תשע"ג: א ביטערע אנהויב, אבער טאטע, פארט האבן מיר דיר ליב!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
אדוואקאט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 13, 2012 4:31 am
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

תשע"ג: א ביטערע אנהויב, אבער טאטע, פארט האבן מיר דיר ליב!!!

שליחה דורך אדוואקאט »

מיינע חושים זענען פארשטייפט, און מיינע הענט פארפרוירן, ס'פינסטער און טונקל, אין א יעדע ווינקל...

כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם נייעם יאר "תשע"ג" מיט די האפענונג אז אט דאס יאר וועט ברענגען מיט זיך א שפע פון ישועות ורפואות, נאכדעם וואס כלל ישראל האט איבערגעלעבט א יאר פון אזויפיל צער, פיין, אנגסט און יסורים, ברוחניות ובגשמיות, טייכן טרערן זענען פארגאסן געווארן איבער די גאנצע וועלט דעם נארוואס פארלאפענעם ראש השנה, אידן האבן איינגעריסן ביים שומע תפלות כל פה אז דאס יאר זאל שוין ברענגען דעם ענדגילטיגן לעזונג צו די אלע צרות און פיין, מיט'ן אנקום פון משיח צדקינו... אבער, בעת די שורות ווערן געשריבן, אין די שפעטע אווענט שטונדן מוצאי ראש השנה שטייען עטליכע אידישע פארקלעמטע פאמיליעס און יאמערן און קלאגן מיט ביטערע יללות איבער זייער'ס א פאמיליע מיטגליד וועלכע האט זיך פון זיי אזוי טראגיש און פלוצים צושיידט...

אנגעהויבן פון קאנאדא קומט אן די ביטערע און האר-אויפשטלענדע ידיעה איבער א יונגע טייערע מאמע פון 9 בא'חנ'טע אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע איז ליידער אזוי פריצייטיג און אזוי פלוצים פארשניטן געווארן, און זיי איבערגעלאזט עלנד אליין, פאר'יתומ'ט און פאר'אבל'ט איר חשוב'ן מאן... אין בארא פארק, א קליין אומשולדיגע עופה'לע לאזט איבער זיינע ערשיטערטע עלטערן, און קערט זיך צוריק צו זיין היים העולם העליון אויף א טראגישן פארנעם נאכ'ן ווערן דערטראנקן אום יום טוב ראש השנה... א יונגע מוטער אין קרית יואל לאזט איבער איר שטוב און קערט זיך צוריק צום עולם האמת אין סאמע ראש השנה... אוי, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא ווערן פארשניטן... שרייבענדיג די שורות קומט אן דער שוידערליכער באריכט אז א 19 יעריגער בחור'ל, בנימין זאב ברוין ע"ה, האט ליידער אויסגעהויעכט זיין ריינע און לויטערע נשמה, איבערלאזענדיג פאמיליע, חברים, קרובים, אין די ישיבה וועלכע ער האט געלערנט, ערשיטערט, פארקלעצט, צובראכן אויף שברי שברים... אוי ווי קען מען זיך צוזאמקלויבן די חושים, ווי נעמט די כוחות צו פארדייען די שוידערליכע בשורות וועלכע זעצן פאר אומאויפהערליך...

אוי טאטע, ברוך דיין האמת... דו פירסט דאך דיין וועלטל מיט א חשבון... מיר ערדישע מענטשן, מיט געטליכע נשמות שפירן זיך טאקע צוטרייסלט און פארלוירן פון די אומדערטרעגליכע פאסירונגען, אבער נאר דו ליבער פאטער אין הימל קענסט אונז טרייסטן און מחזק זיין... עס קומען איצט די פארכטיגע טעג, די עשרת ימי תשובה, כלל ישראל נעמט זיך פאר באמת, מיט'ן גאנצן הארץ איינצורייסן ביים כל יכול פאר תשובה ותיקון המעשים... מיין פעדער איז שפראכלאז, ס'איז פארוואלקענט און פארנעפלט...

