ראטעוועט מיין שטאָט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

ראטעוועט מיין שטאָט!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

גענומען פון דא

[כ'האב שוין מער ווי איינמאל ארויסגעברענגט מיין דעה אז מיך מאכט נישט אויס ווער עס איז מנהיג און פאליטיקאנטן קומט זיך געווענליך ווייניג קרעדיט ווייל עס איז מער מזל ווי ארבעט, זיי קענען נישט אויפטוען צופיל מילא, און אז תוצאות זעען זיך נישט אן בעפאר לאנג, אבער די לעצטע יאר האביך איינגעזען אז אויפטוען איז שווער זיי צו געבן פולשטענדיגע קרעדיט, אבער חרוב מאכן דאס קענען שוין אפי' נידעריג ראנגיקע ערוויילטע אויכעט..... דעריבער בינעך יא א יענג שטיצער. - פאליטיקאנט]

חברים יקרים.

איך בין א ביזנעס אונער אין ברוקלין וואס גיבט פרנסה פאר א שיינע פאר אידן. איך קוק זיך צו וואו מ'האלט דא א וואך פאר די וואלן, און מיין בלוט קאכט אין מיר. איך דריי מיר אין מקוה, און אין קאווע שטיבל, ביי וואכנאכטס און חתונות און איך זע אז דער עולם כאפט נישט וואס דא גייט פאר.

די סיטי איז א מעסס! מ'לאזט נישט זיין רייך, און מ'לאזט נישט זיין ארעם. מ'קען נישט קויפן קיין לייטישע הייזער, און מ'קען נישט גיין אויפ'ן גאס, ווייל ס'שטינקט.

זיצן זיך שוטים משוטים אין סיטי האול, מ'טרייבט פון אונז ליצנות, די איינציגסטע זאך וואס האלט זיי פארנומען איז שטיפן די לינקע וואגן מיט סטעיטמענטס און פארדאמונגען. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו ארבעטן און טון די סימפעל קאמען-סענס שריט וואס פעלט אויס. מען דארף נישט דא קיין ווער ווייסט וואס, ראקעט-סייענס. מ'דארף פשוט נעמען ערנסט די סיטי און עס פירן ווי א ביזנעס. עס דארף זיין אקאונטעביליטי, ס'דארף זיין לידערשיפ און דירעקשאן.

דא זעמיר געווען סטאק מיט דעם שלאַנקען נאַר פאר 12 יאר, ווייל די טיפע עסקני'שע קעפ האבן געזען אז ער איז ארויפגעשווימען אין די פאולס פונקט אין די ריכטיגע מינוט. פאר א שווארץ יאר! ווען נישט מיר העלפן אים פארמיידן א ראנאף, אפשר וואלט ער פארלוירן? און אפילו נישט, איז די וויכטיגסטע זאך וואס מיר קוקן איז זיין פראנט ראנער?? האמיר אונז נישט קיין שום פרינציפן? אונז האמיר נישט קיין שום פארלאנגען?

אבער יא! די עסקנים זענען גוט מיט די עלעקטעד עפישעלס. ס'הייסט?! אונז לאכמיר דאך שוין מיט אים אויף בילדער פאר 22 יאר? ער קומט דאך אלץ צו "כאף אלעף כיסלעף", און ער זיצט אויף די טיש פון די "עסקנים". מ'מוז דאך האבן הכרת הטוב פאר איינעם וואס האט שוין אזויפיל מאל אויסגעצויגן זיינע לעפצן צו שמייכלען צו אונז, און אנטפלעקן זיינע ווייסע ציין.

יא, אבער וואס האט ער שוין געטון פאר אונז?

איינער וואס קען שיין לאכן און שאקלען הענט וואלט איך גערן אריינגעוואוט פאר א וועיטערער, אדער דאָר-מען, אבער פאר מעיאר פון די וויכטיגסטע שטאט אין אמעריקע????? השתעגנו??

