בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

פון די ערשטע זאכן וואס כ'האב מיך געוואונדערט די וואך ביים ליינען און זען די נייעס איבער דער נייער פרעימער מיניסטער אין מדינת ישראל נפתלי בנט איז געווען וואס דער גהינם איז ראנג מיט זיין קאפל? ווילסט טראגן א קאפל טראג, ווילסט נישט טראגן טראג נישט, אבער בנט'ס קאפעלע וואס איז בערך אזוי גרויס ווי א דעקל פון א ביר באטל הייבט אויגן ברעמען... ס'איז עפעס נישט אהער און נישט אהין.
ווי עס שיינט נישט נאר פאר מיך; נאר אויך פאר דער JTA נייעס-קאנאל. בנט איז דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל וואס טראגט שטענדיג א קאפל. זיי האבן זיך אבער געקראצט דעם קאפ איז עפעס אנדערש: וויאזוי אין דער וועלט האלט זיך די פיצעלע קאפל אויף זיין קאפ?
"די מער מאדערענע מיט קליינע קאפלעך לייגן געווענליך ארויף א האר-קליפ צי א באבי-פין צו האלטן דעם קאפל," לויטעט דער זיסער ארטיקל, "אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה? וויאזוי באווייזט ער דעם קונץ פון האלטן זיין קאפל אויפן קאפ?
ברענגען זיי נאך פון אן אלטן טאק-שאו וואו בנט האט אויפגעטרעטן, אז ער האט דעמאלטס געזאגט אז "סקאטש-טעיפ" אינאיינעם מיט גראוויטי באווייזט צו האלטן זיין קאפל אויפן פלאץ... "אבער איינמאל האט ער געגעבן א דרשה אין גאס וואו דער ווינט האט געבלאזן, נישט האבנדיג קיין 'סקאטש טעיפ' האט ער געניצט א שטיקל 'טשואינג גאם' ארויפצוקלעבן זיין קאפל אויף זיין קאפ..."
א לעזונג פאר קליינע קאפלעך...
בנט ניצט נישט פשוט'ע 'סקאטש טעיפ' ער ניצט א א פארגעשריטענע סארט, וואס איז ספעציעלע דעזיינט געווארן פאר קאפלעך – "כיפה האלטער".
"ס'איז געווען יום כיפור, ווען יעדער אין שול פאלט כורעים, איך האב דאן געזען ווי 20 ביז 30 פראצענט פון די מתפללימ'ס קאפלעך זענען אראפגעפאלן. איך האב דאן איינגעזען איך מוז אויפקומען מיט א לעזונג."
חיים לעווין, 65-יאר אלט, פון תל אביב, אליינס האר-לאז מיט א קליינע קאפעלע, האט דאן ערצייגט "כיפה האלטער".
כיפה האלטער איז א צוויי-זייטיגע ספעציעלע טעיפ וועלכע קלעבט צו קאפלעך צו קעפ מיט ווייניג צי גארנישט קיין האר. עס ווערט פארקויפט אין פעקלעך פון 40 שטיק (ווען איז געווען די לעצטע מאל האסט געטוישט דיין קאפל? ווערט רעדט נאך פון קויפן פערציג אויף איינמאל...)
און מיט די כיפה האלטערס טוט בנט שטענדיג האלטן זיין קאפל אויפן קאפ.
עס וואלט אגב געווען אינטערעסאנט צו ליינען בנט'ס ביאגראפיע, אויב מ'קען מכבד זיין איינער פון די חברי השטיבל.
דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס
פון וואנעט ווייסטו אז נישט?? דיין גאט גייט מיט א גרויסע קאפל און זיין גאט מיט א קליינע קאפל,berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!
זאגשע, דו קענסט איהם פערזענליך?
גראדע זאגט מען דא אז ער איז א שומר תורה ומצוות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ניין. מיין גאט גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. ער האט א ..."טופפעי"...! ווייל ער איז שוין אלט.!
אבער דער ענין מיט נפתלי בנט איז אזוי... מה נפשך. גייט ער מיט א קאפל זאלל ער גיין א נארמאל קאפל. לאז זיין א ..."כיפה סרוגה"...! קיינער צווינגט איהם נישט צו גיין מיט א קאפל. ביי מיר וואלט ער געווען פונקט אזוי חשוב אלס שומר תורה ומצוות ווען ער גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. דא נארט ער זיך אליין. דאס הייסט נישט גיין מיט א קאפל. א קוואדער סייז. פאררוקט ביים ענד פון קאפ...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
yn.NY האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!
זאגשע, דו קענסט איהם פערזענליך?
גראדע זאגט מען דא אז ער איז א שומר תורה ומצוות
וויי. ען. ען. וויי.: איך האלט אויך אז ער איז א שומר תורה ומצוות. נאר דאס ענין פון טראגן אזא מאדנע (קליינע) כיפה, פאררוקט ביים ענד פון קאפ איז זייער מאדנע. ס'איז נישט אהער און נישט אהין. געהייסן טראגן א קאפל איז עס נישט. סאו. נארט ער זיך אליין...!
- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: ניין. מיין גאט גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. ער האט א ..."טופפעי"...! ווייל ער איז שוין אלט.!
אבער דער ענין מיט נפתלי בנט איז אזוי... מה נפשך. גייט ער מיט א קאפל זאלל ער גיין א נארמאל קאפל. לאז זיין א ..."כיפה סרוגה"...! קיינער צווינגט איהם נישט צו גיין מיט א קאפל. ביי מיר וואלט ער געווען פונקט אזוי חשוב אלס שומר תורה ומצוות ווען ער גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. דא נארט ער זיך אליין. דאס הייסט נישט גיין מיט א קאפל. א קוואדער סייז. פאררוקט ביים ענד פון קאפ...!
טראכט איך יעצט אז זיין קוואדער קאפעל איז גאר "סטראטעגיש".
פון איין זייט איז ער דאך א דתי (און א "רעכטער"), פון די צווייטע זייט וויל ער נישט אויסקוקן "האלי" ביים בימה רעדענדיג פאר'ן מידיע... (בפרט יעצט ווען ער איז שוין ראש ממשלה)
וואס איז די עצה?
- מ'קלעבט ארויפ א קליין קאפל ביים שפיץ פון אונטן... און שוין; יעדער קען איהם אנקוקן וויאזוי ער וויל
בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשען א ברכות הדיוט וכו' וכו' וכו' וכו'
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