טאטע ליבער, קיינער וויל נישט זינדיגן, קיינער וויל דיר ח"ו נישט מצער זיין.... דיינע אידישע קינדערלעך האבן דיר ליב מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, מיר בענקען נאך דיר שכינה, מיר לעכצן שוין צו הערן דעם קול שופר, די פרייליכע און לאנג-ערווארטעטע בשורה אז משיח צדקינו איז באפרייט געווארן פון זיינע קייטן און איז געקומען אונז אויסלייזן... טאטע, מיר דראפען זיך אויף גלייכע ווענט, מיר ווילן זיין נאנט צו דיר, מיר ווילן נישט אנטלויפן פון דיר... מיר גלויבן אין דיר, מיר ווייסן אז אלעס האט חשבון, און דו שיקסט נאר די אלע ווייטאגליכע סיגנאלן אז מיר זאלן זיך ערוועקן פון אונזער טיפן שלאף... אוי טאטע, ס'נישט אז מיר שלאפן, מיר קענען נישט פארמאכן קיין אויג פון די נאכאנאנדע פאסירונגען, די שרעקליכע נסיונות מיט וואס אונזער דור איז באשטראפט געווארן... טאטע קוק דיר צו ווי אין די זעלבע צייט זיצן טויזענטער און טויזענטער אידישע קינדער און טראכטן און קלערן פון דיר, מען דאווענט שטונדן לאנג, מען שרייט אויס דעם שמע ישראל מיט זודיגע בענקעדיגע טרערלעך באגלייט, טראצדעם וואס בלוט גיסט זיך אין די גאסן געמישט פון הייסע אידישע טרערן, האלטן מיר זיך שטארק, מיט אונזערע נאסע אויגן געוואנדן צום הימל, צו דיר אבינו שבשמים... אוי איך וויין, איך קלאג, איך קייך, איך נישט ווייטער שרייבן...

מיינע אידישע ברודער................................. פאלט נישט אין די אמונה, פאלט נישט אוועק! רבש"ע קוק וויפיל צרות דער דערשלאגענער שה פזורה האט שוין געליטן און לויף פון איר 2000 יאר אין גלות, און טראצדעם וואס די רשעים האבן פון איר געריסן שטיקער, האבן אידישע קינדער נישט פון דיר פארגעסן, נאר מען האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט-וועגן, מען איז אריינגעשפרינגען אינעם ברענענדיגן קאלעך-אויוון און זיך נישט געבראכן צו די וועלכע האבן געוואלט אויסרייסן אונזער גלויבן... יונג און אלט, אלע האבן געקעמפט פאר דיר, און דערהויבן דיין נאמען, און אומגעקומען על קידוש השם, מיט הילכיגע שמע ישראל געשרייען אויף זייערע ליפן... טאטע, ברענג שוין דעם גואל צדק, ברענג אונז שוין ארויף קיין ירושלים עיה"ק אונזער ליכטיג היים, מיט רחמים, מיט ליבשאפט, אוי און ברענג שוין א ענדע צו דעם פיסטערן גלות מיט אזויפיל ביטערע נסיונות, צרות און יסורים...................

טאטע, מיר האבן דיר ליב אהבת נפש.............. מיר וועלן דיר קיינמאל נישט פארלאזן...........................
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג! ממש אפגעלייענט מיין הארץ!

פון מוציו"ט, ווען איין בשורה שוידערליכער פון צווייטן האבן אנגעהויבן שטראמען, בין איך אנגעזעצט, פארווייטאגט און טיף צושאסן. די מחשבות ווירבלען אין קאפ, הזאת נעמי? נאך 2 טעג איינרייסן און מתפלל זיין, האפן אויף א פרישע יאר, וזה פריה?
נישט ח"ו אז מיר זענען מפקפק אין השגחת הבורא, אבער וויפיל ווייטאג קען דען אריינגיין אין א אידיש הארץ? רבש"ע, עד מתי? וויפיל איז דער שיעור? וואו נעמט מען די כוחות זיך צו מחזק זיין?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

:אנגעזעצט:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

תשע"ג:
תיכף שוין ענדיגן גלות!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

מרים קאהן ע"ה
אשת הנגיד ר' בעריש פון מאנטריאל, 63.

