הרב פנחס קארף ע"ה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
הרב פנחס קארף ע"ה
אין קראון הייטס איז די נאכט נפטר געווארן דער בארימטער חב"ד'סקער חסיד און משפיע הרב פנחס קארף ע"ה.
הרב פנחס איז בעיקר באקאנט ביי די נישט חב"ד'סקער פאר דער איבערפאל וואס האט ער געהאט, אין יאר תשמ"ג, ווען ער איז געווען אין וויליאמסבורג געבן א שיעור אין תניא, און ער איז איבערגעפאלן געווארן דורך א גרופע פון פיר סאטמארער חסידים וועלכע האבן אים טיילווייז אפגעשניטן די בארד.
עס איז דאן אנטשטאנען אן אנגעצויגנקייט צווישן די שוין-אזוי-אויך אנגעצויגענע קשר צווישן חב"ד און סאטמאר. דער ליבאוויטשער רבי האט עמטליך פארדאמט דעם איבערפאל, און גערופן אז סאטמאר זאל עס פארדאמען.
עטליכע וואכן שפעטער האט זיך די בארד-געשניידאכטס איבער'חזר'ט ווען עטליכע סאטמארער חסידים זענען איבערגעפאלן מענדל וועכטער (ס'דא אן אשכול פון יענער פרשה, אבער ס'איז פארשפארט, מטעם כמוס...).
איין סאטמארער חסיד איז ארעסטירט געווארן, אבער איז למעשה באפרייט געווארן פון סיי וועלכע קלאגעס, נאכדעם וואס ר' פנחס האט נישט געדענקט געוויסע דעטאלן פונעם אטאקע וואס האט אויסגעפעלט אים אנצוקלאגן. די געריכט זאל איז געווען געפאקט מיט סאטמארער און ליבאוויטשער חסידים. פונעם ליבאוויטשער זייט האט ר' יהודה קרינסקי געגעבן דעטאלן פאר דער מידיע און פון דער סאטמארער זייט האט ר' אברהם (אלבערט. פון די צייטונג.) פריעדמאן געגעבן סטעיטמענטס פאר דער מידיע.
אין די לעצטערע חדשים, כמעט א יאר צייט, האט ער זיך געמוטשעט מיט'ן קאראנא ווירוס, און איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא א נאכפאלגונג (המשך) פאר די פרשה. דער ליובאוויטשער רבי נ"ע האט בשעתו געזאגט אז די וועלכע האבן דאס געטון סיי צו ר' פנחס און סיי צו ר' מענדל וועכטער האבן נישט פוגע געווען אין איהם פערזענליך (כאטש דאס איז געווען זייער כוונה). נאר כביכול אין באשעפער אליינס....!
היינט, לצערינו איז דא א איד וועלכער איז געווען איינער פון די הויפט פארמישטע אין די פרשה. האט ער נעבעך אין די לעצטע עטליכע יאר געליטן פון אן עלילת שווא וואס ער האטציך נישט געקענט ארויסדרייען.
ווען ער האט איינגעזעהן אז זיין מצב איז ערנסט איז ער ארויסגעפארן (אפשר מיט א מנין) צום ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן צו בעטן מחילה. אבער דערווייל (אדערוויילע, אזוי ווי ר' דוראק זאגט.) זיצט ער נאך...!

- אייראפעישער חסיד
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז דא א נאכפאלגונג (המשך) פאר די פרשה. דער ליובאוויטשער רבי נ"ע האט בשעתו געזאגט אז די וועלכע האבן דאס געטון סיי צו ר' פנחס און סיי צו ר' מענדל וועכטער האבן נישט פוגע געווען אין איהם פערזענליך (כאטש דאס איז געווען זייער כוונה). נאר כביכול אין באשעפער אליינס....!
היינט, לצערינו איז דא א איד וועלכער איז געווען איינער פון די הויפט פארמישטע אין די פרשה. האט ער נעבעך אין די לעצטע עטליכע יאר געליטן פון אן עלילת שווא וואס ער האטציך נישט געקענט ארויסדרייען.
ווען ער האט איינגעזעהן אז זיין מצב איז ערנסט איז ער ארויסגעפארן (אפשר מיט א מנין) צום ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן צו בעטן מחילה. אבער דערווייל (אדערוויילע, אזוי ווי ר' דוראק זאגט.) זיצט ער נאך...!