און די אידן וואס גייען יא מיט א קאפל אלץ די הלכה שבו פארוואס היטן זיי הלכה in the first place? ס׳איז דאך אויך נאר א סימבאלישע זאך צו ווייזן וואו מ׳געהערט. און די וואס גלייבן אז רבי יוסף קארו וועט זיי פארווארפן אין כף הקלע פאר׳ן נישט גיין א קאפל פארוואס גלייבן זיי אזוי? ס׳איז ווייטער ווייל זיי געהערן אין א פלאץ וואו מ׳גלייבט אזוי. ותזדהה עם קהילתך זהו כל התורה כולה, ואידך פירושא הוא זיל גמור.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
טיכטיגער האט געשריבן:
"אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?
דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters
שיינע אשכולות, [tag]טיכטיגער[/tag], א דאנק.
אגב, לכל מאן דבעי למידע: אידיש קומט אַריין מיט אַביסל זאַפט אין דער וועלט פון קרחת.
פּליכעוואַטע (bald). דער פּליכעוואַטער, דער פּליך (bald man). דער פּליך (baldness). אַן אַנדער אידיש וואָרט איז די ליסינע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער לייק איז פאר די וועלכע האבן פארשטאנען יואב'ס בויכווייטאג.
אגב. הרב יואב שליט"א. דאס ווארט פליך און פליכעוואטע (פאר באלדנעסס) שטאמט פון פויליש. ממילא איז עס גארנישט מער מיוחס (אלס אריגינאל אידיש) ווי ..."באלד/נעסס"... אויף ענגליש.
הוא אשר דיברתי. הגם ס'באלאנגט נישט דא אין דעם אשכול. אז די אידישע שפראך אנטהאלט א סאך ווערטער פון דעם ווערנאקולאר פון דעם לאנד וואו מ'רעדט עס. ממילא האט נישט די ווערטער פון איין געוויסע געגנט מער חשיבות אדער א דין קדימה ווי די אנדערע.
די אמעריקאנער (קינדער) מישן אריין ענגלישע ווערטער. און די איזראעלישע מישן אריין ווערטער פון עברית. און אין בעלגיע, למשל מישט מען אריין א סאך דייטשע ווערטער אין די אידישע שפראך.
איך האב געהערט ווי א אידישע פרוי (גערער חסידים) פון ארץ ישראל איז אריין אין א רעסטאוראנט און זי האט געבעטן ... מרק מיט "אטריות"... דער בעה"ב. אן אמעריקאנער איד האטציך געבראכן דעם קאפ וואס דאס איז. זי האט אבער נישט געוואוסט דעם נאמען פון ..."לאקשן" אויף אידיש...!
אגב. הרב יואב שליט"א. דאס ווארט פליך און פליכעוואטע (פאר באלדנעסס) שטאמט פון פויליש. ממילא איז עס גארנישט מער מיוחס (אלס אריגינאל אידיש) ווי ..."באלד/נעסס"... אויף ענגליש.
הוא אשר דיברתי. הגם ס'באלאנגט נישט דא אין דעם אשכול. אז די אידישע שפראך אנטהאלט א סאך ווערטער פון דעם ווערנאקולאר פון דעם לאנד וואו מ'רעדט עס. ממילא האט נישט די ווערטער פון איין געוויסע געגנט מער חשיבות אדער א דין קדימה ווי די אנדערע.
די אמעריקאנער (קינדער) מישן אריין ענגלישע ווערטער. און די איזראעלישע מישן אריין ווערטער פון עברית. און אין בעלגיע, למשל מישט מען אריין א סאך דייטשע ווערטער אין די אידישע שפראך.
איך האב געהערט ווי א אידישע פרוי (גערער חסידים) פון ארץ ישראל איז אריין אין א רעסטאוראנט און זי האט געבעטן ... מרק מיט "אטריות"... דער בעה"ב. אן אמעריקאנער איד האטציך געבראכן דעם קאפ וואס דאס איז. זי האט אבער נישט געוואוסט דעם נאמען פון ..."לאקשן" אויף אידיש...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
יואב האט געשריבן:טיכטיגער האט געשריבן:
"אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?
דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters
שיינע אשכולות, [tag]טיכטיגער[/tag], א דאנק.
אגב, לכל מאן דבעי למידע: אידיש קומט אַריין מיט אַביסל זאַפט אין דער וועלט פון קרחת.
פּליכעוואַטע (bald). דער פּליכעוואַטער, דער פּליך (bald man). דער פּליך (baldness). אַן אַנדער אידיש וואָרט איז די ליסינע.
פשיהא, א קאמפלימענט פון [tag]יואב[/tag] איז קיין קלייניגקייט, און א דאנק פאר דער הערה!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:דער לייק איז פאר די וועלכע האבן פארשטאנען יואב'ס בויכווייטאג.

/