טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:דיין לאגיק קלעבט נישט,
פאר צענליגע יארן ווען ס'געווען ברענעדיגע בלוטיגע שלעגערייען, זאגסטו דאך מפורש, האט דער דיין גע'מענעדשט צו זיך האלטן נייטראל,
און פונקט יעצט ווען די זאלונים מיט די בני יואל זענען פאוערפול קהילות וואס יעדער בר דעת זעהט אז קיינער גייט זיי נישט רירן,
פונקט יעצט האט זיך דער דיין אויפגעוועקט אז ס'קומען זיין צו זיך אויפרייסן אין ווערן א ראדיקאלער אהרוני,
פונקט יעצט, ווען דאס רוב ארונים ווילן עס מיטאמאל,
האט דאס א פשט?
טראכט פאר די זאגסט עפעס,
אלא מאי, וואס יא, מוז מען זאגן בהכרח אז ער האט איינגעזעהן ע"פ תורה אז אזוי איז דער הלכה,
וכל רוחות שבעולם לא יזיז אותו,
אפי' ס'איז מעגליך זעלסבטמארד פאר איהם פאליטיש,
רבי, דא ארבעט מען מיט א סטראטעגיע - טאקע ווייל מקען עס נישט פיזיש אפהאלטן - פין עס אריינלייגן אין הייליגקייט אין הלכה אין דורך דעם אפהאלטן קרובים פין קימען, אין א דאנק דעם פארמינערן חתונות אן רשות וואס זיי האבן מצליח געווען למחצה ולשליש אין עטרת מאיר צבי, מימלא ניצט מען דעם דיין,
אויף צי שיסן שטיינער אין פארברענען קארס אין שרייען שייגעץ ארויס איז ער נישט די פאסיגסטע קאנדידאט, דאס האט דא רבי אליינס סאך בעסער געטויגט מיטן אינטערייצן די בחורים מיט זיינע דרשות, ווען סהאט אויסגעפעלט צי אסרן בנ"י חדר מטעם הלכה האט ער זיך אויך שיין צי געשטעלט
לשבחו מיז מען זאגן ער דאך נישט קיין טייטעלבוים ער איז נישט גרייט צי זיין די גורם צי צעשטערן יודישע שמחת, אבער זארג נישט מוועט עס קלאר פארלאנגען פין אים וועט ער דאס אויך צישטעלן,
אין צי קארעקטן, קיינער האט נישט קיינמאל נישט געהאט הו"א אז ר געציל איז נוטראל, נאר אנדערש ווי דער צדיק דארט האט ער זיך קיינמאל נישט געטינקען אין שמיץ אין געהאלטן העצרישע דרשות אין בארעדט רבנים, וואס דאס האט געמאכט אז ער זאל האבן א געוויסע רעספעקט אפילו ביי בנ"י יודן, אבער ווען מהאט עים געברויכט ניצן פאר הלכה ענינים האט ער זיך פיין צי געשטעלט, עכ"פ ברבים, פינקט ווי ביי סידור קידושין...
אפשר ווייזטו אן ווי ר' געציל איז מיטגעשטאנען מיט זאכן וואס מ'הט אים געדארפט נוצן להלכה ?
סתם אזוי ביי די וועי בני יואל האט זיך געפנט נאך פאר סיי וואספארא דרשה פון ר' אהרן