און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך נאך העכער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
זייער א גוטע שאלה. איך האב געענטפערט דעם סורוועי, און כמדומני אז איך האב גענטפערט דערקעגן, כאטש וואס איך בין נישט קעגן דאס נעמען פאר די וואס ווילן/דארפן דאס, מער ווי ס'האט מיר געשטערט די שמועסן פון 'צווינגען' יעדן עס צו נעמען.
די שאלה אליינס, פארענטפערט אבער נאכנישט פארוואס דווקא ביי חסידישע איז די מהלך המחשבה שטארק.
אויף זייט 13 שרייבן זיי אז 57% פון די חסידים וואס ווילן עס נישט נעמען איז דאס אלס ווייל זיי זאגן אז זיי דארפן עס נישט [מכח אנטיבּאַדיִס וכו׳]. לעומת, למשל, 71% וואס געבן אָן אלס חששות אויפ׳ן סעיפטי דערפון. אויף זייט 19 שרייבן זיי אז ביי די חסידים וואס האבן געהאט קאוויד (וואס ביי חסידים איז דאס טאקע געווען 70% פון די אויסגעפרעגטע; זייט 7) איז דאס זיין קעגן נעמען די וואקסין 52% לעומת ביי די וואס האבן עס נישט געהאט וואו עס איז 34%. ואולי אז ביי די וואס האבן עס געהאט קומען זיך צאם (ביי א חלק) ביידע חששות: ס׳איז נישט סעיף (וואס דאס האבן דאך די מערהייט געענטפערט כמבואר לעיל), ואפילו את״ל אז יא דארף איך עס נישט.
כמובן, איז עפ״י מעדעצין וכו׳ דאס׳ן עס שוין האבן געהאט נישט א זייער מאסגעבנדער תירוץ דאס נישט צו נעמען.
אויף זייט 10 שרייבן זיי אז נאר 34% פון חסידים האלטן עס איז סעיף; 19% זענען איבערצייגט אז נישט און 47% זענען נישט זיכער. ביי די אנדערע געמיינדעס איז עס 59-60 % וואס האלטן עס איז סעיף און נאר 10-12% זענען איבערצייגט אז נישט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מען נעמט אן כאילו די default וואלט געדארפט זיין יא וואקסינירן, און כאילו אז א קאוויד וואקסין זאל נעמען די זעלבע פרעצעדענט ווי אלע אנדערע אלגעמיינע וואקסינען. לדעתי איז עס א גרויסע חילוק. און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.
ליב צו וויסן האט געשריבן:די שאלה אליינס, פארענטפערט אבער נאכנישט פארוואס דווקא ביי חסידישע איז די מהלך המחשבה שטארק.
אפשר ווייל די חסידים האבן די גרעסטע מאס הערד אימיוניטי? נישט בייגעפאלן?
כנראה איז אבער דאך נישט דא גענוג אויף צו האבן פולשטענדיגע הערד אימיוניטי (הגם מ'קען מעגליך טענה'ן אז הערד אימיוניטי איז לכאורה יא קאנטיניואס אין דעגריס עכ"פ ביי עפעס א גרעסערע טרעשהאלד, וממילא קען מען טענה'ן אז ביי אונז איז דאס דאך מער). הגם אויב נעמט מען אן אז דאס איז ביי 75% איז מען דאך נאנט צו דעם פולשטענדיגן טרעשהאלד עפ"י די נומערן פון די סורוועי (וכ"ש אויב די טרעשהאלד איז טאקע ביי 70%). אבער פון סתם אנטיבאדיס איז דאך דאס א שוואכערע הערד אימיוניוי וויבאלד די אנטיבאדיס בלייבן דאך כנראה נישט זייער לאנג, וכנ"ל פארוואס מ'דארף זיך וואקסינירן על אף מ'האט שוין געהאט קאוויד. ועיין בזייט 12 אז דאס זיך נישט וואקסינירן שטערט טאקע צו באקומען דאדורך דעם הערד אימיוניטי.
קורקלענד האט געשריבן:און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.
אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.
