ביקורת המקרא - 101

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:ווען דער עווענטועל עדיטאר זוכט עס צו באהאלטן, שרייבט ער אין 'ערשט פערזאן', שרייבט נישט משה'ס נפטר ווערן, שרייבט נישט 'עד היום הזה'

דאס יא שרייבן 'עד היום הזה' ווייזט קלאר:
א. משה איז נישט די עדיטער, על פי ה'
ב. די עדיטערס האבן נישט געארבעט ערגעץ אין א הייל זיי האבן נישט געוואלט דאס באהאלטן און ס'איז נישט עפעס א קאנספירעסי...

ווער די עדיטער('ס) זאל נאר זיין איז קלאר, זיי זענען, און דארף טאקע צי זיין, כלל ישראלס הויפט הויפט היראס!!!

און נישט נאר פאר כלל ישראל נאר אויך פאר זייערע שונאים וואו למשל די שומרונים, וואס האבן מער ווייניגער, אנגענימען ווארט ביי ווארט וואס די עדיטערס האבן געשריבן
רשכבה"ג אשר מפיהם אנו חיים!!!

זיי דארפן זיין באקאנט אסך אסך מער וואו אלע אנדערע קליינע שפילערס וואס ווערן יא דערמאנט אין תנ"ך
ס'איז א בהיימישקייט פין זיי (אויב מען מעג אזוי זאגן אויף זיי) פארן נישט מאכן זיכער אז זייער נאמען ווערט נישט פארגעסען

און א שאנדע אויף די "מחדשים" אינטער ציברענגן אט די הויפט היראס פין די אידישע געשיכטע... אבער פארט, מעשה שטן הצליח, איז עס זיי געלאנגען - און די עדיטערס זענען אלע פארשווינדען געווארן אן קיין שפירן.

ס'איז מיז זיין די קינדער אין אייניקלעך פין אינזער אימפארגעסליכע עדיטערס האבן אלע אנגעפילט א מויל מיט וואסער אויב האבן זיי געוואלט בלייבן לעבן... און יעצט דארפן מיר זיך ברעכן קאפ און אויפקימען מיט סברות וואוס איינס ווענד אפ די צווייטע זיך דערגרינדעווען ווער אט זענען זיי געווען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הקטן האט געשריבן:

איך וויל דיר באמת נישט וויי טוהן... אבער דיין סברא קומט פון אומוויסענשאפט.. (נאכאמאל אנטשולדיגט..)

ביי שריפטן פון יענע צייט איז עס גאר נארמאל אזא פארהוינלקייט, ס'איז פאראן גאר אסאך משלים.

משל איינס:
די קריסטליכע רעליגיע האט 4 ביכער (די Gospels), געשריבן געווארן דורך 4 אנדערע מענטשן (ארום 2000 יאר צוריק), וואס פארציילן די מעשה פונעם אותו האיש.
די 4 ביכער זענען די Pillars פון די קריסטליכע רעליגיע מיט אירע 2 ביליאן אנהענגער, און הפלא ופלא, קיין איינס פון זיי ווייסט מען נישט ווער ס'האט דאס געשריבן (פארשטייט זיך, זיי טענה'ן אז דאס איז אלעס Divine בלא בלא בלא)

משל 2:
אפילו די גמרא, וואס איז געשריבן געווארן לכה"פ הונדערטער יארן נאך די תנ"ך, און האט פאסירט אין צייט פון וואס מיר האבן שוין פיל מער אינפארמאציע, איז אבער איר באשאפאניש אויך היפש אום קלאר... יא, דא האבן מיר שוין יא עפעס א נאמען (אדער צוויי..), אבער די גענויע וועג "וויאזוי" עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן, די גענויע יאר וואס איז צום ערשטן מאל "אינגאנצן" אפגעשריבן געווארן, די גענויע שטאט, בימ"ד, אדרעס... איז אלעס היפש שטארק פארנעפלט.

פשט איז... אז אמאל, בשעת'ן שרייבן זאכן איז מען נישט געווען ביזי בשעת מעשה צו איבערלאזן א קלארע ביאגראפיע פאר די אייניקלעך, און תנ"ך איז נישט קיין חידוש דערין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליב צו וויסן: איבער די עוואלוציע פון תנ"ך (נישט די אויטענטישקייט) וועלל איך מיך מיט דיר נישט מפלפל זיין. אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:ליב צו וויסן: איבער די עוואלוציע פון תנ"ך (נישט די אויטענטישקייט) וועלל איך מיך מיט דיר נישט מפלפל זיין. אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!

ס'איז קלאר אז די משניות און גמרא האבן איבערגעלאזט פיל קלארערע "פוטפרינטס" ווי תנ"ך.
אבער כ'מיין וועסט עגריען אז ספה"ק ויואל משה האט איבער געלאזט נאך קלארערע פוטפרינטס... (יא, כ'ווייס ס'איז אן עקסטרעמע משל, אבער כ'האף די כאפסט די נקודה..)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:(הגם די חילוק איז בעצם אז די פראבלעם פון ״דעת תורה״ איז בעיקר ווען עס ווערט געזאגט/גענוצט אויף א פעלד אינדרויסן פון ״תורה״. משא״כ דא איז עס אין דעם פעלד פון עקספּערטיִז גופא.)
א גוטע קעגנארגומענט, אבער די אמת׳ע קעגנארגומענט איז ווי צפור דרור האט שוין געשריבן לגבי עוואלוציע, ד.ה. אז אפילו אויב די טעאריעס פון די מבקרי המקרא און אבן עזרא און רשב״ם זענען אפגעפרעגט איז עס נאכנישט קיין ראיה צו די חרדישע נאראטיוו, און אז די מאנגעל אין הוכחות שטערן דיר נישט צו דיין אמונה אינעם חרדישן נאראטיוו דארפן די אבן עזרא׳ס פירושים דיך אויך נישט צו שטערן. געווענליך ווען איך זעה די תירוצים און ארגומענטן פון די אזויגערופענע ״מאמינים״ ווערט מיין צד אויף די אמת׳ע אמונה (וואס זיי רופן כפירה עפ״ל) נאר שטערקער, כ׳מיין אויב דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו זאגן זאלן זיי ענדערש בלייבן שטיל ווייל זיי שיסן זיך נאר אין די פיס מיט׳ן זיך צוטוהן מאכן פונעם נושא, אז דו האסט געגלייבט ביז אהער גלייב ווייטער און לאז די מבקרי המקרא געמאך.

די אמת'ע counterargument איז, די מבקרים אליינס זאגן נישט קיין זיכערע רעזולוציעס, זיי שרייען נישט "DH אמת ותורתו אמת" דאס וואס בערמאן טענה'ט קוקט עפעס אויס וויי ביידע זייטן (אלטרע מאמינים און אלטרע ביבל קריטיקס) האלטן אז זייער וועג איז אמת אויפן זעלבן לעוועל
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מאטי האט געשריבן:די אמת'ע counterargument איז, די מבקרים אליינס זאגן נישט קיין זיכערע רעזולוציעס, זיי שרייען נישט "DH אמת ותורתו אמת" דאס וואס בערמאן טענה'ט קוקט עפעס אויס וויי ביידע זייטן (אלטרע מאמינים און אלטרע ביבל קריטיקס) האלטן אז זייער וועג איז אמת אויפן זעלבן לעוועל

זיי שרייען מיט א זיכערקייט, אז משה איז זיכער נישט אמת, ותורתו איז זיכער נישט אמת ...
גערעכט, די בייבעל קריטעקער קען נישט זאגן גארנישט אויף קיין אמת, ער טרייט, אבער זיין חבר זאגט דאך ממש פארקערט פין אים
זיין חבר'ס קריטיק אויף זיין מהלך איז אין רוב פעלער אסך שטערקער וואו די קריטיק וואס ער האט אנגעלייגט אויף תורת משה...

occam's razor אליין וואלט אים געדארפט ציריק ברענגן צי "תורת משה", נאר דער אמת איז "תורת משה" געגעבן דארך גאט איז קיינמאל נישט געווען ביי אים אן hypothesis
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

זיי צווינגן קיינעם צו עסן cheeseburgers
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זיי זאגן אז תורת משה איז יא אמת. תורת הקטן וואס ער פרובירט אריינקוועטשן אין תורת משה דאס איז נישט אמת, און זיי האלטן אז לויט תורת משה מעגן זיי עסן טשיעזבורגערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מאטי האט געשריבן:זיי צווינגן קיינעם צו עסן cheeseburgers

גערעכט, און בערמאן טענה'ט נישט אז זיי צווינגען יא צו עסן cheeseburgers
זיי זאגן מיט א זיכערקייט אז תורת משה האט נישט גאט איבערגעגעבן פאר משה.
פארקערט וואו דער מאמין

ביידע קלעמס ווערן געמאכט מיט די זעלבע מאס זיכערקייט און האבן אבסעלאטע השלכות ווען ס'קימט צי cheeseburgers

און א יעדען פאל, איז דא נישט קיין קאנטעסט וואספארא פיינע מענטשען זיי זענען

פאר איך פארגעס
וועלקאם בעק [tag]מאטי[/tag] - לאנג טיים נא סי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן עט אל: אויב איינער גלייבט נישט אז ..."משה אמת ותורתו אמת"... איז ער סתם א נאר אויב האלט זיך צוריק פון עסן טשיעזבורגערס. און חזיר געפרעגלט אין פוטער. און ער טרינקט צו א קאווע מיט מילעך...!

אויך. אויב ער גייט נישט שבת אינדערפריה אין סופערמארקעט טון זיין שאפינג. און זיין ווייב די קינדער דאקטארין טוט נישט די לאנדרי. דאמאלס איז זי סתם א פוילע...!

הקיצור: אויב איינער גלייבט נישט אז משה אמת ותרתו אמת. און אז תורה איז מן השמים. דאמאלס איז ער סתם א נאר אויב ער האלט סיי וועלכע פון די מצוות...! ווייל וואס עטליכע שרייבערס האבן אויסגעטראכט דארף איהם/איהר גארנישט מחייב זיין...!

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. ונתן לנו תורת אמת...!

אונז שטייען אין די זייט און אונז לאכן פון אט די (פארלוירענע) באשעפענישן...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א רב וואס גלייבט אינעם פסוק פון לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל אז רבנים האבן א כח צו טוישן און מבטל זיין מצוות (כמבואר באשכול זה) און ער איז נישט מבטל די איסור פון עסן טשיעזבורגערס און חזיר געפרעגלט אין פוטער איז סתם א נאר, און אויב איז ער נישט מתיר צו גיין שבת אינדערפריה שאפינג איז ער סתם א פוילער, וגו׳.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: פרעגט די גמרא. מאי קא משמע לן... וואס לאזט ער מיך הערן...?!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז נאראנים זענען דא פון ביידע זייטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק: יא. אבער דאס איז נישט געווען מיין הויפט נקודה. מיין הויפט נקודה איז געווען (און איז נאכאלץ). אז אמונה בה' ובתורתו איז די באטערי. אן דעם ארבעט נישט די גאנצע מערכת. אז אויב איינער איז נישט קיין מאמין איז א שאד זיין גאנצע ארבעט און אנשטרענגונג סיי פון מקיים זיין מצוות עשה און סיי פון זיך צוריקהאלטן פון עובר זיין אויף מצוות לא תעשה...!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

berlbalaguleh האט געשריבן:אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!

רבי יהודה הנשיא-רבינו הקדוש איז כלל ישראל'ס "הירא" ווען ס'קימט צי משניות!
כאטש ער האט סך הכול נישט מער וואו מלקט געווען אלטע משנות וואס זענען איבער געגעבן געווארן מדור לדור - טאקע מיט די נעמען פין די מן דאמרין!
א גאר גרויסע דגש ווערט געלייגט אויף איבער זאגן א מאמר בשם אמרו. אפילו ווען די מאמר איז נישט נוגע להלכה בכלל..

אויב איז דא א תנא קמא וועט די גמרא אסך מאל פאברענגן גאנצע בלעטער צי דערגיין ווער דאס איז.
דערנאך איז דא די כללים ואס זענען אפגעהיטן געווארן דארך די דורות וואו למשל:
סתם מתניתין רבי מאיר, סתם תוספתא רבי נחמיה, סתם ספרא רבי יהודה, סתם ספרי רבי שמעון, וכלהו אליבא דרבי עקיבא. (סנהדרין, דף פ"ו, עמוד א')

רב אשי און רבינא זענען די הירא'ס ווען ס'קימט צי תלמוד בבלי!
אויך דארט איז די ארבעט געווען מלקט זיין. מער ווייניגער געמאכט קאט-ענד-פעסט.
רבינא האחרון קען גאר זיין האט געטון נאך ווייניגער. נאך אלץ זענען די נעמען פארצייכנט געווארן "רב אשי ורבינא סוף הוראה"!

רבי יוחנן איז דער הויפט פיגאר וואס איז געווען אינוואלווד מיט תלמוד הירושלמי
כאטש ירושלמי איז קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן און איז נישט דארך געגאנגען די פראסעס וואו בבלי - ס'איז ציגעלייגט געווארן אסך אויך נאך זיין צייט און אלעס מיט די נעמען.

משה די לאון איז די הויפט שפילער און ברענגען אינז די זוהר!
אזא ספר וואו דער זוהר הקדש, וואס איז מייחס מענלי צי רבי שמעון בר יוחאי, האט זיך נישט אריין געריקט ביי כלל ישראל אזוי אים באמערקטערהייט.

תורת משה ווערט געריפן תורת "משה" אין נ"ך
און ווערט געקאווט אין נ"ך מיט'ן לשון וואס שטייט אין תורת משה.

ווער ווייסט אפשר האבן דאס די "מחדשים" דארט אריין געשווערצט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקטן: אזוי ווי די ציונים האבן אריינגעשווערצט דאס וואס שטייט אין די הקדמה צום ספה"ק ויואל משה (אין מערסטע דרוקן אויף דף ח') וואו דער סאטמאר'ע רבי זי"ע רעדט איבער אונזער באציאונג צו די מדינה היינטיגע צייטן...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א זיס שטיקל האב איך יעצט געטראפן אויף וויקיפעדיע אינעם ערך אויף די ערשטע רבי יהודה החסיד, וז״ל:

פירושו של רבי יהודה החסיד לתנ"ך

בשנת 1975, פרסם הרב החוקר יצחק שמשון לנגה את החיבור "פרושי התורה לר' יהודה החסיד" מתוך כתבי יד עתיקים. הטקסט הבלתי מצונזר של ר' יהודה החסיד מכיל מעט עמדות הנראות חורגות מן הפרשנות המקסימליסטית לאמונת תורה מן השמים בנוגע לתוספות אנושיות לטקסט המקראי בנוסח ביקורת המקרא. כך למשל, כתב ר' יהודה החסיד כי את הפסוק (בספר בראשית) 'וישם את אפרים לפני מנשה' כתב יהושע בן-נון או אנשי כנסת הגדולה; או שחלק מפרשת שמונה המלכים שמלכו באדום (בספר בראשית) נכתבה על ידי אנשי כנסת הגדולה; או ששירת ישראל על הבאר (בספר שמות) הייתה בעצם 'הלל הגדול' הנמצא בתהלים; או שבארה של מרים לא הייתה ולא נבראה. קטעים אלה עוררו סערה בעולם החרדי. בעקבות לחצים של רבנים חרדיים (למשל: הרב משה פיינשטיין וראה למטה), נאלצה הוצאת הספרים להוציא דפים חדשים לספר, כשהקטעים הביקורתיים נמחקו.

לעומת זאת הרב משה פיינשטיין כתב שפירוש התורה של רבי יהודה החסיד מזויף הוא, ואינו של רבי יהודה החסיד, והאריך לבאר שהמזייף הוא גם שקרן וגם אפיקורס.

איין הערה האב איך נאר אויף רמ״פ, די פירוש איז אפיקורסת ווייל ס׳איז מזוייף אדער ווייל ס׳איז אפיקורסת מוז זיין אז ס׳איז מזוייף? :lol:

ומי הוא שרואה את אלו כופרין ואינו כופר...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: איך האב נישט געזעהן דעם מאמר פון הגרמ"פ. אבער לויט ווי איך קען זיינע לשונות, איז דאס 2 באזונדערע זאכן. ולא זו, אף זו קתני...! נישט נאר איז דער פירוש מזויף. נאר דער מזייף איז אויך געווען אן אפיקורס...!
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ביקורת המקרא - 101

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א זיס שטיקל האב איך יעצט געטראפן אויף וויקיפעדיע אינעם ערך אויף די ערשטע רבי יהודה החסיד, וז״ל:

פירושו של רבי יהודה החסיד לתנ"ך

בשנת 1975, פרסם הרב החוקר יצחק שמשון לנגה את החיבור "פרושי התורה לר' יהודה החסיד" מתוך כתבי יד עתיקים. הטקסט הבלתי מצונזר של ר' יהודה החסיד מכיל מעט עמדות הנראות חורגות מן הפרשנות המקסימליסטית לאמונת תורה מן השמים בנוגע לתוספות אנושיות לטקסט המקראי בנוסח ביקורת המקרא. כך למשל, כתב ר' יהודה החסיד כי את הפסוק (בספר בראשית) 'וישם את אפרים לפני מנשה' כתב יהושע בן-נון או אנשי כנסת הגדולה; או שחלק מפרשת שמונה המלכים שמלכו באדום (בספר בראשית) נכתבה על ידי אנשי כנסת הגדולה; או ששירת ישראל על הבאר (בספר שמות) הייתה בעצם 'הלל הגדול' הנמצא בתהלים; או שבארה של מרים לא הייתה ולא נבראה. קטעים אלה עוררו סערה בעולם החרדי. בעקבות לחצים של רבנים חרדיים (למשל: הרב משה פיינשטיין וראה למטה), נאלצה הוצאת הספרים להוציא דפים חדשים לספר, כשהקטעים הביקורתיים נמחקו.

לעומת זאת הרב משה פיינשטיין כתב שפירוש התורה של רבי יהודה החסיד מזויף הוא, ואינו של רבי יהודה החסיד, והאריך לבאר שהמזייף הוא גם שקרן וגם אפיקורס.

איין הערה האב איך נאר אויף רמ״פ, די פירוש איז אפיקורסת ווייל ס׳איז מזוייף אדער ווייל ס׳איז אפיקורסת מוז זיין אז ס׳איז מזוייף? [emoji38]

ומי הוא שרואה את אלו כופרין ואינו כופר...
ס'גייט נאך ווייטער, שפעטער האט מען געטראפן אין ספר ציוני (א מקובל בתקופת הראשונים) וואס איז מצטט דעם ר' יהודה החסיד (איבער די שירה דאכציך) און הגרמ"פ ז"ל איז אויך מפקפק אויף דעם ציוני (וואס איז געווען אנגענומען ביז דאן).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אנדערע זענען מפקפק אין רמ״פ און פטור אן עסק, און אזוי איז אויך מער אויסגעהאלטן על פי הלכה, עד אחד במקום שני עדים אינו כלום. הדא הוא דכתיב על דאטפת אטפוך.

**יעצט נאכקוקענדיג דעם אגרות משה זעה איך אז ער זאגט נישט אז די פירושים פונעם ציוני/רבי יהודה החסיד זענען נישט אמת, ער זאגט נאר אז ס׳איז כפירה, און מיר ווייסן דאך פונעם אברבנאל אז כפירה און אמת זענען לאו דווקא א סתירה. לויט דעם קען אלעס שטימען, דער ציוני האט עס געשריבן ווייל ס׳איז אמת, רמ״פ האט עס נישט ליעב געהאט ווייל ס׳איז כפירה טראץ וואס ס׳איז אמת. און ביידע זענען גערעכט, סיי ס׳איז אמת און סיי ס׳איז כפירה וקלו וקלו דברי אלקים חיים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: ביקורת המקרא - 101

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אויפן ציוני זאגט ער 'הביא בלי עיון', אבער אויף ריה''ח זאגט ער ס'מזויף, ועל דרך שנפסק בכל הפוסקים שריה''ח אינו אפיקורס, וגם נפסק שזה אפיקורסות. הוי אומר מזויף הוא..

(אויפן ציוני קען ער נישט זאגן מזויף ווייל ס'אן אלט ספר, ווידער ריה''ח איז א אומבאקאנטע כת''י..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אנדערע זענען מפקפק אין רמ״פ און פטור אן עסק, און אזוי איז אויך מער אויסגעהאלטן על פי הלכה, עד אחד במקום שני עדים אינו כלום. הדא הוא דכתיב על דאטפת אטפוך.

**יעצט נאכקוקענדיג דעם אגרות משה זעה איך אז ער זאגט נישט אז די פירושים פונעם ציוני/רבי יהודה החסיד זענען נישט אמת, ער זאגט נאר אז ס׳איז כפירה, און מיר ווייסן דאך פונעם אברבנאל אז כפירה און אמת זענען לאו דווקא א סתירה. לויט דעם קען אלעס שטימען, דער ציוני האט עס געשריבן ווייל ס׳איז אמת, רמ״פ האט עס נישט ליעב געהאט ווייל ס׳איז כפירה טראץ וואס ס׳איז אמת. און ביידע זענען גערעכט, סיי ס׳איז אמת און סיי ס׳איז כפירה וקלו וקלו דברי אלקים חיים.

רביה"ק זי"ע: גיי פארצייל עס פאר די לאבוסעס (אזוי ווי מ.וו) וועלכע האבן געמאכט פאוני קאללס צו ר' מעישעה ווייל ס'איז זיי נישט געפעללן (די ראצערס) ר' משה'ס א פסק...!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דאס איז אבער זיכער אז רביה"ק (המזויף) איז אן אפיקורוס, כדין מבזה תלמיד חכם.

אגב, ר׳ מנשה קליין אין תשובה נעמט זיך יא אן אויף די ספר. און רש"ז איז כמדומה געווען פארעוו, לאזנדיג דריקן אן די שטיקלעך.

דאס איז אבער זיכער, אז נישט חתנה האבן מיט צוויי ווייבער איז זיכער א צוגעלייגטע פסוק...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט