סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מפיל קינד האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ריח"מ איז געווען פוסק אחרון אין גאנץ סאטמאר?

נישט דא ווער זאל לאכן

ר"י ראטה אמן ב"פ און ר"ג בערקאוויטש זענן געווען מער אנגענומענע פוסקים אין סאטמאר און אינדרויסן פון סאטמאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אמאל בין איך געווען מסופק אויב דו ביסט טאקע פארנארט אדער דו מאכסט זיך נאר.

די דאזיגע תגובה באשטעטיגט אז דיין ציל איז בלויז אביסל פאן און ליצנות...

ס'זייער פארשטענדליך, דער ווילנער חסיד האלט שוין נאך 20 יאר ליינען שמואל ווידער'ס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין דער בלאט, די שטותים וואס ער שרייבט - איבער דער גרעסטער און עלטסטער דיין אין סאטמאר וואס אלע דיינים זענען זיינע תלמידים, אינקלודינג ר'געציל - גלייבט ער שוין נעבעך באמת.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך moneyminded »

אגב עס הייסט יעצט אז אדמו"ר מהר"א פארט אויף בני ברק קומענדיגע וואך מאנטאג

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?

אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ריח"מ איז געווען פוסק אחרון אין גאנץ סאטמאר?

נישט דא ווער זאל לאכן

ר"י ראטה אמן ב"פ און ר"ג בערקאוויטש זענן געווען מער אנגענומענע פוסקים אין סאטמאר און אינדרויסן פון סאטמאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אמאל בין איך געווען מסופק אויב דו ביסט טאקע פארנארט אדער דו מאכסט זיך נאר.

די דאזיגע תגובה באשטעטיגט אז דיין ציל איז בלויז אביסל פאן און ליצנות...

ס'זייער פארשטענדליך, דער ווילנער חסיד האלט שוין נאך 20 יאר ליינען שמואל ווידער'ס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין דער בלאט, די שטותים וואס ער שרייבט - איבער דער גרעסטער און עלטסטער דיין אין סאטמאר וואס אלע דיינים זענען זיינע תלמידים, אינקלודינג ר'געציל - גלייבט ער שוין נעבעך באמת.
סתם שרייען בלאט בלא בלא קען איך אויך
אין די פראטקאלן פון קהל שטייט אז מ׳ האט אויפגענומען ריח"מ שטייט אז מ׳ נעמט אויף ר"ג בערקאוויטש פאר סגן דיין (נישט פאר א תלמוד)

ר"י ראטה איז אויך זיין תלמיד? ביסט אויפן קאפ געפאלן

יעדער אין סאטמאר ווייסט פארוואס מ׳ האט אויפגענומען ריח"מ, אמת אז ער האט זיך גוט אויסגעארבעט אלס פיינער דיין (ער איז געווען מיין דיין) און אויך א גרויסער יר"ש
אבער פארגלייכן צו ר"י ראטה און ר"ג? ביידע האבן נישט געהאט זכות אבות פון א טאטע/שווער נאר אויסגעקליבן אלס די שענסטע פירות פון סאטמאר, ווי דער דבר"י האט געזאגט "נעמטס דעם שווארצן פני יהושע געדענקענדיג זיין בקיאות אין יעדע פנ"י
עס איז געווען אפילו התנגדות פון די עליטע וואס האבן געוואלט זייערע קינדער אבער מי יבוא אחרי המלך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

טיפיקל בלאט געשרייבעכטס, הייסט לשיטתך וואלט מען געדארפט אריינשרייבן אין די קאנסוס אז ר' געציל ווערט אפיציעל א תלמיד פון ר'ישראל חיים מנשה? וואס נאך וואלט מען געדארפט אריינשרייבן פאר א גיט יאר?
ר"י ראטה איז אויך זיין תלמיד? ביסט אויפן קאפ געפאלן
ביי יעדע שווערע שאלה אין סאטמאר האט דער רבי געוואלט אז ר'ישראל חיים מנשה זאל מכריע זיין, און ר' יחזקאל איז טאקע נישט קיין אפיציעלע תלמיד אזוי ווי ר'געציל וואס האט אים יארן משמש געווען, אבער ר' ישראל חיים מנשה איז געווען דער גרעסטער און שטערקסטער דיין אין סאטמאר און ר' יחזקאל איז געווען אינטער ר'ישראל חיים מנשה וואס איז געווען די הויפט און דער שטערקסטער דיין. פארלייקענען פאקטן איז טאקע פון ענקער גרעסטער עקספערטיז און פון די גרעסטע קאמפיינען ביי די ארוינימלעך, נאר מיט אזעלכע שקרים קענט עטס ענק נעבעך דערהאלטן, און איך זאג נאכאמאל, נאך צוואנציג יאר ליינען דער בלאט גלייבסטו מעגליך נעבעך אליין די שטותים וואס די שרייבסט
יעדער אין סאטמאר ווייסט פארוואס מ׳ האט אויפגענומען ריח"מ, אמת אז ער האט זיך גוט אויסגעארבעט אלס פיינער דיין (ער איז געווען מיין דיין) און אויך א גרויסער יר"ש
אבער פארגלייכן צו ר"י ראטה און ר"ג? ביידע האבן נישט געהאט זכות אבות פון א טאטע/שווער נאר אויסגעקליבן אלס די שענסטע פירות פון סאטמאר, ווי דער דבר"י האט געזאגט "נעמטס דעם שווארצן פני יהושע געדענקענדיג זיין בקיאות אין יעדע פנ"י

