די ארוינים זענען געווען גערעכט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

די ארוינים זענען געווען גערעכט

שליחה דורך רימון »

די וואלן אין ניו יארק איז זיך פארלאפן א קיימא לן פון צוויי וואכן צוריק און נאך אלץ איז מען פארכאפט אין א דראמא אן קיין געהעריגע רעזולטאטן מיט א טוץ פרישע סקאנדאלן און מיסברויכן דורך די בארד אוו עלעקשאנס וואס קען זיך נישט צאמנעמען די ביינער און ארויסגעבן געהעריגע ציפערן. מיר, ניו יארקער איינוואוינער, מיט הונדערטער טויזנטער שטים בארעכטיגטע בירגער דארפן פארקערפערן דעם דרשו את שלום העיר און נאכפאלגן די עלעקשאן אויסגאנג מיט נייגער און זיך נישט קווארטירן אין א שטאט ווי ס'וואלט ווען געווען א האטעל אן די מינדעסטע זיך קימערן פאר איר וואוילזיין.

ביי אונז אבער איז דער מנהג צו קאמוניקירן מיט'ן עולם נאר פאר די עלעקשאנס ווען פארשידענע מענטשן מיט אינטערעסן פרובירן צו געווינען שטימען, א טאג דערנאך איז ולא נודע כי בא אל קרבנה און אנטשולדיגט מיר האבן זיך געטראפן ביז צו די קומענדיגע רונדע וואלן. אויב זוכט איר שטארק דעם פאליטיקאנט וועמען איר האט אריינגעוועלט העט איר דארפן געדולדיג אויסווארטן ביז צום קומענדיגן כ"א כסליו אין די ארמארי ווי אויב איר וועט זיין לאקי מיט גענוג פראטעקציע ביי יאסעלע פליעט, אייזדארפער און אינדיג, וועט איר קענען כאפן א סעלפי און אויב זענט איר גאר לאקי קען עס נאך לאנדן אויף אלתר'ס סטעטוס און פון דארט צו מלך הדרייווערס.

אז קיינער טוט עס נישט און די צייטונגען זענען נאר ביזי פייערן זיג און ווי מיין טיעם האט געווינען, מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא פארשידענע לעקציעס און געדאנקען וואס פאדערט מ'זאל זיי מעלה זיין על הכתב און אביסל נעמען אויף זיך א חשבון הנפש מיט'ן באטראכטן דעם עבר וואס קען נוגע זיין דעם עתיד.

1. ווי עס שיינט זענען נישט צופיל מענטשן פאראינטערעסירט אין פריימערי פאליטיקס. אין א סיטי פון מיליאנען איינוואוינער האבן זיך ווייניג גענומען די מי ארויסצוקומען שטימען. וויאזוי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך. אויך אין חרדישן לאגער וואס איז ארויסגעקומען שטימען אין ריזיגע ציפערן דורכאויס די אלגעמיינע וואלן ווען ס'איז זייער ווייניג נוגע פאר'ן טאג טעגליכן לעבן (סיידן אויב איר שלאפט נישט רואיג אין וועלכע שטאט ס'געפינט זיך די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ארץ ישראל), איז אידענטיטעט פאליטיקס וויכטיגער ווי זאכן וואס זענען אמת'דיג נוגע יום יום, ווי מער סערוויסעס פאר די היימישע געגנטער אדער גרענטס פאר די מוסדות התורה.

2. די עסקנים און היימישע פונדיטס האבן אונטערגענומען א כמעט פאראייניגטע טאקטיק וויאזוי צו טרייבן דעם עולם צו די שטום בודקעס מיט פעיר מאנגערינג און דערשרעקן דעם עולם צום טויט. סאיז אבער קלאר אז דער היימישער עולם האט דורכגעזען די בלאף פון דער אויסגעזויגענער היסטעריע ארום חינוך הטהור, אדער עדיוקעישאן, ווי נישט מער פארוואס דאס איז, קראקאדייל טרערן און א סעלף סערווינג שטורעם אין א גלעזל וואסער דורך עסקנים און פאליטיקאנטן פון אייגענער אינטערעסן וואס מיינען נאר זיך.

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע תנא קמא צו זען אז דא איז נישטא די מינדעסטע חינוך הטהור קריזיס און אלע פאליטיקאנטן לאזן אונז טון וואס מיר ווילן, אנגעהויבן פון קאומא אין אלבאני וואס לאזט סיי וועלכן רבי'ן פירן סיי וועלכן פאראדע אדער זינלאזע חינגא אין ברען פון אן אלוועלטליכע פאנדעמיע, און געענדיגט ביי דעבלאזיע וועמען מיר האבן ממש געהאט אין די לינקע קעשענע און סיידן גראבע געלטער פאר די מוסדות און א בלינד אויג אויף סיי וועלכע מיסברויכן האט מען גארנישט געהערט פון אים.

די פאניק ארום חינוך איז נישט ניי. ווער געדענקט נאך ווען מ'האט פרובירט אריינוועלן עפעס אן אלטן קאקער פון אכציג יאר קעגן עמעלי געלעגער אן טראכטן אפילו פאר א רגע אז אפשר איז נייע צייטן און די פראגרעסיוון האבן דעם אויבערהאנט. האט מען דעמאלט געשראקן אז אויב געלעגער געווינט איז געענדיגט מיט אידישקייט און מ'קען גיין לערנען אין וואלד מיט דריידלעך פאר ווען די יוונים קומען. ב"ה אז געלעגער איז שוין אין דער אסעמבלי פאר איבער א יאר און אידישקייט בליעט, קינדער לערנען נאך קמץ אלף א און קיין פיפס האט מען פון איר נישט געהערט איבער דער חרדישער חינוך.

3. וואו מ'האלט יעצט דינסטאג נאכמיטאג איז דא שטארקע שאנסן אז די קומענדיגע מעיאר זאל זיין נישט קיין אנדערע ווי פרוי גארסיע. ס'איז שאקירנד ווי ווידעראמאל האט מען איבערגעמאכט דעם געלעגער טעות און ס'איז נישט געווען קיין שום אוטריעטש צו דער קאנדידאט אנצוקנופן סיי וועלכע באציאונגען.

4. די רבי'ס אינטערעסירט נישט גארנישט. ניטאמאל די אייגענע מוסדות. אזעלכע פרנסים וואס זענען נישט מיצר ודואג אויף די צרכים פונעם דור איז נאך קיינמאל געווען און געבן נישט די מינדעסטע דעקל פאר המון עם. לו יצוייר איין רבי וואלט אפגעקויפט די עדיוקאציע געפאר, אדער זיך געזארגט פאר האוזינג, פאר פראגראמען פאר ארעמע, פאר פארברעכן, וואלט דאך דער רבי געגאנגען שטימען אדער כאטש געהייסן גיין שטימען. פארוואס איז נישט געווען קיין איין רבי (מיט'ן אויסנאם פון דעם שרף פון ליסקא), אדער דיין, אדער רב וואס איז געגאנגען צו די שטום בודקעס? ווי קען דער בד"ץ פון סאטמאר זיין אזעלכע היפאקריטן און אונטערשרייבן א חוב קדוש צו גיין שטימען ווען זיי אליין נעמען נישט אנטייל אין די וואלן. דער תירוץ איז זייער פשוט, א רבי איז נישט געמאכט צו קעירן. פינטל. ער איז דא צו ווארעמען א פאטעל, פארן קיין פלארידע און נעתר ווערן לבקשתינו עטליכע מאל אין יאר צו פארן אפנעמען געלט פון די רייכע חסידים.

5. משה דוד נידערמאן פארשטייט נישט קיין כי הוא זה צו פאליטיק. ס'איז נישטא דאס ערשטע מאל וואס ער האט זיך ארויפגעזעצט רייטן אויף א טויטן הארסי. אמאל האט ער כאטש געזינגען דעם ניגון פון הכרת הטוב, יעצט איז ער סתם געגאנגען קאפ אין וואנט אריין אן די מינדעסטע חשבון, אינאיינעם מיט יעגער און אייכנשטיין צוויי אנאלפעבעטס אין פאליטיק וואס האבן זיך ארומגענומען מיט דעם טויטן פערד און זיך געלאזט אריינפירן אין באד אריין. אז מ'רעדט שוין, היינט איז ארויסגעקומען א באריכט פון ניו יארק פאסט ווי UJO האט באקומען 275K אין גרענטס פון די רעגירונג און קיינער זאגט נישט קיין ווארט. פארוואס קומט זיך זיי אזויפיל געלט? ווער האט שוין אמאל געהאט א טובת הנאה פון זיי? הצלה האט באקומען 100K פיין, החרשתי, ס'איז אן ארגאניזאציע פון פאבליק סערוויס, אבער יו דזשעי או זאל באקומען דריי מאל אזוי סך, וואו איז די אויפברויז פונעם ציבור? וואו גייט דאס געלט אנקומען? מ'וואלט דאך באמת געקענט עפעס אויפטון מיט אזויפיל געלט.

6. די חרדישע פאליטישע שושקעס ווי אייכנשטיין און יעגער קומט זיך מכות פאר'ן עינעבלען אזא מטורף ווי העשי טישלער און אים גאר געהאלפן פארוואנדלען אין א הירא. העשי טישלער איז ניטאמאל א קלאון נאר ריין א לונעטיק מיט זיינע גאנצע פינף פראצענט וואס ברענגט ארויס די אפגעריסנקייט און שאנדע און א בושה אויף די היימישע פאליטיקאנטן וואס האבן זיך נישט גענומען די מי צו אינדארסירן איינער פון די אנדערע קאנדידאטן און זיך אפשאקלען פון דעם גאסן-משוגענער.

ווען ס'איז אויס מורא פון זיין גרויס מויל איז עס א האלבע עבירה, אבער ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט זאגאר געוואלט ער זאל זאגאר (אין זאגאר אחר זאגאר אלא לרבות) געווינען און דאס פנים קען פלאקערן פאר בושה לאן הגענו.