טאטע טאטע פתח שערי שמים לעמך ישראל
וויל אונז האלטן עס נישט מער אויס!
טראכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך טראכט »

זייער שיין און הארציג באשריבן, און דאס איז שוין מיט א "שפראכלאזע" פעדער,
אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול, ווי אזוי קען זיין אז די גלעזל איז נאכנישט פיל....
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אדוואקאט האט געשריבן:מיינע חושים זענען פארשטייפט...

מיינסט אוודאי דיין חוש השמיעה, האסט יעצט אראפגעלייגט מיט קול מבשר, וואס ברעגנט צוזאמען אלע שלעכטע נייעס מארבע כנפות הארץ.
הער נישט קול מבשר, וועסטו זעהן אז עולם כמנהגו נוהג. היי יאר האט זיך נישט אנגעהויבן עפעס מער שלעכט פאר כלל ישראל ווי אנדערע יארן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אגב, נישט אלעס וואס געשעהט תשע"ג איז געווארן פארשריבן ראש השנה תשע"ג, ס'יתכן ס'איז נאך פון די פאריעריגע פסק. וכ"ש פאר יום כיפור/הושענא רבה - זמן החתימה (און פאר חסידים "זאת חנוכה")
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אדוואקאט האט געשריבן:מיינע חושים זענען פארשטייפט...

מיינסט אוודאי דיין חוש השמיעה, האסט יעצט אראפגעלייגט מיט קול מבשר, וואס ברעגנט צוזאמען אלע שלעכטע נייעס מארבע כנפות הארץ.
הער נישט קול מבשר, וועסטו זעהן אז עולם כמנהגו נוהג. היי יאר האט זיך נישט אנגעהויבן עפעס מער שלעכט פאר כלל ישראל ווי אנדערע יארן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


קאווע לעבן, איך האב "נישט" געהערט קול מבשר, און דאך האלט איך אלעס מיט!

די משפחה פון דאס יונגע קינד וואס האט זיך דערטראנקען אין א טוילעט איז גאנץ נאנט מיט אונזער משפחה,
דער בחור בנימין זאב ע"ה איז א חבר מיט מיין ברודער,
און אלע אנדערע האבן אויך עפעס נאנטקייט ווי אזוי איך בין געוואר געווארן
(אויסער איין מעשה האב איך אנטדעקט דא אין שטיבל, און איינס אויף אייוועלט).

און איימ'סארי, אבער דאס יאר האט זיך דייקא יא אנגעהויבן פיל שווערער ווי אנדערע יארן!
אויב פארמאכסטו נאך אלץ די אויערן, זאגסט נע ס'איז די זעלבע, ואם תלכו עמי בקרי...
שוין לאמיך נישט רעדן... איך בעט דיך, פקח עיניך וראה!! ווארט נישט אויף נאך מעסעדזשעס!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אדוואקאט האט געשריבן:מיינע חושים זענען פארשטייפט...

מיינסט אוודאי דיין חוש השמיעה, האסט יעצט אראפגעלייגט מיט קול מבשר, וואס ברעגנט צוזאמען אלע שלעכטע נייעס מארבע כנפות הארץ.
הער נישט קול מבשר, וועסטו זעהן אז עולם כמנהגו נוהג. היי יאר האט זיך נישט אנגעהויבן עפעס מער שלעכט פאר כלל ישראל ווי אנדערע יארן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אגב, נישט אלעס וואס געשעהט תשע"ג איז געווארן פארשריבן ראש השנה תשע"ג, ס'יתכן ס'איז נאך פון די פאריעריגע פסק. וכ"ש פאר יום כיפור/הושענא רבה - זמן החתימה (און פאר חסידים "זאת חנוכה")

זאג רעד נישט קיין שטיסעם
ווען נישט קול מבשר וואלסטי אויך געזעהן
אויפן צעטיל אז א יונגע פרוי אין מאנרא איז אוועק
א בחור פין קווינס בערש קאהןס ווייב
פליישמאן סעגדין
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איי געעס כ'האב אנגעהויבן מיט די לינקע פיס, דער עולם דא איז פארקלעמט.

אגב, ס'מיינט נישט אז ווייל דו האסט געהערט די מעשה אין בית מדרש, מיינט דאס אז אין מיין בית המדרש האט מען אויך גערעדט דערפון.
ניין.
איך בין אלעס געוואויר געווארן דא אין קאווע שטיבל
אויסער די מעשה פון דאס קליין קינד, וואס מאנכע האבן דאס פארציילט נאר ארויסצוברענגען אז זיין טאטע איז אין אוקריינא
Under influence
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

געשעהט עס ווען אין מיטן זומער
וואלט מען צווישן איין שווים אנדערן
צווישן איין גריל און אנדערן געקרעכצט און געקלאגט
זאגט דער רבוש"ע
דרשו את ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב
זיכטס מיר יעצט אין די טעג ווען איר קענט אלעס טוישן
רבותי יעצט פארשרייבט מען אלעס
=
נאר מיר בעטן דיר טאטע
פון די טויזענטער ווערטער וואס מיר זאגן און מיר פארשטייען זיי נישט
ווייסן אבער די עלטערן וואס זייער קינד וויל און באדארף
מיר ווילן דיר ליב האבן, מיר וויל גלייבן אין דיר,
עס איז נישטא היינט דער בארידטשובער צדיק זי"ע וואס זאל רוקן מחיצות און ווענט אויבן
נישטא דער בעשה"ט מיט זיינע תלמידים וואס מיט זייערע אויגן האבן זיי געזעהן וואס מען שרייבט אן אויבן
און בעלבעת'עוועט אויבן.
אבער דער עם הארץ און דער פויער וואס האט אין יענע טעג געבראכן אלע מחיצות דאס איז יא דא און עס איז טיף אין יעדע אידיש הארץ
אפי' מיר פירן זיך אויף אויפגעקלערט און פעסט
זאלסטו וויסן טאטע אז מיר וואלטן נאך אלץ בעסער או רואיגער געווען צו גלייבן און צו פילן דיין האנט
ווי די פירסט אונז מיט א זיכערקייט און באגלייטס אונז און מיר קענען זיך פארלאזן אויף דיר מיט א פולסטע תמימות.
הוי הלואי
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

עס האט מיר פארציילט א איד וואס האט אנגערופן רבי עזריאל טויבער נאכדעם ווען עס האט פאסירט די ביטערע מעשה ווי צוויי גרויסע עסקנים פון מאנסי זענען אוועק מיט א וואך אפגערוקט. האט ער אים געפרעגט:
וויאזוי נעמט דאס אן???
זאגט ער אים פונקט אזוי ווי די זעהסט עס! דער אייבערשטער שאקלט אונז אויף ווייל ער וויל אז אונז זאלן זיך אויפוועקן!

רבותי! דער אייבערשטער שרייט צו אונז איך האב אוועקגענומען פון ענק א יעדן עול הגלות :!: קומטס נאנט צו מיר! ובקשתם משם את ה' אלוקיך ... כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשיך!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער עול הגלות איז דא אין א פארום פון $2500 רענט יעדן חודש.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

דאס איז געווען אין די צייטן פון שלמה המלך אויך די טראכסט אז מען האט געוואונט פאר בחינם :?:
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'ניטאמאל געווען אין מיין זיידעס צייטן, וואס דרייסטע א קאפ.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

איז געווען אנדערע זאכן וואס האבן געקאסט געלט, נישט דוקה קיין רענט...
די גמרה זאגט דאך שוין אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שעובד מלכיות בלבד...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

די גמרא זאגט אויך אז בעוקבתא דמשיחא וועט ס'לעבן ווערן טייער. קיינמאל בעפאר האט א חודש ארבעטס געלט קוים קאלעקט אויף צום לעבן, קיינמאל! נישט קיין חילוק צו וואס ס'איז געגאנגען, רענט צי עסן. וואטעווער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

מיר פארן אוועק פונעם ענין... באדעם ליין די פארשטייסט מיין פאוינט און וואס איך וויל ארויסברענגען?
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

יא יא דאס הארץ קלעמט ווי קען מען זיך צאמנעמען די מחשבות אין טראכטן גראד. עס איז קלאר אז ממיינט אינז ווי איינע פון די רביים האבן זיך אויסגעדריקט ביי תקיעת שופר דרשה אז עס איז נישט פון איין קהילה אז דער אנדערער קען זאגן ממיינט יענעם עס איז פון אסאך אנדערע קהילות. אויב וועסטו זאגן פון מיין קהילה איז נאך קיינער נישט דאן ווארט נישט אז די זאלסט עס נישט קענען שרייען. אנדרולמסיא בא לעולם והרגו הרעים והטובים ליידער ער לאזט קיינעם נישט אויס ער גייט פון א יעדע יארגאנג ביי די 60ערס קאהן פון מאנטריאל ביי די 50ערס פאלקאוויטש פון ק"י ביי די 40ערס סעגעדין פון וומ"ס און פליישמאן פון וומ"ס בי די 10ערס ברוין אפי' ביי די 14 חדשים האט ער גענומען א קרבן ווייזענדיג קלאר אז עידזש שפילט נישט קיין ראלע ביי אים ל"ע.
קאוקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך קאוקאנט »

זייער הארציג. צענומען ביז גאר.
שכויח רב אדוואקאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיר פארט געדענקען אז ביי ביליאנען מענטשן איבער די וועלט איז שטארבן א טאג טעגליכע ערשיינונגען, גאנצע חלקים פון די וועלט איז פיל מיט מגיפות, הונגער און מלחמות. במשך די היסטאריע איז א פטירה ביי די פופציג נישטאמאל געווען קיין טראגעדיע, און פארלירן עטליכע פון די צען קינדער איז געווען א נארמאלע זאך, טא, לאמיר זיך פרייען אז מיר לעבן אין די בעסטע צייטן און די בעסטע מקומות וואס שייך
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר פארט געדענקען אז ביי ביליאנען מענטשן איבער די וועלט איז שטארבן א טאג טעגליכע ערשיינונגען, גאנצע חלקים פון די וועלט איז פיל מיט מגיפות, הונגער און מלחמות. במשך די היסטאריע איז א פטירה ביי די פופציג נישטאמאל געווען קיין טראגעדיע, און פארלירן עטליכע פון די צען קינדער איז געווען א נארמאלע זאך, טא, לאמיר זיך פרייען אז מיר לעבן אין די בעסטע צייטן און די בעסטע מקומות וואס שייך

איך האב פונקט געוואלט דיסקוסען צי היינט איז דא מער טראגעדיעס ווי אמאליגע צייטן. כ'מיין אז ניין
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
צוקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך צוקער »

מוז נישט זיין. ראשון, אמאל איז מען עמטליך געשטארבן יונגער ווי היינט. א 65 יעריגער איז שוין געווען א שבע ימים. צוויי, אמאל האט מען נישט שנעל געהערט קיין טראגעדיעס, אז א בחור איז געשטאכן געווארן אין אומאן אום ראש השנה וואלט מען עס אפשר אנגעקומען קיין אונגארן אום תענית אסתר צייט.
לייק מיר נאר אויב דו האלטסט אז עס קומט מיר אמת'דיג!
פארשפארט