה לתפארת שטיבעלינו.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
עס גייט מיר שוין אפילו נישט אן אויב מורינו איז א מרן אין ריעל לייף אדער נישט... דו שפילסט אזוי גוט די ראלע, חזק ואמץ! אונז ווילן הערן מער און זיך דורכשמועסן בדברים של מה בכך...
אפשר וועל איך נאך ווערן דיין חסיד
אפשר וועל איך נאך ווערן דיין חסיד

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו. איך וויל קומען צו אייך אויף שבת. איך פארשטיי אז איר ווילט נישט ארויסגעבן אייער אינפארמאציע אבער גיט אונז צו שפירן מטעם נועם זיוך
איך זיך שוין יארן לאנג א רב וואס זאל מיר אויפהייבען טפח וטפחיים מעל גבי קרקע
קודם מוזטו זיין א גרוש....
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אישתישבי האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו. איך וויל קומען צו אייך אויף שבת. איך פארשטיי אז איר ווילט נישט ארויסגעבן אייער אינפארמאציע אבער גיט אונז צו שפירן מטעם נועם זיוך

ווי ס'שטייט שוין שלשת ימים אל תגשו אל אשה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו. איך וויל קומען צו אייך אויף שבת. איך פארשטיי אז איר ווילט נישט ארויסגעבן אייער אינפארמאציע אבער גיט אונז צו שפירן מטעם נועם זיוך
איך זיך שוין יארן לאנג א רב וואס זאל מיר אויפהייבען טפח וטפחיים מעל גבי קרקע
קודם מוזטו זיין א גרוש....
ווי ס'שטייט שוין שלשת ימים אל תגשו אל אשה.
דאס געשעהט צו מענטשען וואס זענען חתונה געהאט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו. איך וויל קומען צו אייך אויף שבת. איך פארשטיי אז איר ווילט נישט ארויסגעבן אייער אינפארמאציע אבער גיט אונז צו שפירן מטעם נועם זיוך
איך זיך שוין יארן לאנג א רב וואס זאל מיר אויפהייבען טפח וטפחיים מעל גבי קרקע
קודם מוזטו זיין א גרוש....
אישתישבי: נאך פאר כ'האב געליינט דיין תגובה האביך שוין געוואוסט וואספארא מין ענטפער דו גייסט געבן...לאל...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אישתישבי האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו. איך וויל קומען צו אייך אויף שבת. איך פארשטיי אז איר ווילט נישט ארויסגעבן אייער אינפארמאציע אבער גיט אונז צו שפירן מטעם נועם זיוך
איך זיך שוין יארן לאנג א רב וואס זאל מיר אויפהייבען טפח וטפחיים מעל גבי קרקע
קודם מוזטו זיין א גרוש....
ווי ס'שטייט שוין שלשת ימים אל תגשו אל אשה.
דאס געשעהט צו מענטשען וואס זענען חתונה געהאט.
אה ביסט גערעכט. נאר מכאן:
וַיִּקַּח יִתְרוֹ חֹתֵן מֹשֶׁה אֶת-צִפֹּרָה אֵשֶׁת מֹשֶׁה אַחַר שִׁלּוּחֶיהָ
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:לצנות אין א זייט.
איר זענט העפליך געלאדנט צו קומען אהער אויף שבת, איך וועל זיך פרייען אייך צו האבן. אבער אזוי ווי איר פארשטייט, קען איך נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע וואו צו קומען. אויב וועט איר אמאל אהערקומען, וועט איר אויפגענומען ווערן ביותרת הכבוד.
@ מורינו ורבינו, עס דארף ווערן אויסגעלויבט דעם פאקט אז אז א מנהיג ישראל דרייט זיך אין קאווע שטיבל פשוט כדי ליתן לבו ודעתו בצרתן של ישראל. וואס זיי מאכן אלץ מיט און נישט סתם זיצן על סיר הבשר ועל בית הדמים [תרתי משמע].
לויט ווי האט געשריבען אינעם ארטיקל דעם אשכול וואס איר זענט צוגעגאנגען פתיחה דערקענט זיך אייער
עבודת הקודש מיט בינה יתירה.
אלזא @מורינו ורבינו קים איט אפ.
נ.ב. דא אין קאווע שטיבל אפערן מיר פון אלע סארטן קאווע (ע"ע שומרי שבת שול)
דא טוהט מען פראקטעצירן דעם "כשם שאין פרצופיהם דומות כך אין דיעותיהן דומות" יעדער מעג האבן א מיינונג.
מיר האפפען אז מיר אלע מיט אייך וועלן בענעפעטירן דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
איך וויל בלויז וואונטשן פארן גאנצן ציבור דא, א ליכטיגן פרייליכן שבת, דאס אור פון שבת זאל אריינלייכטן אין אייך און משפיע זיין אויף יעדן איינעם באשר נפשו ולבו חפצים.
שבת קומט דאך אן קיין שום הכנה, אזוי זענען די ספה"ק זענען מבאר, כי שמחתני ה' בפעלך במעשי ידך ארנן - אז די אורות זענען די פעולות פונעם אויבערשטן אליין און נישט די פעולות פון א מענטש, אנדערש פון יעדן יום-טוב, וואס די השפעות קומען אראפ, געוואנדן אין די הכנה און אין די כלים וואס דער מענטש גרייט צו.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער אור פון שבת וואס לייכט אין יעדן אידישן הארץ, זאל אריינשיינען ביז די טיפענישן פון די נשמה, אז זי זאל זיך קענען אויפכאפן פון איר שלאף און שטענדיג קענען דינען דעם אויבערשטן בשמחה ובטוב לבב, צו קענען פארוואנדלען די ימי החול לבחינת שבת.
דער זכות פון שמירת שבת און פון הייליגן דעם שבת, זאל מגין זיין אויף עם-ישראל בכלליות און בפרטיות, אויף יעדן איינעם באזונדער, צו שיקן א שפע רב, ברכות און ישועות, יעדער איינער מיט וואס ער דארף, מען זאל אויפגעראכטן ווערן בדבר ישועה ורחמים, במהרה.

- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
דער רבי קען דאס נישט איבערזאגן ביים טיש.., ווייל אינמיטן העט זיך דער דיין צושמייכלען, און אריינמורמלען צום בעל קורא אין אויער: ''כ'האב אלס געהאט א חשד אז דער רבי איז אויך אויף ק''ש''.מורינו ורבנו האט געשריבן:איך וויל בלויז וואונטשן פארן גאנצן ציבור דא, א ליכטיגן פרייליכן שבת, דאס אור פון שבת זאל אריינלייכטן אין אייך און משפיע זיין אויף יעדן איינעם באשר נפשו ולבו חפצים.
שבת קומט דאך אן קיין שום הכנה, אזוי זענען די ספה"ק זענען מבאר, כי שמחתני ה' בפעלך במעשי ידך ארנן - אז די אורות זענען די פעולות פונעם אויבערשטן אליין און נישט די פעולות פון א מענטש, אנדערש פון יעדן יום-טוב, וואס די השפעות קומען אראפ, געוואנדן אין די הכנה און אין די כלים וואס דער מענטש גרייט צו.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער אור פון שבת וואס לייכט אין יעדן אידישן הארץ, זאל אריינשיינען ביז די טיפענישן פון די נשמה, אז זי זאל זיך קענען אויפכאפן פון איר שלאף און שטענדיג קענען דינען דעם אויבערשטן בשמחה ובטוב לבב, צו קענען פארוואנדלען די ימי החול לבחינת שבת.
דער זכות פון שמירת שבת און פון הייליגן דעם שבת, זאל מגין זיין אויף עם-ישראל בכלליות און בפרטיות, אויף יעדן איינעם באזונדער, צו שיקן א שפע רב, ברכות און ישועות, יעדער איינער מיט וואס ער דארף, מען זאל אויפגעראכטן ווערן בדבר ישועה ורחמים, במהרה.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: גרושים צווישן היימישן ציבור - א רבי'שער שבת
@מורינו ורבינו עס קומט זיך אייך/דיר א לייק און חיזוק אנצוגיין.
ממה נפשך, זענט איר באמת אן אנגזעהנער רב, איז דאך פשוט אז איר טוט א גרויסע זאך מיטן קומען דא אין שטיבל און צונייגן אן אויער לדעת את שלום אחיך ומה יעשה בו, און מיר לעכצן צו הערן מער פון אייך.
ווידער אויב טאמער נישט, און דו טראלסט סתם ארום ביסטו דאך געוואלדיג גוט. צו קענען אזוי גוט שפילן די געים, זיך אזוי אריינלייגן אין די געדאנקענסגאנג פון א רב און וויסן וואס ער וואלט ווען געטראכט אדער געזאגט.
און מען רעדט דאך נישט פון סתם א רב. אונזער רב איז דאך אזא איינער וואס פון איין זייט איז ער געהעריג אין די סיסטעם און פון אנדערע זייט איז ער אביסל אויפגעקלערט, פראגרעסיוו, ער וויל שמועסן מיטן ציבור כאשר ידבר איש אל רעהו, אן קיין פילטער (no pun intended).
הכלל, סיי וויאזוי עס זאל נאר זיין שיינסטו צו זיין א טאלאנטפולער מענטש. חזק ואמץ, קיפ איט אפ!