רב אין קהילת סאטמאר מהרי"י קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

רב אין קהילת סאטמאר מהרי"י קרית יואל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

קומט אריין די נייעס אז ר' חיים הערש טייטלבוים האט אפיציעל אפגעזאגט דאס אננעמען די רבנות פון קהל יט"ל מהרי"י אין קרית יואל, דאס איז שוין נאכדעם וואס די קהילה האט אים געקויפט א דירה און ר'חיים הערש האט שוין האלבוועגס מסכים געווען, יעצט אבער איז די פלאן אויס.

עס זעהט נישט אויס לעת עתה ווי יענע קהילה וועט אמאל האבן א לאקאלע רב, דערווייל קומט דער רבי ארויס כסדר זיך אומצוקוקן אויף די צורכי הקהילה והמוסדות.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דער פלאן פון ר' חיים הערש איז שוין יארן אלט. די צודרייטע ראשי קהילה ווילן נאר אים, און ער וויל נישט קיין שום רבנות. ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען, און גייט קיינמאל נישט...

מהרי"י וויל אז ר' יואל זאל דארט זיין רב. ווען זיי ווייסן ווער ר' יואל איז וואלטן זיי אים געכאפט... נארישע מענטשן.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

זיי נישט אזוי אומוויסנד, די קהלת מהרי"י האט נישט קיין לאקאלן רב נישט ווייל דער האט אפגעזאגט אדער ר' יואל וכו' דער רבי ומנהיג העדה האט נאכנישט מחליט געווען אז דארט זאל זיין א רב.
ווי מיר זעען עס כעת און איבער די לעצטע צוויי צענדליג יארן אז וואס אימער דער מנהיג העדה האט באמת געוואלט האט ער דעליווערט דעספייט די אבסטעקלס. (מיטן אוסנאם פון מתיבתא ברך משה אויף די ישיבה אין קוווינס)

ער וויל נאכנישט ואסור להרהר אחריו
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטערסאנטער האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז ר' חיים הערש טייטלבוים האט אפיציעל אפגעזאגט דאס אננעמען די רבנות פון קהל יט"ל מהרי"י אין קרית יואל, דאס איז שוין נאכדעם וואס די קהילה האט אים געקויפט א דירה און ר'חיים הערש האט שוין האלבוועגס מסכים געווען, יעצט אבער איז די פלאן אויס.

עס זעהט נישט אויס לעת עתה ווי יענע קהילה וועט אמאל האבן א לאקאלע רב, דערווייל קומט דער רבי ארויס כסדר זיך אומצוקוקן אויף די צורכי הקהילה והמוסדות.

אינטעראסאנטער: ס'האט קיינמאל קיינער נישט געזאגט (אדער געהאלטן) אז מהרז"ל האט נישט קיין דריסת הרגל אין קרית יואל.

נאר ביי געוויסע עלעמענטן (כ'ווילל נישט זאגן אין וועלכע פראקציע. ניין. נישט דארט וואו דו מיינסט.) קען נישט עקזיסטירן זייער רב/רבי אנדעם וואס מ'זאלל אראפקלאפן דעם צד שכנגד.

אין די היינטיגע טעג דארפן מיר זיך שוין קענען גובר זיין אויף די נארישקייטן. און דעם כבוד המדומה דורך אראפקלאפן א צווייטן...! בני יואל יוכיח. זיי גייען מיט'ן קאפ אין די וואנט אריין. דאס איז כאילו געווארן א טייל פון זייער ..."שיטה"... יענעם צו מאכן פאר א שייגעץ.נאר אזוי קענען זיי אנגיין. (לשיטתם)...! און די איבריגע שטותים. והדברים ידועים...!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שבעים לשון האט געשריבן:זיי נישט אזוי אומוויסנד, די קהלת מהרי"י האט נישט קיין לאקאלן רב נישט ווייל דער האט אפגעזאגט אדער ר' יואל וכו' דער רבי ומנהיג העדה האט נאכנישט מחליט געווען אז דארט זאל זיין א רב.
ווי מיר זעען עס כעת און איבער די לעצטע צוויי צענדליג יארן אז וואס אימער דער מנהיג העדה האט באמת געוואלט האט ער דעליווערט דעספייט די אבסטעקלס. (מיטן אוסנאם פון מתיבתא ברך משה אויף די ישיבה אין קוווינס)

