אין די פילאזאפיע פונעם נפש/מיינד איז דא א טעאריע וואס רופט זיך
טייפּ פיזיקעליזם/איידענטיטי טעאריע. דאס איז אז יעדעס מענטעל סטעיט [צב״ש צער, תענוג, שמחה, עצבות וכו׳] איז מקושר צו, און דאס זעלבע ווי, א ספעציפישע פיזישע ניוראלאגישע נערוו-פייבּערס אינעם מח; א
רידאָקשעניסט מהלך. דאס זעהט אויס אלס באזירט אויף א סייענטיפישע סארט מהלך און איז מסביר די פועל ונפעל חלק פון רצוניות צו אקטן, און ווי אויך איז דאך דאס לכאורה פשוט׳ער ועפ״י
אקאם׳ס רעיזאר.
דער לאגיקער און פילאזאף דר. שאול קריפּקע האט אבער געפרעגט דערויף אַן ענליכע קשיא ווי דעקארט (נאר מער לאגיש rigorous) עפ״י צוויי הנחות:
1). עפ״י דאס
געזעץ פון אידענטיטעט אויב עפעס איז
נומעריקעלי איידענטיקעל צו עפעס אנדערש (וכעין די טעאריע ביים נפש), דאן איז דאס א לאגישע מוכרח׳דיגע רילעישאן - זיי גייען זיין דאס זעלבע אין יעדעס מעגליכע וועלט (דאס איז נאר ווען עס פארמאגט
נאר רידזשיד דעזיגנעיטארס וואס דעזיגנעיט א חפץ אזוי אז דורך די הגדרה אליין קען איך גראד וויסן ווער/וואס דאס איז אין יעדעס מעגליכע וועלט)
2). די רילעישאן צווישן מענטעל און פיזישע סטעיטס איז נישט קיין לאגישע מוכרח׳דיגע רילעישאן
אויב אזוי,
מענטעל און פיזישע סטעיטס זענען נישט נוּמעריקעלי איידענטיקעל
הנחה 2 ארבעט עפ״י לייבניץ׳ס
אידענטיטעט פון אינדיסערניבּלס (בתוך דעם
געזעץ פון אידענטיטעט) וואס זאגט אז טאמער און נאר טאמער x און y האבן אלע זייערע פּרעדיקעטס איבער זיי די זעלבע באותו זמן, דאן זענען זיי דאס זעלבע טאקע. מיינענדיג, אויב האט x א פּראפּערטי/פּרעדיקעט דאן וועט דאס y אויך האבן בו בעת, טאמער זענען זיי דאס ״זעלבע״. (וואו x און y זענען
רידזשיד דעזיגנעיטארס כנ״ל.)
ועפי״ז לפי
טייפּ פיזיקעליזם/אידענטיטי טעאריע הנ״ל איז עס
לאגיש אומעגליך אז די צוויי, א ספעציפישע מיינד סטעיט מיט א ספעציפישע פיזיקעל סטעיט, זאלן נישט גיין האנט-אין-האנט. אבער אונז קענען מיר זיך דאס געהעריג מצייר זיין אז ס׳איז נישט האנט-אין-האנט (ולמשל ביי בע״ח וואו, צב״ש, צער האט נישט די זעלבע פיזישע ניוראלאגישע פעולה ווי ביי מענטשן). וממילא איז דאך נישט שייך צו זאגן דערויף קיין
איידענטיטי טעאריע (כנ״ל אויב זענען די ספעציפישע מענטשן סטעיט מיט איר אָנגעבליכע ספעציפישע פיזיקעל סטעיט
רידזשיד דעזיגנעיטארס).
דר. דאַנעלד דעווידסאן האלט פון א סארט
ענאַמעלאס מאָניזם וואס נעמט אָן אז בעצם איז יעדעס מיינד סטעיט יא א פיזישע סטעיט, נאר די פועל/נפעל פונעם מיינד סטעיט קען נישט ווערן דעסקרייבּד עפ״י געזעצן המקשרה צו די פיזישע סטעיט - יעדע (״טאָקען״) מיינד סטעיט לפי פונקטליכע ארומיגע אומשטענדן וכו׳ האט זיך איר פיזישע סטעיט וואס איז
לאגיש אומעגליך צו דעסקרייבּן עפ״י די פיזישע סטעיט; די
פּראַפּערטיס פון די צוויי סיסטעמען זענען טאקע גענצליך אפגעטיילט און באזונדער.
ועיין ערך דר. דוד טשאַמערס׳
״שווערע״ פראבלעם אין קאַנשׁעסנעס.
דאס רירט שוין אָן צו דר. הילערי פּוּטנאם׳ס געדאנק אין די פילאזאפיע פונעם מיינד/נפש. ער זאגט אז לא׳מיר זיך פארשטעלן אז אונזער וועלט האט א פונקטליכע צווילינג וועלט מיט
אלעס זייענדיג גענוי דאס זעלבע אחוץ פון איין זאך: אויף אונזער וועלט איז די כעמיקאל/מאלעקיולער צאמשטעל פון וואסער H₂O בשעת אויף צווילינג-וועלט איז דאס XYZ; אבער אחוץ מזה האבן זיי גענוי די זעלבע פּראַפּערטיס. יעצט 400 יאר צוריק, ווען מען האט נאכנישט געוואוסט פון דאס כעמיקאל צאמשטעל פון וואסער (נישט דא און נישט דארט), ווען א מענטש אַסקער אויף די וועלט טראכט פון וואסער און צווילינג-אַסקער אויף צווילינג-וועלט טראכט פון וואסער דארט, טראכטן זיי פון די זעלבע זאך? זייערע פסיכאלאגישע עקספּיריענסעס בתוך שכלם מיט וואסער זענען
גענוי די זעלבע, אבער דאך רעפערן זיי צו צוויי אנדערע זאכן. מוז זיין אז דאס וואס געבט מיינונג צו ווערטער איז מחוצה לו להאדם אינדרויסן פון זיין פסיכאלאגישע וויסן פון דאס ווארט.
די טענה האלט אבער נאר אויס טאמער זאגט מען אז ״וואסער״ איז טאקע א
רידזשיד דעזיגנעיטאר מיט ״H₂O״ איבער אלע וועלטן. ״וואסער״ באדייט פשוט דאס וואס האט די דרויסענדע פּראַפּערטיס פון וואסער. וממילא ווען ביידע טראכטן פון ״וואסער״ טראכטן זיי דאך יא פון די זעלבע זאך: עפעס מיט די דרויסענדע פּראַפּערטיס פון וואסער. ומאידך גיסא טענה׳ט דר. טיילער בּוּרדזש אז אפילו אינערליך בתוך שכלם קען מען זאגן אז זיי טראכטן פון עפעס אנדערש: דער פון H₂O און דער פון XYZ.
דר. דאַנעלד דעיווידסאן האט געזאגט אז טאמער נעמט מען דאס אָן, דעם געדאנק פון דאס אז ״מיינונג״ פון וואס א מענטש ״מיינט״ ווען ער רעדט איז נישט אָנגעוואנדן נאר מ
תוכו פון זיין פסיכאלאגישע באדייט וואס ער פאר זיך מיינט [
סימענטיק עקסטערנעליזם], דאן אויב איינער שטארבט ובו ברגע ווערט ער געקלוֺינט אויפ׳ן האר פון פריש מיט אלע זכרונות וכו׳ וכו׳ וכו׳, האט ער די זעלבע געפיהלן צו די ווייב און קינדער ווי דער געשטארבענער? עפ״י די אויבן-דערמאנטער
סימענטיק עקסטערנעליזם נישט, וויבאלד ער האט זיי טאקע קיינמאל נישט עקספּיריענסט און געשאפן די אקטועלע זכרונות. דאס איז זיין ״
סוואַמפּמען״ געדאנק.
(דאס האט השלכות צום קאדזשיטו און צו די אשכול.)