גאנצל האט געשריבן:לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?
בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר
און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן
בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות
אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו
צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע
נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער
און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים
מ'האמער דא א תלמוד חלום... א נחת.
אין שו"ע הל' מחילה שטייט קלאר אז ביי מוציא שם רע איז די הלכה אנדערש! וואס דאס איז געווען די מעשה אין בעלזא.
רמ"א תר"ו סעיף א': ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו. מ'זעט אז מוציא שם רע איז נישט סתם געטשעפעט, נאר מ'דארף נישט מוחל זיין!!
דער מחבר אליין א סעיף שפעטער: תקנת קדמונינו וחרם, שלא להוציא שם רע על המתים
אסאך פוסקים נעמען אן אז ס'איז לא ניתן למחילה, חוץ אויב מ'קען עס צוריקדרייען.
לשון שו"ע הרב: ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו בכל עניין, אפילו אם יבקש ממנו כמה פעמים, משום דאפשר שיש בני אדם ששמעו הוצאת הלעז עליו ולא שמעו הפיוס, וידמה להם שאפשר שהלעז הוא אמת, ולא יצא עדיין אדם זה נקי מחשד. ומכל מקום מדת ענווה למחול אפילו בהוצאת שם רע:
בכהאי גוונא איז פשוט, אז זיך אויפשטעלן זאגן טעיתי איז דער מהלך דאס צוריקצודרייען וואס דעמאלטס איז עס ניתן למחילה. א מנין ביים קבר העלפט נישט אויף בארעדן איינעם הוצאות לעז אדער שם רע.
אבער סאטמאר רב...