סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

און אויב ס׳וועט זיך אנרוקן א יאשקע פראפאגאנדירער קיין מאנסי וועט מען איהם יא לאזן אנגיין? מ׳וועט איהם ארויסטראסקענען פון די היימישע געגנד אנעם דין פון מרא דאתרא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

שבעים לשון האט געשריבן:און דארט שטייט נישט מרא דאתרא נאר מסייע. ווייל מרא דאתרא איז לכל הדיעות דעמאלס זיכער געווען דאר ברך משה. ואיני יודע אויב מרא דאתרא איז א ירושה אבדזשעקט ווי א מנורה פון יטב לב.

און ווילאנג דער פראטעסט איז רעבעצינס מענטשן כלשונך אדער יחידים פאר זיך, איז דא א ר"ת א שבות יעקב א מעגלי צדק וכו', אבער ווען סאיז דא א קהלה א פולקאמע קהלה מיט רבנות וואס האבן די זעלבע לעגיטימאציע ווייל שניהם מכתוב אחד דרשו. דהיינו ביידע מהר"א און מהרי"י זענען אריינגעקומען בכח הזרוע פונעם ברך משה,
איינער פריער איינער שפעטער
איינער מיט א כתב א צוואה וואס מקריגט דערויף, און איינער מיט א התמנות אקרו"ט וואס מקריגט דערויף,
ובאופן כזה אין כאן לא מרא ולא אתרא ולא גזירה ולא ולא ולא, איז נישטא קיין ר"ת נישטא קיין שבות יעקב און סאיז נישטא קיין מעגלי צדק, סאיז נאר דא פאליטיק לשם פאליטיק.

און פארדעם מאכט מען משוגע דעם המון עם זיך צעקריגן מיט שכינים גוטע פריינד קרובים ידידים שותפים בעה"ב ארבייטער קינדער איידעמער אייניקלעך, ס'ארא טפשות יש בו?

למען הפונקטליכקייט, אויף ר' אהרן'ס קונסוס שטייט יא די ווערטער "מרא דאתרא", נישט בלויז "מסייע".

און נאך איין פונקט פון בעלז מיט קלויזנבורג,
דאס וואס ר' אהרן האט געטאן האט קיין שום שייכות מיט "קנאות".
ממש גארנישט.
ער'ט בלויז עלימינרט די "פערזענליכע" מחלוקה,
ער'ט נישט מודה געווען צו זייער השקפה, זייער דרך, זייער שיטה.
גארנישט,
אדרבא זאגט מיר פונקטליך וואס ר' אהרן האט געטוישט בעניני השקפה, מחמת זיין שלום מיט בעלז אדער קלויזנבורג?
איר העט גארנישט טרעפן.
דאס איינציגסטע זאך, איז מצידו, העט ער מער נישט באווארפן דעם בעלזער מיט אייער ווען ער קומט קיין וומ"ב (קען זיין מצד הזאליס יא אבער מצידו נישט),
און ער געבט איהם די זעלבע הערצה ווי סיי וועלכער אגדוסטישע רבי אדער גדול,ווי דער רבי זי"ע האט געטאן כידוע.
די זאליס זענען בלויז אנגעווייטוגט אז מ'האט זיי אויסגעכאפט אין ס'נישט זיי וואס האבן ערשט געמאכט שלום,
גלייבט מיר 100% דאס איז די אישו דא.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

גאלד האט געשריבן:און נאך איין פונקט פון בעלז מיט קלויזנבורג,

און מהרז"ל גייט אויך צו קלויזענבארג, אן קיין שום פיוס
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

איך בעט אייך זייער הרב בעל עגלהת נישט ווערן איבערגענומען און דורך דעם אראפ פירן די נושא צו זייטיגע ענינים וואס קען אויך זיין וויכטיג אבער מקען עס באהאנדלען און א באזונדערע אשכול.

פרעגסט אויב א מזרחיסטישער רב קען אויך אנקומען קיין קרית יואל וכו' וכו'? דער ענטפער איז מאנסי יוכיח סקווער יוכיח בית שמש יוכיח קוק וויאזוי עס דעוועלאפט זיך א ישוב, און ווער סקען יא אדער נישט קומען. קיין ניו סקווער קען זיכער נישט אנקומען קיינער ווייל די שטאט באלאנגט פאר א יחיד. קיין מאנסי קען יעדער קומען ווייל די שטאט איז אפן פאר יעדן וואס קויפט לאנד. וכו' וכו' עס שטעלט ארויס אז קרית יואל ווערט אן אפענע שטאט דערווייל נאר פאר אלע סאטמארער פראקציעס אבער ימים ידברו צו א דרויסנדער וועט איין טאג האבן אן אינטערעסע אריינצוקומען.

אין סקווער קען א סקווערער חסיד פון ב"פ אויך נישט קויפן, נאר אינסיידערס עס איז קאנטראלד פון אינעווייניג כדי צו האלטן דעם גייסט. קרית יואל איז א אפענער און אפסקעיל דירות מארקעט מקוקט נישט נאך דיין מעמבערשיפ ווען דו קויפסט א דירה, ממילא יא עס איז אפן, די מוסדות דארפן אמאל א שמיי דריי צו קענען עפענען לאקאלע בתי מדרשים מקויפט מיט נעמען פון יחידים וכו' אבער אין טאטעל סאיז א אפענע שטאט פינטל.

אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי הייקעל נאר אויף דעם איינעם פונקט פון דעם סידור קידושין ווען יעדער וואס וואוינט היינט דא נעמט ערליכע אידן יראים ושלמים פאר מסדרי קידושין.
אויב האסטו מורא פון לעתיד סוועט וורן א הפקר וועלט? אדרבא וועט מען דעמאלטס צוזאם נעמען אלע רבני העיר מכל הקהלות און מטכס עצה זיין צו האלטן די שטאט ריין ווייטער. אבער צו מאכן ערליכע שטובער אייגענע ברודערס שכינים טובים משפחה און רופן בלשונות של גנאי און מערער זיין אויף ערליכע קידושין איז אווערדאן און עס איז צייט אראפצוטרעטן.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:און מהרז"ל גייט אויך צו קלויזענבורג, אן קיין שום פיוס

דער היינטיגער קלויזנבורגער רבי שליט"א האט חלילה קיינמאל נישט גערעדט קעגן סאטמאר רב.

און איך האב - חוץ שמועות פורחות - אויך נאך קיינמאל נישט געהערט פונעם אלטן קלויזנבורגער רבי זצ"ל קיין דברי חירוף וגידוף קעגן סאטמאר רב, יא מען האט זיך נישט פארשטאנען, אבער איך האב נאכנישט געטראפן א דרשה ווי דער קלויזנבורגער זאל פערזענליך מבייש זיין סאטמאר רב, און אפילו אויב יא איז זיין זוהן נישט שולדיג.

מה שאין כן בעלזא רב האט ברבים פערזענליך פארשעמט און אראפגעריסן דעם סאטמארער רב כאחד הריקים השם ירחם, און ער האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט ברבים זאגנדיג אז דער אמת איז אז סאטמארער רב איז געווען א צדיק וקדוש און האט חלילה נישט געהאט די נארישע חשבונות מיט'ן ארויסגעבן דעם ויואל משה, נאר אדרבה כל מעשיו איז געווען לשם שמים וכו', ווילאנג ער טוט דאס נישט פארשטיי איך נישט וויאזוי א סאטמארע חסיד זאל אים קענען מוחל זיין אויף זיינע שרעקליכע דברי בלע אויף דעם גרויסן סאטמארער רב.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

גאלד האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:און דארט שטייט נישט מרא דאתרא נאר מסייע. ווייל מרא דאתרא איז לכל הדיעות דעמאלס זיכער געווען דאר ברך משה. ואיני יודע אויב מרא דאתרא איז א ירושה אבדזשעקט ווי א מנורה פון יטב לב.

און ווילאנג דער פראטעסט איז רעבעצינס מענטשן כלשונך אדער יחידים פאר זיך, איז דא א ר"ת א שבות יעקב א מעגלי צדק וכו', אבער ווען סאיז דא א קהלה א פולקאמע קהלה מיט רבנות וואס האבן די זעלבע לעגיטימאציע ווייל שניהם מכתוב אחד דרשו. דהיינו ביידע מהר"א און מהרי"י זענען אריינגעקומען בכח הזרוע פונעם ברך משה,
איינער פריער איינער שפעטער
איינער מיט א כתב א צוואה וואס מקריגט דערויף, און איינער מיט א התמנות אקרו"ט וואס מקריגט דערויף,
ובאופן כזה אין כאן לא מרא ולא אתרא ולא גזירה ולא ולא ולא, איז נישטא קיין ר"ת נישטא קיין שבות יעקב און סאיז נישטא קיין מעגלי צדק, סאיז נאר דא פאליטיק לשם פאליטיק.

און פארדעם מאכט מען משוגע דעם המון עם זיך צעקריגן מיט שכינים גוטע פריינד קרובים ידידים שותפים בעה"ב ארבייטער קינדער איידעמער אייניקלעך, ס'ארא טפשות יש בו?

למען הפונקטליכקייט, אויף ר' אהרן'ס קונסוס שטייט יא די ווערטער "מרא דאתרא", נישט בלויז "מסייע".

עס שטייט אז ער איז משמש אלס א שליח פונעם ברך משה
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

לדעתי אויב איז עמיצער חייש להגנת כבודו של מהר"א וואלט ער פאר כל הון דעלמא נישט צוגעלאזט אזא פאטאלן טעות פון פריש אויפלעבן איזה מערכה שהוא אינערהאלב די שטאט קרית יואל.

די קרעדיט פאר א פרידליכער שטאט, אפילו נאר לפנים, גייט ביי דיפאלט פאר מהר"א און עס מאכט זיין קהלה שיין און זיס. און אזוי גייט שוין דארט אפאר יאר, ווי שוין ערווענט אז יעדער דאווענט איבעראל נישטא קיין האס און שנאה מלעבט ווי ברודער,
על אף וואס אינערליך וואלט מען זיך פארברענט איינער דעם צווייטן, דהיינו ווען דער ווילעדזש קען א שטיקל אנדרייען אויף אפהאלטן א פערמיט אן עפראוועל וכו' פאר די מהרי"י צו בנ"י פראקציעס בדיל ויעבור גיט מען א רוק אריין און שוין געפארן ווייטער אבער קיין פולווער איז נישטא און ווער סוויל רודערן וועט אים יעדער פארווארפן הלמאי ער בארעדט די באהערדע, מוועט אויף אים טייטלען ווי א העצער פאר שלעכטקייט וכו'

יעצט אז מוועקט אויף דעם בער גייען די פיילן אויף מהר"א על לא דבר קיין כבוד קען דאס אים נישט ברענגען בשו"א און די וועסט פרעגן אז פאוער שררה איז וויכטיגער ווי די כבוד כעת, דאס איז שוין ממילא משמש בלשון עבר, עס איז צייט אויפצושטיין צו א נייע רעאליטי אין די דוועלאפמענט פון די שטאט קרית יואל.