ער וויל נאכנישט ואסור להרהר אחריו

שקר. ר' יואל איז שוין געווען דארט א ימים נוראים בשליחות אביו, ער האט שוין געשאפט געלט פאר זיי. מהרז"ל בעט זיי שוין 15 יאר אים צו נעמען. אבער נאכדעם איז רח"ה אנגעקומען פון ארץ ישראל און די ראשי קהילה זענען צוריק צו די אלטע פלענער פון אים נעמען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר זלמן לייבס איידעם גלאנץ, האט זיך אפגעזאגט פין לעיקוואד, וואס גייט פארממיט דעי בנשקלעך אז זיי גלייכן מער נישט רביסטווע?
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

מפיל קינד האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:זיי נישט אזוי אומוויסנד, די קהלת מהרי"י האט נישט קיין לאקאלן רב נישט ווייל דער האט אפגעזאגט אדער ר' יואל וכו' דער רבי ומנהיג העדה האט נאכנישט מחליט געווען אז דארט זאל זיין א רב.
ווי מיר זעען עס כעת און איבער די לעצטע צוויי צענדליג יארן אז וואס אימער דער מנהיג העדה האט באמת געוואלט האט ער דעליווערט דעספייט די אבסטעקלס. (מיטן אוסנאם פון מתיבתא ברך משה אויף די ישיבה אין קוווינס)

ער וויל נאכנישט ואסור להרהר אחריו

שקר. ר' יואל איז שוין געווען דארט א ימים נוראים בשליחות אביו, ער האט שוין געשאפט געלט פאר זיי. מהרז"ל בעט זיי שוין 15 יאר אים צו נעמען. אבער נאכדעם איז רח"ה אנגעקומען פון ארץ ישראל און די ראשי קהילה זענען צוריק צו די אלטע פלענער פון אים נעמען...


ווער זאגט א דער נבחר לשמש מוז זיין א קינד פון די דינאסטיע? לאנדאן יוכיח ער האט אריינגעשטעלט א חשובן רב המתנוסס לתפארה. ער נעמט גוט אויס ביי די קהלה און ביי אלע רבני העיר און מלעבט זיך צונויף כדבעי.

פארשטיי אליינס אז אויב א קינד פון מהרי"י קומט קיין קרית יואל איז נישטא קיין מעגליכקייט אז ער זאל נישט ווערן מאראסטיג מיט די קהלה\משפחה פאליטיק, דהיינו מהרח"צ אדער מהר"י בני מהרי"י קענען נישט און גייען נישט זיצן ביים טיש מיט מהרח"צ אשכנזי צו מהר"ב טייטלבוים בני מהר"א.
ממילא זענען די קינדער פון מהרי"י צוזעצט לכתחילה אלס רבנים זיי ווערן בע"כ צוריסן און די גרויסע פאליטיק און זיי זענען שוין זאט דערפון. משא"כ אויב ווערט א רב א שטייגער ווי לאנדאן וכדומה און האט א גוט מזל פארשטייט זיך, נעמט אויס און די קהלה און אויף די גאס און אלגעמיין ווערט די קהלה א רואיגע מקום און קען בליען אן דעם דעם וואס פאליטיק זאל עס פירן. ווייל אזא רב באקומט לפי ערך אן אינדעפענדענט סטאטוס.
אזא רב קומט אריין מיט וואלן,
אזא רב פרובירט צו כאפן די בני הקהלה,
אזא רב פילט אז ער דארף יעדן יחיד כדי צו בליען און ווערן א סוקסעס סטארי
ארום אזא רב ווערט א הערצה פאר אים, אלס אים אליינס, נישט אלס די אויבער קהלה וועם ער דינט. ממילא קענען זיי רוקן זאכן און די קהלה לתועלת.
און דאס וויל נישט מהרי"י, ווייל אויב וויל ער דאס וואלט דאס שוין געווען.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מפיל קינד האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:זיי נישט אזוי אומוויסנד, די קהלת מהרי"י האט נישט קיין לאקאלן רב נישט ווייל דער האט אפגעזאגט אדער ר' יואל וכו' דער רבי ומנהיג העדה האט נאכנישט מחליט געווען אז דארט זאל זיין א רב.
ווי מיר זעען עס כעת און איבער די לעצטע צוויי צענדליג יארן אז וואס אימער דער מנהיג העדה האט באמת געוואלט האט ער דעליווערט דעספייט די אבסטעקלס. (מיטן אוסנאם פון מתיבתא ברך משה אויף די ישיבה אין קוווינס)

ער וויל נאכנישט ואסור להרהר אחריו

שקר. ר' יואל איז שוין געווען דארט א ימים נוראים בשליחות אביו, ער האט שוין געשאפט געלט פאר זיי. מהרז"ל בעט זיי שוין 15 יאר אים צו נעמען. אבער נאכדעם איז רח"ה אנגעקומען פון ארץ ישראל און די ראשי קהילה זענען צוריק צו די אלטע פלענער פון אים נעמען...

נישט אמת. ר' יואל האט זיך אויך אליינס אפגעזאגט, און הערשט נאכדעים האבן זיי געלייגט די אויגן אויף ר' חיים הערש
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מהר"א האט גענומען ווייס אין לאנדאן נאכדעם וואס קיינער פון די קינדער האבן געוואלט אהינגיין!!!

ער האט עס געאפערט פאר עטליכע קינדער, קיינער האט עס נישט געוואלט.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

מפיל קינד האט געשריבן:מהר"א האט גענומען ווייס אין לאנדאן נאכדעם וואס קיינער פון די קינדער האבן געוואלט אהינגיין!!!

ער האט עס געאפערט פאר עטליכע קינדער, קיינער האט עס נישט געוואלט.


קיינער האט עס נישט געוואלט און מיט רעכט ווייל ווער עס וועט עס טון ווערט א שאך פערדל נישט א רב.
לאקאל אין מאנרא זענען אלע קינדער פון מהר"א עמפלויד אין זייער ווינקל און מיהיכ תיתי זאגט ער ד' מלך און של"ש תורה אבער אלס ווערט דאך געפירט פון אויבן און זיי מוטשן זיך גאנץ גוט מיט די קאפריזן.
משא"כ אין א ווייטערע קהלה אין די פרעמד ווצב"ש לאנדאן ירושלים וכו' ווי מדארף זיין אין טשארדזש און קענען מאכן דעסיזשנס, קענען אויסגראדן חילוקי דעות דארף מען טאקע א בר הכי, א גברא, א שטיקל זעלבסטשטענדיגער מענטש וואס האט א דעה לעצמו ווייל לאקאל זעט ער דעטאלן וואס די העדקווארטער און הנהגה זעט נישט פונדרויסן. און דאס קענען די קינדער נישט אונטערנעמען וד"ל.

רב ווייס (מהר"א) צו רב האלבערשטאם (מהרי"י) זענען רבנים און טוען דאס בעסטע איש על מחנהו און ווילאנג די צוויי מנהיגים קומען נישט אויף א וויזיט איז שלום ושלוה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שכל זאגט טאקע אז פארוואס נישט א פרעמדער, אווי לאנדאן וכדומה,

אבער לפענ"ד, בנידן דידן, אין קרית יואל, קען נאר רז"ל קינדער זיין דער רב אין קרית יואל, קיין פרעמדע רב העט דאס קיינמאל נישט טאן.

ווען איך זאג "פרעמד" מיין איך באמת "פרעמד", איינער וואס איז רעספעקטירט אין האט די ציטרוי פון יעדן, וואס האט גארנישט מיט די גאנצע חאזעריי, אזא גאטונג ווי רב הלברשטם ורב ווייס בלונדון אדער רב וואזנר במאנסי וכדומה,

איר ווייסט פארוואס? יא! מחמת די מרא דאתרא פלאנטער,

איים סארי,

יא די זאליס לאכן דערפון אבער א פרעמדער נישט, פארוואס זיך אריינלייגן אין א קראנקן בעט,

אשר ע"כ, איז ר' יואל שליט"א דערווייל דער איינציגער אפציע. לפענ"ד.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ר' חיים הערש איז געווען רב אין אהל רחל ירושלים סאו די תירוץ ער וויל נישט האבן קיין רבנות איז שקר אגב ווען ער האט א געלעגנהייט ווי למשל פורים כאפט ער א רבנות פראוועלע

ווען ס'האט געהייסן אז יואל ווערט רב און מ'האט צוריק געצויגן דערפון איז געווען די תירוץ היות קרית יואל אי זנאכניישט מסודר פיינענשעלי האלט ער נישט ביים נעמען א קראנקע זאך אויף זיין קאפ און רזל איז דאן ארויסגעקומען און געהאלטן א דרשה איבער דעם

קען זיין ווען זאכן זענען זיך מסדר וועלן ביידע סיי ר' חיים הערש און סיי יואל זיך איבערקלערן......

עניוועי ביידע זענען סיי ווי נישט די ריכטיגע אויסוואל פאר א רב זיי פראבירן צו פליען אין די הימלען היינטיגע חסידים דארפן דעס נישט זיי דארפן טרעפן אזעלעכע גאר געלונגענע אויסוואלן ווי ר' אהרן'ס רבנים ר' אברהם הערש פון מאנסי און ר' משה מנחם פון לאנדן ביידע גאר שטארק באליבטע רבנים אויף זייער קהלה לייט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

גאנצל האט געשריבן:ר' חיים הערש איז געווען רב אין אהל רחל ירושלים סאו די תירוץ ער וויל נישט האבן קיין רבנות איז שקר אגב ווען ער האט א געלעגנהייט ווי למשל פורים כאפט ער א רבנות פראוועלע

ס'איז געווען אויסגענומען ביים רעזיגנירן אז ווילאנג ס'איז נישטא קיין רב פארט ער אהין יעדע פאר חדשים און זיי צאלן אים דערפאר.

אויב מיינסטו אז רח"ה זוכט פראוועריי און כבוד האסטו א ריזיגן טעות. מ'האט אים געאפערט רבנות שטעלעס אלל אווער, אויך אין וויליאמסבורג א ריזן בית המדרש, ער איז נישט אינטערעסירט אין גארנישט.

ס'איז טאקע א חידוש פאר א טייטלבוים, אבער דאס איז ער.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

גאנצל האט געשריבן:עניוועי ביידע זענען סיי ווי נישט די ריכטיגע אויסוואל פאר א רב זיי פראבירן צו פליען אין די הימלען היינטיגע חסידים דארפן דעס נישט זיי דארפן טרעפן אזעלעכע גאר געלונגענע אויסוואלן ווי ר' אהרן'ס רבנים ר' אברהם הערש פון מאנסי און ר' משה מנחם פון לאנדן ביידע גאר שטארק באליבטע רבנים אויף זייער קהלה לייט

כאפ א שמועס מיט סיי וועלכער סאטמארער חסיד (פון ירושלים, לאנדאן, מאנרוי, אוסטראליע...) אויב ער וויל ר' חיים הערש אלס זיין רב, און לאז מיר וויסן...

לגבי ר' יואל איז דא פון ביידע זייטן, אבער ס'איז שווער צו וויסן ווילאנג ער וועט זיין א רב.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

גאלד האט געשריבן:שכל זאגט טאקע אז פארוואס נישט א פרעמדער, אווי לאנדאן וכדומה,

אבער לפענ"ד, בנידן דידן, אין קרית יואל, קען נאר רז"ל קינדער זיין דער רב אין קרית יואל, קיין פרעמדע רב העט דאס קיינמאל נישט טאן.

ווען איך זאג "פרעמד" מיין איך באמת "פרעמד", איינער וואס איז רעספעקטירט אין האט די ציטרוי פון יעדן, וואס האט גארנישט מיט די גאנצע חאזעריי, אזא גאטונג ווי רב הלברשטם ורב ווייס בלונדון אדער רב וואזנר במאנסי וכדומה,

איר ווייסט פארוואס? יא! מחמת די מרא דאתרא פלאנטער,

איים סארי,

יא די זאליס לאכן דערפון אבער א פרעמדער נישט, פארוואס זיך אריינלייגן אין א קראנקן בעט,

אשר ע"כ, איז ר' יואל שליט"א דערווייל דער איינציגער אפציע. לפענ"ד.


דער מרא דאתרא פלאנטער הייבט אן צו ווערן קלאר, דער האריזאנט איז נאך פיל וואלקענעס אבער דער שטורעם יעצט וועט אויסקלארן אביסל דעם ענין.

הצדק אתך אז כעת איז קרית יואל נישט א מקום ווי א סעלף ברענדעד רב וועט אננעמען א פאזיציע. ולעומת זה סיי ווער פון בני מהרי"י וועט גארנישט אויסנעמען ווייל זיי זענען נאר פאפעטס פון די קהלה ומנהיגה און אזא רב האט נישט קיין שטאנד אין א קהלה. יא ער קען זאגן ד' מלך און דאווענען נעילה וכו' אבער קיין קאנעקשן מיט זיינע קאנסטיטוענטס חברי הקהלה וועט ער נישט אויפבויען, מיטן אויסנאם פון מהרח"צ בנו בכורו ווייל ער איז ספעציעל און אייגנאירטיג אפילו אזוי. אבער מחמת איזה סיבה (הכסף יענה את הכל) זיצט ער ביים טאטנס טיש און טוט גארנישט.

אויסערליך איז די סיבה ווייל אפאר נגידים בעם נעמען אים ארום און ווילן אים נישט ארויסלאזן פון די האנט ע"ש העתיד וואס יעדער פארשטייט. דהיינו זיי האבן געפאנגען דעם איד און זיי פלעגן אים אין די שטוב און כנודע אז ספיקות קען יעדער אריינלייגן אין אלעם ובפרט קרית יואל ומשוגעתי'.
אויב וועט זיך מאכן א איד מיט טיפע טאשן און פאוער אויף איבער צו וועגן די איצטיגע בעה"ב וועט ער קומען צו פליען אין א רגע, וועל מיר צו ווארטן ונראה מה יהיו חלומותיו,

ינצווישן צייט איז דער ציבור חסידי מהרי"י גאנץ באקוועם אין די בתי מדרשים פון מהר"א, מסערווירט היינט יעדן בכבוד גדול און פארשטייט זיך אז אלס מתפלל צאלט מען שוין נר למאור וכו' סאיז זה נהנה וזה נהנה, ויש סאיז דא אין די שולן פון מהר"א וואס לאזן יעדן מאכן שמחות ברית'ן שבע ברכות וכו' באקוועמערהייט אן אריינרעדן אין וואס דו קענסט סערווירן דיינע געסט פארשטייט זיך שהשתיקה יפה להם און שוין. והכל על מקומו יבא בשלום

אבער פאר מהרי"י באמת איז דאס אשאד ווייל די יוגנט (לעתיד די בעה"ב) פארלירט ער. און אויף דעם זאג איך אז ער זוכט עס נישט ווייל ווען ער דארף עס האט ער עס.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

שבעים, די זאגסט א געדאנק, הגם מען קען זיך מפלפל זיין אין די פרטים, בפרט אין די געדאנק וואס די זאגסט אז די איגנט פון די זאלוינים ווערן אטאמאטיש אריינגעדרייט און נשפע פון די ארוינים אין קרית יואל ווייל די קהילה איז נישט עסטעבלישט.

די וואך האב איך לאנג ארומגעשמועסט מיט מיין חבר אין קרית יואל, ער איז גראדע היבש אנגעווייטאגט אויפ'ן רבי'ן (מהרי"י) פארוואס נאכדעים וואס ר' חיים הערש האט שוין מסכים געווען צו קומען מאכט נישט דער רבי דאס ביסל עפפארט אים צו געבן די לעצטע שטופ אז ער זאל קומען. איך האב מיך לאנג געדינגען מיט מיין חבר און פרובירט מסביר צו זיין פארוואס דער רבי איז נישט אינטערסירט אריינצושטעלן זיינע קינדער בהנהגת הרבנות, למעשה טענה'ט ער אז די סיגוט'ע משפחה זענען שוין רבנים דורי דורות אפילו די רבנות זייערע איז אלעמאל אנגעקומען מיט עגמת נפש און מען האט געהאט צו טוהן מיט מחרחרי ריב, דאך זענען זיי אלעמאל געווען רבנים, און אויפגעטוהן פאר אידישקייט.

בפרט אז דא האט דאך בעצם ר' חיים הערש מסכים געווען, ממילא איז ער היבש אנגעווייטאגט פארוואס דער רבי נישט אביסל מער געטוהן יעצט דאס אויסצופירן, פרעגנדיג ווי איז די אחריות פונעם רבי'ן אויף זיין קהילה וואס קוקן שוין אזויפיל יארן ארויס אויף א נערמאלע רב, וואס זאל מאחד זיין און אהערשטעלן די קהילה, סיי מיט די חלק אז עס זאל האבן מער א פנים און סיי בעצם אז איינער זאל דאס פירן. איך האב פרובירט ארויסצוברענגען מער די צד פונעם רבי'ן, אבער דאס איז נאך אן אריכות, אפשר אין די קומענדיגע תגובות.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