ר' בערל דו פארמאגסט אין זיך אן אוצר פון ידיעות אין היסטאריע ! טייל אונז מיט וואס מער!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז דא א נאכפאלגונג (המשך) פאר די פרשה. דער ליובאוויטשער רבי נ"ע האט בשעתו געזאגט אז די וועלכע האבן דאס געטון סיי צו ר' פנחס און סיי צו ר' מענדל וועכטער האבן נישט פוגע געווען אין איהם פערזענליך (כאטש דאס איז געווען זייער כוונה). נאר כביכול אין באשעפער אליינס....!
היינט, לצערינו איז דא א איד וועלכער איז געווען איינער פון די הויפט פארמישטע אין די פרשה. האט ער נעבעך אין די לעצטע עטליכע יאר געליטן פון אן עלילת שווא וואס ער האטציך נישט געקענט ארויסדרייען.
ווען ער האט איינגעזעהן אז זיין מצב איז ערנסט איז ער ארויסגעפארן (אפשר מיט א מנין) צום ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן צו בעטן מחילה. אבער דערווייל (אדערוויילע, אזוי ווי ר' דוראק זאגט.) זיצט ער נאך...!
זייער א שיינע מעשה
אן אריינגיין די סיבות פון יענע מעשה און ווער עס איז גערעכט געווען, אבער די גאנצע מקוור אז יענער איז געווען אינוואלווד איז נתגלה געווארן דורך חסידי חב"ד ווען מ' האט אים ארעסטירט נעבעך
אני הגבר בין געווען פון די קרובים אל החלל וד"ל דעמאלס, און געווען בידידות מיט דעים וואס זיצט יעצט נעבעך, איך האב דעמאלס נישט געהערט פון קיינעם אדער פון עם אז ער האט די מינדיסטע חלק דערין, פארקערט אלס אפשטאמיגער פון חסידי חב"ד אבער נישט עקסטרעם ווי די מלאכים, אויך אלס שטוב מענטש ביים ב"מ זצ"ל איז ער נישט געווען ענטוזיסטיש דערפאר
דאקעגן די וואס זייערע נעמן זענן באקאנט אלס די וואס האבן עס געטון (אנגעווייטאגטע משפחות) לעבן און לאכן ב"ה, עס פעלט זיי גארנישט
איך בין נישט דער מענטש צן בארעכטיגן אדער באשולדיגן קיינעם, אבער דא איז דא א צווייטע זייט, פון עלטערן וואס האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי א סאטמארן תלמיד און חסיד (ר' מענדל וועכטער) און מ' האט זיי אויסגעפאפט און פארפירט צו א פלאץ וואס זיי האבן געהאלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן (שיינערהייט געזאגט) און זייערע טרערן און בלוט איז אויך דא זיך צו רעכענען
השי"ת זאל העלפן אלע יודן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א חסיד פון ווילנא: דו ביסט גערעכט מיט דעם אז די וועלכע האבן (בדיעבד) הנאה געהאט פון אט די מעשים מגונים זענען געווען פארווייטאגטע משפחות.
איך אליין האב געקענט איין אזא משפחה. וואו דער טאטע דער ראש המשפחה איז געווען א געווייקטער סאטמאר'ער חסיד. און איינער פון זיינע זין (כ'מיין דער יונגסטער). איז געווארן א חב"ד'ס'קער. שטייצעך זיי אליין האבן שוין משפחות. און דער זון דער ליובאוויטשער חסיד סטראשעט ביי א יעדע געלעגנהייט וואס ס'קומט אונטער אז אויב מ'געט איהם נישט נאך וואס ער פארלאנגט גייט ער שיקן זיינע קינדער לערנען אין ליובאוויטש...!
שטייצעך. דער טאטע. א פארמעגליכער איד, ב"ה געט איהם אלעס נאך.. זיכער איז נישט כדאי צו מאכן מחלוקות אין א משפחה. אבער דער זוהן ..."פיהרט דעם טאטן ביי די נאז"...!
לגבי דעם איד וואס זיצט נעבעך אין תפיסה. האביך געהערט אז ער איז יא געווען איינער פון די וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די מעשה מגונה. ווייל ער איז דאך באוואוסט געווען אין וויליאמסבורג אלס אן .."עסקן"...!