די גאנצע דיסקוסיע פונעם סידור קידושין האט זיך פארוואנדעלט אין א שאלה אויפן עצם מרא דאתרא און עס האט נאכנישט עקספלאדירט עס ברענט נאכנישט באמת בלהבת אש נוסח קרית יואל דאס מיינט אז מהאט נאכנישט אויפגערעגט דעם ריכטיגן לוחם. דאס האט שוין קיין כבוד נישט געברענגט און אויב זוכט איינער שיין צו מאכן מהר"א לייגט די מערכה שלאפן צוריק ולא נודע און האפענטליך וועט מען ריקאווערן דעם שאדן.

אן די אדער הענד קען מען שפילן דעם געים פון, איך דארף דאס? איך זוך דאך נאר דעם תכלית למען קדושת דורותינו? אן אחריות נורא וכו' אמת אמת אבער דער ריסק פון הפסד איז זייער גרויס אויף דעם שאך ברעטל משלאגט זיך מיט אן ענליכן חסידות וואס ביידע לעבן אויף די זעלבע סאפלעמענט וואס הייסט "בלוט"
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

טויזנט פראצענט גערעכט,
דער דיין אליין האט זיך אליינס מתנצל געווען ברבים ביי דעם אסיפה,
אז ער באקומט לחץ מצד הארונים אז מ'זאל לאזן די זאך לויפן,
נו פארוואס טוט ער דאס?
אלא מאי מוז מען בעל כרחך זאגן, אז דא מיינט דער דיין כל כולו לשם שמים,
עפעס אנדערש זעה איך נישט,
איינער האט א אנדערע סברה?
דער דיין שליט"א ווייסט נישט פון קיין פאליטישע חשבונות,
ער האלט אז ע"פ תורה איז הדין עמו,
נו וואס זאל ער טאן? פסקנ'ען נגד דעת תורתו ווייל ס'שטימט נישט פאליטיש?
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

קיינער איז נישט מערער אויפן פסק פון הרב בערקאוויטש וואס איז דער דיין ומורה צדק פון קהל יט"ל מהר"א, ער דארף פסקנען כפי ראות עיניו.

נאר סאיז א חידוש נפלא מרפסין איגרא אז דער דיין האט זיך אונטערגענומען ארבעט וואס באלאנגט נישט פאר אים, דהיינו אז סאיז יתכן אז הרב בערקאוויטש איז דער דיין המיוחד וואס שטעלט זיך אויף זיינע פסקים אז זיי זאלן אויסגעפירט ווערן למעשה. אשריך קרית יואל אשריך קהל יט"ל מהר"א שזכיתם לכך.

איז טאקע אשוי למעשה אז אין קרית נעמט מען שריט אויף אויסצופירן הלכה. לאמיר עס איבערגיין:

פון וויפיל פעלער ווייסט דער דיין אז טאטעס ווערן נישט צוגעלאזט צו זייערע קינדער נאך א גירושין, על אף בי"ד האט געפסקט אנדערש, און ער קען גארנישט טון?
וויפיל פעלער זענען אידן געגאנגען פרעגן דעם דיין וועגן נזקי שכנים וכו' וכו' ענינים חמורים בחו"מ און ער קען גארנישט טון?
וויפיל מאל האט ער געענטפערט פאר אידן וואס זענען געקומען פרעגן שאלות הנוגעים בממון און סאיז נוגע ראשי הקהלה האט ער זיי געענטפערט גיי פרעג א דיין פון די פרעמד בעסער?

פונקט ביי די ענין פון סידור קידושין\מרא דאתרא דא קען ער טון אבער נאך ווי טון, און נאר ביי יענעמס שמחות זאל מען נישט גיין, אבער ווען סאיז זיין משפחה זיין ברודער מאכט חתונה אן אייניקל זאלן אלע זיינע קינדער גיין, אלא מאי קומען מיר נאכאמאל צוריק צום זעלבן אין כאן לא מרא ולא אתרא ולא ר"ת ולא שבות יעקב ולא מעגלי צדק נאר ריין פאליטיק לשם פאליטיק און פאר פאליטיק איז דאך אני מתיר את בשרכם את ממונכם נאר יענעמס נישט די אייגענע פארשטייט זיך.
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:מטאר נישט מישן לאקשן מיט מויסטשור קיור. דאס פיוס פון בעלזא איז געטון ריכטיג מצד עצמו ווייל אזוי שטייט אין שו"ע
.

קען זיין אז אזוי שטייט אין שולחן ערוך, איך ווייס נישט. אבער על פי דעם פיפטן שולחן ערוך הייסט דאס נישט קיין מחילה, דהיינו שכל'דיג גערעדט קען נאכנישט א סאטמארע איד מוחל זיין דעם חצוף.

נישט אלעמאל קען מען בלויז פאללאוען די בוק'ס (להבדיל אלף אלפי הבדלות, איך ניץ בלויז די אויסדריק אז אפילו אין די גויאישע וועלט פארשטייט מען אזא מושג פון נישט בלויז פאללאוען די בוק'ס, נאר ניצן צו דעם אביסל שכל אויך) און על פי שכל האט נאך דער בעלזא'ר בכלל נישט פארראכטן זיינע ווערטער.

