תשע"ג: א ביטערע אנהויב, אבער טאטע, פארט האבן מיר דיר ליב!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

זר זהב האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר פארט געדענקען אז ביי ביליאנען מענטשן איבער די וועלט איז שטארבן א טאג טעגליכע ערשיינונגען, גאנצע חלקים פון די וועלט איז פיל מיט מגיפות, הונגער און מלחמות. במשך די היסטאריע איז א פטירה ביי די פופציג נישטאמאל געווען קיין טראגעדיע, און פארלירן עטליכע פון די צען קינדער איז געווען א נארמאלע זאך, טא, לאמיר זיך פרייען אז מיר לעבן אין די בעסטע צייטן און די בעסטע מקומות וואס שייך

איך האב פונקט געוואלט דיסקוסען צי היינט איז דא מער טראגעדיעס ווי אמאליגע צייטן. כ'מיין אז ניין

און אויב אמאל איז געווען מער צרות ווי היינט מאכט עס דיר עפעס בעסער פילן? דער "אמאל"יגע אויפגעפירעכץ איז דען אזוי שטארק געפאלן פאר השי"ת?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'מאכט ניטש העפי, און ס'מאכט נישט ווייניגער די היינטיגע צרות. אבער אז מ'פארפירט אזוי אז דער אייבישטער וויל עפעס פון אונז דארף מען קאמפערן צי ס'איז עפעס אויסערארדנטליך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
צוקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך צוקער »

דאס אז דער אייבישטערמאנט עפעס פון אונז איז זיכער.
דער רמב"ם שרייבט שרעקליכע ווערטער ווער עס זאגט אז צרות קומען פון נאטור.
לייק מיר נאר אויב דו האלטסט אז עס קומט מיר אמת'דיג!
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

זר זהב האט געשריבן:ס'מאכט ניטש העפי, און ס'מאכט נישט ווייניגער די היינטיגע צרות. אבער אז מ'פארפירט אזוי אז דער אייבישטער וויל עפעס פון אונז דארף מען קאמפערן צי ס'איז עפעס אויסערארדנטליך.

איך מיין אז אויב קוקן אויף אמאל דארף מען ענדערש קוקן ווי עס קען אנקומען אויב מ'כאפט נישט די קלענערע רמזים, עס קען אנקומען צו א האלאקאוסט עס קען אנקומען צו פאגראמען צו גירושים רח"ל, פונקט ווי ווען א טאטע שלאגט א קינד און די קינד זאגט מעה ס'טוט נישט וויי און ער טוט עס נאכאמאל וועט שוין דער טאטע דעמאלטס שטערקער שלאגן.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אונז דארפן נישט קאמפערן צו אמאל.
מיר לעבן היינט.
אויב זעהסטו אז 2 יאר גייט גאנץ גוט (פארהאלטניסמעסיג) און דערנאך פאסירט פלוצלינג איין שרעקליכע טראגעדיע נאך די צווייטע, ווייזט דאס עפעס פון הימל.

ס'איז אלץ געווען גוטע און שווערע צייטן, אבער וויבאלד מיר גלייבן אז יעדע זאך איז פון הימל, און האט א באדייט פאר אונז, דארפן מיר נישט זיין קיין נאראנים נאר "כאפן דעם מעסעדזש". באצייטנס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אוודאי מיינט יעדע טראגעדיע א רוף צו תשובה. איך קלער נאר אז מ'קען נישט אלארמירן כאילו ס'קומט פאר מער ווי ס'אייביג געווען. און איך ווייס נישט ווען ס'געווען 2 שטילע יאר. דערמאן מיך
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די קעפל ''פארט האבן מיר דיר ליב'' איז נישט תורה'דיג
דער אייבשטער פראסקעט וויל ער נישט זאלסט עם ליב האבן.שטעל דיך פאר די קנאקסט איינעם אן די ביינער ווילסטו יענער זאל דיך ווייטער ליב האבן?
דער אייבשטער וויל א געזינטע רילעשעןשיפ. מענטשען וואס גלייבען עכט אז גאט פראסקעט ווערן זיי ברוגז אויף גאט .
האסטו שוין אמאל געפיעלט ווי די רעגסט דיך אויף גאט??ניין נישט ווייל מקבל באהאבה נאר ווייל די האסט נחשט קיין קלארקייט אז די פעטש קימט טאקע פון גאט.
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

נולד מאוחר האט געשריבן:די קעפל ''פארט האבן מיר דיר ליב'' איז נישט תורה'דיג
דער אייבשטער פראסקעט וויל ער נישט זאלסט עם ליב האבן.שטעל דיך פאר די קנאקסט איינעם אן די ביינער ווילסטו יענער זאל דיך ווייטער ליב האבן?
דער אייבשטער וויל א געזינטע רילעשעןשיפ. מענטשען וואס גלייבען עכט אז גאט פראסקעט ווערן זיי ברוגז אויף גאט .
האסטו שוין אמאל געפיעלט ווי די רעגסט דיך אויף גאט??ניין נישט ווייל מקבל באהאבה נאר ווייל די האסט נחשט קיין קלארקייט אז די פעטש קימט טאקע פון גאט.

