א פוטער קריזיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

א פוטער קריזיס

שליחה דורך טיכטיגער »

ווען א מאנגל אין פוטער האט געפירט אז מען זאל עס ניצן סאך מער ווי בלויז צו שמירן ברויט.
-

וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדט מען פון די הויכע פרייזן פון פילע פראדוקטן וואס האבן יעצט ארויפגעשאסן, אנגעהויבן ביי בוי-מאטעריאל און געענדיגט ביי פילע עסן פראדוקטן, די פרייז העכערונג קומט אנגעבליך צוליב א מאנגל פון פראדוקציע, ווען פילע פירמעס זענען געווען פארשלאסן דעם פארלאפענעם יאר צוליב קאראנאווירוס.
עס איז דא פלעצער וואו עס אפעקטירט מער און ס'דא וואו עס אפעקטירט ווייניגער, למשל קארס איז פארהאן ווייניגער צובאקומען היות געוויסע טיילן זענען נישטא צו באקומען, דאס זעלבע איז מיט בוי מאטעריאל, און גאנץ לעצטנס זענען די פרייזן פון פילע עסן פראדוקטן אויך געשטיגן גאר הויעך.
אלנפאלס, געוויסע פראדוקטן איז שווערער צו לעבן אן דעם און געוויסע גרינגער, איך גלייב אבער נישט אז איינס פון זיי זענען פוטער. פוטער איז זייער גוט צו שמירן אויפ'ן ברויט ביי פת שחרית, אבער אויב ווערט א מאנגל וועט מען זיך שוין אן עצה געבן, סך הכל איז דא א מאנגל אין אביסל פוטער, מה כל הרעש, אבער איינוואוינער אין נארוועגיע האבן גאנץ אנדערש רעאגירט צו א מאנגל פון פוטער, אזש ס'איז געווארן א גאנצער "פוטער קריזיס".

אין א צייט ווען מען רעדט פון א מאנגל פון פראדוקטן לאמיר זען וויאזוי אביסל פוטער האט צעלאזט דעם נארוועגישן פאלק און געשמירט די רעדער פון א קריזיס.

נארוועגיע, א פיצעלע אבער גאר רייכע לאנד, אבער ווען ס'איז אנשטאנען א מאנגל פון פוטער אין לאנד, איז זייערע רעאקציע ברייט צעשמירט געווארן איבער'ן וועלט, און די צייטונגען האבן זיך אונטערגעהאלטן מיט'ן אזויגערופענעם פוטער קריזיס.

א טרוקענער זומער
זומער פון 2011 איז געווען א קאלטער און א נאסער, עס האט גערעגנט כמעט דעם גאנצן סעזאן. רעגן איז גוט, אבער ווען ס'קומט מיט א מאס, דא האט פאסירט א קייט-רעאקציע. די שווערע רעגנס האבן געשטערט די גראז וואס די קיען עסן זענען נישט גוט געוואקסן, אזוי אויך האט געפעלט די נויטיגע זון שיין ס'זאל וואקסן ווי געווענליך.
נו אז די קיען עסן נישט געהעריג, נאכדעם וואס זייערע געווענליכע עסן איז שוואכער, פראדוצירן זיי שוואכער, און זיי האבן פראדוצירט סאך ווייניגער מילך ווי א געווענליכע יאר. באאמטע האבן געשאצט אז די קיען אין לאנד האבן פראדוצירט מיט בערך 5 מיליאן גאלאן מילך ווייניגער ווי א געווענליכע יאר, וואס האט געפירט צו א מאנגל פון פוטער.

א מאנגל אין פוטער פירט צו העכערע פרייזן; די פוטער פרייזן זענען דאן געשטיגן מיט דרייסיג פראצענט. א פשוט'ע שטיק פוטער פון אכט אונסעס האט געקאסט בערך פופציג דאלער! די מידיע האט אנגעהויבן ברייט באריכטן איבער א מאנגל, וואס דאס האט פילפאכיג פארערגערט דעם קריזיס, ווען מענטשן האבן זיך גענומען לויפן צו די געשעפטן אויסקויפן דאס ביסל פארבליבענע פוטער.
נו וואס טוט מען ווען ס'איז דא א מאנגל, היינט איז עס א קליינע וועלט, אלעס איז בלויז א שפאן אוועק, מען אימפארטירט אריין פון אינדרויסן פון לאנד. אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטן בילד, מיט יארן פריער האט נארוועגיע, אין א פארזוך צו פארזיכערן זייער פוטער אינדוסטריע האבן זיי ארויפגעשטעלט הויכע "טאריפס" פאר אימפארטירטע פוטער. טאקע דערפאר זענען בערך ניינצן פראצענט פון די נארוועגישע פוטער ערצייגט געווארן אין לאנד, וואס דאס האט פילפאכיג פארערגערט דעם מאנגל.
די רעגירונג האט ארויפגעלייגט די טאריפס מיט א גוטע כוונה, היות ס'איז שווער צו ערצייגן מילכיגע פראדוקטן אין אזא קלימאט, האבן זיי געוואלט פארזיכערן אז די לאקאלע מילך סוחרים מאכן געלט; יעצט אבער האט דאס פארערגערט דעם מאנגל, וויבאלד קיין איין פירמע האט נישט געוואלט שיקן פוטער און צאלן אזעלכע הויכע טעקסעס.
די רעגירונג האט דאן באשלאסן צו נידערן די הויכע טאריפס כדי פירמעס זאלן וועלן אימפארטירן פוטער; זיי האבן גענידערט די פרייזן מיט אכציג פראצענט, פון איבער 4 דאלער פער קילאגראם צו עטליכע זעכציג פראצענט פער קילאגראם.

דעם קאפ אויפ'ן פלאץ
ווי אייביג אין צייט פון נויט זענען דא אזעלכע וואס האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און פרובירן עס "אויסצוקעשן", דאס זעלבע האט דא פאסירט ווען פוטער איז פלוצלינג געווארן א ווערטפולער ארטיקל.
עס איז געווען א צייטונג אין נארוועגיע וועלכע האט געזוכט צו ציען פרישע ליינער, האבן צוגעזאגט א פונט פוטער פאר נייע סובסקרייבער. אזוי אויך האבן גרעניץ וועכטער געכאפט עטליכע מיט 'פוטער אויפ'ן קאפ' ווען זיי האבן פרובירט אריבערצושמוגלען דעם גרעניץ פילע קעסטלעך פוטער.
אזוי אויך האבן געשעפטן אין דעם שכינות'דיגן שווייץ געמאלדן פאר נארוועגישע איינוואוינער אז זיי וועלן פארטיילן פוטער בחינם פאר נארוועגישע קונדן וואס קומען איינקויפן אין זייער געשעפט אויף דעם אנדערן זייט גרעניץ. די שווייצער געשעפטן נעבן דעם גרעניץ האבן טאקע געמאלדן אז זיי האבן פארקויפט צוואנציג מאל מער פוטער ווי געווענליך, ווען ניין פון צען קונדן זענען געווען נארוועגישע.
עס האט גענומען חדשים לאנג ביז ווען די דארטיגע פירמעס האבן באוויזן נאכצוקומען דעם גרויסן פוטער פארלאנג און סטאביליזירן דעם פוטער מארקעט.

-
אן אינטערעסאנטער קאפיטל, אבער נאכ'ן עס לייענען קומט איר ארויף א מחשבה זרה, אז דער עיקר מאנגל איז געקומען צוליב די הויכע טאריפס, ווייל אויב קען מען ווען אימפארטירן וואלט נישט געווען קיין מאנגל. איז אפשר דאס זעלבע יעצט אין אמעריקע, אמת ס'איז דא א מאנגל צוליב קאראנא, אבער אפשר צוליב די טאריפס אויף פארשידענע לענדער? איך ווייס נישט, איך בין נישט קיין עקאנאמיסט און נישט קיין פאליטיקער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפּ האט געלייגט צען פראצענט טאריף'ס אויף קאנאדישע האלץ. האלץ איז אבער געשטיגן מיט אפאר הונדערט פראצענט. איך גלויב אבער אז מענטשן וואלטן גערן געצאלט די צען פראצענט ווי איידער מיט אפאר הונדערט פראצענט מער. און גראדע ביידן האט לעצטענס געדאפעלט די קאנאדישע האלץ טאריף צו צוואנציג פראצענט!

אמת טאקע אז טאריף'ס הויבן פרייזן פון פראדוקטן. אבער אז א קאנטיינער איבער די וואסער קאסט צוואנציג אלפים דאס האט שוין גארנישט מיט קיין טאריפן.
nespresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: א פוטער קריזיס

שליחה דורך nespresso »

איך ווייס נישט וואס די מצב איז היינט אבער פאר אפאר יאר צרויג ווען איך האב געלערענט אין ישראל איז געווען א תקופה וואס עס איז נישט געווען צובאקומען קיין פיטער און אלעס איז אנגעגאנגן

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נעספרעססא: נישט ביי מיר. ביי מיר איז פוטער א חלק פון פרישטיג. ברויט אן פוטער קען איך מיר נישט פארשטעללן...! או.קעי. מארגארין קען זיין א גוטער סאבסטיטוט...!
nespresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: א פוטער קריזיס

שליחה דורך nespresso »

berlbalaguleh האט געשריבן:נעספרעססא: נישט ביי מיר. ביי מיר איז פוטער א חלק פון פרישטיג. ברויט אן פוטער קען איך מיר נישט פארשטעללן...! או.קעי. מארגארין קען זיין א גוטער סאבסטיטוט...!
קרים טשיז איז געווען אבער איך האב נישט ליב געהאט די איזראלי קרים טשיז האב איך מיר געמוזט באגיין בפת במלח

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א פוטער קריזיס

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יא יא, שווערע צייטן געווען דאן, זיך געמוזט באגיין מיט שקשוקה פאר פרישטאג.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

א רחמנות אויף ענק אלע.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: וואסי...? דו ביזסט אזא פרוש און סגפן ווי מיין פעטער, ע"ה. ער. א איד אן אויסגערופענער תלמיד חכם און מגיד שיעור אין זיין ביהמ"ד. (פאפא). איז געווען א מסתפק במועט. אויך מכח כמה טעמים. (ר'האט נעבעך נישט געהאט א פונקציאנירנ'דיגע אשת חיל.).

איך בין אמאל אריין צו איהם אין א מיטוואך אינדערפריה. האביך באמערקט ווי ער עסט א שטיקל טרוקענע חלה (שיריים פון שבת). און ער פארטרונקט מיט א קאלטע טיי. (או. קעי. אויף די קאלטע טיי קענמען נישט בלעימען זיין ווייב.)...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך בין נישט אזא סגפן ווי דיין פעטער ע"ה, נאר ווען ס'איז נישט דא קיין פוטער עסט מען טונא מיט אייער שפייז, מ'בלייבט חלילה נישט הונגעריג.......
פארשפארט