דאס האט יענער געטון ווען ער איז נאך געווען א בחור...!

- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
זייענדיג אין אביסל אן אנדערן פאזיציע, קוק איך אויף די געשיכטע מיט אביסל אן אנדערן פערספעקטיוו.
למען האמת וואלט אזא מעשה געדארפט מאכן, אז סאטמאר זאל מאכן א גרונטליכן חשבון-הנפש, דאס וואס זיי האבן ליידער נישט געטון בשעתם (אפילו היינט, האבן זיי נאך א וועג צו גיין).
סאטמאר וואלט זיך דעמאלס געדארפט אנקוקן און פרעגן א שאלה: "פארוואס לויפן בחורים אוועק און גייען צו אן אנדערן ארט, אויב ס'איז פארהאן א מיסיאנער אויפן ארט"? - וואס איז נישט גוט דא, פארוואס בחורים זאלן דאס זוכן ערגעץ אנדערש? - בכלל, פארוואס קען נישט געשען א פארקערטע געשיכטע, אז א ליובאוויטשער איד זאל ווערן סאטמאר געשטימט און פארפירן אפאר ליובאוויטשער בחורים צו ווערן סאטמארער? - הלא דבר הוא.
מען דארף נעמען אין באטראכט, אז סאטמאר האט דעמאלס געהאט דער מאטיוו צו מאכן דעם רבי'ן אלס רבן של כל בני הגולה, דער איינציגסטער אמת'ע רבי אויף די וועלט, וואס אלע אנדערע רבי'ס זענען כפופים אליו און דעקן זיי איבער מיט זיין גרויסן שאטן. מען האט געטון דערצו וואס זיי האבן נאר געקענט, און דא קען קומען איינער, זיי געבן א פליק אין נאז און זיי אראפברענגען אזוי נידעריג, אז בחורים פון די אייגענע ישיבה, וואס געפינען זיך בקרבת מקום, זאלן ווערן אזוי פארפירט און אוועקגיין פון דעם צדיק הדור וואס שטייט דא פאר זייערע אויגן, און גיין נאך ווילד פרעמדע דרכים, וואס מען האט שטענדיג אויסגעלערנט אז דאס איז פארקערט פון אונזער השקפה? - ווי אזוי פאסירט אזאנס?
וואלט סאטמאר דעמאלס געמאכט דעם ריכטיגן חשבון-הנפש, וואלט מען אריינגעברענגט אין די יוגנט מער פנימיות, אבער פנימיות'דיגע פנימיות, נישט קיין חיצוניות'דיגע פנימיות - אזוי ווי ס'איז געווען דעמאלס אין סאטמאר. מען וואלט אנגעפילט דעם נפש מיט רוחניות'דיגע שפייז, און קיינער וואלט שוין נישט געדארפט אוועקגיין.
סאטמאר האט אבער דעמאלס נישט געמאכט דעם אמת'ן חשבון. אנשטאט דעם האבן זיי בוחר געווען צו דערשטיקן דעם פנימיות'דיגן קול וואס מאנט, און דאס דערשטילן מיט פעטש. א פארדרוסליכער טעות איז דאס געווען, און זיי האבן געדארפט זיין נאריש צו גלויבן אז דאס וועט ארבעטן. דעם חורבן האט זיך אפגעשפיגלט אין די שפעטערדיגע יארן. און הגם וואס היינט פראבירט מען שוין יא עטוואס צו ארבעטן אויף דעם דאזיגן פראנט, אנצופילן דעם עולם מיט פנימיות, טוט מען פארט נישט גענוג דערין. אבער היינט מיין איך אז זיי האבן זיך שוין מייאש געווען פון האלטן דעם עולם ביי זיך. ס'איז שוין אפיציעל אז יעדער מבקש השם זוכט זיך זיינע משפיעים און ס'גייט שוין קיינעם נישט אן. איך זעה ביי מיר, וויפיל סאטמארע אפשטאמיגע ס'דרייען זיך ביי מיר. בשנים כתיקונם אין יענע יארן, וואלט אזאנס נישט געקענט געשען אזא זאך.
א שאד אז מען האט נישט גענומען בשעתם דעם אמת'ן מחשבה, און זיך א באטראכט געגעבן און געטון צו די זאך. באמת א שאד. א שאד אויף די גאנצע קהילה, א שאד אויף גאנץ סאטמאר און א שאד אויפן כבוד פון האי גברא רבה, רביה"ק מסאטמאר זיע"א.

אני הקטן האב געהאט א שמועס מיט איינע פון די חיות וואס האבן דאן פוגע געווען אין ר' פנחס, יענער האט מיר געזאגט אז די שמועה אז דער יושב האט געהאט א יד דערין איז נישט אמת. כ'האב איהם געפרעגט פארוואס זאגט מען אבער אזוי? זאגט ער אז ס'איז געווען א צווייטער פון די מלאכים דארטן, און די ליובאוויטשע האבן געמאכט א קוגל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מורנו ורבינו
זיי אין סאטמאר האבן גוט פארשטאנען אז זיי זענען נידריגער פין ליבאוויטש, זיי שלאגן און בארעדן, און לערנען דאס די קינדער, א וועג פין מחלוקת, א וועג פין שנאה, ועוד מדות מגונות, וואס טאפס קען מען זאגן אז עס איז א הכרח לצורך השעה.
ולא עוד, מען לערנט נישט חסידות, חוץ אפאר תורות וואס דער רבי זאגט וואס איז שווער צו פארשטיין און איז נישט קיין תורה שלמה.
קומט א חב"ד'סקער און לערנט פאר א תורה פאר זיך, און דאס איז תורת הבעל שם טוב, נישט די פארדרייטע חסידות וואס מען זאגט זיי אין סאטמאר, נאר די אמת'ע ַַמה יעשה הבן ולא יחטא?
קענען זיי עפעס טוהן אין סאטמאר דאס צו דערשטיקן אנדרעש ווי ניצען דער כלי זין וואס זיי קענען דער בעסטער? דער חרבי וקשתי?
סאטמאר וואלט זיך דעמאלס געדארפט אנקוקן און פרעגן א שאלה: "פארוואס לויפן בחורים אוועק און גייען צו אן אנדערן ארט, אויב ס'איז פארהאן א מיסיאנער אויפן ארט"? - וואס איז נישט גוט דא, פארוואס בחורים זאלן דאס זוכן ערגעץ אנדערש? - בכלל, פארוואס קען נישט געשען א פארקערטע געשיכטע, אז א ליובאוויטשער איד זאל ווערן סאטמאר געשטימט און פארפירן אפאר ליובאוויטשער בחורים צו ווערן סאטמארער? - הלא דבר הוא.
זיי אין סאטמאר האבן גוט פארשטאנען אז זיי זענען נידריגער פין ליבאוויטש, זיי שלאגן און בארעדן, און לערנען דאס די קינדער, א וועג פין מחלוקת, א וועג פין שנאה, ועוד מדות מגונות, וואס טאפס קען מען זאגן אז עס איז א הכרח לצורך השעה.
ולא עוד, מען לערנט נישט חסידות, חוץ אפאר תורות וואס דער רבי זאגט וואס איז שווער צו פארשטיין און איז נישט קיין תורה שלמה.
קומט א חב"ד'סקער און לערנט פאר א תורה פאר זיך, און דאס איז תורת הבעל שם טוב, נישט די פארדרייטע חסידות וואס מען זאגט זיי אין סאטמאר, נאר די אמת'ע ַַמה יעשה הבן ולא יחטא?
קענען זיי עפעס טוהן אין סאטמאר דאס צו דערשטיקן אנדרעש ווי ניצען דער כלי זין וואס זיי קענען דער בעסטער? דער חרבי וקשתי?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא: דו ביסט גערעכט מיט דעם אז די וועלכע האבן (בדיעבד) הנאה געהאט פון אט די מעשים מגונים זענען געווען פארווייטאגטע משפחות.
איך אליין האב געקענט איין אזא משפחה. וואו דער טאטע דער ראש המשפחה איז געווען א געווייקטער סאטמאר'ער חסיד. און איינער פון זיינע זין (כ'מיין דער יונגסטער). איז געווארן א חב"ד'ס'קער. שטייצעך זיי אליין האבן שוין משפחות. און דער זון דער ליובאוויטשער חסיד סטראשעט ביי א יעדע געלעגנהייט וואס ס'קומט אונטער אז אויב מ'געט איהם נישט נאך וואס ער פארלאנגט גייט ער שיקן זיינע קינדער לערנען אין ליובאוויטש...!
