איך וואלט געזאגט אז דער חילוק צווישן אגנאסטיקן און אטעאיסטן איז מער א פסיכולאגישער, דער אטעאיסט זוכט מער סערטענטי (וודאות בלע''ז) און איז ווייניגער באקוועם מיט אן אפענער ארגומענט.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי די קשיא פונעם פותח האשכול פון וואו די אטעאיסטן נעמען די זיכערקייט אז ס'נישט דא קיין גאט מיין איך אז די עיקר קלעים פון אטעאיזם איז אז רעליגיע איז א סכנה פאר די מענטשהייט און ברענגט אן מער חורבנות ווי גוטס, די קלעים אז ס'נישט דא קיין גאט איז שוין מער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
בנוגע די ראציאנאל דערפון מיין איך אז דער אטעאיסט מיינט פשוט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז ס'איז דא, און דעריבער אפילו ס'איז דא אזא מעגליכקייט (דהיינו אז ס'עקזיסטירט זאכן וואס מיר האבן נישט קיין שום סיבה צו טראכטן אז זיי עקזיסטירן און מיר קענען נישט פארשטיין זייער עקזיסטענץ), דאך לשיטתם קומט אפיר פונעם אגנאסטיק, כאילו ס'איז עפעס ענליך צו א ספק השוה, און כאילו ער איז סה''כ נישט ''אינגאנצן איבערצייגט'' אין די ראצינאלע הוכחות פאר טעאיזם, און דעריבער געט ער עס א ספק. וואס דאס איז נישט ריכטיג לשיטת האטעאיסט וואס לשיטתו איז דא ''קיין'' לאגיק/הוכחה וואס פירט אהין..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk