איך לייען און לייען און איך שטוין. אפשר בין איך אנדערש ווי רוב מענטשן?
איך גיי נישט אריין אין דברים שהצניעות יפה להם, ב"ה איך ווייס נישט דערפון און הלואי זאל זיך אלעס אויסארבעטן לטובה, אבער די חלק פון "אנקוקן גרושים ווי צווייטע קלאס מענטשן"? איך ווייס ביי מיר אז עס איז נישט אזוי און רוב מענטשן וועמען איך קען קוקן זיי נישט אן אזוי!
ביי רוב מענטשן היינט צו טאג איז א גרוש א נארמאלער מענטש פונקט ווי א צווייטער, אפשר האט מען רחמנות אויף אים אז ער דרייט זיך ארום קרח מכאן ומכאן, ער קען נישט וואוינען ביי די עלטערן און נישט מיט קיין ווייב, אבער צי מען טריעט אים אנדערש? אבסאלוטלי נאט! איך האב ב"ה אסאך חברים גרושים, און אסאך חברים וואס האבן חברים גרושים.. איך האב כמעט קיינמאל נישט באמערקט קיין זלזול כלפי איינער צום צווייטן!
אדרבה, ליידער לויט די מצב אז עס פארמערן זיך היינטיגע צייטן גרושים - אנדערש ווי אמאל ווען עס איז געווען קוים אחד מעיר ושנים ממשפחה - ווערט עס מער "נארמאל" און אקצעפטירט אז דאס איז א חלק פון מערערע מענטשנ'ס לעבן, און עס איז א דורכגאגנ וואס צייגט גארנישט ראנג מיט דעם מענטש, נאר זאכן האבן זיך פשוט נישט אויסגעארבעט, און עס מאכט זיך ביי די שענסטע!
איך מיין ענדערש אז אונזער ציבור ווערט מער טאלעראנט און פארשטענדליך אין די ענינים, און קוקט מער נישט אן אזוי מאדנע א גט, ווילאנג אלעס פארט אויף א געזונטן אופן (אביוז טאלערירט מען נישט, און דאס איז דייקא א גוטע זאך).
ס'איז זיכער אז אסאך ווענדט זיך אין דער מענטש אליין, אבער ער דארף דאך האבן אייזערנע כוחות זיך צו האלטן אין די גלייזן, בשעת ער געפינט זיך אין אזא מצב. ודו"ק.