א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:און General שפיר איך בנוגע די אלטע קלאסישע מאוויס, אז די וועג פון רעדן איז צו formal, און זייער נישט נאטירלעך כנהוג און די פילם וועלט בזמנינו.

איך זעה עס ווי א מעלה אין ביבלישע פילמ'ס, לאזענדיג אביסל פונעם אבסטראקטקייט, און נישט צופארהיימישן די כאראקטערן (פאר א קאנסערוואטיווע ביבלישע פילם ווי די פילם)
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ז. דתן איז געווען א גרעסערע באנדיט ווי איך האב געמיינט (אבירם איז נישט געווען צו געפינען???)

ביים מקריב זיין יהושע'ס חברה פאר א קרבן צום עגל, העלפט ער איר אנהאלטן.
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ח.דתן האט גערעיפט יהושע'ס girl friend רחמנא לשיזבן
ט. יהושע איז געווען פיינע נייעס, אביסעל ADHD, א גוטע טעיסט און סקיללס צו געווינען א מיידעלס הארץ, מיט אסאך אסאך guts
י. און ואחרון חביב נעפערטארי האט געהאט BPD

יא. יוסף'ס העמדל איז געווען קאלירפול.
יב. יתרו איז געווען א מונותאיסט.
יג. משה'ס אונטערשטע האלב איז אויך יומאן.
יד. פרעה'ס איברים שיינען צו זיין אין די געווענליכע מאסן.


אוועראלל האלטן זיי זיך היפש ווייניג צו די פשטות הפסוקים, מיט אביסל קינדישע וועגן פון אראפלייגן ספירטואלע מאמענטן (צ. ב. די משחית ביי מכת בכורות, און גאט'ס שרייבן די לוחות..)


Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יתרו האט געשריבן:לינק?

https://www.uwatchfree.cz/netutv.php?vid=pmO6e1DgM7NG
חמין במוצאי שבת מלוגמא
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

אינטערסאנט יענער האט נאך נישט געבעטן דראפבאקס.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

סעגאל האט געשריבן:אינטערסאנט יענער האט נאך נישט געבעטן דראפבאקס.


איינער קען ארויפלייגן אויף דראפבאקס? - איך וויל עס שטארק זען.

איך וועל יענעם שטארק מכיר טובה זיין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פאר ווער עס האט ליב קאורט רום דראמא, א שטייגער ווי 12 Angry Men וואלט איך העכסט רעקאמאנדירט American Traitor: The Trial of Axis Sally

א דאנק גייט צו [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] פאר די מראה מקום.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

זייער אינטערטעיניג, ישר כח. דער לויער טוט א פיינעם זשאב, איך גיי פאר אים. איך פארשטיי נאר נישט וואס די חילוק פאר די אכטע קאונט אז אויף דעם איז זי יא געפונען געווארן שולדיג?
אויך בין איך דיסעפוינטעד פארוואס דער לויער האט נישט געמאכט א לאנגס און א ברייטס פון די כסדרדיגע רעיפ וואס זי איז דורך פון געבלס צוריבן זאלן ווערן זיינע ביינער.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

The Truman Show
(1998)
psychological comedy-drama
1h 43min
8,1 רעיטינג
https://www.imdb.com/title/tt0120382/

דער באַקאַנטער קאַנאַדישער קאָמיקער Jim Carrey איז דער צענטער-פיגור Truman Burbank, װעלכער איז דער שטערן אין א ריאַליטי טי-װי שאָו אָהן זיין װיסן. ער גייט אהן מיט זיין לעבנס שטייגער װען אלעס װערט כסדר אָפּגעכאַפּט און מיטגעהאלטן דאָרעך די גאַנצע װעלט

דער פילם באַרירט און איז ממחיש אסאך יסודותדיגע פילאָזאָפישע פראַגן, ובכללם: עקזיסטענטשעליזם; אינדיװידועליזם; צריך כל אדם לומר: "כל העולם לא נברא אלא בשבילי"; װי ס'דאכט זיך אפט אז אלעס אין דיין װעלטל דרייט זיך ארום דיר; און נאך
ס'האט מיר שטארק באאיינדרוקט. (און פאר װער ס'האט שוין געהאט די זכיה צו פאַרזוכן פון די כּישופ'דיגע שװעמעלעך, װעט עס פילייכט האבן א באַזונדערן באַדייט :lol: )

