גאנצל האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:נאכאמאל איך פארשטיי נישט ווי האט ר' געציל געגעבן זיין פסק ? נישט ביי זיך אינדערהיים ?
די פארשטייסט זעער גיט!
פאר אנדערע וואס פארשטייען אפשר נישט, דער דיין האט געגעבן א פסק, טאקע ביי זיך אינדערהיים, מיטן ציל צי צווינגען אז א פרעמדער זאל זיך מיזן פירען וויאזוי ער וויל, כאטשיג יענער האט א תורהדיגע אויטאריטעט אויף וועם זיך צי פארלאזן, אפילו דאס קימט מיט א פרייז פין מרבה זיין מחלוקת אין צי שטערן יודישע שמחת,
מיטן ציל צו אויספירן די זעת תורה (לשיטתו פארשטייט זיך) אין זיין קהלה און אין זיין קרי' צו די וואס ווילן אים הארכען
זיין קהילה אין די וואס הארכען אים מאכן מימלא נישט חתונה דארט, אין צי אסרן צי גיין, האט ער דאך נישט בכלל גערעדט, ער האא געזאגט אז מדארף טראכטן א עצה וואס צי טיען, וואס איז דא צי טראכטן?! מדארף אסרן צי גיין, אין איינשפאנען די טעראריסטן, דער גרוש זאל ארימקאלן, אין שיקן די בריווען, אין מדארף טרעפן א צווייטן צי נאכשרייען די חתנים אין כלות, ווייל דער געוועזענער יושב טיט שוין נישט דאס היינט,
א שיינער פאליטישער אסיפת הדיינום געמאכט אין בעפארגריטונג צי קהלס צעטיל, אין דער דיין האט געגעבן גאנץ א דיפלאמאטישע רעדע כדרכו בקודש , אינטערעסאנט זיי האבן אים נישט געצווונגען ארויס צי געבן א פסק הלכה אז מטאר נישט גיין, מיט א חרם פאר ווער סגייט יא,