גאלד האט געשריבן:כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,
כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין איז דא א מרא דאתרא,
און אזוי זענען געווען אין כמעט אלע גרויסע שטעט אין יוראפ,
כ'דענק, כאב געליינט, אז ביי די גרויסע מחלוקה,
ווען מהרי"ד מבעלזא זצ"ל האט געוויילט אין מונקאטש, בעת מלחמת העולם הראשון,
האט זעלבסטפארשטענדליך רי"ד געפירן אינגאנצן איין אייגן ווירטשאפט,
זענען לגמרי נישט געווען בשלום כידוע,
אבער ס'מקובל אז ער'ט געזאגט פאר זיינע יושבים איז דער רב (דער מנחת אלעזר) איז מרא דאתרא, "לגבי סידור קידושין"
דאס מיינט נישט אז מ'איז "משעובד" צום רב,
קענסט פירן דיין ווירטשאפט כאוות נפשך,
נאר דאס איינע ענין פון סידור קידושין מוז גיין דורכן מרא דאתרא,
און נאכדעם ביסטע פריי צו דיך גיין דיין וועג,
ממילא דאס אז די זאליס האבן א אייגענע בוטשער צו א מצה בעקעריי וכדומה,
איז בעצם לא מוריד ולא מוריד,
ס'האט לכאורה קיין שום סברא אז דאס זאל מאכן די נפק"מ,
וואס יא, אויב די א"ג "קהילה נפרדה" האט אנדערע השקפות, א אנדערע דרך החיים, אנדערע מסורה וכדומה
וואס זיי ווילן נישט נשפע ווערן פונעם אנדערען קהילה,
דאן וואלט איך יא מודה געווען אז יש סברה לומר אז דאס הייסט א קהילה נפרדה,
ווייל מחמת זייער מסורה וחינוך הדורות ווילן זיי אין פרינציפ נישט געבן קיין שום הכרה והערצה פארן דעם יעניגן רב,
אזא גאטונג ווי אין יוראפ איז געווען די שטאטוס-קווא, און די חסידים,
די חסידים זענען געווען אויסן צו פירן א קהילה אויף א פרומערע השקפה ווי די שטאטוס-קווא,
(כ'רעד שוין נישט פון די נעאלאגן, דאס איז דאך אפגערעט),
ממילא האבן זיי מייסד געווען א "קהילה נפרדה",
די אלע בנינים ומוסדות וצרכי הקהלה וואס מ'איז מייסד איז נישט וואס מאכט די קהילה נפרדה
דאס איז די "תוצאה" פון א קהילה נפרדה,
ס'האט גארנישט געהאט מיט ווער דער רב איז,
ס'האט מיט דעם אז די גאנצע סטאנדאדט פון אידישקייט איז אנדערש
יעצט בנידון דידן אין קרית יואל,
ס'שווער צו זאגן אז די פארשידענע קהילות זענען עפעס אנדערש בעניני השקפה,
ס'אלעס ווי מ'רופט אויף ענגליש - like minded - לגבי יהדות
אפי' די וואס רופן זיך טאהש צו ספינקא,
איז נאכאלס די סטאנדארד, די יסודות, די קולטור, די באנעמונג,
איז אלעס אויפן האר די זעלבע,
איבעראל איז דא מער פרומערער מיט מער קילער, וכדומה,
אבער בכלליות איז אלעס ממש די זעלבע,
די איין איינציגע נפק"מ ווי מ'קען זיך בשום אין פנים ואופן זיך אויסקומען איז דער פורצוג פונעם רב,
איין צד וויל דוקא ר' אהרן דער אנדערער וויל דוקא נישט ר' אהרן,
ביי דעם הייבט זיך עס אן און ביי דעם ענדיגט זיך עס
לאמיר זיך נישט פאפן לאמיר נישט שפילן תמ'וואטע,
דאס איז דער שורש הדיון,
אויב אזוי, השתא דאתיין להכא,
זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז דאס זאל זיין א עקסקיוז פאר א קהילה נפרדה,
למעשה איז דער גאנצער רעיון פון די התייסדות פון קרית יואל איז געווען על דעת זה צו אנטלויפן פון ברוקלין,
כדי צו פירן איין אייגן ווירטשאפט מיט א אייגן עקסקלוסיוו הנהגה,
איז כל זמן דער שטעטל איז נאכאלס אלעס סאטמארע, אונגארישע, אזיאטישע, קנאישע תושבים,
איז אחרי רבים להטות, דאס רוב ווילן ר' אהרן'ען,
ממילא איז ער לכאורה ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ שכל וע"פ נימוס, דער רעכטער מרא דאתרא,
עכ"פ זיכער לגבי סידור קידושין,
אדרבא איך בין גרייט צו הערן בדרכי נועם א סברה אחרת,
גאלד, איך מוז דיר ארויסהייבן פארן שרייבן אזוי מענטשליך, נארמאל, אן אריינברענגען פערזענליכע סענטימענטן פון שנאה אדער נצחון וכדומה און איך וועל אויפן זעלבן סטיל פראבירן צו פרעגן וואס איך האב נישט פארשטאנען און קאמענטירן וואס איך האלט פאר ריכטיג.