רעד נישט קיין נארישקייטן, מען האט נישט אויפגענומען ר'ישראל חיים מנשה אלס זכות אבות, מען האט אים אויפגענומען ווייל ער איז געווען א ריז אין תורה, אין לומדות, אין התמדה, האט נישט פארפעלט צו קענען קיין איין פארשטיפטע פרי מגדים, איז געווען בקי אין ד' חלקי ווי אפילו בטעות האט ער זיך נישט טועה געווען אין א סעיף קטן פון א ש"ך אדער טורי זהב, געגעבן שימוש פאר צענדליגער ריזיגע דיינים, איז געשווימען אין ד' חלקי מיט די ראשונים און פוסקים ווי א פיש אין וואסער, געווען א ירא שמים מרבים, א צדיק יסוד עולם, פארדעם האט דער רבי ז"ל געוואלט אז מען זאל אויפנעמען ר'ישראל חיים מנשה, און פארדעם האלט זיך ר'געציל בערקאוויטש פאר א תלמיד מובהק פון דעם שר התורה. און נאכאמאל, פארלייקענען פאקטן, איז די שפייז פון די ארוינים, אהן דעם קענט עט'ס נישט אנגיין, ס'וועט ענק אבער גארנישט העלפן, די שכל פונעם ציבור [נישט בלאט ליינערס] איז נאכנישט אינגאנצן באנקראטירט.

און אלס א זייטיגע קרישקעלע, איז איראניש ווי די ארוינים וואס האבן געווארפן שטיינער מיט פאשקווילן אויף ר'יחזקאל ראטה ווען ער איז געקומען קיין קרית יואל, בחורים פון אהרנ'ס ישיבה זענען געשטאנען מיט גרויסע סיינס און געשריגן מייקל ראטה, נאך די דעמאלסדיגע פלאמפייערדיגע דרשה פון אהרן אין ישיבה קעגן ר'יחזקאל, דא פלוצלינג ביסטו געוואר געווארן אז דער רבי האט מפליא געווען זיין בקיאות אין פני יהושע..... הפלא ופלא

עס איז געווען אפילו התנגדות פון די עליטע וואס האבן געוואלט זייערע קינדער אבער מי יבוא אחרי המלך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינטערסאנטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

גאנצל האט געשריבן:ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?
ווען פונקטליך? הממ, עס איז דעמאלס געווען בערך צוואנציג צו זעקס
אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....
נו ממילא? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רב זאל צוריקציען פון א היתר? ער שרייבט דאך דארט מילתא בטעמא אז היות כהיום איז דא אן אנדערע אויסוועג איז בעסער אויב מען קען זיך באגיין אהן צו זיכן היתרים, די ווילסט דיך קריגן מיט אים דאן קריג דיך, ער איז נישט דיין בר פלוגתא (און אגב האט דאס גארנישט מיט די באסעס וואס מען נעמט פון א זאך וואס שטייט שוין לאנג, די רעדע פון די היתר אדער איסור איז צו מען מעג אינטערשרייבן אויף די זאכן צו נישט, קיינער האלט נישט אז פון א גויאישע פובליק סקול טאר מען נישט נעמען קיין באסעס, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
זאג עס איבער איין מאל און נאכאמאל ביז עס וועט דיר אריינגיין אין קאפ און דערנאך חוזר חזרה
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:[quot]
green sunday האט געשריבן:דער ביטערער אמת איבערוואס האט זיך אפגעשפילט בשנותיו האחרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

קונטרס עת לחשות ועת לדבר וואס איז ערשינען ווען בני יואל האט געפענט זייער זאל מיט די אקטיווע שטיצע פון אנשי מהרז"ל, וואס האט דעמאלס געמאכט א מהפיכה אין וועט יעצט נאכאמאל 

https://drive.google.com/file/d/1SZH4PCI1wxxnfeGj1ocf5C9w-H64VSN3/view?usp=sharing

די קענסטו דא ברענגען וויפיל שקרים די ווילסט, אבער גאנץ סאטמאר וואס געדענקט דעם ברך משה פון נ"ט ביז בערך ס"ג-ס"ד געדענקן גיט אז דער ברך משה איז געווען פעסט אין די כלים, ער האט זיך געטענה'ט מיט מענטשן אין די פאליטיק ענינים און האט זיך קיינמאל אפילו בטעות נישט טועה געווען און געזאגט "מיין זוהן אהרן דער רב הצעיר" ( אגב דעמאלס האבן ענק נאך יא געהאלטן אז ער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים און זיין רצון איז אויפצונעמען ר'אהרן) ער האט גערעדט צענדליגער דרשות אויסעווייניג, און חוץ איבערזאגן דא דארט האט ער גערעדט זייער צו דער זאך און געזאגט איינמאל און נאכאמאל רצון קדשו אז ער וויל רז"ל זאל זיין רב אין סאטמאר.

ווי לדוגמא האב איך שוין אויבן געשריבן וואס יעדער געדענקט ווי דער ברך משה האט זיך געטענה'ט מיט ראשי קהילה (מחוצפים) אין פובליק, ווי למשל חיים אליעזר גראס וואס האט זיך במשך א האלבע שעה געטענה'ט מיט די ברך משה אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל און דער ברך משה האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן, ווען חיים אליעזר האט געטענה'ט אז די ציבור וויל נישט, האט דער ברך משה געזאגט " וואס זאל איך טוהן איך וויל זייער שטארק אויפנעמען מיין זוהן רז"ל" און ווען חיים אליעזר האט זיך צוריק געטענה'ט אז עס ברענגט מחלוקת, האט דער ברך משה געזאגט "נו וואס זאל איך טוהן אז עס ברענגט מחלוקת זאל מען זיך וועגן דעים אויפלעזן?" און ווען ער האט געטענה'ט אז מען זאל אויפנעמען ענדערש ר'אהרן, האט דער ברך משה געזאגט"ר'אהרן האט גענוג אין קרית יואל, דא וויל איך האבן מיין זוהן ר' זלמן לייב" און דאס אלעס איז געווען ברבים פארנט פון אלע טובי הקהל אין בית מדרש ברך משה.
אזוי אויך איז געווען צענדליגער מאל וואס ער האט קלאר און דייטליך אז דאס וויל איך און פארטיג, און עט'ס ארוינים זענען נישט מער ווי גראבע מחוצפים אז וואס ס'געפעלט ענק נישט זאגט עט'ס אז מען האט אים נאר אויפגעהעצט און מען דארף נישט יעצט פאלגן די רבי ( עיין ערך חיים הערש מייזליש).

סאו צו זאגן אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך אין יענע צייטן איז נישט מער ווי מכחיש געווען את השמש בצהריים, ווילסט זאגן מען האט אים איינגערעדט, דעמאלס זאג איך לשיטתכם אז מען האט אים איינגערעדט און נעבעך אריינגעדרייט אויפצונעמען ר'אהרן און זיך צוקריגן וועגן דעים מיט האלבע וועלט.

סתם א זייטיגע נארישע שאלה אויב איך מעג, און פליז ווער נישט באליידיגט,
נישט אז ס'עפעס מעלה ומוריד, נאר סתם למען הפונקטליכקייט,

דו זאגסט "אז דער ברך משה האט זיך פעסט געטענה'ט אין פאליטיק ענינים"
און "לדוגמא" די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס,

מיין שאלה איז צו די עפיזאד פון חיים אליעזר גראס איז געווען די "דוגמא" אדער די "אויסנאם",
ווייל איך דענק נישט קיין שום אנדערע עפיזאד עפעס ענליכס אויסער דעם.
מיטאמאל דענק איך ער זאל אמאל זאגן ברבים בטעות "מיין זוהן ר' זלמן לייב דער וומ"ב רב"
אחוץ אפשר די "עיקר שכחתי" דרשה?
אויסער דעם ווען? ער'ט קיינמאל גערעט פון די ענינים ברבים,
דאס איינציגסטע וואס איך געדענק איז עפעס א הוקאפ פון מיאמי,
מיט בריוו'ן לרחצה און דער איד.

אדרבה אז דו קענסט מיר אנצייכענען ווען, וואלט איך עפרישיעטעד, שכוח

א קליינע נפקא מינה צו עס איז געווען נאך פעלער ווי די לאנגע טענה'ריי פונעם ברך משה מיט חיים אליעזר גראס צו נישט, יענץ אליין איז אויך גענוג שטארק!
און אז די ביסט נישט געווען אין סאטמאר יענע יארן און די האסט נישט געהערט די דרשות פון ברך משה, דאן קען איך אייך נישט העלפן. מער ווי איינמאל האט ער גערעדט ברבים אויסעווייניג און אויסגערימט זיין זוהן ר'זלמן לייב אים אנרופנדיג מיטן טיטל "דער רב", סיי אין ראדני האט ער גערעדט, סיי אין קעמפ, אין ישיבות, ביי שמחות, ביי די דינערס און נאך.

און יא ביי די עיקר שכחתי דרשה האט ער נאכדעים וואס ער האט מאריך געווען און גערעדט פון די חסד השם אז מען איז זיך דא צאמגעקומען וכו', האט נישט געדויערט מער ווי א ספליט סעקאנד וואס מען האט אים מעורר געווען אז ער האט נישט גערעדט איבער זיין זוהן, און עס האט נישט געדויערט מער ווי צוויי דריי סקונדעס וואס ער האט גלייך געזאגט "עיקר שכחתי צו רעדן דא פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען" און האט דאן מאריך געווען א שיינע שטיק צייט וואס פאר א חשוב'ע זוהן ר' זלמן לייב איז און אז ער איז ראוי לאותו איצטלא צו פירן די קהילה. ער האט דאס קלאר ארויסגעזאגט ברחל בתך הקטנה, און טויזענטער אידן האבן דעמאלס געזעהן אז ער האט גערעדט פון אויסעווייניג און מיט א ברען ארויסגעברענגט דעת קדשו קלאר און דייטליך.
איך קען האבן די רעקאדינגס פון די אלע דרשות?
שקר גס במילתא דעבידי לגלויי
ביי די הכתרה נאך העיקר שכחתי האט ער נישט גערעדט א ווארט פון רבנות, נאר אז ער איז א חשובער יונגערמאן וכו׳
איך בין דארט געווען, און די ביסט מכחיש השמש בצהרים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk[/quote]
שוין, אז די ביסט מכחיש את השמש בצהריים, האב איך אפירגעזוכט די לשון פון דער ברך משה וואס ער האט געזאגט ביי די הכתרה מיט א פלאם פייער פארנט פון טויזענטער אידן.

....מ'זעהט אזא עולם דא צוזאמגעקומען לכבוד שמחה של תורה, מכבד צו זיין א תלמיד חכם וואס ער זיצט און לערנט, דארף מען אים מכבד זיין, און די אלע וואס זענען געקומען דא איז אמת'דיג לכבודה של תורה.... מיר זענען דאך אלע דא געקומען לכבוד דעם וואס מ'האט דא אויפגענומען דא מיין זוהן רבי זלמן לייב פאר א רב אין די קהילה,[b] איז אזוי, דא איז מיר שוין שווער צו רעדן, ווייל אונז ווייסן מיר, כלום אב מעיד על בנו, א טאטע קען נישט עדות זאגן אויף א קינד, ווייל ער איז פשוט פסול לעדות, אבער א זאך וואס מ'ווייסט, איז נישט שייך צו זאגן פסול לעדות, יעדער ווייסט דאס, יעדער ווייסט, יעדער קען אין, מיין זוהן, ער איז דא געבוירן, דא אויפגעוואקסן, און ברוך השם ער איז א כלי שלימה, איך האף אז ער זאל קענען משפיע זיין אויף אידישע קינדער, זיי זאלן עוסק זיין בתורה און מקיים זיין די מצוות, און מ'זאל זוכה זיין צו גיין אלע אינאיינעם קעגן גואל צדק במהרה בימינו אמן, עד כאן לשון קדשו.

דאס איז נאר א קליין טייל פון די פייערדיגע דרשות וואס דער ברך משה האט געהאלטן יענע תקופה, סיי ביי די אסיפת מלמדים, און סיי ביי די אסיפות הקהל ווי אויבנדערמאנט ווי ער האט זיך העפטיג און ברבים געטענה'ט מיט חיים אליעזר גראס, און אויך ביי די אפיציעלע הכתרה בביתו נאוה קודש ח"י סיון, ווי ער האט נישט גארנישט געוועפט נאר געווען פעסט און די כלים און פארטיידיגט סיי ווער עס האט אים געבעטן אז ער זאל נישט אויפנעמען רז"ל, ער האט געזאגט איך בין שוין אלט און איך טראכט שוין אויף ווייטער און איך וויל אז מיין זוהן ר'זלמן לייב זאל פירן די קהילה. (עטליכע מאל האט ער גערעדט פון די קהילה אין וויליאמסבורג אבער בתוך הדברים האט ער כמה פעמים מרמז געווען אז איך בין שוין אלט און די עיקר כוונה איז אויך אויף לאחר מאה ועשרים).

בתוך הדברים האט ער דארט געזאגט " [b]מען דארף נישט רעדן קיין סאך, איך האב זעהר געוואלט אז רבי זלמן לייב ער זאל זיין דאהי דער רב, און ר' אהרן איז א גרויסער כח, האט ער דארט גענוג א גרויס, קרית יואל, מיט די ישיבה, מיט אויפהאלטן די שטעטל, ס'דא דארטן וואס זענען נישט אזעלכע חסידים אויך, וואס האלטן נישט מיט אים, ער האט גענוג, איך האלט אז פאר אים דארף מען נישט צולייגן, און איך וויל ער זאל זיין דא רבי זלמן לייב, און איך קען אים שוין פון קינדווייז אויס, איך בין זיכער אז - דער אייבערשטער וועט העלפן משיח זאל קומען בקרוב בימינו- ער וועט אנפירן די קהילה אזוי ווי עס ברויך צו זיין, אזוי ווי עס פאסט פאר אבות אבותינו, פאר אונז אלע, פאר'ן גאנצן קהל
, עד כאן מלשונו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינטערסאנטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפל
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?
ווען פונקטליך? הממ, עס איז דעמאלס געווען בערך צוואנציג צו זעקס
אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....
נו ממילא? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רב זאל צוריקציען פון א היתר? ער שרייבט דאך דארט מילתא בטעמא אז היות כהיום איז דא אן אנדערע אויסוועג איז בעסער אויב מען קען זיך באגיין אהן צו זיכן היתרים, די ווילסט דיך קריגן מיט אים דאן קריג דיך, ער איז נישט דיין בר פלוגתא (און אגב האט דאס גארנישט מיט די באסעס וואס מען נעמט פון א זאך וואס שטייט שוין לאנג, די רעדע פון די היתר אדער איסור איז צו מען מעג אינטערשרייבן אויף די זאכן צו נישט, קיינער האלט נישט אז פון א גויאישע פובליק סקול טאר מען נישט נעמען קיין באסעס, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
זאג עס איבער איין מאל און נאכאמאל ביז עס וועט דיר אריינגיין אין קאפ און דערנאך חוזר חזרה

ניין, קיינער דא האט נישט געהערט פון א פוסק אחרון צוריקצוען א היתר נאך איבער 20 יאר. דו יא? ברענג עס אהער ביטע (דער ציבור האט ספיקות צו ס'האט מעגליך מיט נגיעות/קרייז-דרוק/שטוב מענטשען וכד')
און וועגן די באסעס, כ'הער נישט גוט? אויב ס'איז אזא דבר פשוט, פארוואס האט מען געדארפט ווארטן אויפן היתר צו נעמען סק"ד באסעס ביז דער נייער אדמינ. איז אריינגעקומען 2 יאר צוריק?
און פארוואס קען בנ"י נישט זיך פארלאזן אויפן זעלבן אויסטרעף?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

יעדער ערנסטער פוסק טוישט פסקים געוואנדן לויט די מציאות ורוח המזן, און אויך סתם פון טוישן א מיינונג. פוסקים פון אלע דורות האבן צוריקגעצויגן פסקים.

פון הרב וואזנער לדוגמא איז דא אסאאאך פסקים וואס ער האט צוריקגעצויגן נאך מער פון 20 יאר, טייל פון זיי האט ער געדרוקט אין די שפעטערדיגע תשובות חלק ח'.

