ווי אזוי זאל איך רעדן פארן עולם?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
ווי אזוי זאל איך רעדן פארן עולם?
איך וויל דא אויפברענגען א נושא, וואס איך בין שטארק מסופק ווי אזוי עס איז ריכטיג, און איך וויל הערן דעם דעת הקהל דערויף.
שוין לאנג וואס איך טראכט איבער דער וועג און צוגאנג ווי אזוי איך רעד צו מיין ציבור הי"ו.
צווישן א ציבור אידן זענען אלעמאל פארהאן פארשידענע סארט מענטשן, כשם שפרצופיהם אינן שוות כך דעותיהם אינן שוות. פון זיי איז דא מער פשוט'ערע מענטשן און מער מבקשי ה', בעלי השגה. פארשטייט זיך אז מען איז משתדל צו געבן פאר יעדן איינעם בתוך הדברים או מען זעט דערצו אז יעדער זאל קענען הערן און דערהערן. די שאלה איז, ווי אזוי דער טאן און דער רוח הדברים אויפן מקום דארף צוצוגיין.
מאנכע וועלן זאגן, אז דער אויפגאבע פון א מנהיג איז צו זיין 'יורד מן ההר אל העם', זיך אראפלאזן צום ציבור, נישט צו קריכן אין די הימלען, נאר רעדן דירעקט צום ציבור וואס זיי דארפן הערן. מען דערציילט אויף איינע פון די צדיקים וואס האבן געזאגט, אז די פוילישע רבי'ס זענען שולדיג אין די השכלה און אין דעם דורכפאל נאכן ערשטן קריג, ווייל זיי האבן גערעדט תורה אין הימל אריין, אנשטאט צו רעדן עיקרי אמונה און פשוט'ע דיבורים וואס אידן זאלן קענען הערן און פארשטיין, ווי אזוי א פשוט'ער איד דארף זיך פירן. בעיקרון בין איך זיך נוהג, איידערן טיש, ווען איך זיץ ביני לבין-עצמי, זיך פראבירן קאנצערטרירן און זיך אראפלאזן במחשבה צום ציבור, נישט ווערנדיג פארכאפט אין די מחשבות און געפילן פון שבת און די זמנים אין וועלכן מען שטייט, אז איך זאל נישט קריכן צו הויך, נאר רעדן צום ציבור כפי השגותיהם.
מאידך, איז פארהאן א פארקערטע סברה, דהיינו, מיטשלעפן דעם עולם מיט זיך. אריינברענגען א העכערע גייסט צווישן דעם ציבור, אז אפילו פשוטי עם זאלן וועלן זיך אויפהייבן העכער און לעבן ווי בעלי-השגה. דער געדאנק איז, זיך נישט אראפלאזן צום עולם, נאר אריינברענגען א געשמאק אין העכערע ענינים און מיטשלעפן דעם עולם בעלי-בתים אין דעם העכערן וועלט. למעשה געפינען מיר פארשידענע צדיקי דורינו, וועלכע פירן זיך אזוי. אפילו עס זענען פארהאן אזעלכע וואס פאלן ארויס פונעם סיסטעם און בלייבן הונטערשטעליג, האט עס דעם עדיפות אז רוב בינונים און די גוטע פון די שוואכערע הויבן זיך אויף העכער, זה בכה וזה בכה, און אפילו דער שוואכערער, וועט זיך עס אנזען אויף זיין הנהגה עטוואס, כדוגמת מי שנכנס לחנות של בושם. אמת, יענער וואלט געקענט האבן מער תועלת אויב איינער זאל רעדן זיין שפראך, אבער מען קען דאך נישט יעדן מוצא זיין.
דער אמת איז, אז ווי אזוי מען זאל נאר טון, וועלן זיין מענטשן וואס קענען חלילה ארויספאלן און בלייבן הונטערשטעליג. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט, אז דער גאנצער ציבור איז איינס, א חטיבה אחת לעשות רצונו יתברך. אויב ס'איז דא א חלק פונעם ציבור, וואס ליידט פארן אנדערן חלק פונעם ציבור, זענען דאך ביידע לשם-שמים, פון הימל איז מען זיי דן, נישט אלס יחיד, נאר אלס חלק פונעם רבים, און יעדער איינער האט א גראדער חלק בעבודתו ובלימוד תורתו פון דעם גאנצן ציבור. קיינער איז נישט נהנה בלויז פון זיין אייגענע עבודה, והכל נעשה בשם כל ישראל.
בענין זה האב איך אמאל געזאגט פאר א איד, גראדע נישט איינער הנספחים עלינו, פון א פרעמדער פלאץ וואס וואוינט נישט אין מיין שטאט. יענער באלאנגט צו א גרויסער חסידות, און ער שפירט אז ווען ער דאוונט אין דער בית-המדרש פון זיין חסידות, ווערט ער פארלוירן צווישן דעם גרויסן ציבור, זיין דאווענען איז נישט קיין דאווענען, ער ווערט פארשלעפט פון שמועסערייען וכו', בשעת ווען ער דאווענט אין א קלענערע כלל-חסידי שוהל, קומט ער אין צייט און דאווענט אסאך בעסער און ער האט אינזינען פירוש המילות פיל בעסער. פרעגט ער מיר וואו ער זאל בעסער דאווענען.
איך האב אים געענטפערט, אז ווען ער קומט דאווענען אין בית-המדרש פון זיין חסידות, איז ער זיך למעשה מקשר מיט דעם מקום, מיט דעם רבי'ן און מיט דער חבורה (ווייל על דעת זה קומט ער דאך אהין דאווענען, ווייל ער באלאנגט דארט). דעמאלס קומט אויס, אז דער רבי מיט זיין עבודה הויבט אויף זיינע תפילות (אויב ער גלויבט דערין), און ער נעמט אויך א חלק אין די תפילות פון די עובדי-השם אויפן ארט, וויבאלד ער באלאנגט אין די זעלבע חבורה, און כדרכו של החבורות, אז איינער איז משפיע אויפן צווייטן, און אלע לעבן איינער פונעם צווייטן. עס קומט אויס אז דער עובד-השם אין זיין בית-המדרש, האט א גלייכע חלק אינעם דאווענען ווי דער פשוט'ער מענטש, און ביידע פועל'ן אויס אין הימל, און זענען ממליך דעם אויבערשטן אויפן זעלבן פארנעם. ווידער אין זיין לאקאלע בית-המדרש, איז ער דער אייגענער באלעבאס, לויט וויפיל הכנה, התבוננות וכח התפילה, ער לייגט אריין, אזויפיל נעמט ער ארויס, ודו"ק.
כלפי מה דברים אמורים? - בנוגע רעדן און פירן דעם ציבור. ס'מאכט זיך אלעמאל דער עלעמענט וואס וועט ליידן פארן צווייטן, אומדירעקט. אויף וועלכער אופן מען זאל נאר קובע זיין די הנהגת הציבור ואמירת השמועסן, וועט עס אזוי אויסקומען. און דער אמת איז, אז קיינער דערלייגט נישט בפנימיות, ווייל חלק כחלק יאכלו. עס איז אבער יא דא אן ענין בפנימיות, וואס עס פעלט פאר דער מענטש דער פנימיות'דיגער שפייז, אין פאל אז מען שטעלט עס נישט צו פאר זיין נשמה. דעריבער דארף מען זיך שטארק רעכענען אין דעם ענין מיטן ציבור.
צורוקצוקומען צו אונזער שאלה: איך וויל הערן פונעם ציבור, וואס מען האלט, ווי אזוי איז בעסער בכלליות צו רעדן שמועסן? - זיך אראפלאזן צום ציבור, אפילו ווען בשעת מעשה זענען פארהאן געוויסע, וואס וועלן נישט האבן זייער פנימיות'דיגע שפייז? - אדער אויפהייבן דעם ציבור צו זיך, אריינברענגען העכערקייט און הימלישקייט, אפילו ווען צומאל זענען פארהאן מענטשן וואס זענען נאכנישט דארט?
וואס זאגט דער עולם?

- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
אנהויבן פון אינטן און צוביסלעך זיך ארויפריקן און מיטשלעפן דעם עולם העכער און העכער...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ס'דא א באקאנטער ווארט [כ'געדענק נישט איצטער פון וועמען] אויפ'ן פסוק "כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל. זאגט רש"י פאר די בית יעקב אלו הנשים איז געווען בלשון רכה. און פאר די בני ישראל איז געווען דברים הקשים כגידים.
איז מען מפרש אז משה רבינו האט בעצם געזאגט די זעלבע ווערטער - דעם זעלבען נוסח פאר יעדעם, נאר די בני ישראל האבן עס פארשטאנען לויט ווי זיי האבן געדארפט און די בית יעקב האבן עס פארשטאנען לויט זייערע השגות.
לענייננו, @מורינו ורבינו, אלס דער נואם בחסד עליון דארפט איר רעדן אויף א אופן וואס איז משתמע לכמה גוונים און יעדער זאל ארויסנעמען וואס ער דארף הערן.
בד"ו ווי קען איך הערן אדער זעהן אייערע דברות קודש ? רצוננו לראות את מלכינו !

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מורנו ורבנו (שליט"א): אויב ס'איז אלעס אזוי ווי ס'זעהט אויס. (ס'איז דא עטליכע את"ל'ס ביי דעם.). זענט איהר א .."חד בדרא"..?! (אפשר איז גאר דא 2 חד בדרא'ס. אבער מער זיכער נישט.). איהר וויללט איינפיהרן א נייעם מנהג וואס (כמעט) קיין שום רבי פיהרט זיך נישט אזוי. אז די רבי זאלל זיך שואל עצה זיין מיט זיינע חסידים...!
צי האט איהר שוין געהערט אז דער באבוב'ער רב ר' בנציון שליט"א זאלל איין טאג אריינקומען אין ביהמ"ד און הייסן דעם גבאי אויסקלאפן אז דער רב הגה"ק שליט"א ווילל זאגן א פאר ווערטער. און ער זאללל אנהייבן לאמור. אזוי צו זאגן..."הערטס מיך צו מורי ורבותי. איך האב דא א שאלה צו פרעגן. וויאזוי זאלל איך זאגן תורה. רעדן מיט אן עמקות אין טיפע סוגיות הש"ס. און דברי קבלה. און אלס רעזולטאט וועט (לכה"פ האלב דער עולם דרימלען. אדער זיך שפיעללן מיט די (כשר'ע) טעלעפאונס. אדער זאלל איך רעדן אויף אן איינפאכע שפראך. און פארציילן מעשיות און זאגן ווערטלעך. אזוי וועט כאטש דער עולם. (אפילו די אידן וועלכע קענען נישט לערנען.) מיטהאלטן. און אפילו איבערזאגן א פאר תורה'לעך.

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מאנכע וועלן זאגן, אז דער אויפגאבע פון א מנהיג איז צו זיין 'יורד מן ההר אל העם', זיך אראפלאזן צום ציבור, נישט צו קריכן אין די הימלען, נאר רעדן דירעקט צום ציבור וואס זיי דארפן הערן. מען דערציילט אויף איינע פון די צדיקים וואס האבן געזאגט, אז די פוילישע רבי'ס זענען שולדיג אין די השכלה און אין דעם דורכפאל נאכן ערשטן קריג, ווייל זיי האבן גערעדט תורה אין הימל אריין, אנשטאט צו רעדן עיקרי אמונה און פשוט'ע דיבורים וואס אידן זאלן קענען הערן און פארשטיין, ווי אזוי א פשוט'ער איד דארף זיך פירן. בעיקרון בין איך זיך נוהג, איידערן טיש, ווען איך זיץ ביני לבין-עצמי, זיך פראבירן קאנצערטרירן און זיך אראפלאזן במחשבה צום ציבור, נישט ווערנדיג פארכאפט אין די מחשבות און געפילן פון שבת און די זמנים אין וועלכן מען שטייט, אז איך זאל נישט קריכן צו הויך, נאר רעדן צום ציבור כפי השגותיהם.
לכאורה איז די בעסטע אז מען רעדט וואס מען קען דער בעסטער. לויט אייערע תכונת הנפש. טאמער וועט איר רעדן הויכע עניינים וואס איר האלט נישט דערביי, אדער פשוטער זאכען וואס איר זענט אויסגעקראכען, וועט עס נישט האבן קיין השפעה. עס דארף זיין דברים היוצאים מן הלב.
ווידער דער עולם, אויב רעדט איר נאר הויכע ענינים וועלען די פשוט'ער מענטשן טרעפען ערגעץ אנדערש, וכן להיפוך, מען קען נישט אבער זיין דרחים ליה כולא מתא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך בין א סי.אי.או, איך האב נישט א נוסח. איך בין נישט א מאשין! איין טאג בין איך גוט אויפגעלייגט איך דריי מיך מיט די עולם, מ'שמועסט און מ'שמייכעלט און אנדערע טעג בין איך הערמעטיש פארשפארט אין מיין צימער. א רבי איז נישט פלייש און ביין? סוכות קען מען זיין אויפגעלייגט און מונטער און שבועות הייליג און הויעך.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מורנו ורבנו (שליט"א): אויב ס'איז אלעס אזוי ווי ס'זעהט אויס. (ס'איז דא עטליכע את"ל'ס ביי דעם.). זענט איהר א .."חד בדרא"..?! (אפשר איז גאר דא 2 חד בדרא'ס. אבער מער זיכער נישט.). איהר וויללט איינפיהרן א נייעם מנהג וואס (כמעט) קיין שום רבי פיהרט זיך נישט אזוי. אז די רבי זאלל זיך שואל עצה זיין מיט זיינע חסידים...!
צי האט איהר שוין געהערט אז דער באבוב'ער רב ר' בנציון שליט"א זאלל איין טאג אריינקומען אין ביהמ"ד און הייסן דעם גבאי אויסקלאפן אז דער רב הגה"ק שליט"א ווילל זאגן א פאר ווערטער. און ער זאללל אנהייבן לאמור. אזוי צו זאגן..."הערטס מיך צו מורי ורבותי. איך האב דא א שאלה צו פרעגן. וויאזוי זאלל איך זאגן תורה. רעדן מיט אן עמקות אין טיפע סוגיות הש"ס. און דברי קבלה. און אלס רעזולטאט וועט (לכה"פ האלב דער עולם דרימלען. אדער זיך שפיעללן מיט די (כשר'ע) טעלעפאונס. אדער זאלל איך רעדן אויף אן איינפאכע שפראך. און פארציילן מעשיות און זאגן ווערטלעך. אזוי וועט כאטש דער עולם. (אפילו די אידן וועלכע קענען נישט לערנען.) מיטהאלטן. און אפילו איבערזאגן א פאר תורה'לעך.
ער’ בערל: אונזער רבי @מורינו ורבינו איז אנדערש פון אלע רבי’ס, ווייל מרוב ענוותנותו איז ער זיך מתייעץ מיט זיינע מענטשן. (עיין בחומש רש"י פ’ בראשית עה"פ נעשה אדם)
און אדרבה דער רבי שליט"א מאכט יעדעם פילן געשמאק אז מען זאל נישט פילן כאילו עס איז דא א שבט ההנהגה אויפן קאפ.
דאס גאנצע ראביסטעווע איז געבויעט אויף "קום מיין ברודער לאמיר זיך אויסשמועסן - לאמיר זיך מחזק זיין אינאיינעם" - במילא איז נישט קיין תמיה אויף @מורינו ורבינו. .
"וכשם ש.... לכל - כך @מורינו ורבינו שליט"א לכל אפילו לבעלי עגלות !!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
הקטן האט געשריבן:איך פיר זיך צי רעדן צים עולם מער א הייסע שפראך, אבער דאס מיינט נישט דאס וועט ארבעטן פאר אייך...
כ׳האב געמיינט אז כ׳זיץ דא אין קאווע שטיבל לעבן דעם פאליש... דערווייל בינעך דא אין חדר מיוחד...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך וואלט פארגעשלאגן א דריטע אפציע, רעד פראגרעסיוו. למשל די וויכטיקייט פון סעקולארע לימודים, וויאזוי מען מעג נוצן די אינטערנעט, עס איז דא מער ווי איין וועג צו דינען דעם באשעפער, וכדומה.
מיט די מהלך וועסטו האבן די אויפגעקלערטע עולם, אפילו אזעלעכע וואס זענען נישט דיינע חסידים וועלן רעדן פון דיר. און די פרומערע עולם וועט מוזן נאכגיין, די רבי האט אזוי געזאגט, (די גאר פרומע וועלן אפילו אריינלערנען הויכע ענינים...).

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אישתישבי האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:איך פיר זיך צי רעדן צים עולם מער א הייסע שפראך, אבער דאס מיינט נישט דאס וועט ארבעטן פאר אייך...
וואס מיינט דאס הייס?
דער אמת איז אסך מאל רעדט איך צים עולם קאלט, מענלי ווען זיי שטייען אויף די בערענטשעס און שאקעלן זיך
ולא כל העתים שוות, ומי יבוא בסוד קדושים...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל