איה״נ. (ולפי״ז קען מען אויסטייטשן ווי א פאזיטיוו דאס אז אויף זייט 8 האלטן נאר 18% פון חסידים אינעם סורוועי אז קאראנע איז א סכנה צום געמיינדע, אויב זאגט מען אז ״סכנה״ מיינט מען בכלל/אַן עוורידזש. די שאלה איז אבער צי דאס איז מכח דורכגעטראכטע אינפארמאציע עפ״י די פאקטן [״חכם ונבון״], צי פשוט וועגן סתם ציניזם.)
וואס [tag]העניך[/tag] ברענגט ארויס איז אז די וואס זענען דערקעגן, וואס איז א העכערע ראטע, זענען בעיקר וועגן די סעיפטי פונעם וואקסין [71%; זייט 13] און דאס איז נישט אין טאָטש.
אונטער חכם האט געשריבן:(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])
אגב, למען הדיוק, ס׳נישט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס 50% מיינט בכלל. די
בּערלין נומעריסי טעסט וואס מ׳האט זיי געגעבן פרעגט די שאלות (פון זיי האט מען זיי געפרעגט צוויי):
[left]Out of 1,000 people in a small town 500 are members of a choir. Out of these 500 members in the choir 100 are men. Out of the 500 inhabitants that are not in the choir 300 are men. What is the probability that a randomly drawn man is a member of the choir?
Imagine we are throwing a five-sided die 50 times. On average, out of these 50 throws how many times would this five-sided die show an odd number (1, 3 or 5)?
Imagine we are throwing a loaded die (6 sides). The probability that the die shows a 6 is twice as high as the probability of each of the other numbers. On average, out of these 70 throws how many times would the die show the number 6?
In a forest 20% of mushrooms are red, 50% brown and 30% white. A red mushroom is poisonous with a probability of 20%. A mushroom that is not red is poisonous with a probability of 5%. What is the probability that a poisonous mushroom in the forest is red?[/left]
דאס טעסט אויף באהאווענטקייט אין נומעריסי בכלל ופראצענטן/פראבעביליטי.
די תירוץ אויפ׳ן ערשטן שאלה איז 25%, וויבאלד עס זענען נאר דא 400 מענער אינעם דארף און פון זיי זענען נאר 100 אינעם כאר. די תירוץ אויפ׳ן צווייטן שאלה איז 30, ווייל דאס איז 3/5 [די צאל פון אַדד נומערן דערויף לעומת די איִווען נומערן דערויף] פון 50. די תירוץ אויפ׳ן דריטן שאלה איז 20, וויבאלד אז איך האב 6 זאכן און 5 פון זיי די זעלבע פראבעביליטי און די זעקסטע פונקט דאפלט פון זיי, איז די פראבעבילטי פון די פינעף 1/7 און די זעקסטע 2/7; 2/7 פון 70 איז 20. די תירוץ אויפ׳ן פערטן שאלה איז 50%, ווייל 20% פון 20% איז 4% און 5% פון 80% [די איבעריגע צוזאמען] איז אויך 4%.וואלטן חסידים געווען/געטוהן בעסער דערויף?
זיי ברענגן אויך ארויס אז פון וואו מ׳באקומט אינפארמאציע שפילט גאר א שטארקע ראלע, און צו באקומען דאס פון סאָשׁעל מיִדיִאַ איז עלול פאר גרעסערע מיסאינפארמאציע. דאס איז וואס די הצלה סורוועי האט אויך געוואוזן איז מער ביי חסידים ווי אנדערע קוועלער [זייט 9].
ווי אויך קען אפשר נוגע זיין אז דאס איז דאך גענומען געווארן א האלבע יאר צוריק. קען זיין אז דאס איז א חילוק מיט יעצט וואס מער אינפארמאציע איז עוועילעבּל וכו׳.