שטייצעך. דער טאטע. א פארמעגליכער איד, ב"ה געט איהם אלעס נאך.. זיכער איז נישט כדאי צו מאכן מחלוקות אין א משפחה. אבער דער זוהן ..."פיהרט דעם טאטן ביי די נאז"...!
לגבי דעם איד וואס זיצט נעבעך אין תפיסה. האביך געהערט אז ער איז יא געווען איינער פון די וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די מעשה מגונה. ווייל ער איז דאך באוואוסט געווען אין וויליאמסבורג אלס אן .."עסקן"...!
דאס האט יענער געטון ווען ער איז נאך געווען א בחור...!
די האסט געהערט, איך בין געווען אינוואלווט, איך ווייס קלאר אז נישט, ווי ריכטיג שרייבט אויך
די מעשה האט פאסירט תשמ"ג, "יענער" איז שוין געווען חתונה געהאט און נאכנישט געווען א עסקן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:זייענדיג אין אביסל אן אנדערן פאזיציע, קוק איך אויף די געשיכטע מיט אביסל אן אנדערן פערספעקטיוו.
למען האמת וואלט אזא מעשה געדארפט מאכן, אז סאטמאר זאל מאכן א גרונטליכן חשבון-הנפש, דאס וואס זיי האבן ליידער נישט געטון בשעתם (אפילו היינט, האבן זיי נאך א וועג צו גיין).
סאטמאר וואלט זיך דעמאלס געדארפט אנקוקן און פרעגן א שאלה: "פארוואס לויפן בחורים אוועק און גייען צו אן אנדערן ארט, אויב ס'איז פארהאן א מיסיאנער אויפן ארט"? - וואס איז נישט גוט דא, פארוואס בחורים זאלן דאס זוכן ערגעץ אנדערש? - בכלל, פארוואס קען נישט געשען א פארקערטע געשיכטע, אז א ליובאוויטשער איד זאל ווערן סאטמאר געשטימט און פארפירן אפאר ליובאוויטשער בחורים צו ווערן סאטמארער? - הלא דבר הוא.
מען דארף נעמען אין באטראכט, אז סאטמאר האט דעמאלס געהאט דער מאטיוו צו מאכן דעם רבי'ן אלס רבן של כל בני הגולה, דער איינציגסטער אמת'ע רבי אויף די וועלט, וואס אלע אנדערע רבי'ס זענען כפופים אליו און דעקן זיי איבער מיט זיין גרויסן שאטן. מען האט געטון דערצו וואס זיי האבן נאר געקענט, און דא קען קומען איינער, זיי געבן א פליק אין נאז און זיי אראפברענגען אזוי נידעריג, אז בחורים פון די אייגענע ישיבה, וואס געפינען זיך בקרבת מקום, זאלן ווערן אזוי פארפירט און אוועקגיין פון דעם צדיק הדור וואס שטייט דא פאר זייערע אויגן, און גיין נאך ווילד פרעמדע דרכים, וואס מען האט שטענדיג אויסגעלערנט אז דאס איז פארקערט פון אונזער השקפה? - ווי אזוי פאסירט אזאנס?
וואלט סאטמאר דעמאלס געמאכט דעם ריכטיגן חשבון-הנפש, וואלט מען אריינגעברענגט אין די יוגנט מער פנימיות, אבער פנימיות'דיגע פנימיות, נישט קיין חיצוניות'דיגע פנימיות - אזוי ווי ס'איז געווען דעמאלס אין סאטמאר. מען וואלט אנגעפילט דעם נפש מיט רוחניות'דיגע שפייז, און קיינער וואלט שוין נישט געדארפט אוועקגיין.
סאטמאר האט אבער דעמאלס נישט געמאכט דעם אמת'ן חשבון. אנשטאט דעם האבן זיי בוחר געווען צו דערשטיקן דעם פנימיות'דיגן קול וואס מאנט, און דאס דערשטילן מיט פעטש. א פארדרוסליכער טעות איז דאס געווען, און זיי האבן געדארפט זיין נאריש צו גלויבן אז דאס וועט ארבעטן. דעם חורבן האט זיך אפגעשפיגלט אין די שפעטערדיגע יארן. און הגם וואס היינט פראבירט מען שוין יא עטוואס צו ארבעטן אויף דעם דאזיגן פראנט, אנצופילן דעם עולם מיט פנימיות, טוט מען פארט נישט גענוג דערין. אבער היינט מיין איך אז זיי האבן זיך שוין מייאש געווען פון האלטן דעם עולם ביי זיך. ס'איז שוין אפיציעל אז יעדער מבקש השם זוכט זיך זיינע משפיעים און ס'גייט שוין קיינעם נישט אן. איך זעה ביי מיר, וויפיל סאטמארע אפשטאמיגע ס'דרייען זיך ביי מיר. בשנים כתיקונם אין יענע יארן, וואלט אזאנס נישט געקענט געשען אזא זאך.
א שאד אז מען האט נישט גענומען בשעתם דעם אמת'ן מחשבה, און זיך א באטראכט געגעבן און געטון צו די זאך. באמת א שאד. א שאד אויף די גאנצע קהילה, א שאד אויף גאנץ סאטמאר און א שאד אויפן כבוד פון האי גברא רבה, רביה"ק מסאטמאר זיע"א.
איר מאכט א שיינע תורה ווי עס פאסט פאר א רבי'ן אבער היסטארי ווייסט איר נישט
סאטמערער רבי זצ"ל האט שוין נישט געלעבט, קיינער האט שוין נישט פרובירט אים צו ברענגען חסידים, דער ב"מ ז"ל איז געווען בתחילת נשיאותו, מ' האט נאכנישט געמאכט א רביסטעווע מיט אים, סה"כ האבן די טאטעס געבלוטיגט און געוויינט אויף וואס מ' האט צוגעכאפט זייערע קינדער שלא ברשות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
אישתישבי האט געשריבן:מורנו ורבינו
סאטמאר וואלט זיך דעמאלס געדארפט אנקוקן און פרעגן א שאלה: "פארוואס לויפן בחורים אוועק און גייען צו אן אנדערן ארט, אויב ס'איז פארהאן א מיסיאנער אויפן ארט"? - וואס איז נישט גוט דא, פארוואס בחורים זאלן דאס זוכן ערגעץ אנדערש? - בכלל, פארוואס קען נישט געשען א פארקערטע געשיכטע, אז א ליובאוויטשער איד זאל ווערן סאטמאר געשטימט און פארפירן אפאר ליובאוויטשער בחורים צו ווערן סאטמארער? - הלא דבר הוא.
זיי אין סאטמאר האבן גוט פארשטאנען אז זיי זענען נידריגער פין ליבאוויטש, זיי שלאגן און בארעדן, און לערנען דאס די קינדער, א וועג פין מחלוקת, א וועג פין שנאה, ועוד מדות מגונות, וואס טאפס קען מען זאגן אז עס איז א הכרח לצורך השעה.
ולא עוד, מען לערנט נישט חסידות, חוץ אפאר תורות וואס דער רבי זאגט וואס איז שווער צו פארשטיין און איז נישט קיין תורה שלמה.
קומט א חב"ד'סקער און לערנט פאר א תורה פאר זיך, און דאס איז תורת הבעל שם טוב, נישט די פארדרייטע חסידות וואס מען זאגט זיי אין סאטמאר, נאר די אמת'ע ַַמה יעשה הבן ולא יחטא?
קענען זיי עפעס טוהן אין סאטמאר דאס צו דערשטיקן אנדרעש ווי ניצען דער כלי זין וואס זיי קענען דער בעסטער? דער חרבי וקשתי?
די קייסט איבער די שטויתים והבלים וואס מ' האט דיר איינגעבאקן אלע יארן
מ' האט נאך געלערנט אין סאטמאר ספרי חסידות, באר מים חיים, מאור ושמש וכדומה,מער ווי איבעראל ווי מ' לערענט כמעט נאר די אייגענע ספרים, אפגערעדט אוה"ח הק' ספרי מוסר והשקפה פון ראשונים
נעמט א משל פון א איד וואס איז לעצטענס אוועק ר' שמשון שווארץ ז"ל א פייערדיגער סאטמארער תלמיד און חסיד וואס איז געווארן א ברעסלאווער חסיד, פארגעלערענט ליקוטי מהר"ן און געווען א מנהיג פון פילע ברעסלאווער חסידים, דאך איז ער געבליבן א סאטמארער, דוררכעלערנט אלע ספרי הרה"ק מסאטמאר זי"ע און עוסק געווען דערין אלע יארן און געבליבן א קנאי מיט די סאטמארע שיטה, חוץ מזה געפילעוועט אלע חסידישע ספרים און א גאון ומתמיד עצום בנגלה, און אזוי זענן דא טויזענטער אין סאטמאר
פרעגסט פארוואס איז קיין איין ליבאוויטשער נישט געווארן א סאטמארער? ווייל סאטמאר האט קיינמאל נישט פרובירט משכנע צו זיין אנדערע, ווען סאטמערע אידן זענן געגאנגען אין שפיטעלער צו געבן עסן פאר יודן (ווען קיינער האט עס נישט געטון) האבן זיי נישט געפרעגט ווי ער באלאנגט און פרובירט זיי צו ברענגען אויף סאטמאר, משא"כ ליבאוויטש איז אלס געווען אין קירוב רחוקים (כידוע די אלטע מחלוקה וואס איז מער)
וואלט איר געוואלט אז די שיקסט דיין קינד לערנען אין א נייטעראלע אדער אייגענע ישיבה, און יענער זאל אים מאכן פאר א סאטמערער?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
טיכטיגער האט געשריבן:איין סאטמארער חסיד איז ארעסטירט געווארן, אבער איז למעשה באפרייט געווארן פון סיי וועלכע קלאגעס, נאכדעם וואס ר' פנחס האט נישט געדענקט געוויסע דעטאלן פונעם אטאקע וואס האט אויסגעפעלט אים אנצוקלאגן.
ווי מ׳דערציילט באַ אונז (מסתמא איז עס ניט אמת, אָבער אַזוי דערציילט מען פאָרט), האָט מען עם אָנגעוויזן אין געריכט אויף פאַרשיידענע בילדער און עם געפרעגט צי ער דערקען דעם וואָס עס האָט עם אַטאַקירט, און ווען ער האָט געוויזן אויף איין בילד און מען האָט עם געפרעגט ווי אַזוי ווייס ער אויף זיכער אַז ס׳איז דער האָט ער געענטפערט by the movement of the eyes.
אישתישבי האט געשריבן:דער ליבאוויטשער רבי האט געזאגט אויף ר' פנחס אז ער איז אזויווי זיין בן יחיד.
דאָס איז געוועזן אין די סאַמע ערשטע יאָרן פון דעם רבי׳נס נשיאות, נאָך אַ פאַרברענגען אויף עפּעס אַ יומא דפגרא (דוכט זיך ח״י אלול תשי״ד, אפשר בין איך זיך טועה). דער רבי איז אַרײנגעקומען אין זאַל צו סדר חסידות אין דער פרי, און דער איינציקער דאָרט איז געווען ר׳ פּיניע ז״ל. דער רבי האָט דאַן געזאָגט אויף עם אַז ער איז תומכי־תמימים׳ס בן יחיד.
בכלל איז ער געווען אַ סאָלדאַט אַ קבלת־עול׳ניק ע״ד ההפלאה. מיטן זעלבן ביטול האָט ער געדאַוונט, געפּראַוועט מבצעים, פאָרגעלערנט שיעורי תניא, און בכלל איז יעדער תנועה באַ עם געווען אויסגערעכנט. קיין השגה אין עולם הזה האָט ער ניט געהאַט. אין די לעצטע יאָרן ווען עם איז געוואָרן שווערליך צו לייענען קלענערע אותיות, האָט מען עם געקויפט אַ טעבלעט. ס׳איז געווען אַ ציור צו זען אין 770 ווי ער זיצט און לערנט גמרא צי רמב״ם אויף זײן טעבלעט. אויך אַ ציור ווי ער פלעגט פּראַווען מבצעים וכו׳.
ס׳איז אַ שאָד וואָס מ׳געדענקט נאָר איין געוויסע פרשה..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל