א שטויס פאר גור
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
א שטויס פאר גור
די וועלט שטייט געשטוינט און געפלעפט פון דעם אומגלויבליכן סוקסעספולן קאמפיין וואס קהילת הגר"ש אלתר האט אפגעראכטן מיט אריינברענגען א צאל פון קרוב צו פופציג טויזנט (!) נדבנים און אן אסטארנאמישער סומע פון איבער פופציג מיליאן שקל.
כמעט וואס ס'לאזט זיך נישט גלייבן; נישט בלויז איז עס פון די סאמע אדער סאמע גרעסטער קאמפיין וואס איז נאר אמאל אפגעראכטן געווארן, נאר אז מ'נעמט אין אכט פון וועמען מ'רעדט דא, א קליינע מיטגעמאכטע און גע'רודפ'טע גלות קהלה וואס ווערט געפייניגט דורך די סאמע מאכטפולסטע קהלה אין דער וועלט און ווערט אפן און גראב באיאקאטירט דורך כמעט יעדע עמטליכע פלאטפארמע אז אפילו נארישע טאג בלעטלעך האבן זיי נישט געוואלט שטיצן.
מיט שאק שטייט די וועלט און קוקט ווי די מאכטפולע ארעם פון טעראר דורך גור וואס האט נישט געשפארט קיין מיטלען קעמפט מיט ציין און נעגל קעגן הגר"ש האט זיך צונויפגעברעקלט איבערנאכט און איז געפאלן באוואוסטלאז ווי קאמוניזם אין סאוויעטישן פארבאנד איז געפאלן בשעתו. דאס איז נישט סתם א באכע, נאר א טויט שלאפ. לאנג וועט נאך נעמען ווען מ'וועט כאפן וואס פאר א שטויס גור האט געכאפט און וואס וועט זיין די נאכפאלגן דערפון ווען זייער גאנצער מערכה איז זיך צעגאנגען אין א זייפן בלאז און כ'האף ס'וועט ברענגען די נויטיגע חשבון הנפש וואס אזא מאכט איבערווארפונג דארף ברענגען.
אלה ברכב ואלה בסיסים, גור מיט אירע מיליאנען חסידים כפליים כיוצאי מצריים, מיט דעם פאליטישן כח, מיט דער מאנאפאל אויף דער גאנצער חרדישער מידיע, איז ווערד געווען א געפלאכטענע תאינה שבכרה לצור על צלוחיתו, ווייל ואנחנו בשם אלוקינו נזכיר. גבירים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געגאסן שווערע טויזנטער דאלארן און שקלים בנוסף צו די צענדליגער טויזנטער קלענערע נדבות וואס האבן פשוט נישט אויפגעהערט שטראמען פון אלע עקן וועלט און געשאנקען פאר הגר"ש די אנערקעננג פון פינאנציעלע בסיס איינמאל פאר אלעמאל זיך צו שטעלן אויפ'ן רעכטן פיס.
ס'איז דא פארשידענע מחשבות און לעקציעס וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא פרעצעדענטלאזע אנטוויקלונג און פאקטארן וואס האבן צוגעשריבן צו אזא אבנארמאלע סוקסעס.
א) כלל ישראל איז א מבין אויף אן ערנסטע זאך און הגר"ש וועלכע איז א גדלישע מענטש בתורה ובמדות געניסט פון שעצונג איבער דער גאנצער וועלט.
ב) כלל ישראל איז זאט פון טעראר און השחתה און האבן אלע ווי איינער זיך געוואלט אננעמען פאר'ן נרדף און זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה שמבקש את הנרדף.
ג) כלל ישראל איז א מבין און מכיר טוב די נייע ווינטן וואס קהילת הגר"ש שטעלט מיט זיך צו, סיי מיט'ן קוקן אויף תכלית און ערנסטקייט, נישט קיין רביסטעווע, טעראר און מאכט, נאר תורה און ערנסטקייט, סיי מיט'ן אריינברענגען א גייסט פון אהבת ישראל און אהבת הבריות, סיי מיט'ן זיין מיט צוויי פיס אויף דער ערד און לעבן אין רעאליטעט און פארשטיין די היינטיגע גאס און די צרכים פון בני הנעורים און מיט אן אמת אן קיין געמאכטע צביעות.
ד) חותמו של כלל ישראל אמת, מ'זעט פשוט די גאנצע וועג וויאזוי רבי שאול האט באהאנדלט די מעטשינג קאמפיין, אנשטאט זיך טומן זיין בצלחת און זאגן איך שמעק נישט איך וועיס נישט, האט ער געוואוסט און געזאגט אז יא ס'איז מיין קאמפיין, פערזענליך געארבעט דערויף און נישט יוצא געווען מיט מלאכתו נעשית ע"י אחרים, אוועקגעשטעלט קלארע גדרים אז ס'האט מיט בחורים קיין שייכות אבער גלייכצייטיג נישט געשפילט די לבן הארמי שפיל אז ס'איז נאר א טעלעפאן קאמפיין און טשארידי איז נאר פאר די אידן פון לארענס און מעקסיקא, און ווען ס'איז געקומען צו פראווען די הצלחה האט מען נישט געזען בלויז עסקנים און יוצא משרתים נאר מורינו ורבינו שליט"א אליין האט זיך פערזענליך באטייליגט און אויפגעטרעטן, מסתמא די סאמע ערשטע מאל וואס א מנהיג ישראל זאל אנטיילנעמען ביי אזא סארט מעמיד.
ה) כלל ישראל זאגט פאר גור לאז שוין אפ, נעמט אראפ אייערע בלוטיגע לאפעס, לאזט אנדערע לעבן, מיר וועלן נישט פארשווייגן ווען איר פארגיסט בלוט, אויב ווילט איר מאכן ארדענונג מאכט ארדענונג מיט אייערע אייגענע פראבלעמען, הערט אויף פייניגער אייערע אייגענע מענטשן, און הערט אויף אונטערדרוקן אנדערע.
ו) איך האב אויסגעהערט די דרשה פון הגר"ש צום שלוס, אזוי זיס, אזוי אמת, אזוי פשוט, ער רעדט ליבערשט ווי א מנכ"ל און ווי אחד מבני החבורה, ווי איידער עפעס א רבי וואס איז ראשו מגיע השמימה און בקישוי לאזט ער זיך אראפ געבן ברכות קודש פאר זיינע כצאן לטבח יובל, דער וועג וויאזוי ער איז זיך מייחס צו זיין ברודער מיט כבוד הרמה, אשרינו מה טוב חלקינו.
כלל ישראל קוקט מיט שעצונג אויף דער נייער גייסט פון תורה בטהרת האמת וואס קומט ארויס פון דעם הייליג ווינקל פון קהילת פני מנחם בראשות פון איר גרויסן מנהיג, כלל ישראל שרייט הילכיג מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן, כל משבריך וגליך עלי עברו וועט אייך נאר שטארקן, חזק חזק ונתחזק, שרעקט אייך נישט פון קיין טעראר ווייל אמת מארץ תצמח ושפת אמת תכון לעדה, בך שאול בחר ה', קהילת פני מנחם איז מחייב אנדערע קהלות און כלל ישראל וועט טון וואס נאר אימער ווייטער צו זען בשגשוג ופריחת האי קהלה נאה וחסידה.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
https://twitter.com/ariela770/status/14 ... 18849?s=19
די נייעס איבער הצלחת האנדרדוגים כלשונם האט געמאכט נאציאנאלע העדליינס.
ווי זיי טענהן וועט עס העלפן געבן אימוץ פאר נאך משפחות זיך אנצושליסן אין קהילת הגר"ש.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:און דו האלסט אז גור וועט שווייגן?
פראביר נישט אויס דעם לייב ווען ער איז אנגעצויגן... כ'וויל נישט טראכטן וואס עס קומט!
קענסט זיין זיכער אז זיי גייען זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע.
איך געדענק נאך ווען מהר"א איז געווען דער אנגעצויגענער לייב.
און שפעטער איז מהרבץ געווען דער אנגעצויגענער לייב.
קיינער גיט מער נישט קיין דעקל פאר אנגעצויגענע לייבן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 87
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
איך פערזענליך זעה נישט וויאזוי א 'יושב על הגדר' זאל פאסן א באשלוס באזירט אויף די סוקסעס.כוכב האט געשריבן:https://twitter.com/ariela770/status/1405590652717518849?s=19
די נייעס איבער הצלחת האנדרדוגים כלשונם האט געמאכט נאציאנאלע העדליינס.