אבער דא פאלן מיר נאכאמאל אריין אין די זעלבע פאסטאקע. די עסקנים זאגן אז מ'דארף האבן "הכרת הטוב". זיי זענען אזעלכע גוטע "פרענדס" מיט זיי, און זיי האבן אפילו זייער פרייוועט סעל נומבער. האלאו! שיק זיי א שיינע באר טשאקלאד און א "טענקיו" צעטל, אבער געב אים נישט איבער צוטריט צו פירן א שטאט מיט מיליאנען איינוואוינער; א שטאט ווי מ'דארף יעצט קריטיש וויכטיג א מענטש וואס טויג באמת.

אקעי, יעצט וועט איר זאגן אז יענג איז פריש און האט נישט קיין עקספיריענס.

גערעכט טאקע. ער האט נישט קיין עקספיריענס אין ארומלויפן צו אלע מסיבות, שמייכלען, שעיקען הענט, און קלאצן צווישן איין עלעקשאן און צווייטן. ער האט נאר עקספיריענס אין אויפשטעלן און פירן א סוקסעספולע ביזנעס, וואס דאס איז טאקע פונקט וואס אונז דארפמיר!

יא! די פאליטישאנס האבן עקספיריענס אין גארנישט טון! און יענג האט נישט דעי עקספיריענס!

צוריק צו די פאולס. הגם ס'איז מיר נישט צופיל נוגע, ווייל איך האלט אז מ'דארף וואוטן פאר וועם מ'האלט אז ער איז גוט פאר די דזשאב, און מ'טוט ממש גארנישט אויף מיט'ן וואוטן פאר איינעם וואס איז פאראויס. העכסטנס אויב עדעמס געווינט וועט ער זען ווי שטארק אונז האמיר געוואלט איינער וואס טוט, און ער וועט זיך צופלייסן.

אבער בכלל בין איך בכלל נישט קאנווינסט איבער די גאנצע פאולס געשעפט. אונז האמיר שוין גוט געזען ביי ביידע טראמפ-עלעקשאנס ווי שרעקליך אףף די פאולס זענען געווען. לויט די א.ג. פאולס האט טראמפ געדארפט פארלירן מיט 12 פראצענט, און צום סוף איז די ריזאלטס געווען טויט-נאנט. (ווען נישט די פאולס\מידיע מאלן אראפ טראמפ אלס דער זיכערער פארלירער, וואלט ער אפשר געקענט עס דורכשטיפן און מאכן.)

יענג איז א שטיקל בחינה פון טראמפ. די מידיע האַסט אים, מ'זוכט אלע וועגן אים אונטערצוברענגען, און איך בין בכלל נישט זיכער אז די מידיע שפילט נישט יעצט אויף אונזערע מוחות. געב נאר א קוק אין די דיטעילס פון די פאולס, זיי רעכן בכלל נישט די אידישע און אזיאנער קאמיוניטיס וואו ס'איז איינס פון יענג'ס שטערקסטע באזעס. ס'איז נישט קיין גרויסע קונץ צו מאכן א פאול אויסקוקן סך שוואכער ווי ס'איז באמת אויף די גראונד, און אזוי פרובירן צו באאיינפלוסן די אוטקאם פון די וואוטס.

איך בעט ענק ברחמים. לאמיר ראטעווען אונזער שטאט! מיר עסן זיך גענוג אגאנץ יאר, יעצט קעמיר אונז טון עפעס. לאמיר ארויסגיין שוין יעצט ביי לאנטש, אריינקאטשקענען פאר ענדרו יענג פאר מעיאר, מיט א תפלה צום אויבערשטן ער זאל אונז געבן אן עתיד דא אין גלות ניו יארק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: מ'וואלט געקענט מיינען אז דו ווערסט באצאלט און ביסט געדינגען געווארן פונ'ם ענדרו יענג קאמפעין. ווייל די זעלבע זאכן וואס דו זאגסט שטייט אין אלע אדווערטייזמענטס פון זיין (און עריק עדעמס') קאמפעין...!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס דו ווערסט אזוי ווילד ווען עפעס א פיצעלע קהילה אינדארסירט איינעם, וואס פאר דעי קליינע קהילה האט ער גראדע יא געטון טובות.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: מ'וואלט געקענט מיינען אז דו ווערסט באצאלט און ביסט געדינגען געווארן פונ'ם ענדרו יענג קאמפעין. ווייל די זעלבע זאכן וואס דו זאגסט שטייט אין אלע אדווערטייזמענטס פון זיין (און עריק עדעמס') קאמפעין...!

ניין.

אין די עדס שטייט חינוך, מציצה, g&g און פישטי.

דער שרייבער רעדט פון ביזנעס און פון שכל. די ערשטע נארמאלע הסבר פארוואס יענג איז באמת בעסער פון עדעמס.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פאליטיקאנט האט געשריבן:די סיטי איז א מעסס! מ'לאזט נישט זיין רייך, און מ'לאזט נישט זיין ארעם.

איז נישט דאס עקזעקטלי וואס 'יוניווערסל בעיסיק אינקנופט' וועט אויפטוהן? :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מיין וואוט האט דער שרייבער געוואונען. בל"נ
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אויך, האלט נישט יענג שטארק פון נידערמאנ'ס - דער סאטמערער'ס, קוואליטי אף עדיוקעישן??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:אין די עדס שטייט חינוך, מציצה, g&g און פישטי.

דער שרייבער רעדט פון ביזנעס און פון שכל. די ערשטע נארמאלע הסבר פארוואס יענג איז באמת בעסער פון עדעמס.

נאכדערצו אז עדעמס גייט טיילן 1000 א חודש פאר יעדן איינעם היל''ת און אינטערברענגען די עקאנאמי!!

אפפפס.... סארי מיסטעיק ראנג נעים
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דו האלטסט אז די 1000 איז פראבלאמאטיש? פיין.

ער פארשטייט אבער צו ביזנעס בעסער ווי עדעמס, ער איז אליין א ביזנעסמאן און איז פרא ביזנעס.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דאס אז ער גייט חרוב מאכן די עקאנעמי איז נישט אזא פראבלעם, די עיקר איז אז ער פארשטייט צו ביזנעס...

אגב ווי זעסטו זיין פרא ביזנעס שטעלונג מער ווי עדעמס?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:דאס אז ער גייט חרוב מאכן די עקאנעמי איז נישט אזא פראבלעם, די עיקר איז אז ער פארשטייט צו ביזנעס...

אגב ווי זעסטו זיין פרא ביזנעס שטעלונג?

סארי, כ'האב פארגעסן אז דיין קהילה האט שוין געטוישט...

[כ'האב א שטיקל געפיל אז דו וואוינסט אין קרית יואל, ווייל די ארוינים פון וויליאמסבורג וואוטן עפי"ר פאר יענג. עכ"פ צו וועם איך האב גערעדט...]
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:[כ'האב א שטיקל געפיל אז דו וואוינסט אין קרית יואל, ווייל די ארוינים פון וויליאמסבורג וואוטן עפי"ר פאר יענג. עכ"פ צו וועם איך האב גערעדט...]

ווייטער מיט די רעדן! דו רעדסט אמאל מיט זאליס אויך? עניוועי, די ערשטע מאל וואס מוועט זיך קענען איבערצייגן קליפ און קלאר און די קראנטקייט פון די אלע שמועסן מיט ארוינים, ועל הכלל כולו יצא, העמיר רעדן קומענדיגע מיטוואך....
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:סארי, כ'האב פארגעסן אז דיין קהילה האט שוין געטוישט...

איז אמת וואס איך הער אז דיין קהילה האט אינדארסירט יענג?

און חוץ מזה די ארוינים האבן קיינמאל נישט אינדארסירט יענג.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

ווער ס'וויל הערן די פרא עדעמס צד קען הערן א גאר קלארע אינטערוויא אויף קול סאטמאר מיט נפתלי משה אינדיג איבער דעם.

ווער ס'וויל נישט מוז נישט.

אבער ס'מאכט אביסעלע נישט קיין סענס צו אראפרייסן איינעם בשעת דו ווייסט ניטאמאל זיין צד....
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ראטעוועט מיין שטאָט!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

צו קלארשטעלן, יענג האט אויפגעברענגט די "יוניווערסעל בעיסיק אינקאם" געדאנק ביים לויפן פאר פרעזידענט אלס בלויז דאס. א געדאנק. ער האט זיך נישט פארפליכטעט דאס צו טוען ער האט געזאגט ער האלט דערפון און האלט דאס קען ארבעטן (דהיינו מ'דארף עס גוט דורכטוען און אפשר אימפלימענטירן). אלס מעיאר אויף א שטאטישע לעוועל האט ער עס קיינמאל דערמאנט.

די געדאנק האט שטיצער פון טויזענטע עקאנאמיסטן לאו דוקא פונעם לינקן לאגער.
און פארגעס נישט אז מיט UBI גייט נישט זיין אנדערע פראגראמען ווי פוד סטעמפס, מעדיקעיד וכו' - קען גאר זיין עס וועט שפארן געלט.

איך גראדע האלט פון UBI.
דא האט איר צוויי ווידיאוס וואס צולייגן עס גאנץ שיין.

https://youtu.be/kl39KHS07Xc
https://youtu.be/OQjrhIyaPyg
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געהערט אז מ’האט ארומגעשיקט א בראשור מסביר זיין פארוואס מ’דארף וואוטן פאר אדאמס, און מ’האט ארויסגעברענגט אז די לעצטע מאל האט מען אינדארסירט דעבלאזיא און ער האט אסאך אויפגעטון פאר אידישקייט דארף מען יעצט איבערטון די זעלבע זאך, וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס רייט מען אויף די סוקסעס פון דעבלאזיא בשעת רובא דרובא פון די היימישע ציבור האסן דעבלאזיא צום טויט, איך וואלט נישט געוואוט פאר אדאמס ווייל ס’קוקט אויס אז ער גייט זיין נאך א טערם פון דעבלאזיא, פאר אידן איז ער גוט געווען אבער פאר די שטאט איז ער געווען א דיזעסטער.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פאליטיקאנט האט געשריבן:גענומען פון דא

און מ'לאזט נישט זיין ארעם

פּראָבלעם?

דער גאַנצער יענגאיזם פון קאָפּ ביזן קנעכל איז א הייס שטיק לצנות. כ'וועל דעם צדיק אָפּגעבן מיין שטימע, בלי־נדר, ווען ער לויפט פאַר פּורים־רב. כ'בין איינשטימיג אַז די שטאָט דאַרף א תיקון גדול. די ישועה, לפענ"ד, גייט אָבער נישט קומען מיטן אַריינוואַרפן אין סיטי־האָל א רוי טייגל און זיך אונטערברומען ר' שייע בן ר' משה. די שטאָט גייט שוויבלען און גריבלען מיט כאַאָס, מיין ליבער פריינט. על הראשונים אנו מצטערים. די שטאָט נייטיגט זיך דרינגעוודיג אין פירערשאַפטליכער קאָמפּעטענץ. מיר איז גוט ווען יענג העלפט אַרויס דעמאָקראַטישע סענאַט-קאַנדידאַטן אין דזשאָרדזשיע.

יאָ, באמת א וואוילער. ס'האָט זיך אים פאַרגלוסט דאָס בענקל און כ'בין סימפּאַטיש צו זיינע אַמביציעס. ער שיינט מיר צו זיין א וואַרעמער מענטש און האָט זיכער בעסערע מידות ווי טראָמפּ. כ'וועל מסתם רחמנות האָבן אויף אים ווען ער גייט (האָפנטליך) געבן זיין קאָנסעשאָן־ספּיטש. וואָס דו אָבער זעסט א מעלה אין זיין אַזוי ווי טראָמפּ איז ביי מיר דווקא א חסרון. אויב האָט מען זיך עפּעס געזאָלט אויסלערנען — די וועלכע האָבן נישט געוואוסט צוריק אין 2016 — איז אַז מ'לייגט נישט די לייצעס פון רעגירונג אַריין אין די הענט פון יעדן שמויגער. נישט יעדער וואָס העפט זיך אַרויף א שטיקל סאַמעט אויף דער בּעקיטשע טויג מיטאַמאָל צו טיילן געבענטשטע קוואָדערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ראטעוועט מיין שטאָט!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

קודם איך האב עס נישט געשריבן.....