א גוטער פוינט,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נולד דו רעדסט זייער גראב, כדרכך (לאו בקודש)

די נקודה האט אין זיך א שטיקל אמת, איך האב עס אמאל געהערט פון ר' עזריאל טויבער, ווען ער האט מסביר געווען דעם ערשטן אני מאמין, אז מיר גלייבן אז יעדע זאך ווערט געטון דורך השי"ת, און השי"ת ווערט ברוגז ווען ער שיקט רמזים און ניטעמאל קוקט מען צו אים, מען גייט צום דאקטאר ווען מען איז קראנק, און אנדערע הילף מיטלען, אבער פון אים פארגעסט מען. השי"ת ווערט ברוגז, און שרייט "האלא? קוק צו מיר, איך האב עס געטון"! ער קען אפילו באשטיין זאלסט זיין ברוגז, אבער אויף "אים"!
און ווי די באקאנטע משל פון איינעם וואס האט אראפגעווארפן שטיינער פון א בנין כדי מען זאל זיך וויסענדיג מאכן אז ער איז דארט, מען זאל אים באמערקן.

אבער דער תכלית איז נישט צו ווערן ברוגז, וויי טון און ברוגז איז 2 זאכן, אז א דאקטאר גיט א נידל טוט עס וויי אבער מען איז נישט ברוגז, ווייל עס איז לתועלת.
דאס דארף זיין די מחשבה ווען מען כאפט קלעפ פון הימל אויך.
נאך מער, ביים דאקטאר שטעכט דער נידל, דער תועלת דערפון איז גרויס, אבער דער עצם שטאך איז א מכה, משא"כ די קלעפ פון הימל איז אלעס א טובה, נישט נאר די תועלת דערפון, נאר ממכה עצמה מתקן רטיה.

עס פאדערט אביסל התבוננות. און דאן וועסטו פארשטיין דעם "פארט האבן מיר דיר ליב"!
וירח ה' את ריח הניחוח
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

זר זהב האט געשריבן:ס'מאכט ניטש העפי, און ס'מאכט נישט ווייניגער די היינטיגע צרות. אבער אז מ'פארפירט אזוי אז דער אייבישטער וויל עפעס פון אונז דארף מען קאמפערן צי ס'איז עפעס אויסערארדנטליך.

דאס אז דער אייבערשטער האט גמאכט אז די נייעס היינט זאל זיך מער פארשפרייטן [איינע פון די סיבות] כדי עס זאל אנקומען צו אונז איז דיר נישט בייגעפאלן הא?
:דמיונות:
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ניין. דער אייבישטער האט נישט מער געמאכט קול מבשר ווי ער האט געמאכט היטלער'ן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

נאר איך האב עס געמאכט הא?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דו אדער דיין חבר. א מענטש מיט א בחירה האט עס געמאכט (און לשטתי איז ער עתיד ליתן את הדין)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

אוואדאי איז ער עתיד ליתן עת הדין ווייל ער האט בוחר געווען צו זיין די שלעכטע שליח...
קוק אריין אין רש"י כי יפול הנופל...
דאס איז א לאנגע שמועס פאר זיך גראדע וויאזוי אנצוקוקן א זאך וואס איז געטוהן געווארן דורך א בעל בחירה...
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

אט ענדיגט זיך שוין כמעט חודש תשרי און די ביטערע אנהייב גייט נאך אהן אין פילן קראפט ר"ל.
יעדן טאג הערט מען פון פרישע יונגע מענטשן וואס פראדיצירן פרישע יתומים ה"י.
מ'האט די וואך געהערט פון מרת אינדיג, וואס האט זיך געמוטשעט מיט יענע מחלה ר"ל.
נאכדעם האט מען געהערט פון מרת יאזשעף, א יונגע מאמע פון 35 יאר אלט, וואס האט איבערגעלאזט 5 יתומים.
רבותי ס'איז צרות!!!!
איך ווייס נישט וואס מ'דארף טוהן, מיר דארפן א אורים ותומים וואס זאל אונז זאגן וואס דא גייט פאר. זאג אונז נישט אז מיר דארפן תשובה טוהן, ווייל די פארפלייצונג פון ציפקע צרות האבן זיך א אנגעפאנגען אלול און געפארן דורך די ימי הרחמים והרצון ווען יעדער איז ערענסט, און יעדער טוהט תשובה.
איין זאך קענען מיר טוהן, שרייען צום טאטען אין הימעל:
עד מתי???!!!
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