ווי זיי טענהן וועט עס העלפן געבן אימוץ פאר נאך משפחות זיך אנצושליסן אין קהילת הגר"ש.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 87
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
אין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין, האט די פלאטפארמע טשערידי געהאט א היסטארישע הויעכע טרעפיק פון 200 טויזנט (!!) באזוכער אויף איינמאל. (א טייל דערפין איז באשיינפערליך געווען אזעלכע וואס זענען נישט ארויף לחזק ולהתחזק...)
.
לכאורה קרוב צו האלב פין די פופציג מיליאן שקל זענען געווען גרעסערע סכומים, אבער 25 מיליאן איז אויך אסטראנאמיש beyond. נאך א שטארקע פאקטאר איז די wide ranging סופארט פון אלע שיכטן און קרייזן אינערהאלב כלל ישראל.
.
לכאורה קרוב צו האלב פין די פופציג מיליאן שקל זענען געווען גרעסערע סכומים, אבער 25 מיליאן איז אויך אסטראנאמיש beyond. נאך א שטארקע פאקטאר איז די wide ranging סופארט פון אלע שיכטן און קרייזן אינערהאלב כלל ישראל.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 87
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איז געווען פאלשע נתינות?
איז געווען גרויסע נתינות וואס האבן סיי ווי געפלאנט צו געבן, און מען האט עס ארויפגעלייגט אויפן קאמפיין, ס'זאל זיין גרעסער?
וויפיל נעמט טשערעדי?
וויפיל הוצאות האבן זיי געהאט?
למעשה, וויפיל נעט קומען זיי ארויס, פאקטישע געלטער?
פאלשע נתינות? ליידער א נחלת הכלל פון כמעט יעדן קאמפיין.
גרויסע נתינות? קלאר יא
די קןמענדיגע דריי פראגעס איז נישט מעלה און מוריד בנוגע דער נושא האשכול.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:און דו האלסט אז גור וועט שווייגן?
פראביר נישט אויס דעם לייב ווען ער איז אנגעצויגן... כ'וויל נישט טראכטן וואס עס קומט!
קענסט זיין זיכער אז זיי גייען זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע.
וואס זיי קענען טוען האבן זיי שוין געטוען, און וואס זיי גייען טוען וואלטן זיי ממילא געטוען.
עס איז ממש נישטא וואס מורא צו האבן, וואס מער זיי טוען אלס שוואכער שטעלט זיך ארויס זיי זענען.
תפוח האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:https://twitter.com/ariela770/status/1405590652717518849?s=19
די נייעס איבער הצלחת האנדרדוגים כלשונם האט געמאכט נאציאנאלע העדליינס.
ווי זיי טענהן וועט עס העלפן געבן אימוץ פאר נאך משפחות זיך אנצושליסן אין קהילת הגר"ש.
איך פערזענליך זעה נישט וויאזוי א 'יושב על הגדר' זאל פאסן א באשלוס באזירט אויף די סוקסעס.
א משפחה וואס האלט פון ר' שאול אבער האט מורא געהאט צו טוישן ווייל אפשר פארמאכט ער זיך איבערמארגן (אזוי איז געווען שמועות אנהייב), אדער בעיקר ווייל מוסדות איז נישט מסודר, קען יעצט רואיג אריבערגיין.
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איז געווען פאלשע נתינות?
איז געווען גרויסע נתינות וואס האבן סיי ווי געפלאנט צו געבן, און מען האט עס ארויפגעלייגט אויפן קאמפיין, ס'זאל זיין גרעסער?
וויפיל נעמט טשערעדי?
וויפיל הוצאות האבן זיי געהאט?
למעשה, וויפיל נעט קומען זיי ארויס, פאקטישע געלטער?
- פשטות נישט. כ'זע נישט אז פאלשע נתינות זאלן אויספעלן.
- יא אייביג האט מען אנגעגרייט גרעסערע סכומים פון פארדעם (אויף דעם בויעט מען די גאול, און אויך ניצט מען עס פאר א 'בוסט' ווען די קאמפיין רעדט זיך נישט).