עס איז חידושים וואס דא קומט פאר אינערליך ביי די אויבער פירערשאפט פון קהל מהרי"י
עס איז דערווייל האלב שטיל אבער אין מאנסי ביי חסידי מהרי"י וואס זיצן כעת תחת חסותו פון הרב האלבערשטאם וואס פארנעמט די מאנסיער קהלה אלס אב"ד און האלבוועגס אדמו"ר, דארט רידערט זיך אז תלמידי הישיבה סאטמאר קווינס פילן זיך באקריוודעט באיזה אופן פון די הנהגה פון הרב האלבערשטאם און זיי ווילן זיך אפטרייסלען און אליינס עטאבלירן א קהלה און מעגליך אויך א חינוך סיסטעם. לויט מיין אינפארמאציע איז מהרי"י דערביי און שטיצט דאס עפענען שולן און ערשיינט די מסיבות אנעם השתתפות פונעם שוואגער הרב האלבערשטאם, און מאיז אויפן ראוד פון טרעפן א שיינעם איד פאר די לאקאלע שולן וכו'.

די קשיא איז פארוואס זענען די יוצאי הישיבה וואס וואוינען אין קרית יואל נישט אזוי חשוב אז מזאל ממנה זיין אן איש על העדה לאקאל?
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

שבעים לשון האט געשריבן:עס איז חידושים וואס דא קומט פאר אינערליך ביי די אויבער פירערשאפט פון קהל מהרי"י
עס איז דערווייל האלב שטיל אבער אין מאנסי ביי חסידי מהרי"י וואס זיצן כעת תחת חסותו פון הרב האלבערשטאם וואס פארנעמט די מאנסיער קהלה אלס אב"ד און האלבוועגס אדמו"ר, דארט רידערט זיך אז תלמידי הישיבה סאטמאר קווינס פילן זיך באקריוודעט באיזה אופן פון די הנהגה פון הרב האלבערשטאם און זיי ווילן זיך אפטרייסלען און אליינס עטאבלירן א קהלה און מעגליך אויך א חינוך סיסטעם. לויט מיין אינפארמאציע איז מהרי"י דערביי און שטיצט דאס עפענען שולן און ערשיינט די מסיבות אנעם השתתפות פונעם שוואגער הרב האלבערשטאם, און מאיז אויפן ראוד פון טרעפן א שיינעם איד פאר די לאקאלע שולן וכו'.

די קשיא איז פארוואס זענען די יוצאי הישיבה וואס וואוינען אין קרית יואל נישט אזוי חשוב אז מזאל ממנה זיין אן איש על העדה לאקאל?


איך מיין אז מיט דיר האב איך געשמועסט שבת... כמעט די זעלבע ווערטער האט יענער געניצט...

מיר האבן גראדע גערעדט וועגן מאנסי אסאך, ווען איך האב אים מסביר געווען אז בעצם איז ר' חיים יושע א מחוצף אנטקעגן "איינעם", אדער קעגן ר' אהרן אדער קעגן ר' זלמן לייב, ווייל דער ברך משה האט זיכער נישט געוואלט אז סאטמאר זאל האבן אין יעדע פלאץ א לאקאלע רבי ווי אין וויזשניץ, סאו אפילו לאמיר זאגן אז ר' חיים יושע האט געבויעט מאנסי און דער ברך משה האט אים אויפגענומען דארט פאר רב, האט ער אים אויפגענומען "אז ער זאל זיין רב אינטער די צענטראלע סאטמארע רבי" און נישט אז ער זאל פירן א געהאלבטע רביסטעווע.

אבער זיין טענה איז געווען מיט ווייטאג אז אויב אין דעם רבינ'ס אייגענע קהילות, אין לעקוואד, אין בלומינגבערג, און אין קרית יואל קען נישט דער רבי מסדר זיין דארט א נערמאלע הנהגה, דעמאלס פארוואס זאל איך טראכטן אז ווען מאנסי וואלט געווען אינטער די צענטראלע הנהגה - אן ר' חיים יושע- וואלט בכלל דארט געווען היינט צוטאגס א רב, עס וואלט דאך מסתמא געווען די זעלבע צופארעניש.

בקיצור ער איז געווען זייער אנגעווייטאגט פארוואס נאך צוואנציג יאר האט דער רבי נאך אלס נישט אוועקגעשטעלט דארט א רב, נאכדערצו יעצט ווען די זאך איז כמעט געווען כתוב וחתום האט ער דאס געלאזט פארוואסערט ווערן און נישט געפילט פאר וויכטיג איינמאל פאר אלעמאל זיך צו שטעלן אין די לענג און אין די ברייט אז דאס זאל ווערן אויסגעפירט.

איך וויל נישט דא איבערשרייבן זיינע לאזונגען וואס ער האט געלאזט פאלן פון גרויס ווייטאג, אבער חוץ מזה האט ער געטענה'ט אז אפילו אויב דער רבי טוט נישט פאר קרית יואל מיט'ן נעמען די אחריות אין די הענט, פארשטייט ער נישט פארוואס כאטשיג די משמשים ויועצים פונעם רבי'ן טוען דאס נישט כאטשיג לכבודו פונעם רבי'ן אז דער עולם זאל נישט פילן ווי דער רבי איז פויל און לאזט זיין קהילה שוין הענגן פאר איבער צוואנציג יאר, אינדערצייט וואס למשל מאנטריאל איז געווען יארן לאנג צופארן, און ווען דער ברך משה איז געווארן רבי האט ער תיכף געמאכט דארט סדר מיט'ן אויפנעמען זיין איידעם ר' דוד מייזליש אין מאנטריאל אלס רב וואס נאר אזוי האט זיך די קהילה נערמאליזירט, און אזוי אויך אין אנדערע פלעצער אין דער וועלט.

איך האף בקרב הימים צו שרייבן באריכות מיט וואס איך האב אים פרובירט צו באנדאזשירן זיין ווייטאג, וואס איך האב גראדע פארשטאנען אבער איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין די צד פונעם רבי'ן אויך, עס איז אן אריכות פון א שמועס.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ווען רב חיים שיע עפענט אויף מאנסי סאטמאר שטיבלעך אין מאנרא איז ער א מחוצף. ווער סטראכט אז ווען די ברך משה האט צוטיילט סאטמאר און צוויי, האט ער נישט געהאט די foresight צו פארשטיין אז אזא טאלאנטפולער מענטש ווי רב חיים שיע וועט איין טאג זיך נישט מישן אין די מחלוקת and by default ווערן א שטיקל רבי אליין איז א מחוצף צום ברך.
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

פערינא האט געשריבן:ווען רב חיים שיע עפענט אויף מאנסי סאטמאר שטיבלעך אין מאנרא איז ער א מחוצף. ווער סטראכט אז ווען די ברך משה האט צוטיילט סאטמאר און צוויי, האט ער נישט געהאט די foresight צו פארשטיין אז אזא טאלאנטפולער מענטש ווי רב חיים שיע וועט איין טאג זיך נישט מישן אין די מחלוקת and by default ווערן א שטיקל רבי אליין איז א מחוצף צום ברך.

ציניש?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אייראפעאישער חסיד: ניין. ס'איז קרוב לאמת. כפשוטו...!
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

הייסט לויט דעם מיינט דאס אז סיי וועלכע געלונגענע מענטש אין סאטמאר טאר נישט פארנעמען א רבנות פאזיציע ווייל אויב איז ער געלונגען מיז ער אטאמאטיש ווערן א רבי.... איך הער דיין מיינונג...

# אינטערסאנט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מפיל קינד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ר' חיים הערש איז געווען רב אין אהל רחל ירושלים סאו די תירוץ ער וויל נישט האבן קיין רבנות איז שקר אגב ווען ער האט א געלעגנהייט ווי למשל פורים כאפט ער א רבנות פראוועלע

ס'איז געווען אויסגענומען ביים רעזיגנירן אז ווילאנג ס'איז נישטא קיין רב פארט ער אהין יעדע פאר חדשים און זיי צאלן אים דערפאר.

אויב מיינסטו אז רח"ה זוכט פראוועריי און כבוד האסטו א ריזיגן טעות. מ'האט אים געאפערט רבנות שטעלעס אלל אווער, אויך אין וויליאמסבורג א ריזן בית המדרש, ער איז נישט אינטערעסירט אין גארנישט.

ס'איז טאקע א חידוש פאר א טייטלבוים, אבער דאס איז ער.


פאלט דיר גארנישט ביי אז דו ביסט דער וואס האט דעם טעות
פארשפארט