פאר פרומע יודן קען דאס פילם געבן א ספּעציעלע לעקציע אין השגחה פּרטית און עין רואה. פאר היימישע, דער "סיסטעם" אין װאו אסאך הגבלות זענען באמת בלויז א דמיון... און אז מ'שטעלט זיך אָפּ א מינוט טראכטן - װער רעדט נאך אז מ'האט די העזה צו פרעגן און ספק'נען - פאלט צומאל אלעס אװעק, די װעלט ענדיגט זיך נישט אויב מ'טוט אנדערש װי "סע פּאַסט" וכו'...

כ'האב א שטארקע קריטיק\קשיא אויף די ענדע, אבער כדי נישט צו געבן ספּוילערס עלמער עס לאזן אויף שפּעטער.

צו זעהן אומזיסט:
https://www.youtube.com/watch?v=aKgH2ijiHE4
אדער
https://tubitv.com/movies/519063/the-tr ... start=true
זעהט און האט הנאה

װער ס'קען זאל אזוי גוט זיין און ארויפלייגן א בילד, ביטע :like
Just another nerd
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

.
Trumanshow.jpg


Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

@נייגעריגער מיר ווארטן אויף אן אפדעיט..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

יא, אלזא װאס כ'פארשטיי נישט אין די ענדע איז צו װאס בעהט זיך דער דירעקטאר באַ טרומאַן צו פאָרזעצן שפּילן די ראָלע; היות די גאנצע גדולה פון די שאָו איז דאָך אז סע איז בהיסח הדעת װאו ער גייט אהן מיט זיין לעבן לפי תומו. אבער יעצט אז ער װייסט שוין, װאָסערע טעם װעט דאס האבן?
Just another nerd
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

קודם א שכוח פארן ברענגן דעם מאווי, כ'האב הנאה געהאט

בכלליות ברענגט דאס ארויס וואס איך פלעג חושד זיין אלס קינד.., און מעגליך אסאך טראכטן/פילן, אז מעגליך ביניך דער איינציגסטער מיט אמת'ע געפיהלן, איבערלעבענישן, און יעדער ארום זענען סה''כ ניצבים כדי מיר ברענגן צו די אלע סארט מאמענטן.

וואס דו פרעגסט איז לכאורה דער ענטפער אז די אוידיענץ איז דאך געווארן שטארק עמאצינאל געבינדן צו טרומען, און וואלט געוואלט ווייטער מיטהאלטן זיין לעבן, אין איה''נ די שאו האט זיך געטוישט אז אין עפיזאד 300 ווערט ער געוואר אז אלעס איז פילמירט, און איז מסכים ווייטער צו ווערן פילמירט..,

מיר האט געשטערט אביסל די אויבערפלעכלעכקייט ביים ענדע, וואס שטעלט אייך פאר איר שפאצירט אראפ אושען פארקוועי ביז עוועניו זי, און איר האקט אריין אין א דורכזיכטיג וואנט.., כ'מיין מבחינתך איז די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס דו קענסט א פיקציע, און דו האסט נישט די מינדעסטע איידיע וואס ווארט דיר אפ.., חוץ עפעס א קול פון איינער וואס גיבט זיך אן דירעקטאר און זאגט דיר וואס גייט פאר אינעם 'אמת'ן וועלט.., כ'מיין מ'וואלט געקענט אסאך מער און טיפער פארברייטערן ביי די חלק וויאזוי יומאנס וואלטן געדילט מיט אזא עקזיסטענשל דילעמע/שאק/סכנה.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

תוהו ובוהו האט געשריבן:בכלליות ברענגט דאס ארויס וואס איך פלעג חושד זיין אלס קינד.., און מעגליך אסאך טראכטן/פילן, אז מעגליך ביניך דער איינציגסטער מיט אמת'ע געפיהלן, איבערלעבענישן, און יעדער ארום זענען סה''כ ניצבים כדי מיר ברענגן צו די אלע סארט מאמענטן.

אז דו ביסט עס שוין אליין חושד, לאמיר דיר שנעל שרייבן פאר מען נעמט מיר אוועק. דו ביסט דער יחיד! איך האב נישט קיין צייט צו רעדן מער יעצט, אזויפיל וועל איך דיר זאגן, פיר דיר אויף אזויווי די גאנצע וועלט - און אלע אנדערע וועלטן - קוקן אויף דיר!
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס׳זענען דא וואס זאגן אז ס׳איז גראדע דא אן ענליכע סינדרוֺים וואס רופט זיך ״די טרוּמאן שׁוֺי״ דילוּדזשאן, וואו מ׳רעדט זיך איין אז מ׳איז אזוי ווי דער טרוּמאן כאראקטער און אז מ׳איז באמת א חלק פון אן עלעבּארעט טיִוויִ שׁוֺי.

אדער קען זיין אז מ׳מיינט דא סתם אזוי די געדאנק פון סאליפסיזם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

כ'מיין סוליפסיזם. ווען איינער 'שפירט' דאס פסיכאלאגיש דאס איז די 'טרומאן שאו דילוזשען'...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Two Hearts

שליחה דורך Movie Club »

Two Hearts
עס איז עוועליבעל אויף נעטפליקס, דא האט איר נאך א לינק
די מאווי איז גאראנטירט עס וועט אייך טוישן די בליק איבער... שוין ספוילער אלערט. עס איז אביסעל א סלאו בורנער אבער עס איז ווערט פאר די לעצטע דריי פערטל שעה
בילד
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

An Officer and a Spy
26C6CB87-89FE-47B3-9659-B451035BA961.jpeg

פונעם באקאנטן (אידישן) דירעקטאר ראָמען פּאָלאַנסקי. דאס טוהט דראמאטיזירן די באקאנטע דרייפוס עפעיר, וואו אין 1895 האט מען אין פראנקרייך באשולדיגט און פאראורטיילט דעם אידישן סאלדאט אלפרעד דרייפוס פאר׳ן שפיאנירן. די פילם צייגט ווי דער אפיציר דזשארדזשעס פּיקארט, וואס איז גראדע נישט געווען אן אויסגערופענער אידן-פריינט, זעהט ווי די באווייזן קעגן אים זענען גאר גאר שוואך, ווערט געוואויר ווער עס איז דער עכטער שפיאן, און ווי זיינע אויבערהארן אינעם מיליטער קאנספירירן אבער אונטערצודריקן די באווייזן וואס קענען ריינוואשן דרייפוס מכח זייער כבוד און סתם אזוי אנטיסעמיטיזם אזש ביזן אים באשולדיגן און קלאגן אין פארראט.

עס איז אן עקלעימד פילם פון אן אַרטיסטישן פערספעקטיוו. איר דראמא, עטקינג, עקזעקיוּשאן, און פּעיסינג (הגם עס איז 2 שעה און א פערטל) זענען גאר גוט.

די פילם איז אין פראנצויזיש מיט סאָבּטייטלס (מען קען עס זעהן דא). איך פארשטיי אז מ׳האט געבעהטן פאר פילמס אָן דעם און אין ענגליש, אבער די פילם רעדט זיך דאך פארט פון א (ווי נישט) אידישע טעמע אין היסטאריע און קען זיין שטארק אינטרעסאנט פאר׳ן עולם דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אז [tag]מי אני[/tag] רעקאמענדירט ווער בין איך אפצוזאגן, גיימער עס וואטשען.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גאנץ אסאך סתם אויסגעציהט, אבער נאך אלס גאר א גוטע פילם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שטארק הנאה געהאט, ספעציעל די דרייסטקייט און עקשנות דקדושה פון א האלבע אנטיסעמיט זיך אן צו נעמן פאר א איד אקעגן די גאנצע מיליטערשע געווארדיע, נאר צוליב יושר און גערעכטיקייט, הלואי אויף אלע אנטיסעמיטן געזאגט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

The Two Popes
3132C69A-ECD5-4546-9E59-9257E7253E13.jpeg

דאס דראמאטיזירט א שמועס צווישן יוסף ראצינגער, וועלכעס איז געווען דער פויבסט בענעדיקט דעם זעכצנסטן, און יאָרעי בּערגאָליִאוֺ, וועלכעס איז דער יעצטיגער פויבסט פרענסיס נאך אים. די פילם ברענגט שטארק ארויס אלס איר הויפט טעמע די חילוק במהלכים צווישן קאנסערוואטיווע און פראגרעסיווע שיטות אינערהאלב ארטאדאקסישע טראדיצאנאלע רעליגיע אליין, און ווי אזוי ראצינגער, וואס איז געווען על צד קאנסערוואטיוו קומט צו די אנערקענונג אז עס דארף זיך ציען מער פּראגרעסיוו זיך צוצופאסען צו די בייטענדיגע צייטן.

כמובן האט די געדאנק א שייכות צו אונזער אָלטראַ-ארטאדאקסישע רעליגיעזע לעבנסשטייגער, וד״ל.

עס איז דראמאטיש אראפגעלייגט און גאר אינטרעסאנט. עס איז ארטיסטיש עקלעימד. מען קען עס זעהן אויף נעטפליקס ווי אויך דא.

עס האט חלקים וואס זענען סאָבּטייטעלד וואו זיי רעדן ספאניש אדער לאטייניש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גארנישט אזוי מובן אז א אורטאדאקסישער איז זאל בכלל מעגען זעהן די שמייליגע פויבסטן ומכ''ש לא מפיהם הטמא אנו חיים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אסאך רבנים אין אייראפע האבן דאך פארברענגט גאנצעטע שעות שמועסנדיג מיט גלחים וכו׳, כמעט אלע מעשה׳לעך אויף רבי יהונתן אייבשיץ פארוויקלען אין זיך גלחים. (כ׳מיין די סיבה איז פשוט ווייל דער רב און דער גלח זענען געווען די איינציגסטע צוויי קלוגע מענטשן אין שטעטל.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך אויך האט געשריבן:גארנישט אזוי מובן אז א אורטאדאקסישער איז זאל בכלל מעגען זעהן די שמייליגע פויבסטן ומכ''ש לא מפיהם הטמא אנו חיים.

דאס איז נישט קיין דאקומענטערי; דאס איז א דראמא מיט אקטיארן. אנטשולדיגט אויב איז דאס נישט געווען קלאר. ולגבי דעם ״אסור להסתכל בצלם דמות אדם רשע״ (אויב נעמט מען שוין טאקע אָן אז זיי ווערן גערעכענט ווי ״רשעים״, און אז דאס גייט אויך ארויף אויף איינער וואס עקט און מאכט נאר נאך דעם ״רשע״) איז לכאורה גילטיג די זעלבע היתר וואס דו נוצט לגבי הסתכלות בנשים ביי אנדערע פילמס. ועיין במ״א באו״ח סימן רכה ס״ק כ.

ולגבי די געדאנק פונעם פילם בנוגע קאנסערוואטיזם ווס. פּראגרעסיווקייט בתוך ארטאדאקסיע גופא, איז עס נישט די לעהרע וואס זיי זאגן/האלטן יא צי נישט. עס איז די עצם געדאנק פון תוצאות וכו׳ וואס קומען צושטאנד פאר די המשכה וכו׳ פונעם לעבנסשטייגער און גלויבונג אא״וו כהיום אין די מאדערנע עפאכע. דאס איז (אַרגיוּעבּליִ) נוגע צו אלע (שטארק) ארטאדאקסישע רעליגיעס. (א בחינה ווי ״קבל את האמת ממי שאמרו״. און אפשר איז ביי דעם אויך גילטיג דער באקאנטער רמב״ם בהלכות קידוש החודש פי״ז הכ״ד.)

און אז מ׳רעדט שוין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט