זר זהב האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר פארט געדענקען אז ביי ביליאנען מענטשן איבער די וועלט איז שטארבן א טאג טעגליכע ערשיינונגען, גאנצע חלקים פון די וועלט איז פיל מיט מגיפות, הונגער און מלחמות. במשך די היסטאריע איז א פטירה ביי די פופציג נישטאמאל געווען קיין טראגעדיע, און פארלירן עטליכע פון די צען קינדער איז געווען א נארמאלע זאך, טא, לאמיר זיך פרייען אז מיר לעבן אין די בעסטע צייטן און די בעסטע מקומות וואס שייך
איך האב פונקט געוואלט דיסקוסען צי היינט איז דא מער טראגעדיעס ווי אמאליגע צייטן. כ'מיין אז ניין
און אויב אמאל איז געווען מער צרות ווי היינט מאכט עס דיר עפעס בעסער פילן? דער "אמאל"יגע אויפגעפירעכץ איז דען אזוי שטארק געפאלן פאר השי"ת?