רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן, קענסט פאר די זעלבע פרייז זאגן ״מ׳גייט נישט האבן קיין קינדער״, ווייל דו האסט א מעשה׳לע אין קאפ אז דיין לעבן הענגט אויף דעם דארפסטו עס נאכנישט אריינהאמערן אין קאפ פאר אנדערע מענטשן און זיי מאכן אומעטיג און דיפרעסט.
א דאנק פארן שרייבן. איך האב עטליכע יארן נישט געהאט קיין קינדער און ס'איז טאקע נישט שטענדיג לייכט געווען אבער איך קוק אויך צוריק אויף יענע יארן ווי א חסד. איך האב נישט געדארפט קינדער אזוי יונג, איך האב געהאט צייט זיך צו באקענטיגן און פארברענגען מיט מיין ווייב, זיך אליין צו ענטוויקלען, זיך פרייען מיט מיינע יונגע יארן און מאכן א לעבן איידער איך בין געווארן א מטופל בבנים. ס'איז שווער צו זאגן וואס וואלט געווען, אבער לכאורה איז מיין גאנצער לעבן פאר מיר בעסער און צופרידענער וועגן יענער פאר יאר.
מען דארף טאקע העלפן און מחזק זיין די וואס דארפן הילף נאר דאס פעטישיזירונג פון קינדער געטריבן דורך געלט דארשטיגע ארגאניזאציעס ווי בוני עולם, א טיים וכדומה ברענגט צו ברעכן. ס'איז דא א לעבן אויסער קינדער וואס א סאך מענטשן ווערן דערפון קיינמאל נישט געוואויער ווייל זיי זענען אזוי ביזי אניאגן נאך קינדער. און ווארטן א פאר יאר האט גאר א סאך מעלות.
ווייטער לגבי דער אזויגערופענער "קידוש ה'", וואו קידוש השם? ס'ווייזט וואס פאר א קעלבלעך אונז זענען און וואס פאר א פנים צופיל פון די קאמפיינען האבן. איך האב עטליכע מאל געליינט דעם קאמפיין "אבאוט" בלאט און אויך דער אשכול אויף אייוועלט און איך האב נישט געקענט זען דער צוועק פון דער קאמפיין, וואס מ'גייט טון מיט דער געלט און ווער רעדט נאך ווער זענען די נאמנים איבער דער געלט. אבער כך היא דרכה של קאמפיינס. ס'איז א היימישע קאזינאו פאר אקסן וואו יעדער טאנצט ארום דער "ד'זאקפאט" פון וואס ער וועט אריינצאלן און אליין נישט געניסן קיין סענט, אבער הקרן קימת לעוה"ב שטייט'זיך.
עמכם אנכי בצרה און איך האב אויך שוין צושטייער געגעבן און איך וועל נאך צושטייער געבן אין פריידן. איך רעד מיך אבער נישט איין אז ס'איז א קידוש השם. א חלק צאל איך ווייל כאטש עפעס וועט אנקומען צום צוועק, א חלק אלץ איינטריט געלט און מעמבערשיפ פאר אונזער געזעלשאפט וואו פריינד און קרובים און קליענטן ערווארטן עס, אמאל (למשל ר' שאול אדער ר' שמואל ניימאן) אלץ א פראטעסט און אמאל טאקע ווי א קאלב. איך קען אויך שיכור ווערן פון די פארבן פון די צעטלעך, כסדר'דיגע וואטסאפס אדרעסירט צו מיין ערשטער נאמען און פון דער זייגער וואס לויפט אויף אראפ און דער געלט ציילער וואס שיסט אויף ארויף. דאס הארץ מאכט זיך אויף, די קעשענע ווערט לויז, דער טייסטער באווייזט זיך אויפן טיש (אין פאל אז די נומערן שפרינגען נישט אליין אויף פון זכרון), און פאר צען סעקונדעס באווייזט זיך מיין "הצלחה רבה" און איך שפיר מיך א חלק פון דער עם סגולה.