ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
תרמב האט געשריבן:ער האט אמאל געזאגט אז ער איז אזוי ווי א באן, מ’קומט אריין אין ישיבה מ’גייט ארויס אבער ער דרייווט ווייטער די באן אפילו סאיז ליידיג, עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט.
ער זאגט ער איז ווי א באן אז די סדר פארט: דאווענען, קדושא רבא תורה שלוש סעודות תורה גייט אן תמידין כסודרן, יא מנין נישט מנין, ס'פארט פונקט ווי א באן הערט נישט אויף פארן טאמער ס'ליידיג.
נאך האב איך געהערט ער האט געזאגט פאר איינער וואס האט אים געריפן רעדן ביי אים אין ישיבה וואס די ישיבה איז נישט געווען אוועק געשטעלט לפי רוחו. האט ער געזאגט למה הדבר דומה צו איינער וואס איז אויף א באן וואס פארט קיין צפון און ער וויל אנקומען קיין דרום וועט ער שפאצירן אויפ'ן באן אין די פארקערטע ריכטונג אבער פארשטייט זיך אז ער וועט למעשה אנקומען קיין צפון. די זעלבע זאך די בחורים אין די ישיבה ווערן געפראגרעמט אויף א געוויסע דרך און טאמער ער וועט דרש'נן פאר זיי זיינע מיינונגן וועט עס נישט נישט טוישן זייער מהלך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
קליפת ה'סיסטעם'
א מערקווירדיג צעטל בחדר הרב בכתב ידו - אויפגעהאנגען צווישן פילע אנדערע מודעות - להיות לזכרון תמיד...
[center]מודעה רבה
לכל מבקשי ה' - תלמידים הי"ו
-------------------
עיקר מלחמת היהדות וקיום הדת במחנינו - הוא ללחום
נגד קליפה הטמאה - נקרא
"SYSTEM"
וכל המסתעף מזה וד"ל
---------
טומאה עמיקא • וטמירא • בכסוי נורא.[/center]

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תרמב האט געשריבן:wow wow מ'דארף אים איינלאדענען אהער קיין קאווע שטיבל, ער וועט זיך פילן זייער היימיש דא.......
תרמב: ווער ווייסט? אפשר איז ער שוין דא. לאמיר זעהן. אויב דו קענסט טרעפן ווער ער איז...?! ניין. נישט ער...! ס'נאר א ווערטל. נישט אויף למעשה. ווייל ס'איז אקעגן די תקנות ה'שטיבל זיך צו גריבלען און שפאקולירן אין איינעמ'ס אידענטיטעט...וק"ל...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בחצרות האט געשריבן:אפעס הערט מען אז די רב שליט''א האט ארומגערעדט ביי של''ס א קעגן די סאטמאר רבי זצ''ל פארן אסר'ן די כותל
הרה''ג ר' דוד ראזענבערג פון מחנה רב טוב האט געשריבן א שארפע בריוו פארן רב.
בחצרות: איך ווייס נישט. איך האב נישט קיין רעקארדינג. נאר אזויפיהל קען איך דיא זאגן אז ר יצחק לעבאוויטש שליט"א ווערט נישט נתפעל פאר 10 שארפע בריוון. און ער גייט נישט טוישן זיין מיינונג אדער . צוריקציען. כאטש ער איז געווען איינער פון די ערשטע תלמידים אין די סאטמאר'ע ת"ת און שפעטער אין די ישיבה.
אט דאס איז איינס פון זיינע מעלות. אדער חסרונות. ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט עס אן. ווייל אויב ער וואלט מיטגעגאנגען מיט דעם שטראם, וואלט איהם די היינטיגע פראפאגאנדע געמאכט פאר דעם ..."גדול הדור"...! ער האט טאקע געצאלט א טייערן פרייז פאר ארויסזאגן זיין מיינונג (גערעכט אדער נישט) בלי שום כחל ושרק...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תרמב האט געשריבן:איך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
תרמב: איך וועלל אויך גיין א ביסל אין זיינע דרכים. איך וועלל ארויסזאגן א מיינונג וועלכע איז נישט זייער פאפולער. אבער קרוב לאמת...!
אין די היינטיגע צייטן זענען רוב זאכן איבער ציונות מער נישט נוגע. ווייל ס'איז היינט שוין (כמעט) נישטא קיין ציונים. היינט באשטייט רוב רובם פון די איינוואוינערס אין ארץ ישראל פון ערליכע אידן שומרי תומ"צ. און (להבדיל) פון פרייע פורקי עול. א גרויסער טייל (בערך 1 1/2 מיליאן) רוסישע אימיגראנטן. וועלכע זענען עפ"י הלכה שוין נישט קין אידן. דער רוסישער חילוני בשעת ער איז מחלל שבת אדער עסט טריפות האט ער עפעס אינזין ציונות...?! ער איז סתם א גוי. א בעל תאוה'ניק.ממילא דארפן אינז ערליכע אידן אויך האנדלען אזוי. אונז האמיר נישט קיין שייכות מיט זיי. אזוי ווי זייער איצטיגער פיהרער אביגדור ליבערמאן, שר"י. וועלכער איז א יודע את ריבונו ומכוון למרוזד בו...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
אונטערסאנט אז בן גוריון אליין האט געהאלטען אז ציונות האט זיך געענדיגט (ערפילט איר ציל) מיטן גרינדונג פונעם מדינה, און ער האט זיך אנגעקוקט אלס א ״ישראלי״ נישט קיין ציוני.
רבי יצחק האלט ענדערש אז ציונות (דהיינו זייער גלאנץ). האט ״גע׳פגר׳ט״ כלשונו, נאכן מלחמת יום הכיפורים.
רבי יצחק האלט ענדערש אז ציונות (דהיינו זייער גלאנץ). האט ״גע׳פגר׳ט״ כלשונו, נאכן מלחמת יום הכיפורים.
שוב יום אחד לפני מיתתך
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די ציל פון ציונות איז געווען צו גרינדן א לאנד פאר׳ן אידיש פאלק אין היסטארישן ארץ כנען, איינמאל די ציל איז שוין ערפילט געווארן און די קאפיטל פון ציונות האט זיך געשלאסן (אויסער פאר אפאר נערי הגבעות וואס פאנטאזירן איבער אייננעמען סוריא) איז אויפגעקומען א נייע ענין וואס רופט זיך פאטריאטיזם וואס היסטאריש האבן זיך חרדים נישט שטארק אויסגעצייכענט דערין (טראמפ׳ס צייטן איז געווען א שטיקל יוצא מן הכלל).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ציל פון ציונות איז געווען צו גרינדן א לאנד פאר׳ן אידיש פאלק אין היסטארישן ארץ כנען, איינמאל די ציל איז שוין ערפילט געווארן און די קאפיטל פון ציונות האט זיך געשלאסן (אויסער פאר אפאר נערי הגבעות וואס פאנטאזירן איבער אייננעמען סוריא) איז אויפגעקומען א נייע ענין וואס רופט זיך פאטריאטיזם וואס היסטאריש האבן זיך חרדים נישט שטארק אויסגעצייכענט דערין (טראמפ׳ס צייטן איז געווען א שטיקל יוצא מן הכלל).
ויש אומרים אז די נערי הגבאות ווערן נאר שטערקער, פאליטיש זיכער, און חרדים זענען היפש רעכט/פאטריאטיש היינט. טראמפ איז טאקע א יוצא מן הכלל, אבער פארט א מציאות וואס ווייזט אויף די חרד'ישע מיינדסעט.
(אז מ'רעדט שוין, דאס אז סאטמער האט זיך אויפגעמאכט א נייע יצר הרע און עבודה זרה פון ציונית איז קיינער נישט שולדיג, אפי' ציונים אמאל זענען געווען פיין לינק און די גאנצע מאוומענט איז געווען פריי למען פריי, גארנישט מיט שלש שבועות צוטון, זיי האבן געהאלטן פון כוחי ועוצם ידי פונקט ווי זיי האבן געהאלטן פון טרינקען וואסער פאר הבדלה און פון מחלל שבת זיין.)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דערהויבענע איד: ווייל אמאל, פאר די התייסדות המדינה, האט ציונות (נישט ציונית, אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות שרייבט, ווייל דאס מיינט א פרוי וואס איז א ציוני. ער מעג שוין קענען א ביסל דקדוק, דער גרויסער שרייבער און היסטאריקער וואס ער האלט זיך...!) געמיינט אראפווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות. אזוי ווי אין די שטאט מונקאטש. דארט זענען די ציונים געווען זייער שטארק. זיי האבן געהאט בערך 2000 מעמבערס. דאס האט געמיינט אז א טאטע, אן ערליכער איד האט געהאט 2 אדער 3 פון זיינע קינדער זענען אפגעפארן און געווארן ציונים...! מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא צער דער טאטע (און די מאמע) האבן געהאט. פון דעם רעדט מען (בדרך כלל) נישט.
דאס קען אפשר זיין דער טעם פארוואס דער מנחת אלעזר איז געווען אזוי שטארק אקעגן ציונות, ווייל ער האט עס געשפיהרט אין זיין אייגענע קהלה...!
לענינינו, היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים. די פרייע חברה אין ארץ ישראל זענען סתם בעלי תאווה'ניקס און גויים גמורים... נאכדעם איז פארהאן (להבדיל) ערליכע אידן...!
דאס קען אפשר זיין דער טעם פארוואס דער מנחת אלעזר איז געווען אזוי שטארק אקעגן ציונות, ווייל ער האט עס געשפיהרט אין זיין אייגענע קהלה...!
לענינינו, היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים. די פרייע חברה אין ארץ ישראל זענען סתם בעלי תאווה'ניקס און גויים גמורים... נאכדעם איז פארהאן (להבדיל) ערליכע אידן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
@בערלגלה דאס איז וואס איך זאג, אז ס'געווען א פרייע גרופע וואס האבן זיך גערופן ציונים און נישט געהאלטן פון גארנישט מיינט נישט אז דאס איז געווען זייער שיטה און מיט דעם דארף מען זיך קריגן, והא ראי' אויב זיי וועלן אויפגעבן די רעיון הציוני גייען זיי נישט ווערן פרום, און ס'איז דא אפציעילע פרומע וואס זענען יא געגאנגען מיט זיי און ווייטער געהיטן תו"מ.
(איך ווייס נישט ווי אזוי די מונקאטשער זי"ע האט געהאקט אויף זיי, אלס "ציונים" אדער סתם יונגאטשעס און פרייע שקצים.) דער ויואל משה איז נאכנישט ארויסגעקומען אין אייראפע סאוי די גאנצע איסור און כפירה פון ציונות איז נאכנישט געווען - קייינער כמעט האלט נישט ווי סאטמער רב אז ס'איז טאקע דא שלש שבועות פאר אונז פשוט'ע מענטשן בזמן הזה, ס'איז כמעט אזוי ווי כ'וועל זאגן אז היות די אמאליגע ציונים זענען געווען קאמוניסטן-סאשעליסטן אז דארט שטעקט זייער שקצות און כפירה און כ'וועל זיין ביזי מיט דעם יומם ולילה צו עס זענען נאך געבליבן מענטשן וואס גלייבן אין מארקס אדער נישט.
(איך ווייס נישט ווי אזוי די מונקאטשער זי"ע האט געהאקט אויף זיי, אלס "ציונים" אדער סתם יונגאטשעס און פרייע שקצים.) דער ויואל משה איז נאכנישט ארויסגעקומען אין אייראפע סאוי די גאנצע איסור און כפירה פון ציונות איז נאכנישט געווען - קייינער כמעט האלט נישט ווי סאטמער רב אז ס'איז טאקע דא שלש שבועות פאר אונז פשוט'ע מענטשן בזמן הזה, ס'איז כמעט אזוי ווי כ'וועל זאגן אז היות די אמאליגע ציונים זענען געווען קאמוניסטן-סאשעליסטן אז דארט שטעקט זייער שקצות און כפירה און כ'וועל זיין ביזי מיט דעם יומם ולילה צו עס זענען נאך געבליבן מענטשן וואס גלייבן אין מארקס אדער נישט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דערהויבענע איד: נישט אינגאנצן. ווייל לשיטת סאטמאר רב איז דער עצם רעיון פון האבן א מדינה פאר ביאת המשיח אן עבירה. אפילו אויב די אנפיהרערס וואלטן געווען בלויז שומרי תומ"צ.
נאר אויף דעם מונקאטשער רב'ס שטארקע התנגדות צו א יעדן פארם פון ציונות (אפילו אגודה) האביך געזאגט א טעם בדרך אפשר. אז ווייל ער האט עס געשפיהרט ערשטהאנטיג אין זיין קהילה.
צו ווערן א ציוני (בימים ההם) האט נישט געמיינט דאווענען אן אנדער'ן נוסח. אדער זאגן א תפילה לשלום המדינה. נאר ס'האט געמיינט אינגאנצן אראפווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות...!

- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
געהערט לעצטנס פון רבי יצחק, אז פאר’ן סאטמארן רב איז נישט ניחא געווען דאס ווי אזוי קרית יואל האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער אלס א גרויסע שטאט און נישט דאס איז געווען די מטרה פונעם רבי’ן.
ער דערציילט בשם ר’ לייבוש לעפקאוויטש אז אין די לעצטערע יארן ווען מען האט ארומגענומען דעם רבי’ן ארום די גאסן פון קרית יואל האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט: נע, נישט דאס האב איך געמיינט...
ער טענה’ט אז עקזיסטענץ פון קרית יואל היינט צוטאגס איז א מרידה במלכות שמים, און אין קר"י איז פונקט אזוי עובר אויפ’ן איסור פון זיך באקוועם מאכן אין גלות, בויען א ווילעדזש, זיך אויסשפרייטן ווייטער מיט שררה וכדומה. ווי לגבי מדינת ישראל. און "ווען הערצל וואלט ווען געוואוסט אז ער קען אין אמעריקא אין מאנרא אויסהאקן א וואלד און בויען א שטאט וואלט ער פונקט אזוי דא געקומען"...
אויף די פראגע וואס דאס איז אנדערש פון סקווירא זאגט ער, אז סקווירא איז מוגבל און זיי קענען זיך נישט עכט אויסשפרייטן צופיל, און די זעלבע זאגט ער האט ער געטון מיט וואודרידזש. ער האט פשוט געזוכט א פלאץ אינדרויסן פונעם ישוב און זיך אהינגעצויגן.

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:איך בין אמאל דארט געווען האט ער געזאגט בין הדברים אז די איסור איז נאר געווען פאר דעמאלטס, בכלל האלט ער אז ציונות גייט שוין נישט אן, סאיז אונטערגעאנגען נאך דעם וואס די מדינה האט זיך געעפענט, ער האט בתוך הדברים געזאגט אז ער האט א שיינע קונטרס’ל אין שאנק וואס איז שוין נישט נוגע היינטיגע צייטן וואס האט אויך שיינע עניינים איבער ישוב ארץ ישראל ס’הייסט על הגאולה......
תרמב: איך וועלל אויך גיין א ביסל אין זיינע דרכים. איך וועלל ארויסזאגן א מיינונג וועלכע איז נישט זייער פאפולער. אבער קרוב לאמת...!
אין די היינטיגע צייטן זענען רוב זאכן איבער ציונות מער נישט נוגע. ווייל ס'איז היינט שוין (כמעט) נישטא קיין ציונים. היינט באשטייט רוב רובם פון די איינוואוינערס אין ארץ ישראל פון ערליכע אידן שומרי תומ"צ. און (להבדיל) פון פרייע פורקי עול. א גרויסער טייל (בערך 1 1/2 מיליאן) רוסישע אימיגראנטן. וועלכע זענען עפ"י הלכה שוין נישט קין אידן. דער רוסישער חילוני בשעת ער איז מחלל שבת אדער עסט טריפות האט ער עפעס אינזין ציונות...?! ער איז סתם א גוי. א בעל תאוה'ניק.ממילא דארפן אינז ערליכע אידן אויך האנדלען אזוי. אונז האמיר נישט קיין שייכות מיט זיי. אזוי ווי זייער איצטיגער פיהרער אביגדור ליבערמאן, שר"י. וועלכער איז א יודע את ריבונו ומכוון למרוזד בו...!
יאפס. ר’ יצחק האלט אז מדינת ישראל כשלעצמה איז זייער פיין היינט צוטאגס, ס’איז שוין נאכן בירור און מ’האלט שוין ביי "קום בתולות ישראל"...
ער זאגט אז ווען נישט פארשידענע עיכובים וואלט ער זיך שוין לאנג אהינגעצויגן.
*
ער איז געזעסן מיט אפאר ערנסטע בחורים און גערעדט מיט זיי א לאנגע צייט. זאג איך אים נאכדעם, אז פונעם שמועס וואס כ’האב מיטגעהאלטן קוקט אויס אז די בחורים זענען ערנסטע עילויים, זייזענען בקי אין אזויפיל מקצועות התורה וכו’. זאגט ער מיר: יא יא, זיי זענען טאקע עילויים, אבער זיי זענען נעבעך נישט דאהי, איל"ו היה שם לא היה נגאל....
*
אויף זיין טיש אינדערהיים ליגן כסדר ארום 120 ספרים (כ’האב אפגעציילט). ס’איז א חידוש אז ער עקסעפט יעדע ספר פון יעדע מענטש, ער קוקט דורך ס’גאנצע מיט אן ערנסקייט און שרייבט צו הערות. דאס מיינט אז ער גייט נישט מיט’ן קאפ אין וואנט און ער פארמאגט א געוואלדיגע יד אין אלע מקצועות התורה ממש אפגעזען ווען דער מחבר פונעם ספר איז.
*
רעדנדיג צו בחורים איבער עשה לך רב, האבן אים די בחורים געפרעגט פון ווי מ’קען וויסן אויב ס’איז א פאסיגער רב אדער נישט. זאגט ער: א רב וואס קרעכצט א גאנצן צייט און יעדע זעכציג סעקונדעס זאגט ער רבי זכותו יגן עלינו, פון אזא איינעם זאלסטו שטיין ווייט כמטחוי קשת...
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:ער טענה’ט אז עקזיסטענץ פון קרית יואל היינט צוטאגס איז א מרידה במלכות שמים, און אין קר"י איז פונקט אזוי עובר אויפ’ן איסור פון זיך באקוועם מאכן אין גלות, בויען א ווילעדזש, זיך אויסשפרייטן ווייטער מיט שררה וכדומה. ווי לגבי מדינת ישראל. און "ווען הערצל וואלט ווען געוואוסט אז ער קען אין אמעריקא אין מאנרא אויסהאקן א וואלד און בויען א שטאט וואלט ער פונקט אזוי דא געקומען"...
איך גלייב אז די ווערטער "מרידה במלכות שמים" איז א פליטת הקולמוס פון דיר און ר' יצחק האט דאס נישט געזאגט. נאכן הערן פון אים הינדרעטע דרשות און צענדליגע שעות פריוואטע שמועסן איז ביי מיר כמעט ברור אז ער האט דאס נישט געזאגט.
קארעקט מי איף איים ראונג