עצה טובה, הייב אן לערנען אביסל תשובות ספרים פון פוסקי זמנינו.
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

מפיל קינד האט געשריבן:יעדער ערנסטער פוסק טוישט פסקים געוואנדן לויט די מציאות ורוח המזן, און אויך סתם פון טוישן א מיינונג. פוסקים פון אלע דורות האבן צוריקגעצויגן פסקים.

וואס פאר א פארגלייך ווען מ'אדזשאסט א פסק לויט די היינטיגע מציאות/טעקנאלעדזשי...צו א פסק וואס מ'טוישט פאר פאליטיק/לקנטר
(אז די ביזט יא אזוי אויסגעקאכט ברענג כאטש איין דוגמע פונעם שב"ה)
אגב, מ'ווארט מיר אויף א געהעריגער אנאליז/תשובה איבער די סק"ד באסעס היתר וואס מ'האט הערשט געטראפן נאך 15 יאר פונעם איסור...
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אלגעמיין האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:יעדער ערנסטער פוסק טוישט פסקים געוואנדן לויט די מציאות ורוח המזן, און אויך סתם פון טוישן א מיינונג. פוסקים פון אלע דורות האבן צוריקגעצויגן פסקים.

פון הרב וואזנער לדוגמא איז דא אסאאאך פסקים וואס ער האט צוריקגעצויגן נאך מער פון 20 יאר, טייל פון זיי האט ער געדרוקט אין די שפעטערדיגע תשובות חלק ח'.

עצה טובה, הייב אן לערנען אביסל תשובות ספרים פון פוסקי זמנינו.

וואס פאר א פארגלייך ווען מ'אדזשאסט א פסק לויט די היינטיגע מציאות/טעקנאלעדזשי...צו א פסק וואס מ'טוישט פאר פאליטיק/לקנטר
(אז דו ביזט יא אזוי אויסגעקאכט ברענג כאטש איין דוגמע פונעם שב"ה)
אגב, מ'ווארט מיר אויף א געהעריגער אנאליז/תשובה איבער די סק"ד באסעס היתר וואס מ'האט הערשט געטראפן נאך 15 יאר פונעם איסור...

אז מ'רעדט שוין, פאר די רעקארדס, טאקע דער פוס"ה בעל שבט הלוי האט זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט ברבים אויפן מרד"א פון ק"י אלס איינער וואס האט "זוכה געווען צו כתר מלוכה והנהגה (אבער דאס קען מען באקומען מאבותיו) והעולה על גביהן איז די כתר תורה אויף וואס ער איז שולט און זיך מייגע געווען פון קינדוויייז אן".
אגב, איז די ראדני-קרייז געווען די איינציגסטע קהילה וואס האט נישט אפגעראכטן אן עצרת הספד לפטירתו אין ארה"ב/וארה"ק
(צוליב זיין שטאנדהאפטיגקייט קעגן די הולבי בג"ץ בלי היתר בי"ד, פאר ווער ס'דענקט) פאר רב אויערבאך ז"ל האט מען געטראפן צייט לספוד בכל מקום...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קענסט מיר אפשר ברענגען בילדער פון די עצרת הספד אין באבוב? וויזניץ? סקווירא? רחמסטריווקא? פאפא?...

איך בין נאכנישט זיכער אז ס'איז נישט געווען קיין עצרת הספד אויף אים, אבער לאמיר שוין זאגן אז נישט...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד: ווייל אנישט וואלט שוין דער איד ארויס מיט קידוש לבנה אותיות איבער א האלבן צייטונג איבער דעם ריזיגן עצרת הספד וואס כ"ק אדמו"ר שליט"א האט אפגעהאלטן אין ביהמ"ד הגדול...!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד: ווייל אנישט וואלט שוין דער איד ארויס מיט קידוש לבנה אותיות איבער א האלבן צייטונג איבער דעם ריזיגן עצרת הספד וואס כ"ק אדמו"ר שליט"א האט אפגעהאלטן אין ביהמ"ד הגדול...!

מיינסט עס אמת'דיג.......?....!
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

מפיל קינד האט געשריבן:קענסט מיר אפשר ברענגען בילדער פון די עצרת הספד אין באבוב? וויזניץ? סקווירא? רחמסטריווקא? פאפא?...

איך בין נאכנישט זיכער אז ס'איז נישט געווען קיין עצרת הספד אויף אים, אבער לאמיר שוין זאגן אז נישט...

אהא :טראכט , די גלייכסט הייסט צו די ראדני-קהילה צו די קהילות הנ"ל?
איך האב זיך ענדערש באצויגן צו קהילות וואס זענען מער גענויגט צו די עד"ה אין א"י ולשיטות הויואל משה, ווי תו"א, דושינסקי וכד' אבער אגב האבן זיי אויך מספיד געווען.
מ'דארף באמערקן דיין "איך בין נאכנישט זיכער" דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 20 בלעטער
קענסט ביז דערווייל דורכטוען/ענטפערן אויף די אנדערע ענינים וואס ווארט אויף דיין תשובה נכונה
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?
ווען פונקטליך? הממ, עס איז דעמאלס געווען בערך צוואנציג צו זעקס
אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....
נו ממילא? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רב זאל צוריקציען פון א היתר? ער שרייבט דאך דארט מילתא בטעמא אז היות כהיום איז דא אן אנדערע אויסוועג איז בעסער אויב מען קען זיך באגיין אהן צו זיכן היתרים, די ווילסט דיך קריגן מיט אים דאן קריג דיך, ער איז נישט דיין בר פלוגתא (און אגב האט דאס גארנישט מיט די באסעס וואס מען נעמט פון א זאך וואס שטייט שוין לאנג, די רעדע פון די היתר אדער איסור איז צו מען מעג אינטערשרייבן אויף די זאכן צו נישט, קיינער האלט נישט אז פון א גויאישע פובליק סקול טאר מען נישט נעמען קיין באסעס, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
זאג עס איבער איין מאל און נאכאמאל ביז עס וועט דיר אריינגיין אין קאפ און דערנאך חוזר חזרה

ניין, קיינער דא האט נישט געהערט פון א פוסק אחרון צוריקצוען א היתר נאך איבער 20 יאר. דו יא? ברענג עס אהער ביטע (דער ציבור האט ספיקות צו ס'האט מעגליך מיט נגיעות/קרייז-דרוק/שטוב מענטשען וכד')
און וועגן די באסעס, כ'הער נישט גוט? אויב ס'איז אזא דבר פשוט, פארוואס האט מען געדארפט ווארטן אויפן היתר צו נעמען סק"ד באסעס ביז דער נייער אדמינ. איז אריינגעקומען 2 יאר צוריק?
און פארוואס קען בנ"י נישט זיך פארלאזן אויפן זעלבן אויסטרעף?

איך האב שוין גראדע געזעהן איינעם צוריקציען נאך צוואנציג יאר, עפעס א רב וואס האט געדרש'נט אז אין חוץ לארץ איז נישט דא קיין שום מקום צו פייערן לג בעומר און האט יארן שפעטער צוריקגעצויגן......

מוסדות סאטמאר מהרי"י אין קרית יואל האט נישט גענומען די באסעס ווייל עס איז געווען א צופארעניש אין די ווערטשאפט אויף א געפערליכע פארנעם, ביז עס איז געקומען א נייער אדמיניסטראטאר און גענומען די זאך אין די הענט צו מסדר זיין די בוזשעט און בהורמנא פון די רבי שליט"א מיט די דייני הקהילה האט מען גענומען די באסעס פון דארט. ברענג נישט קיין ראי'פון די צייטן וואס די מוסדות איז געווען צופארן.

אגב, די בני יואל רבנים - א שטייגער ווי הגאון האדיר ר'אברהם לייטנער האט אויך געזאגט פאר בני יואל אז מעיקר הדין איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו נעמען די באסעס פון סקול דיסטריקט, נאר זיי זאלן עס נישט טוהן אלס למיגדר מילתא, וועגן דעם זאלסטו דיך אויך נישט ווינדערן אויב זיי גייען אויך איין טאג נעמען די באסעס וואס איז מותר אפילו לשיטת האוסרים פון די סקול דיסטריקט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

האט מיר שוין איינער געענטפערט אויף דעם?? אלע ארוינים זענען דאך שטארק אויסגעקאכט אין הל' מרא דאתרא, זיי פארלאזן זיך נישט בלינדערהייט אויף די דיינים... קיינער קיינער??
מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:גוט צו וויסן אז דו האסט נישט קיין הסבר אויף די גאנצע מערכה, דו פארלאזט זיך בלויז בלינדערהייט אויף די זאלישע דיינים...

אין א זייטיגע נאטיץ, די ארוינים פארשטייען יא זייער גוט זייער זייט....

וועסט מיר ענטפערן אויף דעם, וועל איך וויסן ווי גוט דו קענסט...
מפיל קינד האט געשריבן:אויב די גאנצע שטאט קרית יואל וויל זען דעם מרא דאתרא אינדרויסן, איז דא א וועג דאס צו טון? אדער ער מוז בלייבן רב לעולמי עד אפי' אויב קיינער דארף אים נישט פונקט ווי אין צפון קארעא?

נאכדעם וואס איז די דין אויב נאר א חלק וויל אים נישט? רוב שטאט? אויב ער ווערט א משומד רח"ל? אויב די אלטע ראשי הקהילה ווילן אים ארויסווארפן, קענען זיי? אויב דער ברך משה קומט אין חלום צוריקציען?

איז דא אן אויסנאם אדער מרא דאתרא בלייבט אייביג מרא דאתרא? ביטע קלארשטעלן וואס זענען די גדרים. א דאנק.
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
אלגעמיין האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווען איז ריח"ם פרי"מ געקרוינט געווארן אלס פוסק אחרון אין סאטמאר ?
ווען פונקטליך? הממ, עס איז דעמאלס געווען בערך צוואנציג צו זעקס
אגב ריחם פרי"מ האט קודם מתיר געווען די מוסד הק' שערי חמלה און נאכדעים געאסרט סאו ....
נו ממילא? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רב זאל צוריקציען פון א היתר? ער שרייבט דאך דארט מילתא בטעמא אז היות כהיום איז דא אן אנדערע אויסוועג איז בעסער אויב מען קען זיך באגיין אהן צו זיכן היתרים, די ווילסט דיך קריגן מיט אים דאן קריג דיך, ער איז נישט דיין בר פלוגתא (און אגב האט דאס גארנישט מיט די באסעס וואס מען נעמט פון א זאך וואס שטייט שוין לאנג, די רעדע פון די היתר אדער איסור איז צו מען מעג אינטערשרייבן אויף די זאכן צו נישט, קיינער האלט נישט אז פון א גויאישע פובליק סקול טאר מען נישט נעמען קיין באסעס, אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך)

ר' געציל איז דומץ דמתא אין קר"י און ער איז פוסק אחרון אין קר"י
זאג עס איבער איין מאל און נאכאמאל ביז עס וועט דיר אריינגיין אין קאפ און דערנאך חוזר חזרה

ניין, קיינער דא האט נישט געהערט פון א פוסק אחרון צוריקצוען א היתר נאך איבער 20 יאר. דו יא? ברענג עס אהער ביטע (דער ציבור האט ספיקות צו ס'האט מעגליך מיט נגיעות/קרייז-דרוק/שטוב מענטשען וכד')
און וועגן די באסעס, כ'הער נישט גוט? אויב ס'איז אזא דבר פשוט, פארוואס האט מען געדארפט ווארטן אויפן היתר צו נעמען סק"ד באסעס ביז דער נייער אדמינ. איז אריינגעקומען 2 יאר צוריק?
און פארוואס קען בנ"י נישט זיך פארלאזן אויפן זעלבן אויסטרעף?

איך האב שוין גראדע געזעהן איינעם צוריקציען נאך צוואנציג יאר, עפעס א רב וואס האט געדרש'נט אז אין חוץ לארץ איז נישט דא קיין שום מקום צו פייערן לג בעומר און האט יארן שפעטער צוריקגעצויגן......

מוסדות סאטמאר מהרי"י אין קרית יואל האט נישט גענומען די באסעס ווייל עס איז געווען א צופארעניש אין די ווערטשאפט אויף א געפערליכע פארנעם, ביז עס איז געקומען א נייער אדמיניסטראטאר און גענומען די זאך אין די הענט צו מסדר זיין די בוזשעט און בהורמנא פון די רבי שליט"א מיט די דייני הקהילה האט מען גענומען די באסעס פון דארט. ברענג נישט קיין ראי'פון די צייטן וואס די מוסדות איז געווען צופארן.

אגב, די בני יואל רבנים - א שטייגער ווי הגאון האדיר ר'אברהם לייטנער האט אויך געזאגט פאר בני יואל אז מעיקר הדין איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו נעמען די באסעס פון סקול דיסטריקט, נאר זיי זאלן עס נישט טוהן אלס למיגדר מילתא, וועגן דעם זאלסטו דיך אויך נישט ווינדערן אויב זיי גייען אויך איין טאג נעמען די באסעס וואס איז מותר אפילו לשיטת האוסרים פון די סקול דיסטריקט.

סיריעסלי, די גלייכסט צו א מנהג צו אן ענקערס אן איסור יהרג ועל יעבור? ווי איטערעסאנט...
פארקויף נישט קיין לאקשאן, מ'האט שוין איינמאל אריינגעגעבן צו באקומען באסעס נאר נאך גרויס דריק מאנשי הקרייז האט מען געקענסלט
יעצט איז געקומען איינער מיט דיקע הויט פון ווילי און געשטעלט שחורים ביי די בנינים טירן פאר שכר לימוד קארטלעך ("בהורמנא פון די רבי שליט"א"-טרעפ א מקום אין די וועלט וואס האט דאס שוין געטוען)
און גענומען די פארביסענע צרי-עין און געלייגט אויפן פלייש ברעיט און רייסט שטיקער צו מאכן אביסל סדר (און יא, כמנהג המקום מאכט מען אים דאס טויט עה"י פשוט אלס נאטור...)
און ביי די באסעס האט ער זיי געזאגט זה הוא, היתר-איסור עטס ווילטס א מוסד דאס איז די רעסעפי און ווילאנג ער ברענגט געלט איז ער דער שולט/פוסק אחרון
ניין, בנ"י גייט דאס קיינמאל נישט טוהן. זיי האבן צוריק געצאלט א סטעיט גרענט פון 20 מיליאן ווייל ס'געווען מעררים. דארט איז געווען אסאך מער דבור פשוט א ס'איז מותר לשיטתם
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

רבי לעבן, פארדרייען א קאפ קענסטו א צווייטן. סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור, דער ראב"ד אינעם בריוו ווי ער ציט צוריק פונעם היתר שרייבט אויך נישט אז עס איז יהרג ואל יעבור, ער שרייבט נאר אז היות מען זעהט אז מען קען היינט האבן די סערוויס אן דארפן זיכן היתרים דאן איז ממילא אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויפ'ן היתר.

אין אנדערע ווערטער, אז די היתר איז געווען בשעת הדחק, און אז מען דארף נישט צוקומען צו היתירים דעמאלס זאל מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

אויב וואלט דער ראב"ד געהאלטן אז עס איז יהרוג ואל יעבור וואלט ער עס קיינמאל נישט מתיר געווען.

בני יואל טאקע וואס האלט אז עס איז יהרוג ואל יעבור, האלטן טאקע אז עס איז גענוג חמור, אז למיגדר מילתא זאל מען דאס נישט נעמען, און קהילת מהרי"י מיט'ן רבי'ן האלטן נישט אזוי. דאס וואס מען האט דאס נישט גענומען ביז די נייע אדמיניסטראטאר איז געקומען, איז ווי געזאגט געווען מכח די צופארעניש, ממילא אז איינער האט געשריגן יא נעמען האט דער צווייטער פון די הנהלה געשריגן נישט נעמען, און קיינער האט נישט גענומען קיין שום זאך דארט אין די הענט, ביז דער נייער אדמיניסטראטאר איז אנגענומען.

איך פארשטיי נישט וואס איז אייך שווער, אלעס איז זייער פשוט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווילל נאר דא אויסדרוקן דעתי הענייה. ריח"מ פר"מ זצ"ל. (כבודו במקומו מונח) האט צוערשט מתיר געווען שערי חמלה/סקול דיסטריקט. ווייל דאס איז געווען זיין דעת תורה. און חובת השעה. נאכדעים איז אריינגעקומען שטארקע לחץ פון בעלי נגיעות און א סאך פאליטיק. האט ער חוזר געווען. אבער ס'בלייבט ...,תפוס לשון ראשון"... והוא העיקר...!
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

green sunday האט געשריבן:איינער שרייבט מיר אין אישי: אז די סאטמערע דיינים אין וויליאמסבורג האבן אויך מתיר געווען פאר ר זלמן לייב צי זיין מסדר קדושין..

וועל איך אראפברענגן לש"ק פונעם ברך משה זי"ע ביי די פרשה פונעם קרית יואל סקול דיסטריקט, זענען געווען דעמאלס רבנים פון אנדערע קהילות וואס האבן זיך אריינגעמישט ווי אויך איז געווען געוויסע דיינים אין סאטמאר וואס זענען נישט געווען איינשטימיג וד"ל, איז געווען דעמאלס ביי איינע פון די מיטונגס ביים רבי'ן האט דער רבי דעמאלס געזאגט וזל"ק "דער פעטער ז"ל האט ממנה דעם דיין דא אין קרית יואל הרה"ג ר' געצל בערקאוויטש זאל זיין געזונט אז ער זאל דער דיין לדון ולהורות פאר אלעס אין קרית יואל אין ער האט דעם כח פון פעטער ז"ל אין ער איז דער פוסק אחרון פאר אלעס אין קרית יואל אין אינז האמיר דאס אינאיינם ציזאמען מיט מיין זון דער רב דארעך געטיען אין אלעס איז כשורה, אלע פון אינדרויסן זאל מען לאזן פון אינדרויסן"

איך מיין מען דארף גארנישט מוסיף זיין צי דעם, אז ווען א דיין פון וויליאמסבורג זאגט עפעס לגבי קרית יואל איז עס פונקט ווי א דיין פון סאן פאולו בארזיל

דער דיין הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א בעל אגלי דבש האט קלאר ארויסגעזאגט דעמאלס ככלות השבע פונעם ברך משה זי"ע ביים עצרת הספד אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל לפני ארון הקודש אז "רבינו שליט"א מהר"א איז דער מרא דאתרא פון עיר הצדק קרית יואל עד ביאת גואל צדק במהרה"

איך מיין סאיז קליפ אין קלאר פאר ווער עס איז עכט אינטערסירט צי וויסן דעם ריינעם אמת
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:רבי לעבן, פארדרייען א קאפ קענסטו א צווייטן. סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור, דער ראב"ד אינעם בריוו ווי ער ציט צוריק פונעם היתר שרייבט אויך נישט אז עס איז יהרג ואל יעבור, ער שרייבט נאר אז היות מען זעהט אז מען קען היינט האבן די סערוויס אן דארפן זיכן היתרים דאן איז ממילא אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויפ'ן היתר.

אין אנדערע ווערטער, אז די היתר איז געווען בשעת הדחק, און אז מען דארף נישט צוקומען צו היתירים דעמאלס זאל מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

אויב וואלט דער ראב"ד געהאלטן אז עס איז יהרוג ואל יעבור וואלט ער עס קיינמאל נישט מתיר געווען.

בני יואל טאקע וואס האלט אז עס איז יהרוג ואל יעבור, האלטן טאקע אז עס איז גענוג חמור, אז למיגדר מילתא זאל מען דאס נישט נעמען, און קהילת מהרי"י מיט'ן רבי'ן האלטן נישט אזוי. דאס וואס מען האט דאס נישט גענומען ביז די נייע אדמיניסטראטאר איז געקומען, איז ווי געזאגט געווען מכח די צופארעניש, ממילא אז איינער האט געשריגן יא נעמען האט דער צווייטער פון די הנהלה געשריגן נישט נעמען, און קיינער האט נישט גענומען קיין שום זאך דארט אין די הענט, ביז דער נייער אדמיניסטראטאר איז אנגענומען.

איך פארשטיי נישט וואס איז אייך שווער, אלעס איז זייער פשוט.

1. "סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאלטן אז די סקול דיסטריקט איז יהרג ואל יעבור"; נעוודאי נישט, זיי האלטן בכלל נישט אז ס'איז געווען/דא א פראבלעם און פארדעם האבן זיי עס געבויעט און דורך געבלוטיגט
2. "דער ראב"ד אינעם בריוו ווי ער ציט צוריק פונעם היתר"; פון וועלכע היתר און צו וועלכע איסור גייט דאס צוריק? איין איסור פון וואס דער עולם ווייסט איז די כפירה/יהרג ואל יעבור איסור. ס'דא לעוועל'ס, אה, נישט געוויסט. דערצייל אונז...
און בכלל אויף וועלכע חלקים פון סק"ד איז יא/נישט דא די איסור/היתר...ווייל ויו"מ ניצט די טערעפי און נאך אויך פון דארט.
3. " דאס וואס מען האט דאס נישט גענומען ביז די נייע אדמיניסטראטאר איז געקומען, איז ווי געזאגט געווען מכח די צופארעניש, ממילא אז איינער האט געשריגן יא נעמען"; צדיקל, קיינער האט נישט געשריגן, פאר 4-5 יאר צוריק איז געווארן
אריינגעגעבן הונדערט+ אפליקעישאן'ס פאר באסעס הארט פארן סק"ד בודזשעט דעדליין אין June, און ש'טייטזיך די סקול טעקס זענען ארויף, און עטליכע וואכן שפעטער איז דאס געווארן געקענסלט. צו דעם זענען עדות אלע הייזער אייגענטומער פון ק"י.
פארשפארט