ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין באמת ארויסגעגאנגן פון קאוועשטיבעל, אבער לחיבת הקודש וועל איך דא מסביר זיין פאר דער עולם וויפיל גרייזן עס ליגן אין די 'איסור' פון לעיס-טאפ שייטלעך.
די אוסרי השייטלעך, וואס אונז פסקנ'ן נישט ווי זיי, האבן דריי טעמים לאיסור:
באר שבע - צוליעב מראית עין
יעבץ - עס האט א דין פון קלתה, וואס איז נאר מותר בחצר
ישועות יעקב - עס איז די זעלבע פריצות ווי האר
אלע דריי זענען נדחה פון הלכה, דער רמ"א אין סי' ע"ה איז מתיר שייטלעך, ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א.
די צעטיל חתמ'ערס טענה'ן אז היינטיגע שייטלעך זענען אנדערש, און הרב פאלק האט געשריבן א גאנצע סימן אין זיין 'לבושה של תורה' מסביר צו זיין אז א שייטעל וואס זעט אויס פונקט ווי האר איז אסור.
די פראבלעם איז, אלע זיין מקורות זענען בטעות יסודם.
פארוואס דינגט זיך דער רמ"א אויף די אלע שיטות אויבן? אויף די צוויי ישועות יעקב און דער יעבץ, איז דאך פשוט. ער האלט אז האר וואס איז נישט באהאפטן צום קערפער איז נישט אסור, און נישט אויף דעם דיבר הכתוב, וחסל.
אויף די טעם פון מראית עין דארף מען זוכן א תירוץ. צו זאגן אז עס רעדט פון א מחלוקת אין מציאות איז זינלאז, לא זו הדרך ולא זו העיר. דער מגן גיבורים איז אבער יא מסביר דער ענין. ער שרייבט אז עס איז נישט דא קיין מראית עין אין א זאך וואס ווערט געטון ברבים, כמבואר ביו"ד סי' קמ"א, ווייל ברבים ליכא חשדא. ד.ה. איינער וואס זעט א פארהייראטע פרוי מיט אזא לעיסטאפ שייטעל, וועט נישט טראכטן אז זי האט אויפגעדעקט די האר, ווייל ברבים זינדיגט מען נישט אזוי. נמצא שאין שום דין מראית עין ביי א שייטעל.
דער מ"ב זעט אבער אויס אז ער האלט אנדערש, און ער שרייבט אז אין די מדינות ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, ווערט עס אסור אלס מראית עין. ד.ה. אז מענטשן וואס זען א לעיסטאפ שייטעל, וויבאלד די אפציע עגזיסטירט, וועלן גיכער זאגן אז עס איז א שייטעל ווי אננעמן אז יענער האט געזינדיגט. נאר אין אזעלכע לענדער ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, איז פארהאנן א פראבלעם פון דער וואס זעט די שייטעל.
ר' משה פיינשטיין זאגט פארשידענע סברות, ועיקר דבריו איז אז חז"ל האבן נישט גוזר געווען איז עס נישט אסור, און ער גיבט סברות פארוואס חז"ל האבן נישט גוזר געווען, ווייל עס איז נישט ממש אסור, נאך התבוננות קען מען זען אז עס איז א שייטעל, עכ"פ א פרוי קען עס באמערקן, און דאס פאר אים איז גענוג (מיין שוועסטער אימפארטירט שייטלעך פון טשיינע פאר מענטשן, און זי זאגט מיר אז עס איז גלייך קענטיג אז עס איז א שייטעל).
זכינו לדין, אז אלע שייטלעך זענען אויסדריקליך מותר לגבי די שאלה פון מראית עין.
קומט הרב פאלק מיט א פלאן, אז עס איז אסור מטעם אחר. ווייל די תכלית פון די מצוה איז אפצושיידן צווישן א פנויה און א נשואה. און ער לאזט זיך ארויס זוכן ראיות דערצו. ער ארבעט בעיקר אויפצוווייזן אז די חכמים האבן חושד געווען אז די חילוק זאל זיין קענטיג, וואס זאגט אונז גארנישט לגבי די דין כיסוי הראש. אדרבא, איינער פון זיין ראיות איז פון דער נחלת שבעה וואס איז מסביר פארוואס מ'פיהרט זיך מקדש צו זיין מיט א רינגעל, כדי זי זאל אייביג ווייזן אז זי איז פארהייראט. לדעתי איז דאס א ראיה לסתור. עס שטייט דארט אז דער כיסוי ראש טוט דאס נישט אויף, און מ'דארף דער רינגעל דערפאר.
ער גייט ווייטער מיט נאך ראיות מעין אלו, און צום סוף ברענגט ער א יעבץ וואס זעט אויס אזוי. דער יעבץ איז אין לחם שמים אויף משניות פ"ב דכתובות, ווי ער שרייבט אז א פנויה מוז זיך צודעקן מיט א קלתה, און א פארהייראטע פרוי מיט א מטפחת העכער די קלתה, און די חילוק איז אז עס זאל זיין קענטיג אז זי איז א בתולה און מ'זאל וועלן חתונה האבן מיט איהר, און דער אשת איש איז אסור פאר אנדערע. די פראבלעם איז אז דער יעבץ איז דאך נדחה מהלכה, און מנהג ישראל אין אלע ספרדישע לענדער איז ווי די מוסלעמענער און די מיידלעך גיין צוגעדעקט פונקט ווי זייער מאמעס, ואין פוצה פה ומצפצף שוין צענדליגער דורות. די הלכה איז נישט אנגענומן בכלל.
אלזא, קיין עמטליכע תשובה האט ער נישט פאר די איסור, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב בלוח לבי.
איך ווארט נאר ווי איינער זאל מיר מסביר זיין דער איסור, און ביז דעמאלס יאכלו ענוים וישבעו, וכן אני מורה ובא לכל שואל.
כ'בין מסכים מיט יעדעס ווארט. נאר דאס וואס איר זאגט אז דער באר שבע און די יעב"ץ זענען נדחה מהלכה צוליב דעם וואס דער רמ"א פסקנט קלאר ווי דער ש"ג און באמת אלע אנדערע עמודי ההוראה נושאי כליו של הש"ע דער מג"א וכו' וואס זאגט אויך אז די ווערטער פון ב"ש זענען דחויים. באמת זענען דער יעב"ץ און חתם סופר אויך עמודי ההוראה וואס זענען שפעטער פון רמ"א און מג"א און זיי געפעלט יא די ווערטער פונעם ב"ש ממילא יש מקום להחמיר נאר העיקר כהמקילים.
די כלומרשטע טעם צו מאכן א חילוק צעווישן א פארהייראטע פרוי און א מיידל האט נישט קיין שום מקור אין הלכה ואדרבה דאס אז בתולות זענען אנדרעש איז בכלל נישט עפעס אזוי מבורר אין דברי חז"ל און איז היבש פארנעפלט דער מג"א און בית שמואל מוטשען זיך נאך אויסצוגלייכן די חילוקים.
אויך די זאך כאילו אויב א שייטל קוקט אויס מער ווי עכטע האר דארף עס זיין הארבער איז גאנץ א לעצטער חידוש. פון די מתירים קוקט קלאר אויס אויב איז עס נישט מחובר איז עס נישט בכלל דת יהודית בכל אופן.