ליב צו וויסן האט געשריבן:ווען דער עווענטועל עדיטאר זוכט עס צו באהאלטן, שרייבט ער אין 'ערשט פערזאן', שרייבט נישט משה'ס נפטר ווערן, שרייבט נישט 'עד היום הזה'
דאס יא שרייבן 'עד היום הזה' ווייזט קלאר:
א. משה איז נישט די עדיטער, על פי ה'
ב. די עדיטערס האבן נישט געארבעט ערגעץ אין א הייל זיי האבן נישט געוואלט דאס באהאלטן און ס'איז נישט עפעס א קאנספירעסי...
ווער די עדיטער('ס) זאל נאר זיין איז קלאר, זיי זענען, און דארף טאקע צי זיין, כלל ישראלס הויפט הויפט היראס!!!
און נישט נאר פאר כלל ישראל נאר אויך פאר זייערע שונאים וואו למשל די שומרונים, וואס האבן מער ווייניגער, אנגענימען ווארט ביי ווארט וואס די עדיטערס האבן געשריבן
רשכבה"ג אשר מפיהם אנו חיים!!!
זיי דארפן זיין באקאנט אסך אסך מער וואו אלע אנדערע קליינע שפילערס וואס ווערן יא דערמאנט אין תנ"ך
ס'איז א בהיימישקייט פין זיי (אויב מען מעג אזוי זאגן אויף זיי) פארן נישט מאכן זיכער אז זייער נאמען ווערט נישט פארגעסען
און א שאנדע אויף די "מחדשים" אינטער ציברענגן אט די הויפט היראס פין די אידישע געשיכטע... אבער פארט, מעשה שטן הצליח, איז עס זיי געלאנגען - און די עדיטערס זענען אלע פארשווינדען געווארן אן קיין שפירן.
ס'איז מיז זיין די קינדער אין אייניקלעך פין אינזער אימפארגעסליכע עדיטערס האבן אלע אנגעפילט א מויל מיט וואסער אויב האבן זיי געוואלט בלייבן לעבן... און יעצט דארפן מיר זיך ברעכן קאפ און אויפקימען מיט סברות וואוס איינס ווענד אפ די צווייטע זיך דערגרינדעווען ווער אט זענען זיי געווען