די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.
קורקלענד האט געשריבן:און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.
אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.
זייט ווען קען נישט איינער וואס איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש זיין א חכם ונבון. ספעציעל אין א געזעלשאפט וואס איז זייער חכמיש ונבוניש און כמעט קיינער גייט נישט אין קאלעדזש.
מי אני האט געשריבן:[ אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.
איך וויל נישט פארפארן פון די נושא, אבער זייער אסאך פון די גרעסטע ''חכמים ונבונים'' פון די היינטיגע דור, זענען פון די וואס זענען נישט געלערנט און זענען נישט מיטגעשלעפט.
yatzmachp האט געשריבן:ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.
די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.
הצלה לויפט שוין מיט עדס פאר א שטיק צייט. איך בין שוין לאנג נייגעריג צו איינער קען איינעם וואס איז נשפע געווארן פון זייערע עדס.
(נשפע געווארן צו נעמען די וואקסין. איך ווייס עטליכע וואס זענען נשפע געווארן פון פעטער שמואל דורך די עדס... וד"ל)
מי אני האט געשריבן:און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך נאך העכער.
מי אני: איך בין נישט זיכער אז ס'איז נאך דא א הויכער פראצענט פון אידן וועלכע האבן (אמת'דיג) נישט קיין אינטערנעט...!
yatzmachp האט געשריבן:ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.
די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.
טאמבל סאוס: איך זעה אז דו האסט גע'לייק'ט יצמח פ. אפשר אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער וואו דו וואוינסט איז דאס דער מצב. אבער נישט דאהי אין אמעריקע. דערווייל איז הצלה, (ב"ה) נישט קיין מאני מעיקינג ארגאניזאציע...!
די רעזולטאטן זענען נישט שאקירנד, נישט ווייל די דאטא איז אונטער א פראגע צייכן, נאר ווייל מיר זענען שוין צוגעוואוינט פאר א יאר צייט אז דאס איז די מציאות ביים עולם. איך האב געמאכט אן אומסייענטיפישע אויספרעג אין א צימער פון איבער זעכציג חסידים א וואך פאר שבועות. חוץ די צוויי הצלה מעמבערס דארט האט קיינער נישט גענימען די וואקסין און האט נישט געפלאנט צו נעמען די וואקסין. די אנגעבענדע סיבות זענען געווען די זעלבע ווי די סורוועי רעכענט אויס, א range פון עדידטודס און גלויבונגן איבער די וויירוס, די וואקסין און פאליטיק. סאו כ'ווייס נישט וואס טרייבט די שפעקעלאציעס אז די סורוועי איז נישט אויפריכטיג. פאר מיר איז עס א גרויסע duh מיט גרעפיקס. אין מיין מאגערע מיינונג איז עס טראגיש, אבער נישט שאקירנד. ס'איז פארט בייהילפיג צו זעהן די דאטא און וויאזוי ס'ברעכט זיך אראפ צווישן גרופעס און די ניואמסן אונטער די סענטימענטן.
הקטן האט געשריבן:איז שוין היינט די וואקסין געהעריג FDA עפראווד אדער איז דאס נאך אלץ נאר אינטער עמערדשענסי אטערעזעשען?
Moderna became the latest COVID-19 vaccine maker to apply for full approval by the Food and Drug Administration, announcing last week that it has started the process for approval in people ages 18 and up. That follows Pfizer's announcement in early May that it was seeking approval in those ages 16 and up.
The FDA will take several months to review the full set of data before granting approval, which several experts told ABC News was very likely. For Moss, with nearly 300 million doses administered in the U.S., "there's nothing about that review process that's going to reveal anything we don't know."
קען זיין איך בין מיך טועה, און רוב מענטשן וואס ארבעטען נישט נאר לערנען אין כולל אדער מלמדים וכדומה אן פרויען וואס זענען אינדערהיים זענען נישט בדעה צו נעמען דער וואקסין.
פארוואס נישט מאכן עדווערטייזונג אין לוח הצבור קול ברמב און אין אלע היימישע אויסגאבעס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!