יעצט ווי זעסטו אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט?
און פארוואס האלטסטו אז עדעמס איז יא גוט?

איך זע עדעמס ווי נאך א פאליטישאן וואס גייט גארנישט טוען. איז שוין אין די פאליטישע סיסטעם יארן לאנג, שוין אנגעקניפט מיט די וועלכע ער איז שולדיג, און גרייט ווייטער צו געבן וויכטיגע פרעס קאנפרענסעס. כ'זע נישט ווי איך קען עקספערטן טויש פון עם. יענג לעומתו קען זיין גייט טאקע נישט טויגן, אבער האט גרעסערע שאנסן יא צו אויפטוען לדעתי.

לעצטנס, דו געסט אזא פסק'ן אפ אז "מ'האט שוין געזען ביי טראמפ" כאילו טראמפ איז געווען א דורכגעפאלענע פרעזידענט, איך האב אויך נישט געקענט פארנעמען זיין התנהגות און קינדערישקייטן. אבער א שלעכטע פרעזידענט איז ער זיכער נישט געווען! עפעס ווייניגער ווי בוש, קלינטאן, בוש, אבאמא??
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פאליטיקאנט האט געשריבן:קודם איך האב עס נישט געשריבן.....

יעצט ווי זעסטו אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט?
און פארוואס האלטסטו אז עדעמס איז יא גוט?

איך זע עדעמס ווי נאך א פאליטישאן וואס גייט גארנישט טוען. איז שוין אין די פאליטישע סיסטעם יארן לאנג, שוין אנגעקניפט מיט די וועלכע ער איז שולדיג, און גרייט ווייטער צו געבן וויכטיגע פרעס קאנפרענסעס. כ'זע נישט ווי איך קען עקספערטן טויש פון עם. יענג לעומתו קען זיין גייט טאקע נישט טויגן, אבער האט גרעסערע שאנסן יא צו אויפטוען לדעתי.

לעצטנס, דו געסט אזא פסק'ן אפ אז "מ'האט שוין געזען ביי טראמפ" כאילו טראמפ איז געווען א דורכגעפאלענע פרעזידענט, איך האב אויך נישט געקענט פארנעמען זיין התנהגות און קינדערישקייטן. אבער א שלעכטע פרעזידענט איז ער זיכער נישט געווען! עפעס ווייניגער ווי בוש, קלינטאן, בוש, אבאמא??

כ'האָב דעם יענג גענוג אָבסערווירט דורכאויס זיין קרוב צו פיר יאָר אַרומשלענדערן זיך איבער דער פּובליק־אַרענע. מיין מסקנא: דער בר־נש איז נישט ראוי לאותו איצטלא. א ליידיגער זאַק … און זיין פליפּ־פלאַפּן כסדר … און זיין דעבאַטע פּערפאָרמענסעס … און אויכמער אַן ענטרעפּרעוער. ס'גוט און וואויל! כ'בין נישט קיין אַקטיוויסט פאַר קיינעם און כ'בין נישט דאָ צו טוישן מיינונגען. כ'זאָג אָבער מיין מיינונג.

כ'האָב נישט גערעדט פון עדעמס. אַז דו פרעגסט אָבער, עדעמס ברענגט צום טיש א קאַריערע אינעם פּאָליס־דעפּאַרטמענט ווי אויך אין אַקטיוויזם פאַר רעפאָרמען. ער קען די סיסטעם און די סיסטעם קען אים. לפענ"ד, קען ער גאָר זיין דער ריכטיגער מענטש אין דער ריכטיגער צייט. כ'האַלט אַז ס'קען אים אפשר געלונגען קלענער צו מאַכן דעם ריס צווישן פּאָליציי און דער שוואַרצער געמיינדע. כ'טראָסט אים בנוגע סעפטי אישוס און כ'בין איינשטימיג מיט אים אַז דער שליסל מחיה־מתים צו זיין די שטאָט ליגט אין פּובליק־סעפטי. כ'בין אינגאַנצן נישט קיין חסיד פון דער קאָנסערוואַטיווער law and order פילאָזאָפיע. כ'דאַרף אָבער אויך נישט קיין אַנאַרכיע באַרעכטיגט צוליב אוטאָפּישע שטרעבונגען. ס'מיינט נישט אַז כ'בין אַן עדעמס פען צי וואָס.

טראָמפּ לפענ"ד איז געווען א גאָר גאָר שלעכטער פּרעזידענט אפילו פּאַלעסי־ווייז. דאָמעסטיקלי האָט ער דאָס מערסטע שאָדן געקענט אָנזייען בלויז אין די ערשטע צוויי יאָר מיט א רעפּאָבליקאַנער קאָנגרעס. דאָס רעכנט נישט אַריין זיין געפערליכע קאָוויד האַנדלונג וכדו'. ער האָט אָבער שוין נישט געקענט דורכפירן ריזיגע טעקס־קאָטס פאַר די גאָר רייכע אָדער נאָכאַמאָל רעפּילן אָבאַמאַ־קעיר. כ'בין אינגאַנצן נישט קיין דעמאָקראַט. (רעגיסטרירט אַזוי בלויז צו קענען שטימען אין פּריימעריס). כ'בין אָבער יאָ "איבערצייגט" אַז היינטצייטיגע רעפּאָבליקאַנער זענען א באַנדע ציניקער וואָס זיצן אין דער רעגירונג מיטן איינעם ציל צו סאַבאָטירן די סיסטעם. זיי זוכן "לכתחילה" נישט קיין לעזונגען צו פּראָבלעמען און קימערן קנאַפּ אויב זאָל די ציוויליזאַציע אַראָפּברענען ביזן אָפּגרונט. ס'איז ביי מיר ניטאַמאָל קיין ספק. מ'קעמיר רעדן אַן אַנדער מאָל אָדער עגריען צו דיסעגריען.

אָבאַמאַ און קלינטאָן האַלט איך זענען הונדערט פּראָצענט געווען בעסערע פּרעזידענטן. בוש אפשר נישט אין טערמס אָוו פּאַלעסי. כ'פאַרשטיי אָבער נישט וויאַזוי דו טיילסט אָפּ טראָמפּ'ס "התנהגות און קינדישקייטן" פון זיין פּרעזידענטשאַפט. דער מטורף האָט דאָך חרוב געמאַכט דאָס לאַנד מיט "זיין התנהגות און קינדישקייטן." מ'עסט נאָך יעצט די קאָנסעקווענצן און זאַכן ווי זיי שטייען יעצט קענען נאָך ערגער ווערן. ער האָט גאַנץ מעגליך געענדיגט דעמאָקראַטיע אין אַמעריקע — הפּנים, ער האָט זיכער פּראָבירט און פּראָבירט נאָך עז ווי ספּיעק. "כאַאָס," ווי דזשעב בוש האָט געוואָרנט, איז דער טערמין וואָס דעפינירט זיין קאַדענץ אינעם ווייסן הויז.

כ'פאַרגלייך אינגאַנצן נישט יענג צו טראָמפּ'ן. למען האמת איז שווער צו פאַרגלייכן סיי וועמען. דער שרייבער אָבער האָט. כאילו נישט האָבן קיין עקספּיריענס איז א מעלה. סוד: ס'איז נישט. (נישט אַז ס'קען זיך נישט אויסאַרבעטן. דער ריכטיגער מענטש אין דער ריכטיגער צייט, וכו'. ס'קען לכאורה. קיין מעלה איז עס אָבער נישט און זיכער אַזוי ווען די שטאָט איז שוין אין כאַאָס און דער עמיצער צייגט אַלע סימנים פון נישט האָבן קיין מושג וואָס גענוי ער פּלאַנט צו טון און וויאַזוי).
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

יואב האט געשריבן:

:lol: :lol: :lol: :lol:
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:מיין וואוט האט דער שרייבער געוואונען. בל"נ
זעהט נישט אויס ווי איך גיי אנקומען דערצו.
פארשפארט