- ווענדט זיך אין די גאול, וואס גרעסער אלס ווייניגער פראצענט.
די הוצאות + טשערידי (און קרעדיט קארד פראסעסינג) איז געווענליך ~7%, אבער וואס גרעסער אלס ביליגער.
מיר האט אויך זייער געפרייט צו זען ווי ר' שאול אלתר'ס קהילה בליעט, אבער דאס איז נאר ווייל איך גלייב אין דעמאקראטישע קהילות, דאס מיינט אז יעדער איינער זאל האבן די פרייהייט פון אויסוועלן וואו ער וויל געהערן (וואס דורכדעם וועט אויך פארשוואונדן ווערן די קולטיסטישע צייכענעס וואס געוויסע פראמינענטע קהילות האבן אנגעהויבן ארויסצייגן לעצטנס).
אבער עס האט מיר געארט און געשטאכן צו זען ווי כלל ישראל איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן שווערע געלטער, אבי צו זען א נקמה אין א קהילה וואס זיי האבן קיינמאל דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, און די שנאה צו זיי איז בלויז געווען באזירט אויף זייער מאדנע טראגע און פוילישע באנעמונג צו פרעמדע (אלע זענען מאדנע, אבער זיי זענען אנדערש...)
איך וואונדער זיך פארוואס די קאמפיין האט געהאט אזא הצלחה אין וויליאמסבורג, און אויך וויל איך וויסן פארוואס אלע יוצאים בשאלה האבן געפילט פאר וויכטיג צו ביישטייערן אין די קאמפיין, נאך אלעם איז עס א קריגעריי וואס איז נישט קיין נחלת הכלל. שטעלט זיך פאר אז בני יואל מאכט א קאמפיין און אלע פאפא'נע גיבן געלט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תרמב האט געשריבן:די סיבה איז נישט נאר אז ר’ שאול איז א נרדף, ס’איז אויך ווייל מענטשן האבן פיינט גור ווייל זיי זענען ריזיג, אסאך האבן פיינט א מוצלח, מפרייעט זיך ווען א עושר כאפט א זעץ, אסאך געבן געלט אז די גרויסע עמפייער גור זאל כאפן א שטויס ס’דארף אים נישט אייביג גיין אזוי גוט.
תרמב: דו האסט עס גוט ארויס. כ'ווייס נישט. דער עולם דא פארהוילט זיך אדער מאכט זיך ניש וויסנדיג פון דעם פאקט אז, אין די אונטערשטע שורה האט הג"ר שאול אלתר צובראכן דאס גער'ער חסידות. יעצט וואס ווילל ער...?! אז די גער'ע רעבע מיט זיינע (הייסע) חסידים זאללן איהם געבן א גלעט אויפ'ן בעקל און זאגן יישר כח ששיברת...!
ביים חוזה פון לובלין איז זיך פארלאפן אן ענליכע מעשה. דער .."איד הקדוש"... וועלכער איז געווען פון די געטרייסטע תלמידים פונ'ם חוזה און א יעדער האט ארויפגעקוקט אויף איהם אלס (צוקונפטיגער) ממלא מקום פונ'ם רבי'ן. (ר'האט אויך געהייסן אזוי ווי דער חוזה.). אבער איין יאר האט ער (במחילת כבוד תורתו וקדושתו) מחליט געווען אז דער רבי געפעלט איהם נישט. איינס פון זיינע (מערערע) טענות איז געווען אז די רבי פארברענגט צופיהל צייט מיט די עמי הארצים און פשוטי עם. און ער האט (אזוי האביך געליינט.) צוגערעדט אז 100 יונגעלייט זאללן מער נישט פארן קיין לובלין אויף ראש השנה. דער רבי דער חוזה האט באקומען שטארק חלישת הדעת םון דעם. אבער ער האטציך געשטארקט און ער האט (נאכאלץ) ארויסגעוויזן שטארק פריינטשאפט צו דעם איד הקדוש. אלס סימן פון זיין פריינטשאפט האט ער איהם אוועקגעשאנקען א טייערן זיידענע העמד וואס איז געווען זייער חשוב ביי איהם. דער איד הקדוש האט עס אוועקגעגעבן פאר א איד א שיכור ערגעץ אונטערוועגנס אין אן אכסניא. ווען מ'איז געקומען פארציילן פאר'ן חוזה איבער די מעשה האט ער געהאט שטארק חלישת הדעת. כאטש דער איד הקדוש האט מאטיווירט זיין אוועקגעבן דעם טייערן העמד פאר דעם פראסטן מענטש אז ער האט געהאט רחמנות אויף איהם ווייל ער האט נישט געהאט קיין העמד. אבער דער חוזה איז געווארן שטארק צוגעלייגט פון דעם. האט ער געזאגט אז ווען א רבי פארלירט זיינע חסידים פאלט ער פון די מדריגות. און ער מוז נסתלק ווערן...! דער סוף פון די מעשה איז געווען אז עטליכע פון זיינע הויפט און געטרייע תלמידים אזוי ווי הרה"צ ר' נפתלי מ'ראפשיטץ און אנדערע האבן זיך אריינגעמישט און מחזק געווען דעם רבי'ן. און זיי האבן געראטעוועט דאס חסידות...!
דאס איז געווען ביי די אמאליגע צדיקים.וואס ווילל מען פון די היינטיגע..."רעבעס"... וועלכע זענען נישט מער ווי א פשוט'ער בשר ודם. ווען זיי פיהלן זיך באדראעט...!
נ.ב.: איך ווייס אז אין אייוועלט למשל וואלט מען מיך שוין געמעקט פאר שרייבן אזעלכע ..."דברי בלע"... און אפיקורסות...!
אפשר דא אויך....שמעקעדיג אלערט...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ה' יצלינו מהם ומאנדרוגיהם. איך האב גארנישט געוואוסט אז ס'איז דא א טיילונג אין גור.. געהערט עפעס אמאל אבער ביז היינט זיך נישט פאראינטרעסירט גענוי וואס אזאנס עס איז. זאל ער האבן גרויס הצלחה!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:מיר האט אויך זייער געפרייט צו זען ווי ר' שאול אלתר'ס קהילה בליעט, אבער דאס איז נאר ווייל איך גלייב אין דעמאקראטישע קהילות, דאס מיינט אז יעדער איינער זאל האבן די פרייהייט פון אויסוועלן וואו ער וויל געהערן (וואס דורכדעם וועט אויך פארשוואונדן ווערן די קולטיסטישע צייכענעס וואס געוויסע פראמינענטע קהילות האבן אנגעהויבן ארויסצייגן לעצטנס).
אבער עס האט מיר געארט און געשטאכן צו זען ווי כלל ישראל איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן שווערע געלטער, אבי צו זען א נקמה אין א קהילה וואס זיי האבן קיינמאל דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, און די שנאה צו זיי איז בלויז געווען באזירט אויף זייער מאדנע טראגע און פוילישע באנעמונג צו פרעמדע (אלע זענען מאדנע, אבער זיי זענען אנדערש...)
איך וואונדער זיך פארוואס די קאמפיין האט געהאט אזא הצלחה אין וויליאמסבורג, און אויך וויל איך וויסן פארוואס אלע יוצאים בשאלה האבן געפילט פאר וויכטיג צו ביישטייערן אין די קאמפיין, נאך אלעם איז עס א קריגעריי וואס איז נישט קיין נחלת הכלל. שטעלט זיך פאר אז בני יואל מאכט א קאמפיין און אלע פאפא'נע גיבן געלט.
נקמה? לכאורה געווען אזעלכע...
אבער פארוואס באשמוצן אזויפיל מענטשן..
ביים אדורך סקראולן די נתינות זעהט מען:
-שעצונג צו ר' שאול און זיין קהילה
-רחמנות
-אפשיי און האס צו טעראר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:ה' יצלינו מהם ומאנדרוגיהם. איך האב גארנישט געוואוסט אז ס'איז דא א טיילונג אין גור.. געהערט עפעס אמאל אבער ביז היינט זיך נישט פאראינטרעסירט גענוי וואס אזאנס עס איז. זאל ער האבן גרויס הצלחה!
טאמבל סאוס: וואס וועסטו פערזענליך האבן פון דעם...?!
ס'געווען אמאל א קלוגע אידענע (איך ווייס נישט אויב זי האט געהייסן שרה אדער שפרינצא גיטל.) איהר מאן האט געהייסן און בן פלת. און ער האט זייער שטארק געוואלט זיין אויף די זייט פון קורח ועדתו. ער איז געווען קאנפיוז'ד. ר'האט נישט געוואוסט וואס צו טון. האט איהם זיין ווייב געזאגט...מיש דיך נישט אריין. לאז די זאך לויפן. סיי וואו דו וועסט געהערן וועסטו זיין (בלייבן) א שלעפער...! אויף דעם זאגט דער פסוק..."חכמת נשים בנתה ביתה"...! מיט איהר חכמה און טיפן פארשטאנד האט זי געראטעוועט איהר מאן...!
ווען מענטשן זאללן דאס פארשטיין וואלט מען זיך געקענט שפארן א סאך עגמת נפש.
זיכער איז דא חסידות'ן וואו ס'איז דא א שפאלט. אדער א טיילונג. און צומאל זענען די ..."מורדים"... אפילו גערעכט! ווייל די רבי דער יורש איז א גרויסער בעל גאוה. און דער ..."נייער" רבי איז א פיינער מענטש. אעפ"כ. דאך. אז מ'צוברעכט א חסידות וועט יענער נישט בלייבן זיצן שטיל...!
איך אליינס בין געווען אמאל ביי א טיש וואו דער אריגינאלער רבי מיט זיינע חסידים האבן געפיהרט זייער שיין. אבער די חסידים האבן זיך געהאלטן אין איין נאכפרעגו וואס ס'טוט זיך ..."דארט"...! זיי האבן געוואלט וויסן אויב "דארט" איז דא אן עולם..!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
וואס די גורער זאגן דערויף:
...
העוקץ הפולני שנעשה פה עוקץ המאה הוא הצלחה מעל ומעבר למשוער, קהילת קטנה ופצפונת כמאה בחורים וכמאה אברכים, קהילה שכל גבירי גור עברו אליה כפי ששרית חופרת לנו השכם והערב, הצליחה להוציא מעמך בית ישראל מעל 50 מיליון, לא פסחו על אף קהילה כפי שמומיר היטיב לספר, אין שום פתי, פראייר, או אידיוט שימושי שלחיצה על פתיל השנאה לגור שלא הצליחו להוציא ממנו מזומנים שלא היה מוכן לשלם על השנאה חחחחחחחחח
למעלה מ50 מילין לקהילה של כ200 לומדי תורה אותו הסכום ואף יותר שאסף ראש ישיבת הבל הבלים לאלפי אברכים ומאות בחורי ישיבה, אם זה לא עוקץ אני לא יודע מה הוא עוקץ. את אחותנו היי לאלפי רבבה חחחחח
למה שישראל לויין יסתפק רק במיליון חודש כמנהל הסימנר ולא ימשוך גם פה משכורת? למה שלא נפרגן לאלה שעשו קופה ואת הסיבוב שלהם? את אחותנו היי לאלפי רבבה חחחחחחח
הקהילה החדשה בהחלט מתפתחת יפה בהחלט אפשר כבר להצמיד לה את התואר החדש גור תורה והכסף או והעוקץ.
אמנם האדמור מוציא כסף מאנשים בלי להוציא מילה מהפה ופה מדובר בדרשן שלא מפסיק לקשקש ולהתחנף לקהל באופן קבוע מצד אחד ומכפיש את המקורית מהצד השני,ועם קמפיין של אכלו לי שתו לי אבל מי מדקדק בקטנות,,,
סוף כל סוף מדובר בפולנים באונזרע בגערעס שעשו מכה יפה על טיפשים שלא הצליחו לעמוד בפיתוי באידיוטים שהשנאה מעוורת את דעתם, בהחלט אפשר ללמוד מהקהילה תרגיל או 2 לא חייבים להוציא כסף מאנשים בכוח אם אפשר ביפה,כייסו את הציבור והציבור עוד מאושר חחחחחחח. האמת לא הפסקנו לצחוק כל הלילה בשבת יהיה קידוש ובמוצ"ש קרחנה, מתפתחת לה קהילת נדלן חדשה ומבריקה לתפארת פולניה חחחחחח אחותנו את היי לאלפי רבבה.
במיוחד מתפעלים מהמידות של ראש השיבה עליהם הוא מדבר השכם והערב למרות שהוא לא היה צריך כל כך הרבה כסף וזה גם לא היה בתכנון בהתחלה היעד היה 25 ואח"ז36 ובסוף 50 הוא התגבר על מידתיו ולא יצא אל העם לומר מרבים העם להביא נדבה, הוא לא רצה לבייש ולקפח את כל אלה שמתאמצים כל כך למענו ולמען תורה וצדקה אוח איזה מידות..... חחחחחחחחח
בהקשר לירידת הדורות והשנאה רק 50 אלף בעוד בפולין עם אלכסנדר או בזמננו עם הרב שך זה היה יותר אנחנו מבטיחים להשתדל שבפעם הבאה זה יהיה מאה אלף, להחזיר עטרה יושנה חחחחחח
אני מבין אם אחרי שתקרא את הדברים תרגיש שיצאת פיתה אולי תיסכול קטן אבל אני יודה לך עם תתגבר על עצמך ותפרסם את הדברים לטובת כולם אחרי הכל שילמת מזומן בעד השנאה מה זה כבר פוסט קטן.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
וואס האט גער נישט געטון צו שטערן דעם קאמפיין?
מען האט געשיקט בחורים אראפרייסן אלע צעטלעך פון די גאסן (דאס איז אויף ווידאו - מיט א רעקארדירונג ווי מען הייסט בחורים דאס טון)
מען האט געסטראשעט מאגאזינען און אויסגאבעס, אז מען טאר נישט דעקן און אריינלייגן דעם קאמפיין, און מען האט טאקע נישט אריינגעלייגט, עכ"פ רוב גרויסע
מען האט זיכער געמאכט אז מען לאזט זיי נישט שטיין אין בתי מדרשים - באווארפן די עסקנים מיט אייער
באשמוצט און געסטראשעט אז מען וועט מפרסם זיין אימעילס און פרטים פון מענטשן וואס גיבן געלט
געמאכט ראבא-קאלס אינמיטן נאכט
און נאך...
וואס האט גער באקומען דערפון? - א שטויס
די שאלה איז צי זיי האבן למעשה עפעס פארדינט פון די רדיפות? - דהיינו, אויב נישט די רדיפות, וואלט די קאמפיין געהאט מער הצלחה אדער ווייניגער?
זאלן זיי אליין מאכן דעם חשבון.

- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
די מעסעדזש איז זייער קלאר. דער עולם האט פיינט בוליס.
ס'נישט קיין שנאה צו גור. אויב דאס איז די מעסעדזש וואס גור נעמט ארויס דערפון, they're up for more surprises.
איך האף אז אנדערע הויפן און פיוטשער רבי'ס וועלן קומען צום שכל אז דא איז נישט דער אלטער היים, און די אלטע טאקטיקן ארבייטן נישט.
אינטערעסאנט אז @בערל זעהט עס נישט די וועג.

- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:אבער עס האט מיר געארט און געשטאכן צו זען ווי כלל ישראל איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן שווערע געלטער, אבי צו זען א נקמה אין א קהילה וואס זיי האבן קיינמאל דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, און די שנאה צו זיי איז בלויז געווען באזירט אויף זייער מאדנע טראגע און פוילישע באנעמונג צו פרעמדע (אלע זענען מאדנע, אבער זיי זענען אנדערש...)
איך וואונדער זיך פארוואס די קאמפיין האט געהאט אזא הצלחה אין וויליאמסבורג, און אויך וויל איך וויסן פארוואס אלע יוצאים בשאלה האבן געפילט פאר וויכטיג צו ביישטייערן אין די קאמפיין, נאך אלעם איז עס א קריגעריי וואס איז נישט קיין נחלת הכלל. שטעלט זיך פאר אז בני יואל מאכט א קאמפיין און אלע פאפא'נע גיבן געלט.
במחילה,
ס'איז חוצפה וגסות דאס אראפצולייגן אויף אזא אופן, און פארשמירן דאס פנים פון רוב יהדות החרדית וואס האט געזוכט אנטיילצונעמען אינעם היסטארישן קאמפיין להצלחת מוסדותיו של הגר"ש אלתר, כאילו אין להם בעולמם נאר צו פראסקענען א חסידות וואס האט א "מאדנע טראגע און פוילישע באנעמונג צו אנדערע".
אין פאקט איז פשוט, אז כמעט אלע מענטשן וואס האבן דאס געגעבן צוליב סיי וואספארא אורזאך סיידן ווי "אהבת מרדכי" = ליב האבן ר' שאול, זיינע תורות, זיין מקוריות'דיגע צוגאנג אין הנהגה, זיין גדלות בכל המכמנים, נאר האבן דאס ענדערש געגעבן צוליב "שנאת המן" = א שנאה צום גערער חסידות, איז עס נישט צוליב זייער טראגע און פוילישע באנעמונג צו אנדערע. ר' שאול און זיינע חסידים טראגן די זעלבע טראגע, און האבן אויך א פוילישע צוגאנג.
אפשר מיינטסטו אז זייער רשעות, טעראר, זיך נישט רעכענען מיט קיינעם און אנזייען מחלוקת אין ארץ ישראל מיט יעדן איינעם, און אפגערעדט זייער אומגלויבליכער רשעות'דיגער אפאראט צו זייערע "אייגענע" - נישט "אנדערע", איז עפעס וואס דארף באטיטלט ווערן מיטן שיין קלינגענדן נאמען "פוילישע צוגאנג", אבער זייט וויסן אז דאס האט גארנישט מיט פוילן. סאטמאר אין די ערשטע ביטערע יארן פונעם מקלל הנקרא ברך, האט אויך אדורכגעפירט אומצאליגע חיה'שע זאכן, טעראר און רדיפות, און ס'נישטא קיין פוילישער איד אין סאטמאר. אפילו דעמאלט איז די רשעות נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי גער היינטיגע צייטן, קעגן זייערע אייגענע ברידער און שוועסטער, קינדער און אייניקלעך, איידעמער און שנירן.
מענטשן אלס מענטשן שפייען אויס מיט אפשיי אזא סארט רשעות וואס ווערט אפגעטון ביי זיך אין בעקיארד, ווען קיין יחיד האט נישט די מעגליכקייט מוחה צו זיין קעגן אזא רשעות'דיגע אפאראט פון אזא מעכטיגע טעראר מאשין ווי גער. מענטשן זענען נישט בלינד, מענטשן זענען נישט טויב, און מענטשן פארמאגן נאך פליישיגע הערצער אנשטאטס שטיינערנע.
אז מ'האט א געלעגענהייט צו זאגן פאר גער "גיר"א בעינא דשיטנא", נעמטס אראפ ענקערע לאפעס פון מענטשן וואס ווילן פארלאזן מאמע-רוסיע, לאזט מענטשן גלייבן אין א צווייטן מנהיג ווי דער פאטער-סטאלין, און שיקט נישט מענטשן אין גולאג און פארפייניגט זיי נישט מיט אייערע וועדים און קעי.דזשי.בי אגענטן וואס קוקן יעדן נאך, דאן פריידט מען זיך מיטן געלעגנהייט און מ'נוצט עס גוט אויס אפילו ס'קאסט אפאר דאלער.
דאס איז געזאגט געווארן אין ארץ ישראל, ווען מענטשן האבן נאך אנדערע פניות אויך, צוליב די רשעות פון גער די לעצטע צענדליגע יארן צו פייניגן אנדערע הויפן, די ליטווישע און אפילו כלל יהדות החרדית צוליב קליינליכע שמאלע אינטערעסן (וואס קען - למען ה' - אויך זיין אריינצואוועלן א פרייער מעיאר אין ירושלים, נאר ווייל דער חרדישער קעגנער איז צוקריגט מיט גער). אבער אין חוץ לארץ, ווען קיינער האט בעצם גארנישט איינגעשטויסן מיט גער, איז עס ריין לשם שמים. לשם כבוד התורה. אייגנטליך, לשם כבוד האדם הבסיסי. פייניגן און צאפן בלוט איז שוין נישט אין סטייל. סאררי.
טראגע? 'פוילישע באנעמונג צו אנדערע'?
פליז. מיר זענען עלטער פון צען יאר אלט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)