קען זיין וואס?! אוי זאגסטו גוט, פאר א טשעינדזש. מיט דעם תגובה קלארסטו אויס די פריערדיגע 30 זייטן און שטעלסט קלאר ענקער גאנצער עקזיסטענטץ.
אויפן רבין/ויואל משה'ס כבוד ביסטו פשוט באזארגט אבער דער שו"ע האט בכלל נישט קיין ווערד און איז נישט מחייב נאר ווען עס שטימט מיט 'ענקער' פיפטן שו"ע.
נישט ביי דעם פאל און נישט ביי סיי וועלכע אנדערע פאל אין אידישקייט. דאס איז ענקער שיינקייט און שטאלץ, ליידער.
קיינער קען אין דעם נישט אריינרעדן. 'אונז' מאך מיר אפ ווען מען טוט וואס. יאפ, ס'נישט קיין נייעס ביי קיינעם נאר דא שרייבסט עס צוביסלעך ארויס.
און אזוי רעדט א היימישער חסידישער סאטמארע איד, אכשר דרא.

ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין :lol:
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:מטאר נישט מישן לאקשן מיט מויסטשור קיור. דאס פיוס פון בעלזא איז געטון ריכטיג מצד עצמו ווייל אזוי שטייט אין שו"ע
.

קען זיין אז אזוי שטייט אין שולחן ערוך, איך ווייס נישט. אבער על פי דעם פיפטן שולחן ערוך הייסט דאס נישט קיין מחילה, דהיינו שכל'דיג גערעדט קען נאכנישט א סאטמארע איד מוחל זיין דעם חצוף.

נישט אלעמאל קען מען בלויז פאללאוען די בוק'ס (להבדיל אלף אלפי הבדלות, איך ניץ בלויז די אויסדריק אז אפילו אין די גויאישע וועלט פארשטייט מען אזא מושג פון נישט בלויז פאללאוען די בוק'ס, נאר ניצן צו דעם אביסל שכל אויך) און על פי שכל האט נאך דער בעלזא'ר בכלל נישט פארראכטן זיינע ווערטער.

קען זיין וואס?! אוי זאגסטו גוט, פאר א טשעינדזש. מיט דעם תגובה קלארסטו אויס די פריערדיגע 30 זייטן און שטעלסט קלאר ענקער גאנצער עקזיסטענטץ.
אויפן רבין/ויואל משה'ס כבוד ביסטו פשוט באזארגט אבער דער שו"ע האט בכלל נישט קיין ווערד און איז נישט מחייב נאר ווען עס שטימט מיט 'ענקער' פיפטן שו"ע.
נישט ביי דעם פאל און נישט ביי סיי וועלכע אנדערע פאל אין אידישקייט. דאס איז ענקער שיינקייט און שטאלץ, ליידער.
קיינער קען אין דעם נישט אריינרעדן. 'אונז' מאך מיר אפ ווען מען טוט וואס. יאפ, ס'נישט קיין נייעס ביי קיינעם נאר דא שרייבסט עס צוביסלעך ארויס.
און אזוי רעדט א היימישער חסידישער סאטמארע איד, אכשר דרא.

דאס הייסט ריכטיג ארויסגענומען ווערטער פונעם קאנטעקטס. די שרייבסט ווילד און אבי געשריבן, יעדער קען פארשטיין וואס איך האב געשריבן, און דאס איז שוין אן אלטע אויסדריק אז מען דארף האבן דעם פיפטן שולחן ערוך און נישט אלעמאל איז גענוג ווי א שוטה צו טענה'ן ווי א ליטוואק אז אפס, אזוי שטייט אין שולחן ערוך, אוודאי איז די שולחן ערוך אונזער וועגווייזער און איך האב נישט געשריבן אנדערש, איך שרייב נאר אז די שולחן ערוך אליינס איז נישט גענוג נאר מען דארף צומאל צולייגן די פיפטע שולחן ערוך וואס דאס איז אביסל שכל.

איין מינוט, די פארשטייסט דאך גיט וואס איך האב געמיינט, און טאמער נישט, פארוואס ענטפער איך דיך בכלל? שלמה המלך האט שוין געווארנט אויף דעם
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלגעמיין האט געשריבן:ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין :lol:
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.

זאג נאר, דו ביסט אפשר אויפגעשטאנען היינט אויף די לינקע זייט? דו קענסט ענטפערן צו דער זאך אדער דו קענסט נאר שרייען און ווילדעווען ווי א גע'שחט'נע האן?

איך האב שיין ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט נישט קיין מחילה, ליין איבער רואיג וואס איך האב געשריבן און דו האסט אויף דעם גארנישט געענטפערט, זירא!
אנשטאט צו ענטפערן ווי א מענטש, נעמסטו דיך שרייען ווי א קליין קינד, העי ילדי צרפת, העי חכמת לב, העי בג"ץ. איינער רעדט יעצט פון דעם? דאס איז געענטפערט ממין הטענה?

בארואיגט אייך, דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געשריבן, יא עס האט אראפגעקלאפט דעם בעלזא'רס גאווה, אבער דאס וואס ער האט אין א לענגערע דרשה צולייגט אויף קליינגעלט פארוואס ער האלט אז דער סאטמארער רבי איז חלילה געווען א נידריגע אינג חלילה, די דאזיגע ווערטער האט ער נאך קיינמאל נישט פארראכטן און - לפי ערך וואס ער האט געטוהן פארלאנגט זיך אן אנדערע סארט מחילה - אזוי ווי איך האב דאס פריער ארויסגעברענגט שיין און נארמאל.

