נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

BED0CCDF-7427-46EE-9F99-3638D508AF51.jpeg
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ער גייט דאס אויך נעמען אדער ער וויל זיך אמיונען דורך "סטאדע באשיצונג"?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

חתם סופר האט געשריבן:.
די צעטיל פון בריסק איז א מעשה לסתור... ווען דו קוקסט וואס ער שרייבט אינטן[emoji23]

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבטולמוס: איך ווילל נאר וויסן אוואו די אלע גדולים און ראשי ישיבות צוזאמען מיט זייער דעת תורא זענען געווען ווען טויזנטער אידן און אידענעס זענען ל"ע געשטארבן פון קאראנא. ואין מושיע ומציל...!

אויך. וואו האבן זיי געלערנט מעדיצין און ביאלאגיע...!

ווען מ'פרעגט פון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א א מעדיצינישע שאלה איז פונקט ווי איינער זאלל פרעגן זיין דאקטער, וועלכער ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מ'מאכט אויף א שולחן ערוך, א שאלה אין הילכות טריפות. אדער הילכות שבת...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גראדע קען יעדער מיט קאמען סענס מאכען החלטות בנוגע געזונט, מען מוז נישט זיין א דאקטאר.

נאר דא, ווען רבנים זאגען נישט קיין דברים של טעם, זעהט מען אז עפעס קרענקט זיי וואס זיי קענען נישט זאגן, ממילא טאר מען זיי נישט פאלגען.

און אזוי אויך לגבי א שאלה אין הלכה, א רב וואס קען הלכה קען ענטפערען, און דער שואל מעג וועלען פארשטיין, און טאמער דער רב קען אים נישט מסביר זיין ער זאל פארשטיין מיט קאמען סענס, דארף מען אים נישט פאלגען.

און אזוי אויך א דאקטאר וואס קען נישט מסביר זיין אז איך זאל פארשטיין איז נאריש צו פאלגען.

לעצטענס האבן רבנים גענומען א ליבערטי צו קענען זאגען א פסק אהן הסברה, און מען דארף זיי פאלגען צוליב דעת תורה (דעת תורה פאר זיך איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]), זיי האבן מקנא געוועהן די רעביס, רעביס קוקען אפיציעל אין הימעל אדער העכערע וועלטען און זענען לויט דעם מכריע, אהן דן זיין דער לעגיטים פין רעבישע עצות און הדרכות, האט עס מיט רבנים גארנישט.

לגבי דער וואקסין, טאמער איז איינער חושש אז עס מאכט פראבלעמען, מוז מען אנעמען אז די קאמפאניס מיט אלע גאווערמענטס באהאלטן אינפארמאציע פין יעדעם, ועוד.

ער קען סך הכל זאגען אז ער פילט זיך נישט זיכער מיט דער וואקסין, און דאס איז א נארמאלע הרגשה וואס אסאך מענטשן פילען. אבער פין דא ביז זאגן אסור, אבער מען וועט חרטה האבן, איז סתם נארישקייטן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

א דאקטער וואס קען נישט מסביר זיין איז לאוו דווקא נאריש צו פאלגן, נישט יעדע זאך דארף מען פארשטיין צו קענען מאכן א ראציאנאלע באשלוס. אוואדי איז בעסער וואס מער מ'פארשטייט (א 'אינפארמירטע באשלוס'), אבער עס איז גאנץ שכל'דיג זיך צו פארלאזן אויף עקספערטן אין נושאים צו וואס די ביסט בכלל נישט באהאוונט און עס לערנט זיך נישט אין אפאר מינוט (לדוגמא דאקטעריי).

וואס איז יא נאריש דא, איז צו צוהערן מענטשן וואס פארשטייען די זעלבע [נישט] ווי דיר אין א נושא, נאכדערצו אנדעם וואס זיי זאלן אנגעבן א לאגישע סברה. (בנוסף צו דעם וואס זיי זאגן פארקערט ווי עקספערטן וואס פארשטייען יא אין דעם פעלד.)
קרעטשמער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 9:00 pm
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך קרעטשמער »

ריכטיגע דיבורים פון סקווערער רבי.

18553D4D-597B-4CA2-AACF-BEE263D425AD.jpeg


FE717C90-267D-48CB-A307-251981A35DE5.jpeg
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 5#p2623442
איי וועלט ארטיקל
יראה חכם ויוסף לקח
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

cdc-holding-emergency-meeting-over-cases-of-heart-inflammation-disorder-young-coronavirus-vaccine-recipients

אפשר איז דאס, און ענלעכע מיס-אינפעמעשן פין נישט אנגענימענע קוועלר, מסביר פארוואס ס'דא וואס ווילן ביז דערווייל נישט נעמען א וואקסין וואס האט נאך נישט די געהעריגע באשטעטאנגאנג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די סייענטיסטן אליין זענען נאכנישט זיכער איבער די (שעדליכע) לאנג טערמיניגע עפעקטס פון די פארשידענע וואקסינען. ס'קומט ארויס חדשים לבקרים נייע חששות און מעדיצינישע קאמפליקאציעס אלס רעזולטאט פון די וואקסין.

אשר על כן איז ראטזאם אז מ'זאלל נאך א ביסל צו ווארטן. און נישט לויפן תיכף ומיד זיך שטעללן אין די ליין פאר א שאט...!

ספעציעל איינער וואס האט שוין (ממילא) די אנטיבאדיס...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

דער עולם זאל אריינקומען מיט אייגענע ערפארונג ווי צב"ש אויב מען מאכט א קינד. להוציא מלבם פון די וואס טענהען אז דער וואקסין קען גורם זיין עקרות ה’ ישמרו
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

berlbalaguleh האט געשריבן:די סייענטיסטן אליין זענען נאכנישט זיכער איבער די (שעדליכע) לאנג טערמיניגע עפעקטס פון די פארשידענע וואקסינען.

איך געדענק ווען איך האב געקויפט א LED באלב אין האם-דיפא, ס'געשטאנע דאס האלט זיך פאר 25 יאר
איך האב זיך געווינדערט וואו אזוי ווייסען זיי מיט א זיכערקייט ס'האלט 25 יאר ווען דער גאנצער המצאה איז נאך נישט 25 חדשים?!?

ס'איז נישט שייך צי זאגן סייענטיפיש די (שעדליכע) לאנג טערמיניגע עפעקטס איידער מיר האבן דארך געמאכט לאנג טערם...


ווילסט וויסען וועגן די באלב?
די באלב איז שוין אויסגעברענט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: איך רעד פון אייגענער ערפארונג.

ביי מיר האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט (נאך עטליכע מאל נאכאנאנד נעמען דעם קאוויד-19 טעסט.) אז איך בין נעגאטיוו. אויך. אז איך האב די אנטיבאדיס. איך האב (ב"ה) נישט געהאט קיין שום סימפטאמען...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דער עולם זאל אריינקומען מיט אייגענע ערפארונג ווי צב"ש אויב מען מאכט א קינד. להוציא מלבם פון די וואס טענהען אז דער וואקסין קען גורם זיין עקרות ה’ ישמרו


זאגט אפאר מאל אז עס איז גורם עקרות און די האסט א ליין פין דא ביז קאנארסי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דער עולם זאל אריינקומען מיט אייגענע ערפארונג ווי צב"ש אויב מען מאכט א קינד. להוציא מלבם פון די וואס טענהען אז דער וואקסין קען גורם זיין עקרות ה’ ישמרו

זיי זאגן דען אז א יעדער איינער וואס נעמט דאס איז פארטיג פארן לעבן
אדער נאר אז ס'איז דא ערענסטע טשאנסעס אויף אפשוואכן די כלי המשגל וכו'?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

איך האב גענומען די פייזער וואקסין..

און שטייענדיג יעצט ג' חוקת בין איך נאך אלס א זכר, מיינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נטיות די זעלבע, און איך האב נאך אלס פייגלעך אין קאפ.

כ'על אייך לאזן וויסן אויב עפעס טוישט זיך..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יעצט הער איך אז גור האט אנגעפאנגען געבן די וואקסין פאר בחורים אנשטאט די ביז איצטיגע פסיכיאטרישע דראגס, איינער קען באשטעטיגן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט הער איך אז גור האט אנגעפאנגען געבן די וואקסין פאר בחורים אנשטאט די ביז איצטיגע פסיכיאטרישע דראגס, איינער קען באשטעטיגן?

וואו שוין געשריבן, ס'איז נאך נישט דא קיין לאנג טערם טרעק-רעקעארד
ווער ווייסט צי דאס קימט נישט שפעטער ציריק מיט א ווענג'ענס אסך שטערקער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דארף מען שוין לאזן צואוויסן טון די גורע עסקנים, אדער אפשר איז טאקע בעסער אזוי...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט הער איך אז גור האט אנגעפאנגען געבן די וואקסין פאר בחורים אנשטאט די ביז איצטיגע פסיכיאטרישע דראגס, איינער קען באשטעטיגן?

רביה"ק זי"ע: אויף גור גלייב איך אלעס. אויב ס'וועט ארויסגיין א שמועה אז די רבי האט געהייסן אז זיינע חסידים זאללן אראפטאנצן פון די דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש וועללן זיך טרעפן גבירים אין חסידות וואס וועללן טיילן וואן וועי טיקעטס קיין ניו יארק (מסתמא אין די קארגא בעי. ווייל דארט איז ביליגער.) מיט צדה לדרך. א שטיקל טרוקן ברויט און א (ריסייקל'ד) קריגל מיט וואסער... און א מעטרא קארד. כדי אנצוקומען צו די ברידזש...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: נישט נעמען ח"ו די וואקסין!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמחה'לע קאפשטיק: איך רעד פון אייגענער ערפארונג.

ביי מיר האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט (נאך עטליכע מאל נאכאנאנד נעמען דעם קאוויד-19 טעסט.) אז איך בין נעגאטיוו. אויך. אז איך האב די אנטיבאדיס. איך האב (ב"ה) נישט געהאט קיין שום סימפטאמען...!
א עושר האט מזל!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: מסתמא מיינסטו דעם מין עושר פון וואס די משנה אין פרקי אבות רעדט..."איזוהי עשיר. מי שיש לו ביהכ"ס סמוך לשולחנו...!

אדער אפשר גאר דעם אנדער'ן מין עושר..."איזוהי עשיר, השמח בחלקו"...!
פארשפארט