דער טאטע אין הימל זאל אונז אלע טרייסטן פאר די געוואלדיגע פארלוסטן ספעציעל די אומגליקלעכע באטראפענע, המקום ימלא חסרונם הגדול מיט א זיסע צוקומפט צו פארגלעטן זייערע שמערצן.

ס'איז באמת שווער צו דערטראגן אזעלעכע שווערע נייעסן, די שרעק איבער וואס ס'טוט זיך דא, וועגט איבער די ווייטוג וואס מיר וואלטן געהאט פאר די בני המשפחה ווען סאיז א איינמאליגע פאסירונג.

עס בלייבט אונז איבער צו האפן צום אויבירשטן אז עס וועט זיך פארבעסערן די מצב ביי אחינו כל בית ישראל, און עס זאל קומען אן אנגענעמער ווינטער מיט פרישע אויפבליענדע הצלחות ביי אונז אלע, א גיטער מצב הפרנסה און מצב הבריאות מיט אהבת חברים ודביקות הבורא ברוך הוא, אמן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען אויסטערלישע זאכן פאסירן, דארף מען קוקן וואס איז לעצטענס געווען אויסטערליש.
די איינציגסטע זאך וואס איז לעצטנס געווען עפעס אויסטערליש איז די כינוס כלל ישראל בסיטי פיעלד.
פארוואס דער אייבערשטער איז נישט צופרידן דערמיט, קען יעדער זאגן פשט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לכאורה ווייל מ'האט גערעדט ענגליש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

זר זהב האט געשריבן:לכאורה ווייל מ'האט גערעדט ענגליש

איך גלייב אז דער דזשיבויער רב האט שוין אראפגענימען די חרון אף מיט זיין דרשה.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:אט ענדיגט זיך שוין כמעט חודש תשרי און די ביטערע אנהייב גייט נאך אהן אין פילן קראפט ר"ל.
יעדן טאג הערט מען פון פרישע יונגע מענטשן וואס פראדיצירן פרישע יתומים ה"י.
מ'האט די וואך געהערט פון מרת אינדיג, וואס האט זיך געמוטשעט מיט יענע מחלה ר"ל.
נאכדעם האט מען געהערט פון מרת יאזשעף, א יונגע מאמע פון 35 יאר אלט, וואס האט איבערגעלאזט 5 יתומים.
רבותי ס'איז צרות!!!!
איך ווייס נישט וואס מ'דארף טוהן, מיר דארפן א אורים ותומים וואס זאל אונז זאגן וואס דא גייט פאר. זאג אונז נישט אז מיר דארפן תשובה טוהן, ווייל די פארפלייצונג פון ציפקע צרות האבן זיך א אנגעפאנגען אלול און געפארן דורך די ימי הרחמים והרצון ווען יעדער איז ערענסט, און יעדער טוהט תשובה.
איין זאך קענען מיר טוהן, שרייען צום טאטען אין הימעל:
עד מתי???!!!

ר שומען יארסלווער פלעגט זאגן אז ער לעבט לאנג ווייל ער פרעגט נישט קיין קשית אז מען פרעגט זאגט ה קום ארויף וועל איך דיר אלעס ווייזען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סאו די אלע מענטשן וועלכע זענען נסתלק געווארן האבן געפרעגט קשיות..???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

שמעקעדיג האט געשריבן:סאו די אלע מענטשן וועלכע זענען נסתלק געווארן האבן געפרעגט קשיות..???

:lol:
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

נולד מאוחר האט געשריבן:ווען אויסטערלישע זאכן פאסירן, דארף מען קוקן וואס איז לעצטענס געווען אויסטערליש.
די איינציגסטע זאך וואס איז לעצטנס געווען עפעס אויסטערליש איז די כינוס כלל ישראל בסיטי פיעלד.
פארוואס דער אייבערשטער איז נישט צופרידן דערמיט, קען יעדער זאגן פשט.


אפשר סיום הש'ס? :-)
פארשפארט