און ווילאנג ער שטעלט זיך נישט אויף ברבים זאגן קלאר די פארקערטע מיט די פולסטע שטארקייט פארשטיי איך נישט וויאזוי א סאטמארע איד זאל אים קענען מוחל זיין.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

איך בין נישט קיין מנהל דא, אבער איך מעג בעטן אז דער אשכול האט מיט די סידור קידושין מערכה לאמיר נישט פארפארן. אויב די בעלזא סאטמארער עסק איז אקטועל ביטע עפנט אן אשכול פאר די פיוס מערכה, אבער לאמיר נישט פארפארן פונעם נושא דא פון סידור קידושין\מרא דאתרא
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
אלגעמיין האט געשריבן:ולגופו של ענין, ער האט געטוען ווי דער הלכה/שו"ע פארלאנגט מיט די צושטימונג פון עטליכע גדולי ישראל פון די עדה"ח אין ארה"ק/ארה"ב און איז געווען פארשפרייט מיט בילדער אין אלע צייטונגען בשעתו.
יארן האט גענומען ער זאל דאס טוהן און האט געמיינט א שטארקע קלאפ אין זייער גאווה כידוע.
צו באקומען 'ענקער' שכלדיגע מחילה וואלט ער געדארפט קומען קיין ראדני און קניען פארן בד"ץ וועלכע וועט שפעטער דן זיין אויב מ'קען אים עכט שכלדיג מוחל זיין :lol:
און אז מרעדט שוין פון רבין/ויואל משה'ס כבוד, גיב ביטע צו פארשטיין ווי דאס איז פלוצלינג פארשווינדען ווען 4 ראשי הראדני קרייז האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע קלאגע פאר אביסל שררה אין בגץ הציוני תשס"ט אקעגן די התראה פון עדה"ח און גדולי ישראל? (פייל איז נאך היינט אפן)
ווען מ'האט אפיציעל געשיקט הונדערטער קינדער פון צרפת קיין חינוך עצמאי? (און ווען הרבי מק"י האט זיך לכתחילה נישט געוואלט צושטעלן פאר דעם סיבה, האט מען אים נאך באוואשן אלץ בעל גאווה)
ווען די סיקריקים האבן געפענט אן אייגענע שחיטה אין א"י?
ווען א קרייז-אפיליאירטע מוסד בירושלים האט גענומען געלט און מ'האט דערשטיקט דעם קול מחאה? אבער ביי חכמת לב האט מען נישט געקעט טרעפן קיין תשובה נאר פארשפארן
ועוד ועוד פון דעם דרך "פיפטן שולחן ערוך אידן" פון וועם מ'ליידט זיך צוזאם מכלומרשט בשם התורה והשיטה.

זאג נאר, דו ביסט אפשר אויפגעשטאנען היינט אויף די לינקע זייט? דו קענסט ענטפערן צו דער זאך אדער דו קענסט נאר שרייען און ווילדעווען ווי א גע'שחט'נע האן?

איך האב שיין ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט נישט קיין מחילה, ליין איבער רואיג וואס איך האב געשריבן און דו האסט אויף דעם גארנישט געענטפערט, זירא!
אנשטאט צו ענטפערן ווי א מענטש, נעמסטו דיך שרייען ווי א קליין קינד, העי ילדי צרפת, העי חכמת לב, העי בג"ץ. איינער רעדט יעצט פון דעם? דאס איז געענטפערט ממין הטענה?

בארואיגט אייך, דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געשריבן, יא עס האט אראפגעקלאפט דעם בעלזא'רס גאווה, אבער דאס וואס ער האט אין א לענגערע דרשה צולייגט אויף קליינגעלט פארוואס ער האלט אז דער סאטמארער רבי איז חלילה געווען א נידריגע אינג חלילה, די דאזיגע ווערטער האט ער נאך קיינמאל נישט פארראכטן און - לפי ערך וואס ער האט געטוהן פארלאנגט זיך אן אנדערע סארט מחילה - אזוי ווי איך האב דאס פריער ארויסגעברענגט שיין און נארמאל.

און ווילאנג ער שטעלט זיך נישט אויף ברבים זאגן קלאר די פארקערטע מיט די פולסטע שטארקייט פארשטיי איך נישט וויאזוי א סאטמארע איד זאל אים קענען מוחל זיין.

מיין ענטפער אין קורצן:

1. ער האט געטוען וואס די תורה הק' פארלאנגט און יוצא געווען אלע שיטות. דו ווילסט ער זאל טוען לויט ענקער 5'טע שו"ע און געפיל. אירעלעווענט.
2. דיין כלומר'שטער אויפברויז פאר כבוד רבינו והשיטה הק' - דיין קרייז גיבט נישט קיין דעקל פאר די זאכן כנ"ל.
3. דיין אויסדריק אויפן שו"ע vs ענקער 5'טע שכל איז מיינד-באגלינג און שפיגלט אפ ענקער געדאנקען-גאנג אין אלע ענינים.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבעים לשון האט געשריבן:איך בעט אייך זייער הרב בעל עגלהת נישט ווערן איבערגענומען און דורך דעם אראפ פירן די נושא צו זייטיגע ענינים וואס קען אויך זיין וויכטיג אבער מקען עס באהאנדלען און א באזונדערע אשכול.

פרעגסט אויב א מזרחיסטישער רב קען אויך אנקומען קיין קרית יואל וכו' וכו'? דער ענטפער איז מאנסי יוכיח סקווער יוכיח בית שמש יוכיח קוק וויאזוי עס דעוועלאפט זיך א ישוב, און ווער סקען יא אדער נישט קומען. קיין ניו סקווער קען זיכער נישט אנקומען קיינער ווייל די שטאט באלאנגט פאר א יחיד. קיין מאנסי קען יעדער קומען ווייל די שטאט איז אפן פאר יעדן וואס קויפט לאנד. וכו' וכו' עס שטעלט ארויס אז קרית יואל ווערט אן אפענע שטאט דערווייל נאר פאר אלע סאטמארער פראקציעס אבער ימים ידברו צו א דרויסנדער וועט איין טאג האבן אן אינטערעסע אריינצוקומען.

אין סקווער קען א סקווערער חסיד פון ב"פ אויך נישט קויפן, נאר אינסיידערס עס איז קאנטראלד פון אינעווייניג כדי צו האלטן דעם גייסט. קרית יואל איז א אפענער און אפסקעיל דירות מארקעט מקוקט נישט נאך דיין מעמבערשיפ ווען דו קויפסט א דירה, ממילא יא עס איז אפן, די מוסדות דארפן אמאל א שמיי דריי צו קענען עפענען לאקאלע בתי מדרשים מקויפט מיט נעמען פון יחידים וכו' אבער אין טאטעל סאיז א אפענע שטאט פינטל.

אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי הייקעל נאר אויף דעם איינעם פונקט פון דעם סידור קידושין ווען יעדער וואס וואוינט היינט דא נעמט ערליכע אידן יראים ושלמים פאר מסדרי קידושין.
אויב האסטו מורא פון לעתיד סוועט וורן א הפקר וועלט? אדרבא וועט מען דעמאלטס צוזאם נעמען אלע רבני העיר מכל הקהלות און מטכס עצה זיין צו האלטן די שטאט ריין ווייטער. אבער צו מאכן ערליכע שטובער אייגענע ברודערס שכינים טובים משפחה און רופן בלשונות של גנאי און מערער זיין אויף ערליכע קידושין איז אווערדאן און עס איז צייט אראפצוטרעטן.

הייסט די זאגסט אזוי ווי קר"י איז אייביג געווען א פרידליכע שטאדט און געלאזט עפענען אנדערע קהלות אין זייער שטאדט, דארפן זיי יעצט מוותר זיין אויף זייער בעלות ע"פ תורה אין שטאדט

יא, זיי האבן פארשטאנען אז אסאך איינוואינער ווילן נישט דאווענען מיט דעם שטאטס רב, האבן זיי נישט געשטערט עפענען ביהמ"ד, און יעצט גייסטו מיט דעים שוואכקייט אוועקנעמען זיין רבנות?

ווען זיי וואלטן געווען ווי סקווער אז דא קען נישט וואינען נאר חסידים וואס קומען יעדע וואך צום טיש וכדומה, וואלסטו פארשטאנען אז ער איז בעה"ב
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבעים לשון האט געשריבן:לדעתי אויב איז עמיצער חייש להגנת כבודו של מהר"א וואלט ער פאר כל הון דעלמא נישט צוגעלאזט אזא פאטאלן טעות פון פריש אויפלעבן איזה מערכה שהוא אינערהאלב די שטאט קרית יואל.

די קרעדיט פאר א פרידליכער שטאט, אפילו נאר לפנים, גייט ביי דיפאלט פאר מהר"א און עס מאכט זיין קהלה שיין און זיס. און אזוי גייט שוין דארט אפאר יאר, ווי שוין ערווענט אז יעדער דאווענט איבעראל נישטא קיין האס און שנאה מלעבט ווי ברודער,
על אף וואס אינערליך וואלט מען זיך פארברענט איינער דעם צווייטן, דהיינו ווען דער ווילעדזש קען א שטיקל אנדרייען אויף אפהאלטן א פערמיט אן עפראוועל וכו' פאר די מהרי"י צו בנ"י פראקציעס בדיל ויעבור גיט מען א רוק אריין און שוין געפארן ווייטער אבער קיין פולווער איז נישטא און ווער סוויל רודערן וועט אים יעדער פארווארפן הלמאי ער בארעדט די באהערדע, מוועט אויף אים טייטלען ווי א העצער פאר שלעכטקייט וכו'

דו שרייבסט זאכן קעגן מציאות, יעדער אין קר"י ווייסט אז די זאליס ווערן באהאנדעלט מיט זיידענע הענטשקעס, זייערע בילדערס באקומען שנעלערע פערמיטס און נאך

בכלליות בויען זיי אפאר ביהמ"ד אין קר"י אן קיין שום שטערונגען, די גרויסע ביהמ"ד אויף 5 גארפילד האט א פערמיט אן צושטעלן פארקינג ווי די געזעץ פארלאנגט, קיין איין ביהמ"ד מצד מהר"א באקומט דאס נישט, זיי קענען ווען זאגן גיי בוי דיין ביהמ"ד ערגעץ אנדערש, נישט לעבן די אנדערע, און שטעל צו פארקינג (זיי האבן געווינען אין געריכט מיט חרדים), אבער למען המנוחה (אדער מורא) געט מען זיי אלעס נאך, און דו שעמסט דיך נישט צו שרייבן היפוך המציאות.
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

וועלכע ביהמ"ד אין קרית יואל האט פארקינג?
בית ברוך? קען מען פארקן אויפן דרייוועי פון הרב ריספלער ע"ה
אבני צדק? האט מען לעצטנס אריינגעשטיפט פארקינג פאר פערציג קארס פאר א ריזיג ביהמ"ד
אלטא פיגא? האט אפשר 25 ספאטס

דער ביזנעס צענטער צוויי ריזיגע בנינים מיט אפיסעס און א סופערמארקעט און פול מיט ריטעיל סטארס, וויפיל ספאטס איז דא צו פארקן?

קרית יואל האט אין זייער זאונינג נישט אזא זאך וואס הייסט פארקינג, איך האב א דירה אין קרית יואל פאר זומער וכו' עס וואוינען 8 מענטשן און עס איז דא 3 פארקינג ספאטס, די ווילעדזש קען היינט נישט געוואונען א פארקינג פראבלעם. זיי האבו עס נישט ענפארסד ביי די אייגענע פראדזשעקטס.

יעצט צוריק צו די נושא, ווען סאטמאר נעמט די מהלך פון סקווער קומט מען בכלל נישט אן צו די איצטיגע מציאות מחמת כמה סיבות די שטאט וואלט נישט באשטאנען פון אזא מספר בליעה"ר, אבער אונטער איצטיגן מציאות קען מען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און שרייען אז אט מיט די זאך פון סידור קידושין דאס איז מיינס אפילו ביי דיר אינדערהיים. ער קען פראבירן בכל הכבוד אבער עס איז פארפאלן לפי המציאות. קען זיין סוועט נאך פארגאסן ווערן אביסל אידיש בלוט פון אידן, חתנים וכלות, און מחותנים, משפחה קריגערייען, אויף דעם חשבון פון מהר"א וראשי הקהלה, פארפאלן דאס איז דער שריים וואס האבן פון דרך הבעש"ט פארבליבן פאר אונזער דור פאר ביאת המשיח במהרה, אבער דער מציאות אז קרית יואל איז אן אפענע שטאט ווייל דאס איז די סאורס קאוד פון סאטמאר בכלל איז א ביטערער מציאות וואס ממוז לעבן מיט.

דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר, עס לעבן נאך אידן היינט וואס געדענקן די ראסע דיסקרימינאציע אונטערן שירעם פון געזעץ פון ווילעדזש. עס איז די נעקסטע און יתכן דער ענגילטיגער שריט צו פארוואנדלען קרית יואל אלס אן עיר ואם בישראל. ימים ידברו
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבעים לשון האט געשריבן:וועלכע ביהמ"ד אין קרית יואל האט פארקינג?
בית ברוך? קען מען פארקן אויפן דרייוועי פון הרב ריספלער ע"ה
אבני צדק? האט מען לעצטנס אריינגעשטיפט פארקינג פאר פערציג קארס פאר א ריזיג ביהמ"ד
אלטא פיגא? האט אפשר 25 ספאטס

דער ביזנעס צענטער צוויי ריזיגע בנינים מיט אפיסעס און א סופערמארקעט און פול מיט ריטעיל סטארס, וויפיל ספאטס איז דא צו פארקן?

קרית יואל האט אין זייער זאונינג נישט אזא זאך וואס הייסט פארקינג, איך האב א דירה אין קרית יואל פאר זומער וכו' עס וואוינען 8 מענטשן און עס איז דא 3 פארקינג ספאטס, די ווילעדזש קען היינט נישט געוואונען א פארקינג פראבלעם. זיי האבו עס נישט ענפארסד ביי די אייגענע פראדזשעקטס.

יעצט צוריק צו די נושא, ווען סאטמאר נעמט די מהלך פון סקווער קומט מען בכלל נישט אן צו די איצטיגע מציאות מחמת כמה סיבות די שטאט וואלט נישט באשטאנען פון אזא מספר בליעה"ר, אבער אונטער איצטיגן מציאות קען מען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און שרייען אז אט מיט די זאך פון סידור קידושין דאס איז מיינס אפילו ביי דיר אינדערהיים. ער קען פראבירן בכל הכבוד אבער עס איז פארפאלן לפי המציאות. קען זיין סוועט נאך פארגאסן ווערן אביסל אידיש בלוט פון אידן, חתנים וכלות, און מחותנים, משפחה קריגערייען, אויף דעם חשבון פון מהר"א וראשי הקהלה, פארפאלן דאס איז דער שריים וואס האבן פון דרך הבעש"ט פארבליבן פאר אונזער דור פאר ביאת המשיח במהרה, אבער דער מציאות אז קרית יואל איז אן אפענע שטאט ווייל דאס איז די סאורס קאוד פון סאטמאר בכלל איז א ביטערער מציאות וואס ממוז לעבן מיט.

דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר, עס לעבן נאך אידן היינט וואס געדענקן די ראסע דיסקרימינאציע אונטערן שירעם פון געזעץ פון ווילעדזש. עס איז די נעקסטע און יתכן דער ענגילטיגער שריט צו פארוואנדלען קרית יואל אלס אן עיר ואם בישראל. ימים ידברו

קודם האט דער ווילדזש טעראזירט די צד רז"ל, יעצט טוישסטו די ניגון אז מ' קען עס נישט אינפארסן, זיי קענן נישט געווינען? איי קעגן חרדים האבן זיי געווינען, א קשיא אויף א מעשה

זיי מוזן נישט האבן פארקינג פאר יעדען מתפלל ווייל א חלק גייט צופיס אבער א ביהמ"ד מיט אפאר טויזענט זיצן דארף האבן עפעס א פארקינג פראוצעטועל, און זיי האט מען אינגאנצן נאכגעגעבן

וואס מיינט "דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר" די קהלה מיט די פייט דאך נאך פאר בעלות?

דארפסט האבן א גאנג, מ' קען נישט יעדע מינוט איבערדרייען דעם דאשיק לויט ווי עס געפעלט דיר יענע מינוט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:וועלכע ביהמ"ד אין קרית יואל האט פארקינג?
בית ברוך? קען מען פארקן אויפן דרייוועי פון הרב ריספלער ע"ה
אבני צדק? האט מען לעצטנס אריינגעשטיפט פארקינג פאר פערציג קארס פאר א ריזיג ביהמ"ד
אלטא פיגא? האט אפשר 25 ספאטס

דער ביזנעס צענטער צוויי ריזיגע בנינים מיט אפיסעס און א סופערמארקעט און פול מיט ריטעיל סטארס, וויפיל ספאטס איז דא צו פארקן?

קרית יואל האט אין זייער זאונינג נישט אזא זאך וואס הייסט פארקינג, איך האב א דירה אין קרית יואל פאר זומער וכו' עס וואוינען 8 מענטשן און עס איז דא 3 פארקינג ספאטס, די ווילעדזש קען היינט נישט געוואונען א פארקינג פראבלעם. זיי האבו עס נישט ענפארסד ביי די אייגענע פראדזשעקטס.

יעצט צוריק צו די נושא, ווען סאטמאר נעמט די מהלך פון סקווער קומט מען בכלל נישט אן צו די איצטיגע מציאות מחמת כמה סיבות די שטאט וואלט נישט באשטאנען פון אזא מספר בליעה"ר, אבער אונטער איצטיגן מציאות קען מען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און שרייען אז אט מיט די זאך פון סידור קידושין דאס איז מיינס אפילו ביי דיר אינדערהיים. ער קען פראבירן בכל הכבוד אבער עס איז פארפאלן לפי המציאות. קען זיין סוועט נאך פארגאסן ווערן אביסל אידיש בלוט פון אידן, חתנים וכלות, און מחותנים, משפחה קריגערייען, אויף דעם חשבון פון מהר"א וראשי הקהלה, פארפאלן דאס איז דער שריים וואס האבן פון דרך הבעש"ט פארבליבן פאר אונזער דור פאר ביאת המשיח במהרה, אבער דער מציאות אז קרית יואל איז אן אפענע שטאט ווייל דאס איז די סאורס קאוד פון סאטמאר בכלל איז א ביטערער מציאות וואס ממוז לעבן מיט.

דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר, עס לעבן נאך אידן היינט וואס געדענקן די ראסע דיסקרימינאציע אונטערן שירעם פון געזעץ פון ווילעדזש. עס איז די נעקסטע און יתכן דער ענגילטיגער שריט צו פארוואנדלען קרית יואל אלס אן עיר ואם בישראל. ימים ידברו

קודם האט דער ווילדזש טעראזירט די צד רז"ל, יעצט טוישסטו די ניגון אז מ' קען עס נישט אינפארסן, זיי קענן נישט געווינען? איי קעגן חרדים האבן זיי געווינען, א קשיא אויף א מעשה
טעראריזירט מאן דכר שמי', מען האט ענג געמאכט ווען מהאט געקענט בעקיפין, אין דער עפענטליך איז ביזנעס עז יוזשועל גוטע ברודער. לגבי חרדים איך בין נישט קיין לאו פראפעסאר און איך ווייס נישט וואס איז געווען די קעיס.
זיי מוזן נישט האבן פארקינג פאר יעדען מתפלל ווייל א חלק גייט צופיס אבער א ביהמ"ד מיט אפאר טויזענט זיצן דארף האבן עפעס א פארקינג פראוצעטועל, און זיי האט מען אינגאנצן נאכגעגעבן
בית ברוך איינער פון די שיינע שטילע ווינקלען און קרית יואל לשבחם פון די הנהלת הביהמ"ד בראשות מהר"י בן מהר"א זייער אן אנגענעם ביהמ"ד פאר תושבים געסט און בעלי שמחה פון אלע קהלות, דארט איז נישטא אפילו איין פארקינג ספאט, נאר מקען פארקן (באגנבענען די תושבים פון די גאס) מיטן צונעמען זייער פארקינג. דער נייער ביהמ"ד אויף גארפיעלד האט די זעלבע מספר אויף גארפיעלד און אינעם שאפינג צענטער. קמ"ל אז דער ווילעדזש האט גענוצט דעם זעלבן סטאנדארט ווי ביי זיך.
וואס מיינט "דאס אז מגיט פערמיטס פאר יעדן יוכיח אז בעלות פון חסידות איבער די שטאט איז משמש בלשון עבר" די קהלה מיט די פייט דאך נאך פאר בעלות?
במחילת כבודך איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט
דארפסט האבן א גאנג, מ' קען נישט יעדע מינוט איבערדרייען דעם דאשיק לויט ווי עס געפעלט דיר יענע מינוט

במחילת כבודך איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
בכלליות בויען זיי אפאר ביהמ"ד אין קר"י אן קיין שום שטערונגען, די גרויסע ביהמ"ד אויף 5 גארפילד האט א פערמיט אן צושטעלן פארקינג ווי די געזעץ פארלאנגט, קיין איין ביהמ"ד מצד מהר"א באקומט דאס נישט, זיי קעענען ווען זאגן גיי בוי דיין ביהמ"ד ערגיץ אנדערש, נישט לעבן די אנדערע און שטעל צו פארקינג (זיי האבן געווינען אין געריכט מיט חרדים) אבער למען המנוחה (אדער מורא) געט מען זיי אלעס נאך, און די שעמסט דיך נישט צו שרייבן היפוך המציאות

לאמיר קלאר שטעלן איין זאך, די ווילידזש איז נישט משוגע געווארן אין אנגעהויבן טיילן פערמיטס פאר די זאליס אן א פארקינג , די אויפבוי פין די זאלי בהמ"ד איז א אלטע אויסגעארבטע דיעל מיט די ווילידש נישט צו שטעלן קיין קעגנערס אין די ווילידש וואלן יעדע 2 יאר,

זיי האבן עס געמאכט נאך די לעצטע היציגע טראסטי וואלן מיט בערך 10 יאר צוריק אדער מער, ווען די ארונים האבן מורא געהאט אז זיי גייען פארלירן, נאך וואס געוויסע זענען געווען אויפגעברויזט אויף די פירערשאפט, אין מהר"א אליינס האט זיך געדארפט אויפשטעלן מיט א דרשה צי קאמפיינען,

היינט צי טאגס דארפן זיי נאך מער מורא האבן ווי סיי ווען אז אזא דיעל זאל נישט ציפאלן,
פארשפארט