אלגעמיינע זינגערס מיט א היימישן טעם

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

אלגעמיינע זינגערס מיט א היימישן טעם

שליחה דורך chaims »

אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסען מיט היימישע מוזיק און דאס איז וואס איך האב ליעב איז מיר שווער צו באקומען א טעם צו וועלטליכע זינגערס,
א יוצא מן הכלל איז דער לעגענדארע זינגער ליאנארד כהן וואס איך קען נישט פונקטליך מסביר זיין, אבער עפעס האט ער א היימישע טעם און איך גלייך איהם זייער.

איך בין נייגעריג צו דער עולם האט עפעס רעקאמענדאציעס אויף אלגעמיינע זינגערס וואס איהר פיהלט שטימט מיט אונזער טעם אין נגינה?

I can't believe I just said that...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ברענג א קליפ פון דעם כהן.

געווענליך האבן די אייראפעיאישע ניגונים ביז לעצטנס געהאט גאנץ א היימישער טעם. נעם א ביישפיל די דייטשע ניגונים "דזדינדזשיס חאן" (יידן פון מבד), און "ראספאטין" (כל מה דעביד פון מכאל שטרייכער).

איך קען אינדיאנער ניגונים וואס ענדלען צו ניגונים פוו יענקל תלמוד (יענקל האט אזוי ווי יוסי גרין בימינו געמאכט א געמיש פון היימישע תנועות מיט זייער פרעמדע תנועות).

איך מיין אז די היימישקייט פון די תנועות איז נישט ווייל די אידישע זינגערס האבן זיי מגייר געווען, להיפך, מען האט זיי מגייר געווען צוליב די היימישקייט. (חוץ יענקל תלמוד, און יו"ט ערליך).

אבער אין די גאנץ פריערדיגע יארן זענען די גרעניצין פון היימישע נגינה און נישט היימישע געווען גאר שמאל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך chaims »

דאס איז זיין מערסט באקאנטע ניגון
http://youtu.be/ttEMYvpoR-k

I can't believe I just said that...
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

Vicky Leandros

שליחה דורך נײגעריגער »

moshav zekeinim האט געשריבן:געווענליך האבן די אייראפעיאישע ניגונים ביז לעצטנס געהאט גאנץ א היימישער טעם.

יאָפּ, די דאזיגע צװיי װאַרעמע ניגונים פון די אייראָפּעאישע (געבוירן אין גריכנלאנד, װאוינט אין דייטשלאַנד), זינגערין װיקי ליאַנדראָס האבן מיר שטאַרק באַנומען און פארמאגן לפי דעתי א היימישן געשמאק [אדער בין איך שוין אפשר צו פארגויאישט?.... :lol: ]

Apres toi
ארגינעלע װערסיע, לייװ 1972
https://www.youtube.com/watch?v=Ka89ORFu_Tc

א שפּעטערדיגע אויספירונג, (אהן די האַרמאָני), מיט די װערטער אױפן סקרין, אין ענגליש, פראַנצויזיש און ספּאַניש
https://www.youtube.com/watch?v=4vKHpl2_ktY

Come What May
סטודיאָ װערסיע אין ענגליש (נישט אַן איבערזעצונג פונעם ארגינעלן, װייניגער דראמאטיש)
https://www.youtube.com/watch?v=eUeT_dzD6Hk

L'amour brillait dans tes yeux
https://www.youtube.com/watch?v=LGDR3u7lM0M

Ich Hab Die Liebe Gesehn
װערסיע אין דייטש
https://www.youtube.com/watch?v=wHq6ooVAPqA

ס'אַראַ הערליכע תנועות, באַצויברנדע הימלישע שטימע. איי די האַרמאָני... כ'פיהל אז סשניידט פון מיר שטיקער, ממש בוקע רקיעים, נעמט מיר צו א דביקות אין די עולמות עליונים.... ס'װילט זיך הערן נאכאַמאָל און נאָכאַמאָל עד אין סוף....

זי האט נאך קנאַקעדיגע, למשל: Auf dem Mond da blühen keine Rosen
https://www.youtube.com/watch?v=D_7GyykLpiQ
Just another nerd
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

פערזענליך קאנעקט איך אויך שטארק מיט לענארד כהן הגם איך זע נישט זיין היימישקייט און אוודאי פארשטיי איך נישט זיינע ניגונים, סאמהאו אבער רעדן זיי צו מיין נשמה

Josh Groban גייט גוט אין היימישע קרייזן און מ׳קען פילן די היימישקייט אין די פשוט׳ע געפילישע ליריקס, למשל די ניגונים you raised me up אדער you are loved
פארשפארט