א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ווען ביסטו געבוירן
לייקענסט אז ווען מ׳ האט אויפגענומען דעם פערציג יאריגן ריח"מ (נאכן פארלירן זיין פאסטן ווייל סיגעטע ישיבה האט זיך צוגעמאכט, און זייענדיג א איידעם פון ר"א ט"ב) אלס דיין, האט מען אויך אויפגענומען דעם 20 יעריגן ר"ג א זון פון א מלמד און פשוטע משפחה (א חשובער יוד און ת"ח און חשובע קינדער אבער אן קיין שום פראטעקציע) אלס סגן דיין?
און ר"י ראטה איז געווען אונטער אים? זיי האבן אים ביידע איינגעפאקט בתורה, ווייז מיר די אלע יארן איין ערנסטער פסק ביי די זאכן וואס די גדו"י האבן דן געווען. ווי זענן זיינע תשובות ווי ר"י אדער ר"ג? אויסער שיקן יעדע ערנסטע שאלה צו ר׳ פישל (ששש)
יעצט לאמיר מספר זיין בשבחו, זיין יראת שמים אוו מידות איז כמעט א יחיד במינו, זיין שיעור בגמ׳ וואס ער האט פארגעלערענט צענדליגער יארן איז געווען פקיע שמי׳ און מהנה געווען 100דעטער אידן
זייער גוט אין טאג טעגליכע שאלות (אויב מ׳ האט געקענט צוקומען פרעגן ואכמ"ל)
איך וויל ח"ו נישט מזלזל זיין בכבודו, אבער ווען מ׳ נעצט אים פאר א שטעקן צו מבטל זיין אנדערע דארף מען פארציילן דעם אמת
בד"וו ווי אלט ביסטו? געדענקסט נישט ווען זיין טיטול איז געווען דומ"צ נישט ראב""ד
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
די שרייבסטו אז די ווילסט חלילה נישט מזלזל זיין בכבודו? איך הער גיט? איך גלייב אז די ווילסט דוקא יא מזלזל זיין בכבודו ווייל ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו ענקער ארוינישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. שטעל דיך פאר ווען ער איז ווען אן ארויני, דער בלאט וואלט געהאט ריזיגע העדליינס מיט לאנגע ארטיקלען איבער זיין גדלות בתורה, און אז ער איז די פוסק אחרון ווער עס זאל זיין רב אין וויליאמסבורג ווייל דער רבי האט אים געשטעלט, עטס וואלטס געשריבן אין די לענג און די ברייט איבער זיין קלארע פסקי הלכות, איבער זיין טיפע לומדות, איבער זיין געבן שימוש פאר צענדליגער עלטערע דיינים, איבער זיין קענען יעדע סעיף קטן אין שולחן ערוך מיט אלע אחרונים, איבער זיין דורכהאקן ש"ס טיף מיט אלע ראשונים, און וואס נישט.
אבער אזוי ווי דער ראב"ד איז דאך נישט געווען אן ארויני, ממילא מיזן ענק נעבעך מיט אלע כוחות ארבעטן צו מאכן דעם אנשטעל אז ער איז נישט מער געווען ווי א מוצ"ל, עפעס א צדיק'ל, איך פארשטיי זייער גיט דיין ווייטאג, און איך זעה נעבעך ווי די ארבעטסט שווער אהערשטעלן דעם בליק. ארבעט דיך נישט איבער ווייל עס גייט דיך קיין סאך נישט העלפן.
און די פרעגסט ווי זענען זיינע תשובות, איך האב נאך אזא באמבע קשיא שוין יארן נישט געהערט, אפשר זאגסטו מיר ווי זענען די תשובות פון רבי פישעלע הערשקאוויטש וואס די טענה'סט אז צו אים האט דער ראב"ד געשיקט אלע שווערע שאלות, ווי זענען זיינע תשובות? ווי זענען די תשובות פון רבי משה ניישלאס וואס איז געווען פקיע שמי' מיט זיין גדלות בתורה?, אזוי קען מען אויסרעכענען א גאנצע ליסט פון ריזיגע גדולים בתורה וואס האבן ווייניג געשריבן.
און גראדע האט ער יא געשריבן היבש אביסל תשובות להלכה, און עס איז שוין דא דארט מפורסם געווארן פארשידענע חריפות'דיגע תשובות פונעם ראב"ד - אויב דאס איז דיין מעסטער - נישט ווי די ליקוט פון תשובה ספרים וואס רופט זיך אגלי דבש.
און בנוגע דיין פרישע שקר פון אוועקשיקן אלע שווערע שאלות צו רבי פישעלע זצ"ל, האב איך פאר דיר נייעס, אז עס איז נישטא נאך אזא איינער וואס דרייט זיך ארויס פון ענטפערן שווערע שאלות ווי ר' געציל בערקאוויטש וואס עטס זענט'ס פארנומען טאג און נאכט אים צו אויפבלאזן וויבאלד ער דינט ענקער פארטיי, יעדער אין קרית יואל ווייסט דאס, און איך רעד שוין נישט פון די אופן וויאזוי ער דרייט זיך ארויס ווען ער וויל נישט ענטפערן, ווער עס איז געווען רגיל אים צו פרעגן פארשטייט וואס איך מיין. ווען רבי יואליש מארגענשטערן איז נאך געווען כשר, און האט באקומען א געהאלט פון קהל אין קרית יואל צו ענטפערן שאלות, פלעגט ר'געציל שיקן אלע שווערע שאלות צו אים, און נאכדעים פלעגט ער סתם אזוי נישט ענטפערן.
יא ער איז א פיינער דיין און קען אסאך תשובה ספרים, און האט אסאך קבלות פון רבי ישראל חיים מנשה בעניני הוראה, אבער קומט נישט צו צום קנעכיל פון רבי ישראל חיים מנשה וואס יעדער עלטערער דיין פלעגן אים טאקע רופן זיך דורך רעדן טאקע זייערע שווערע שאלות, אנדערש ווי די ליקוט תשובות הנקרא אגלי דבש, וואס רוב שואלים זענע מגידי שיעור אין מתיבתא אין קרית יואל, אדער ר'שלמה זאבעל, אדער ר'מאיר אליעזר פרידמאן, אדער סתם א תושב אין קרית יואל.
און ווען דער רבי האט אים געשטעלט צו פסקנ'ען יונגעלייט שאלות אין קרית יואל, מיינט נישט אז דער רבי האט געגעבן א שטעמפל אויף יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיי מויל פיפיציג יאר שפעטער איבער די הנהגה אין קרית יואל וואס האט זיך שוין געטוישט הונדער מאל זינט מען האט אויפגענומען ר'געציל אלס מורה צדק אינעם שטעטל, בשעת היינט צוטאגס עס זענען שוין דא דארט צענדליגער מורה הוראות און תלמידי חכמים מובהקים וואס קענען אויך הלכות סידור קידושין און ווייסן אויך וואס זיי רעדן.