א מרא דאתרא וואס ווערט גערופן היינט א שטאטס רב, נישט א א רב פון א לאקאלע קהלה און נישט א רבי פון א חסידות. א שטאטס רב איז דער רב און אמאל אויך אב"ד אויב פונקציאנירט א בי"ד
אין אנטווערפען איז הרב שיף דער שטאטס רב, עס איז דא א שטאטישע קהלה און זענען אחראי אויף זייער אסאך שטאטישע אנגעלעגנהייטן, זיי האבן דיינים בעלי מכשירים וכו' איז הרב שיף דער מסדר קידושין יעדע נאכט, לפי ידיעתי פלעגט דער באניער רב זיין מסדר קידושין פאר אנ"ש סאטמאר.
אין מאנטריאל איז דא שטאטישע קהלה מיט א רב הרב ווייס זיי טראגן אחריות אויף עירוב כשרות MK און מסתם נאך זאכן, האט עמיצער אמאל געהערט אז אין די פילע קהלות אין גרעיטער מאנטריאל ווי דער הרב ווייס איז מסדר קידושין?
אין לאנדאן איז דא א שטאטישע קהלה מיט אחריות'ער ווי כשרות ועוד (כדתיא) מיט א רב הקהלה הרב פדווא איז דער הרב פדווא מסדר קידושין ביי אלע חופות אין לאנדאן?
אין ירושלים איז דא א שטאטישע קהלה מיט א בי"ד מיט הכשרים, שחיטה וכו' און זיי האבן א רב לרפו"ש, איז דער הרב ווייס מסדר קידושין אין גאנץ ירושלים ביי אלע חופות?
א שטאטס רב הייבט זיך נישט אן ביים רב עס הייבט זיך אן ביי די שטאטישע קהלה, ווי אלע אידן פון די שטאט זענען חברי הקהלה, מעמבערס, און די קהלה ווי א יעדער איז א מעמבער, ערוועלט א וועד פאר די הנהלת הקהלה און ראשי הקהל און א רב און דער רב ווערט באשטעטיגט אלס מרא דאתרא וכו'
דער ענין אין קרית יואל איז גאר אנדערש, עס איז נישטא קיין שטאטישע קהלה וואס איז אחראי אויף די שטאט בכלליות ווי אלע תושבים זענען מעמבערס חברים אין די קהלה, נאר ס’האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז מהר"א איז געווארן דער רב אין די קהלה יט"ל תשמ"ה, קרית יואל איז דעמאלס באשטאנען פון איין חסידות איין רבי דער בר"מ זצ"ל, יעדער איז געווען א מעמבער אין די קהלה און ער איז געווען רב הקהלה לאקאל אפילו סאיז געווען מענטשן וואס האבן געהאט פארשידענע טענות כלפי זיינע אדער קהלישע החלטות אבער יעדער איז א חלק דערין אלס חבר הקהלה. דער אויסשליסליכער מחליט אויף די קהלה איז דעמאלס געווען דער בר"מ זצ"ל וואס איז געווען אויפגענומען אלס רב ואב"ד סאטמאר וואס די קהלה ומוסדות אין קרית יואל איז אונטער דעם שירעם.
די שטאט איז זיך צעוואקסן דארונטער די קהלה והמסתעף מיט א מספר רב ערליכע סאטמארע אידן יראים ושלמים דערונטער א ריזיגע נעץ פון מוסדות לתורה ויראה כה יתן ד' וכה יוסיף.
אינצווישן האט די קהלה אויסגעשלאסן אייניגע חברים פון די קהלה וואס האט געפירט צו די גרינדונג פון א נייע שפליטער קהלה אינערהאלב די שטאט קרית יואל מיט א מוסד און מורי הוראה און א שחיטה און ביה"ח אבער נישט קיין רב הקהלה. נאך וואס דער בר"מ זצ"ל עלה בסערה השמימה איז די סאטמארער קהלה צעשפליטערט געווארן בכל מקומות מושבותיהם מהאט געעפנט בתי מדרשים וכו' און אין קרית יואל בכללם א נייע קהלה מוסדות וכו' אבער נישט קיין לאקאלער רב נאר אונטערן שירעם פון מהרי"י.
בחייו פונעם לעצטן אויפגענומענעם מרא דאתרא אין קרית יואל האט מען געהאט שווערע טענות אויף די נייע קהלה היתכן ? אבער דער תירוץ איז דאן געווען אז מהאט דאך זיי אוועקגענומען זייער חבר סטאטוס, און ממוז דאך ווייטער עקזיסטירן האבן זיי מיט אלע שוועריגקייטן איבערגעלעבט דעם דרוק און געבויעט וואס זיי האבן געבויעט בלי שום שייכות כל דהוא מיט קהל יט"ל מהר"א.
מאז לאחר פטירתו פונעם בר"מ זצ"ל איז כהיום נישטא אין קרית יואל א פאראייניגטע קהלה וואס כל תושבי העיר זענען אנגעשלאסן אלס מעמבערס, אדער אז אלע קהלות פאראייניגט מיט שעבודים פון
כשרות וכדומה אונטער איר, וואס דאס מיינט אז יעדער מעמבער פון די עקזיסטירנדע קהלות האבן דעם שעבוד און זענען מעמבערס.
נאר היינט איז דער מציאות אז א ריזן מספר תושבי העיר זענען שוין בכלל נישט קיין חברי הקהלה בקהל יט"ל מהר"א, אסאך האבן געטוישט זייער מעמבערשיפ מקהלה לקהלה, צו קהל בני יואל יארן צוריק,און קהל יט"ל מהרי"י לעצטנס (עס זענען דא אינגעלייט לפי מיין השערה וואס זענען קיין מעמבערס בכלל) די קהלות האבן געעפנט בתי מדרשים ביה"ח בוטשער בתי חינוך ישיבות וכו' וכו' זיי האבן נאך נישט ערוועלט קיין הנהלת הקהלה, זיי האבן נישט קיין ערוויילטע ראשי הקהל און קיין ערוועלטן רב, און יעצט האבן זיי אויך חתונה זאלן וואס סערווירטן זייערע חברי הקהלה. אדער סיי ווער סוויל דינגען דאס פלאץ. אלע קהלות אין די שטאט קרית פונציאנירן פאר זיך ווי א חסידות ווי אלעס גייט לויטן רבינ'ס רצון מיטן אויסנאם פון קהל בנ"י וואס פירט זיך לפי א וועד הרבנים ובעה"ב און זיי מאכן יא אמאל וואלן פאר געוויסע החלטות.
לפי"ז איך זעה באמת נישט וויאזוי מהר"א זאל האבן געווארן דער שטאטס רב אדער וויאזוי קהל יט"ל מהר"א זאל האבן באקומען דעם סטאטוס פון שטאטישע קהלה, ווען א מספר עצום זענען לגמרי נישט אנגעשלאסן דערין.
די מונקאטשער בעלזאר מציאות קען איך נישט און איךך ווייס נישט קיין םרטים מדמה צו זיין מלתא למלתא