הקטן האט געשריבן:ווער בעט דעם רמב"ם צי רעדן אויב וויל ער אזוי שטארק מאכן א סוד...
דר. דעיוויִס איז עס טאקע מסביר דארט אין זיינע פוּטנוֺיטס [7]:
Maimonides clearly felt some conflict about writing his interpretation down. On one hand, he was charged with the responsibility of keeping secrets and did not want to reveal what he believed the prophet concealed. On the other hand, he also felt the need to teach and share divine knowledge with his fellow creatures. He describes this dilemma in the his introduction to Part 1 of the Guide:
If we should adhere to parables and to concealment of what ought to be concealed… we would, as it were, have replaced one individual by another of the same species. If, on the other hand, we explained what ought to be explained, it would be unsuitable for the vulgar.
Ultimately, he decides that it is necessary to put down the secret teaching in writing, with the risk of revealing it to everyone. By the time he has finished his explanation of the chariot, he writes “I have plunged deep into it with temerity.”
דאס איז דאך בכלל די באקאנטע מהלך פונעם רמב״ם דורכאויס די גאנצע מורה אויף יעדע טאַפּיק; זיין בכלל עסאטערישע וועג פון שרייבן.
ועכ״כ אז עס זענען דא חילוקי דיעות וואס ער האט ״באמת״ געהאלטן לגבי דאקטרינס וואס ער טוהט דורך [כידוע לדוגמא מדר. ליִאוֺ סטראַוּס צי דער רמב״ם האט יא באמת געהאלטן פון קדמות בח״ב].ולגבי המרכבה עיין ג״כ בההקדמה לח״ג. לפי דעיוויִס איז עס אין די קאנטעקסט מגלה זיין טפח ומכסה טפחיים וואס דער נביא האט געמיינט און געזאגט הגם די מאדעל זיינע איז נישט אינגאנצן אמתי; מ׳איז דאס מגלה אלס א לערונג פאר׳ן תלמיד החכם והמבין ברמז וואס וועט נישט בועט זיין וכו׳ מיט׳ן דאס געוואוּר ווערן. אין אנדערע ווערטער, מ׳האט עס דאך נישט ״אויסגעמעקט״ מספר יחזקאל, הגם עס איז אומריכטיג (לפי די מהלך), איז דערפאר פאר איינער וואס איז ראוי כנ״ל איז מען מגלה ברמז וואס דער נביא זאגט און האט געמיינט על אף עס איז טאקע נישט בעצם אינגאנצן אמתי.
דר. צבי לאנגערמאן איז
מסביר מהלכו של הרמב״ם מיט׳ן מגלה זיין עניני מדע וואס האבן א שייכות מיט כתבי קודש, אז וויבאלד מדע האט זיך אסאך פאראויס גערוקט ממילא קען מען בעצם מגלה זיין דאס וואס די תורה וכו׳ האט נאר געזאג ברמז בענינים אלו וואס בשעתה וואלט מען דאס נישט געקענט דערהייבן. אבער למעשה האבן זיך שוין ערווארבן ארום די רמזים אנדערע פירושים וואס גייען קעגן דאס וואס ער זאגט, ולכן האט ער אליין דאס אויך נאר געזאגט ברמז.
(לאנגערמאן באציהט זיך טאקע וואו די מדע מכתבי קודש איז יא ריכטיג אליבא דהרמב״ם.)