שבעים לשון האט געשריבן:עס איז חידושים וואס דא קומט פאר אינערליך ביי די אויבער פירערשאפט פון קהל מהרי"י עס איז דערווייל האלב שטיל אבער אין מאנסי ביי חסידי מהרי"י וואס זיצן כעת תחת חסותו פון הרב האלבערשטאם וואס פארנעמט די מאנסיער קהלה אלס אב"ד און האלבוועגס אדמו"ר, דארט רידערט זיך אז תלמידי הישיבה סאטמאר קווינס פילן זיך באקריוודעט באיזה אופן פון די הנהגה פון הרב האלבערשטאם און זיי ווילן זיך אפטרייסלען און אליינס עטאבלירן א קהלה און מעגליך אויך א חינוך סיסטעם. לויט מיין אינפארמאציע איז מהרי"י דערביי און שטיצט דאס עפענען שולן און ערשיינט די מסיבות אנעם השתתפות פונעם שוואגער הרב האלבערשטאם, און מאיז אויפן ראוד פון טרעפן א שיינעם איד פאר די לאקאלע שולן וכו'.
די קשיא איז פארוואס זענען די יוצאי הישיבה וואס וואוינען אין קרית יואל נישט אזוי חשוב אז מזאל ממנה זיין אן איש על העדה לאקאל?
איז דען נישט דער הייליגער ר' ישעי' טירנויער די רב פון יוצאי קווינס אין מאנסי ?
1. כ'האב מיך באצויגען צום פותח אז זיין קאנדידאטאר איז אויס. 2. גלייכט רביסטעווע; מעגליך יא/נישט, כ'האב נישט געטוען דערין דערווייל אבער אז ס'איז ממש שקר קען זיין איבערגעטריבן. פשוט מצד הדרך הטבה. אפי' אז נישט מוז נישט זיין מצד א מעלה קען אויך קומען מצד חסרונות. קינדער פון רבנישע שטובער זענען עפי"ר אויסגעשטעלט/העלפן ארויס ממשיך צו זיין זייער שלשלת. ס'איז נישט קיין נייעס פון היינט אדער סיי וועלכע חסרון בככליות. די פארדיר קענסטו אויסוועלן אויב די ווילסט ממשיך זיי אונטער זייער הנהגה/השפעה.
ר' אברהם יקותיאל יערמיאש וואס האט לכתחילה געגעבן דריי מיליאן דאללער פאר די קהילה נאר בתנאי אז ר' חיים הערש קומט, האט שוין מסכים געווען צו געבן ווייטער די געלט, ער גיסט ריזיגע געלטער סיי פאר די קהילה און סיי פאר די מוסדות