דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע".. קאאליציע רעגירונג אין מדינת ישראל אביגדור/ איוואט ליבערמאן. ווער איז ער...?

ער איז געבוירן אין די געוועזענע סאוויעטישע רעפובליק מאלדאוויע. אין יאר 1978 האט ער עולה געווען קיין מדינת ישראל צוזאמען מיט זיינע עלטערן. צוערשט האט ער געארבעט אין בן גוריון עירפארט אלס ..."שלעפער".../סבל. ער האט א פאר געזונטע פלייצעס. שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין קאלעדזש און ער האט חתונה געהאט. ער האט 3 קינדער.

אין יאר 2016 האט איהם בנימן נתניהוא אריינגענומען אין זיין רעגירונג אלס דעפענס מיניסטער. ער איז נישט געווען צופרידן וויאזוי די מלחמה אין עזה איז געפיהרט געווארן. האט ער רעזיגנירט און געמאכט אן אייגענע פארטיי. ..."ישראל ביתנו"...!

ווי ס'זעהט אויס קומט ער פון גאנץ א רעליגיעזע, היימישע משפחה. אנגעבליך (אזוי האט ער געזאגט) אז דער ריבניצער רבי זי"ע האט איהם געברענגט תפילין צו זיין בר מצוה...!

דער איזראעלי משפחה ברענגט אפילו א פיקטשער ווי ער שטייט אנגעטון טלית און תפילין און ער איז דער שליח ציבור.

פאליטיש איז ער אייביג געווען א ..."רעכטער"... און ער האט קיינמאל פריער נישט ארויסגעוויזן קיין אנטי רעליגיעזע סענטימענטן. אבער אין די לעצטע 2 יאר איז ער געווארן זייער שטארק אויסגעשפראכן אקעגן רעליגיע בכלל. און ספעציעל אקעגן די חרדים. און ער האט פארבינדן זיין פאליטיק מיט זיין אנטי-דת. זיין סלאגאן איז ער ווילל האבן א אידישע מדינה. אבער אן תורה...! ער ווילל געפעללן פאר די 1 1/2 מיליאן רוסישע אימיגראנט. וואס די מערסטע פון זיי זענען אפילו נישט קיין אידן עפ"י הלכה.

דער אויבנדערמאנטער משפחה מעגעזין האט א לענגערן באריכט איבער דעם נייעם פינאנץ מיניסטער. אביגדור ליבערמאן. זיי שרייבן נישט איבער זיין אנטי-רעליגיעזע פלאטפארמע. נאר זיי ברענגען א סאך דיטעילס איבער זיינע טונקעלע געשעפטן און פינאנציעלע שווינדל. און דער חידוש איז אז די ..."מערכת המשפט"... אין מדינת ישראל האט נאכנישט געברענגט קיין אינדייטמענט אקעגן איהם.

דער משפחה ברענגט אויך אז ס'איז דא א פרוי וואס זי איז געווען איינע פון די הויפט אינוועסטיגעטערס אין דעם קעיס פון ליבערמאן. און זי האט זיך געוואונדערט אז אייביג ווען זי האט געברענגט א סאך ראיות איבער זיינע פינאנציעלע שווינדלען האט איהר דאמאלס'דיגער באס דער אטוירני דזשענעראל יהודה וויינשטיין קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעסע צו פיהרן דעם קעיס ווייטער. ער האטציך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע תירוצים. אויך. ווען זי האט אפגעשמועסט מיט איהר חבר'טע זיך צו טרעפן אין א געוויסן רעסטאראנט האטציך פלוצלינג באוויזן איינער א בר נש נאנט צו זיי און געקוקט די גאנצע צייט אויף זיי. ווען זי איז ארויס אויף די גאס איז יענער פארשוין נאכגעגאנגען. ביי אן אנדערע געלעגנהייט האטציך בארימט איינער פון ליבערמאן'ס מענטשן אז ער ווייסט פון א יעדן אינוועסטיגעישן וואס גייט אן אקעגן איהם.

לויט דעם באריכט פון משפחה קומט אויס אז ער (ליבערמאן) איז א פשוט'ער שווינדלער און מאפיאנער. ווער רעדט נאך פון זיין אנטי רעליגיעזע פלאטפארמע און אפענע שנאה צו חרדים. וואס קענמען שוין ערווארטן פון אזא רעגירונג צוזאמשטעלל...?!

לאמיר האפן און מתפלל זיין אז אט די פאלשע כלאים רעגירונג וועלכע באשטייט פון שונאי הדת און אראבערס וועט נישט האבן קין קיום און די אלע גזירות וועללן אי"ה בקרוב בטל ווערן...!
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

לאמיר האפן אז די גאנצע מדינה וועט בטל ווערן, נישט בידי אדם נאר דורך משיח צדקנו בב"א

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:לאמיר האפן אז די גאנצע מדינה וועט בטל ווערן, נישט בידי אדם נאר דורך משיח צדקנו בב"א

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס זאגסטו?... משיח צדקינו וועט בטל מאכ'ן די הייליג לאנד?!! כ'גלייב נישט מיינע אויערען...
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אויב האט דאס געדארפט זיין א ביאגראפיע, איז דאס אביסל פעלערהאפטיג איז לאמיר עס אביסל משלים זיין...

ליבערמאן האט אנגעהויבן צוארבעטן מיט נתניהו אין 1988 ווען נתניהו האט זיך צוריקגעקערט פון אויסלאנד, ער האט אים געהאלפן ווערן יו''ר הליכוד אין 1993 און דערנאך ראש הממשלה אין 1996, וואס דאן איז ליבערמאן געווארן מנכ''ל משרד ראש הממשלה, ער האט רעגיזנירט פון די פאזיציע א יאר דערויף און אריין אין ביזנעס, און אין 1999 געעפענט זיין פארטיי 'ישראל ביתינו', געווען אין אפאר גאווערמענטס (שרון, אולמערט, נתניהו) און דאן אין 2012 געמאלדן אז ישראל ביתינו לויפט צוזאמען מיט ליכוד און זיי זענען געווען אויף איין רשימה ביי די בחירות פון 2013, ביי די בחירות פון 2015 איז ער ווידער געלאפן אליין און געבליבן אין די אפאזיציע, לאזענדיג נתניהו מיט א שמאלע קאאליציע פון 61, א יאר דערויף נאך די פרשה פון 'אליאור עזריה' איז ער אריין אין נתניהו'ס גאווערמענט, ווערענדיג שר הביטחון אויפן פלאץ פון בוגי יעלון, סוף 2018 איז ער ארויס פון די קאאליציע, וואס דאס האט עוועטואל געפירט צו בחירות און צום פאליטישן גרידלאק אין וואס די מדינה געפינט זיך נאך יעצט.

ס'געווען שוין כמה וכמה אינוועסטגעישנס אויף אים, איינס וואס האט געפירט צו א 'כתב אישום' אין 2012, און איינס צו א 'עסקת טיעון' נאך אין 1999 (אויפן פיזיש אנגרייפן א קטין..).

זיין פלאטפארמע האט אייביג פארמאגט אין זיך הפרדת דת ומדינה, אבער אין די פארגאנגענע פאר קאמפיין'ס האט דאס פארנומען דעם אויבנאן.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

yn.NY האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:לאמיר האפן אז די גאנצע מדינה וועט בטל ווערן, נישט בידי אדם נאר דורך משיח צדקנו בב"א

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

וואס זאגסטו?... משיח צדקינו וועט בטל מאכ'ן די הייליג לאנד?!! כ'גלייב נישט מיינע אויערען...

וויי. ען. ען. וויי.: איך גלייב אז דו האסט נישט גוט פארשטאנען. וואס חסיד פון ווילנא האט געזאגט איז נישט אז ארץ ישראל וועט (ח"ו) פיזיש צושטערט ווערן. נאר אז דער איצטיגער איינשטעל און פאליטישער תוהו ובוהו וועלכער ברענגט ארויס די ערגסטע מידות פון קנאה-שנאה און שנאת חינם וועט בעז"ה בטל ווערן דורך משיח צדקנו. און אלע פארבלאנדזשעטעט נשמות פון אידן וועללן זיך צוריקקערן צו זייער מקור.

ווייל קיין שום נארמאלער מענטש און ערליכער איד וואונטשט נישט אז ס'זאלל (ח"ו) פאללן אן אטאם באמבע אויף די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. אויסער די פארדרייטע, פאררוקטע און אומוויסנדע נטורי חרתא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובוהו: איך האב נאר געשריבן הויפטזעכליך וואס משפחה מעגעזין האט פעסטגעשטעלט אז אביגדור ליבערמאן, דער דעזיגנירטער פינאנץ מיניסטער פון די נייע קאאליציע רעגירונג איז באגאנגען א סאך ערנסטע פינאנציעלע מיסברויכן. און די גאנצע מערכת המשפט, וועלכע זענען אין אנדערע פעלער להוט צו ברענגען אן אינדייטמענט אקעגן אומשולדיגע מענטשן זענען אין דעם פאל אינגאנצן ..."פארשלאפן" געווארן"...!

למשל דעם וועלט בארימטן אדוואקאט און ערליכן איד ר' יעקב וויינראטה, ע"ה האט די איזראעלי מערכת המשפט גערודפ'ט פאר לאנגע יארן איבער אויסגעטראכטע בילבולים און קאנספיראציעס וואס זענען קיינמאל נישט געשעהן. און ס'האט איהם געקאסט א סאך געלט און עגמת נפש ביז ער האט זיך בעז"ה ארויסגעדרייט און אויפגעוויזן זיין אומשולד. און נאך צענדליגער אנדערע פעלער. וואו זיי האבן חרוב געמאכט מענטשנ'ס ביזנעס און אפילו געבראכט א טייל צו זעלבסטמארד, ל"ע...!
פארשפארט