7. א געווינער פון דער גאנצער צירקוס איז דוד שווארץ וואס האט באוויזן צו משוגע מאכן א שטאט און א רייע גרויסע קהלות זאלן גיין מיט קאנדידאט וואס פארקויפט גארנישט, איז גענצליך א פרעמדער אויף דער פאליטישער ארענע און האט נישט קיין שאנסן צו געווינען, בלויז ווייל ער האט אויף יעדע זאך געזאגט יא יא יא, און געוויזן גענוג א לאנגע צונג, איז דער באדן געווען גענוג רייף אז א קליינער פאליטישער ראצערל זאל באווייזן צו משוגע מאכן א שטאט און זיי פארקויפן די וואשינגטאן בריק אינאיינעם מיט'ן אייפעל טורעם און אפאר זויערע אוגערקעס אן דע האוז.
אויך די בארא פארק'ער מוסדות האבן געטון א משוגענע אקט מיט'ן גיין מיט יענג ווייל ער איז פינף מינוט געווען פאפולער, אדער יעדער מיט זיין חשבון וועמען ער וויל אנלערנען בלק. יעדער וואס קען אביסל ניו יארקער פאליטיק האט פארשטאנען אז דאס וועט נישט אנהאלטן בנוסף וואס יענג איז א מענטש אן קיין פרינציפן און סתם א פוסטע באלאן וואס פארקויפט נישט גארנישט.
מיט וואס א טאג ס'גייט דורך לאזט זיך קלערן נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז געווען זייער חשבון? ס'איז גרינג צו זיין א חכם לאחר המעשה אבער דא האט מען קיין גרויסן חכם נישט געדארפט זיין צו פארשטיין אז ענדו יענג איז אן עליען ווען ס'קומט צו ניו יארקער פאליטיק און ער וועט בדרך הטבע נישט זיין דער צוקונפטיגער מעיאר.
וואס איז מיט אביסל פאליטישע סעווינעס צו פארשטיין אז מ'דארף אינוועסטירן אין דער עסטעבלישמענט און נישט גיין מיט עפעס א כינעזער גר צדק וואס האט קיינמאל קיין עמטליכן אמט נישט געהאלטן אלעס ווייל ער איז גרייט צוצוזאגן גאלדענע בערג און וואס נאר מ'וויל הערן?!
אז דוד שווארץ האט דאס געקענט דעליווערן, קומט זיך אים א גאלדענעם מאדעל, אפגעזען אז די חרדישע וואוטס האבן דעם יענגען גאנץ ווייניג געהאלפן און ער איז געווען בבחינת DOA. לבי אומר לי אז דאס איז צו פארדאנקען די טראמפיען שכרות מיט וואס אונזער היימישע קאמיוניטי איז געשלאגן אז מ'גייט לערנען בלק, און אונז העמיר, ווייזן און מיר דארפן אן אוטסיידער און אונז פארשטיימיר בעסער און מ'עט זיך נישט לאזן.

8. ענדרו יענג, שטעלט זיך ארויס איז די גרעסטע פאליטישע זייפן בלאז וואס איך געדענק אין מיין לעבנסגעשיכטע. ער איז נישט קיין פאליטיקאנט און נישט קיין ביזנעסמאן, נאר איין שטיק הבל ורעות רוח וואס איז גרייט צו טון אלעס אין דער וועלט פאר א פאר נארישע שטימען. באזונדער האט זיך עס דערקענט ווען ס'איז געקומען צו די דעבאטעס איז נתגלה געווארן קלונה במלוא הודה והדרה ווי דער בחור האט זיך אריינגעלייגט די פיס אין מויל מיט נארישע אומסענסיטיווע סטעיטמענטס איינס נאכ'ן אנדערן.
ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט איז ער כאטש געקומען מיט עפעס א יוטאפישע מעסעדזש אז מ'גייט יעדן לייגן אויף קעסט וואס האט געכאפט א פאלאושיפ פון א ספוילד גענעראציע z וואס וואוינען אין מאמע'ס קלאר און זיצן א גאנצן טאג אויף טיק טאק און מיינען אלעס קומט זיך זיי אומזיסט אדער אפאר אונטער חכמים וואס האבן געמיינט אז דא ליגט די הונט באגראבן. ווען ס'איז געקומען צו לויפן פאר מעיאר איז עפעס זיין מעסעדזש פארלוירן געגאנגען, בעיסיקלי האט ער פרובירט צו טאנצן אויף אלערליי חתונות און ס'האט זיך נישט אויסגע'ארבעט.

9. דער יעגער, מיט'ן בארד אדער אנעם בארד, איז נישט דער גרויסער תנא קמא און זיינע פריאריטעטן זענען נישט אין פלאץ, אנשטאט טוויטן איבער מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן זאל ער ביטע זיך זארגן פאר בארא פארק וואס האט גענוג איבלען ווען ס'איז ממש נישטא קיין גאס אן קיין פאטהאל אדער ענדלאזע פלייץ פון פארקינג טיקעטס ווען מ'קען ממש נישט אטעמען אין דער שטאט.
בארא פארק זעט אויס ווי א פארלאזטע שטאט און אז זיי ווילן עפעס אויפטון זאלן זיי ביטע לאזן טישלער טאנצן מיט זיינע בארבי אדוואקאטן אויף טיק טאק און א פשוט'ע זאך וואס זיי קענען טון צו פארבעסערן די לעבנסקוואליטעט פון די שטאטישע איינוואוינער איז זיך צו נעמען צו קארנס בעקעריי אויף פופצנטע עוועניו, וואס איז ממש אן אבן נגף פאר דער שטאט, א בעקעריי וואס כ'בין מתפלל יעדן טאג זיי זאלן זיך פארמאכן ווען האלב בארא פארק איז רוב טאג אין א גרידלאק צוליב זיי. מי יתן והיה אז מ'זאל זיך צוזאמנעמען אין בויקאטירן אזא פירמע וואס האט נישט די מינדעסטע מיטגעפיל מיט די ליידן פון די שטאט.

10.אז מ'רעדט פון פאליטיק מוז מען אוודאי ווידערהאלן אז אונזער שונא נומער איין איז ביל דעבלאזיע. פארוואס? ווייל מ'קען אונז קיינמאל צופרידנשטעלן און אונז זעמער פארשטינקענע כפוי טובה. דעבלאזיע איז א מעיאר וואס האט אונז געלעקט און געדרעקט, געגאסן פראגראמען און פרי קעי און טייטל וואן און כל שום חינוכא דיליה, ביז געציילטע יארן זענען חרדישע מוסדות התורה געווארן גאלד גרובן, טויזנטער יונגעלייט מאכן פרנסה אן גארנישט קענען, נישט געטשעפעט קיין מציצה בפה און קיין עדיוקאציע, ער האט אונז געלאזט טון קאוויד וואס מיר האבן געוואלט און צוגעמאכט א בלינד אויג צו אונזער הפיקרות, געליטן און געשוויגן און אויסגעשטאנען רדיפות פון זשורנאליסטן און לאביאינג גרופעס וועגן אונזער עדיוקעישאן און אונזער קאוויד באהאנדלונג אבער ער האט זיך פארביסן דער ליפן און דער זעלבער דעבלאזיע, ער איז דא דער המן בדורינו ממש, פארוואס? ווייל ער האט געטוויט וועגן (נאר יאסי געשטעטנער מעג טוויטן) א פראות'דיגע לוי' פון א רב וואס האט בקושי געהאט דרייסיג מתפללים און גאנץ וויליאמסבורג האט זיך געמוזט צוזאמקומען ביי זיין לוי' אינמיטן אן אלוועלטליכע מגיפה, און אויף דעם קומט אים טויט שטראף.

לבי אומר לי אז די עכטע עבירה פון דעבלאזיע איז ווייל ער איז אנטי טראמפ און דאס איז שוין אן עוון בל יכופר ווייל ווער ס'איז מהרהר אחר טראמפ איז כמהרהר אחר השכינה וואס כידוע איז דאך טראמפ בגימטריא משיח און טאהשער רבי האט דאך צוגעזאגט אז ווען שלום ווייס וועט ארויסגיין פון תפיסה דורך טראמפ דעמאלט ווען נתגלה ווערן נשמת משיח בן יוסף אין א סטרעטשט ווייסע לעמבוגיני. אז אונזער מעיאר האט געהאט די העזה צו בארירן דעם קרוין פון אונזער מלך זקן וכסיל, דאס איז שוין א חטא אויף וועלכן מיר וועלן אים נישט מוחל זיין נישט בזה און נישט בבא.

11. כ'ווייס נישט וואס איז געווען די מעשה מיט די ארונים הינטער די קוליסן און וואס איז געווען די הווה אמינא און דערנאך די מסקנא, אבער א גוטע מאוו איז א גוטע מאוו און באצייטנס האבן זיי זיך געכאפט אז מ'מוז דעם יענג ווארפן איבער'ן דראנג און כאטש האלבוועגס זיך ראטעווען דעם פנים און אינדארסירן א קאנדידאט מיט וועמען מ'האט אנגעקנופטע באציאונגען פון פאראויס און עמיצן וואס האט א שטארקע שאנס צו זיין דער צוקונפטיגער מעיאר. אינגאנצן איגנארירן גארסיע איז אבער געווען א טעות ווי אויבן דערמאנט.

12. אונזערע היימישע רעדנעקס האבן אלע געשטימט אין דער מאסן פאר דעם קורטיס סליווע, ווייל איך בין נישט קיין ליבעראל סנאו פלעיק נאר א קלוגער פרא קאנטרי, פרא פרידאם, פרא סעיפטי פוירסט, פרא סעקאנד עמענדמענט, פרא לייף, מיין אייגענע חברותא זאגט מיר גלייכגילטיג אז ער האט געשטימט פאר דעם סליווע, האט מען דומערהייט געשטימט פאר א בהמה א וויסטן אנטיסעמיט.

עניוועיס, טשולדיגט פארן אייך אלע דרייען א קאפ מיט מיינע פאליטישע פשעטלעך, אין אנדערע נייעס האט בשר א סעיל אויף די צוויי אינטשיגע סחורה און עטס זענטס אלע געלאדנט צו די בארביקיו היינט נאכט, חיימא איז שוין צוריקגעקומען אויף סטאטוס ווי ערשטהאנטיג רעפארטעד ביי לעזער וויינשטאק, ס'זעט אויס ווי ביידע, האצמער און זייצמער, דא רעדט משה בן ר' שלמה בן ר' לייב אין עוד מלבדו פון דענווער קאלאראדא.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

1) אין די לעצטע פאר טעג פאר די וואלן האבן די זאלוינים עמטליך געהייסן שטימען פאר גארסיע אויפן דריטן פלאץ. אין דער איד פר' חוקת איז אזוי געשטאנען.

2) די יעצטיגע וואלן איז געווען צומישט און צו'חוש'ט. קיינער האט נישט געקענט פאראויסזען אז ס'גייט זיך ענדיגן מיט גארסיע נישט יענג.

3) איך האלט אז ווען משה דוד נידערמאן וואלט געגאנגען מיט עדעמס וואלט נפתלי משה געגאנגען מיט יענג. נפתלי משה האט דא געהאט א ציל קעגן נידערמאן און ס'איז אים פיין געלונגען.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

עס קומט זיך דיר א לייק ווייל דו שרייבסט גוט, און דו ברענגסט פיין ארויס די מעס אין וואס אונז זעמיר. באט פליז, לאז ארויס ארויני זאלי, פארוואס אין די וועלט דארף זיך אלעס דרייען ארום דעם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

רימון האט געשריבן:6. די חרדישע פאליטישע שושקעס ווי אייכנשטיין און יעגער קומט זיך מכות פאר'ן עינעבלען אזא מטורף ווי העשי טישלער און אים גאר געהאלפן פארוואנדלען אין א הירא. העשי טישלער איז ניטאמאל א קלאון נאר ריין א לונעטיק מיט זיינע גאנצע פינף פראצענט וואס ברענגט ארויס די אפגעריסנקייט און שאנדע און א בושה אויף די היימישע פאליטיקאנטן וואס האבן זיך נישט גענומען די מי צו אינדארסירן איינער פון די אנדערע קאנדידאטן און זיך אפשאקלען פון דעם גאסן-משוגענער.

ווען ס'איז אויס מורא פון זיין גרויס מויל איז עס א האלבע עבירה, אבער ווי ס'שיינט האבן זיי שטילערהייט זאגאר געוואלט ער זאל זאגאר (אין זאגאר אחר זאגאר אלא לרבות) געווינען און דאס פנים קען פלאקערן פאר בושה לאן הגענו.



10.אז מ'רעדט פון פאליטיק מוז מען אוודאי ווידערהאלן אז אונזער שונא נומער איין איז ביל דעבלאזיע. פארוואס? ווייל מ'קען אונז קיינמאל צופרידנשטעלן און אונז זעמער פארשטינקענע כפוי טובה. דעבלאזיע איז א מעיאר וואס האט אונז געלעקט און געדרעקט, געגאסן פראגראמען און פרי קעי און טייטל וואן און כל שום חינוכא דיליה, ביז געציילטע יארן זענען חרדישע מוסדות התורה געווארן גאלד גרובן, טויזנטער יונגעלייט מאכן פרנסה אן גארנישט קענען, נישט געטשעפעט קיין מציצה בפה און קיין עדיוקאציע, ער האט אונז געלאזט טון קאוויד וואס מיר האבן געוואלט און צוגעמאכט א בלינד אויג צו אונזער הפיקרות, געליטן און געשוויגן און אויסגעשטאנען רדיפות פון זשורנאליסטן און לאביאינג גרופעס וועגן אונזער עדיוקעישאן און אונזער קאוויד באהאנדלונג אבער ער האט זיך פארביסן דער ליפן און דער זעלבער דעבלאזיע, ער איז דא דער המן בדורינו ממש, פארוואס? ווייל ער האט געטוויט וועגן (נאר יאסי געשטעטנער מעג טוויטן) א פראות'דיגע לוי' פון א רב וואס האט בקושי געהאט דרייסיג מתפללים און גאנץ וויליאמסבורג האט זיך געמוזט צוזאמקומען ביי זיין לוי' אינמיטן אן אלוועלטליכע מגיפה, און אויף דעם קומט אים טויט שטראף..

1) העשי טישלער איז געלאפן אויף א פאזיציע אין פלעטבוש, די דארטיגע עסקנים האבן טאקע אינדארסירט א צווייטן. פאר קיין רגע האבן די לאקאלע בארא פארקע עסקים אים געוואלט האבן אלס פאליטיקאנט...

2) אז דו רעדסט אזוי שיין אויף דעבלאזיא, קוקט אויס אז דו וואוינסט נישט אין בארא פארק, די געגנט אויף וואס ער האט זיך ארויפגעזעצט צו פייניגן פאר אפאר חדשים. שיקן פאליציי אין מוסדות, שיקן זיינע בילינג אינספעקטארס צו חתונה זאלן יעדע נאכט אן אויסנאם. נישט איין חתונה האט געדארפט טוישן לאקאלן אינמיטן סעודה אדער טאנצן. פארמאכן געשעפטן מיט רשעות און טעראר - סמאל ביזנעס אונער רדיפות. ועוד ועוד.

וויליאמסבורג זאל האבן הכרת הטוב, אבער בארא פארק האט אויף וואס צו שפייען.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

העניך האט געשריבן:דוכט זיך אז סיי די אהרונים און סיי די זאלונים האבן געשטיצט סטרינגער אויפן דריטן פלאץ, און בכלל נישט גארסיא.

אין די לעצטע פלאקאטן, געווען אין דער איד פר' חוקת, האבן די זאלוינים געטוישט צו גארסיע אויפן דריטן פלאץ.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס קומט זיך דיר א לייק ווייל דו שרייבסט גוט, און דו ברענגסט פיין ארויס די מעס אין וואס אונז זעמיר. באט פליז, לאז ארויס ארויני זאלי, פארוואס אין די וועלט דארף זיך אלעס דרייען ארום דעם?


די קעפל איז סתם קליק בעיט, כ'מיין אז כ'באצי מיך גאנץ ווייניג צו די זאלי ארוני סומאטוכע.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

העניך האט געשריבן:הערליכע און אמת'ע באמערקונגען.

נאר דא מיין איך איז אריינגעפאלן א שטיקל סתירה:
רימון האט געשריבן:4. די רבי'ס אינטערעסירט נישט גארנישט. ניטאמאל די אייגענע מוסדות. אזעלכע פרנסים וואס זענען נישט מיצר ודואג אויף די צרכים פונעם דור איז נאך קיינמאל געווען און געבן נישט די מינדעסטע דעקל פאר המון עם. לו יצוייר איין רבי וואלט אפגעקויפט די עדיוקאציע געפאר, אדער זיך געזארגט פאר האוזינג, פאר פראגראמען פאר ארעמע, פאר פארברעכן, וואלט דאך דער רבי געגאנגען שטימען אדער כאטש געהייסן גיין שטימען. פארוואס איז נישט געווען קיין איין רבי (מיט'ן אויסנאם פון דעם שרף פון ליסקא), אדער דיין, אדער רב וואס איז געגאנגען צו די שטום בודקעס? ווי קען דער בד"ץ פון סאטמאר זיין אזעלכע היפאקריטן און אונטערשרייבן א חוב קדוש צו גיין שטימען ווען זיי אליין נעמען נישט אנטייל אין די וואלן. דער תירוץ איז זייער פשוט, א רבי איז נישט געמאכט צו קעירן. פינטל. ער איז דא צו ווארעמען א פאטעל, פארן קיין פלארידע און נעתר ווערן לבקשתינו עטליכע מאל אין יאר צו פארן אפנעמען געלט פון די רייכע חסידים.


רוב רביס רעדן נישט קיין ווארט איבער די וואלן אריינגערעכנט רז"ל אליין. אויב איז עס וויכטיג, זאל ער רעדן דערפון ביי שלש סעודות. מיינע ברייטערע נקודה איז די ריזיגע מרחק וואס ס'איז דא צווישן אונזערע מנהיגים וועלכע פארענטפערן מדרשים וואס זענען קיינמאל שווער געווען אנשטאט רעדן פון ריעל לייף דעילי אישוס ואכמ"ל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

דעמן! דער רימון איז פיינע נייעס! א קוש פּער וואָרט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

בקיצור, ס'איז גוט ווען יעדער זאגט מען זאל וויילן פאר איינעם אנדערש.
אזוי קען מען זאגן אז אידן האבן געוויילט פארן געוואונער, נישט קיין חילוק ווער עס געוואונט.
.I got voices in my head.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:דוכט זיך אז סיי די אהרונים און סיי די זאלונים האבן געשטיצט סטרינגער אויפן דריטן פלאץ, און בכלל נישט גארסיא.

אין די לעצטע פלאקאטן, געווען אין דער איד פר' חוקת, האבן די זאלוינים געטוישט צו גארסיע אויפן דריטן פלאץ.



דער האט איין אגענדע, קאווערן די זאליס
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: די ארוינים זענען געווען גערעכט

שליחה דורך אונטער חכם »

דער ארטיקל האט עטליכע זייער גוטע פוינטס, אבער איין גרויסע סתירה איז דא, אויב אונזערע עסקנים האבן טאקע אזוי ווייניג פארשטאנד אין פאליטיק, וויאזוי האבן זיי אלע פאליטיקאנטן אין טאש?

נאך א הערה וועגן יו דזשעי או, איך מיין זייער אפיציעלע דזשאב איז צו העלפן מענטשן נעוויגעיטן די סאושעל סערוויסעס ביוראקראטיע, איך האב מיך שוין אמאל באנוצט מיט זיי, דער פראבלעם איז נאר אז עס פירט זיך ווי א געהעריגע גאווערמענט אפיס, און עס איז יענע אפקומעניש ביז מען קומט ערגעץ אן מיט זיי.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

בת קול האט געשריבן:בקיצור, ס'איז גוט ווען יעדער זאגט מען זאל וויילן פאר איינעם אנדערש.
אזוי קען מען זאגן אז אידן האבן געוויילט פארן געוואונער, נישט קיין חילוק ווער עס געוואונט.

איך וואלט עס געזאגט אביסל אנדערש, כ'האב מיך עכט געפרייט ווען נפתלי משה האט ענדארסט עדעמס, ווייל אין קעיס ער געווינט זאל כאטש איינער האבן א שטיקל טיר אפן.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

Dave Wasserman דערקלערט עדעמס אלץ געווינער

It's been a wild ride, but I've finally seen enough: Eric Adams (D) is the apparent winner of the NYC Democratic mayoral primary, defeating Kathryn Garcia (D)

זעט אויס אז די אהרונים זענען נישט נאר גערעכט נאר געווינערס אויך
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

די ארוינים זענען געווען גערעכט

שליחה דורך אמת וצדק »

רימון האט געשריבן:און א פשוט'ע זאך וואס זיי קענען טון צו פארבעסערן די לעבנסקוואליטעט פון די שטאטישע איינוואוינער איז זיך צו נעמען צו קארנס בעקעריי אויף פופצנטע עוועניו, וואס איז ממש אן אבן נגף פאר דער שטאט, א בעקעריי וואס כ'בין מתפלל יעדן טאג זיי זאלן זיך פארמאכן ווען האלב בארא פארק איז רוב טאג אין א גרידלאק צוליב זיי. מי יתן והיה אז מ'זאל זיך צוזאמנעמען אין בויקאטירן אזא פירמע וואס האט נישט די מינדעסטע מיטגעפיל מיט די ליידן פון די שטאט.


@רימון טייערע ס׳איז גרינג צו האקן אויף א צווייטען, הא?! אבער וויסן זאלסטו אז די דארפסט בעסער און קאפ נעמען די משנה ״אל תדון חבריך עד שתגיע למקומו״, צו ווייסטו דען וויפיל כוחות און געלט קארנ׳ס בעקעריי לייגט אריין כדי אוועקצוגיין פון דארט? צודען ווייסטו אז רוב בעקעריי איז שוין אריבער צו זייער נייער לאקאציע אויף מעקדאנעלד עוועניו? און בקרוב גייט אריבער נאך א חלק וואס דאס אלעס קאסט זיי אפ ממון ודמים, און אז די ביסט מוכן צו באצאלען פארן איבריגען חלק וועלן זיי זיך גערן אוועקציען פון דארט אינגאנצען! און פארגעס נישט אז קארנ׳ס בעקעריי זיצט שוין דארט פאר בארא פארק איז געווארן וואס ס׳איז היינט, און פאר זיי זענען געווארן וואס זיי זענען היינט.

דאס איז אלעס אויב זיי מאכן טאקע אזויפיל טראפיק, די אמת איז אבער אז לא דובים ויער, אויפן זעלבען גאס איז אויך סטאנציאנירט 1-א פרוכט געשעפט 2-א סופערמארקעט 3-די גרויסע פריינד׳ס פיש געשעפט, און נאך געשעפטן. איז פאר דארט דורך מארגען אין זאג מיר מה נשתנה קארנ׳ס בעקעריי, די ענטפער איז די גרויסע טראקס פון גאלדען טעסט, פלאם׳ס, טוב טעם, גאלדען פלאו, פאשקעס, ועוד, די אלע טראקס זיצען זיך אפ אויפן גאס דאבל פארקעט פאר א לאנגע צייט מיטן פולסטען רואיג׳קייט כאילו לא היה, משא״כ קארנ׳ס טראקס וועסטו סאך ווייניגער זען שטייען דאפלט פארקט דורכען טאג, און פאר סאך א קלענערע צייט, דוק ותשכח.

איז רימון טייערע פאר די שעלטסט אז די בעקעריי זאל זיך פארמאכן און מען זאל זיי בויקאטירן?? וואלט געווען שיין אז די כאפסט א שמועס מיט די בעלי בתים צו הערן צו זיי האבן טאקע נישט די ״מינדעסטע מיטגעפיל״ כלשונך, און זאלסט גוט קוקן וועלכע טראקס זענען טאפעלט פארקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תפוח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך תפוח »

נישט פאסיג צו טוישן די נושא צו קארן'ס אבער מיין דריי סענט:
פרוינד'ס פיש סטאר האט זייער זעלטן עפעס דאבל פארקד, אפילו ווען יא רעדט מען פון א ווען נישט קיין טראקס.
עס איז נישט די איינציגסטע גאס אין בארא פארק וואס האט א פרוכט סטאר און א גראסערי אויף איין בלאק, מ'זעהט נישט אין ערגעץ אזא טרעפיק.

וואספארא תירוץ איז דאס אז זיי זענען געווען דארט פאר בארא פארק איז געוואקסן? וועגן דעם מעגן זיי מיט אומרעכט אנלייגן די גאסן אומלעגאל?

לאמיר רעדן א מינוט פונעם סיידוואלק. וואו נאך אין בארא פארק איז די סיידוואלק אייביג פארמאכט פאר פיסגייער? אנגעלייגט מיט באקסעס 24/6??

איך דארף זיי צאלן זיי זאלן מופן? ווילאנג זיי פארקן נישט דאבל און בלאקן נישט די סיידוואלק מעגן זיי מדינא ומטעם מענטשליכקייט טוהן וואס זיי ווילן דארט אינעווייניג און זיי קענען פארקן אין פארנט ביי די טראק-לאודינג זאון. איינמאל זייער פארבריק איז זיך צווואקסען איז עס זייער אייגענע אחריות צו מאכן זיכער קיינער האט נישט שאדן פון זיי.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

פירטס דא אריבער די שמועס ווי מ'האט שוין געווייטאגט וועגן קארן'ס בעקעריי

viewtopic.php?f=4&t=4184
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

די ארוינים זענען געווען גערעכט

שליחה דורך אמת וצדק »

@תפוח עס זענען נישט דא געסער אין בארא פארק וואס זענען ״ממש״ אזוי, קען זען, עס איז טאקע נאר דא איין קארנ׳ס בעקעריי, אבער גענוג געסער קען מען נישט דורכפארן געהעריג.
און נאכאמאל, זיי זענען נישט געקומען אהער צו מאכן טרעפיק, און לאמיר טאקע הערן וואס די וואלסט געטוהן ווען די וואלסט געווען בעל הבית, זיי זענען אויפן וועג ארויס, וזהו. איך שרייב נישט מער אין דעם אשכול וועגן דעם נושא.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

זאת למודעי אז מ'קען זיך דינגען מיט סיי וועלכע פון מיינע צוועלף פונקטן און כ'בין בכלל נישטא צו זאגן קבלי דעתי און כ'האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע דא נישט צו ארוני אדער זאלי אדער סיי וואס, מצידי קען מען זאגן אז קארנס איז יא א גוטע בעקעריי און העשי טישלער איז יא גוט (אקעי נישט ממש).
מיין גאנצע כוונה דא איז צו עפענען א שמועס, כ'קען נישט צוקוקן די לא איכפת ליה וואס גייט פאר אין דער היימישער געזעלשאפט, קיינער נעמט נישט קיין שטעלע אויף גארנישט, אלעס גייט צו מיט א גלייכגילטיגקייט, נאובאדי קעירס עבאוט עניטינג, דער עולם סקראלד סטעטוס און שראגד מיט די אקסלען אויף אלעס און אלעמען מיט עפעס א שוידערליכע גלייכגילטיגקייט און פארטעמטקייט וואס פלעגט נישט זיין מיין איך.
האב איך דא אראפגעשטעלט צוועלף טולקינג פוינטס אנצוהייבן א שמועס און פאר דע סעיק אוו עי קאנווירסעישאן, איך וויל זען מענטשן אינוועסטירט אין אונזער אייגענע סוסייעטי, און כ'בין מער ווי וויליג צו הערן פארוואס די ארונים זענען נישט גערעכט און ענדרו יענג איז יא א גוטער קאנדידאט וכו'.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

רימון האט געשריבן:זאת למודעי אז מ'קען זיך דינגען מיט סיי וועלכע פון מיינע צוועלף פונקטן און כ'בין בכלל נישטא צו זאגן קבלי דעתי און כ'האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע דא נישט צו ארוני אדער זאלי אדער סיי וואס, מצידי קען מען זאגן אז קארנס איז יא א גוטע בעקעריי און העשי טישלער איז יא גוט (אקעי נישט ממש).
מיין גאנצע כוונה דא איז צו עפענען א שמועס, כ'קען נישט צוקוקן די לא איכפת ליה וואס גייט פאר אין דער היימישער געזעלשאפט, קיינער נעמט נישט קיין שטעלע אויף גארנישט, אלעס גייט צו מיט א גלייכגילטיגקייט, נאובאדי קעירס עבאוט עניטינג, דער עולם סקראלד סטעטוס און שראגד מיט די אקסלען אויף אלעס און אלעמען מיט עפעס א שוידערליכע גלייכגילטיגקייט און פארטעמטקייט וואס פלעגט נישט זיין מיין איך.
האב איך דא אראפגעשטעלט צוועלף טולקינג פוינטס אנצוהייבן א שמועס און פאר דע סעיק אוו עי קאנווירסעישאן, איך וויל זען מענטשן אינוועסטירט אין אונזער אייגענע סוסייעטי, און כ'בין מער ווי וויליג צו הערן פארוואס די ארונים זענען נישט גערעכט און ענדרו יענג איז יא א גוטער קאנדידאט וכו'.


כ'האב זייער הנאה פון די יעצטיגע תגובה (נעקסט סיים שרייב עס אין דיין ערשטע...). ס'האט מיר זייער געבאדערט דיין ערשטע תגובה ווי דו האקסט אויף יעדעם און אלעמען אן קיין קלארע פאוינט.. (חוץ פארשטייט זיך גאט דעבלאזיאוי..)

די גאסן זענען פיל מיט לעכער און פאטהאולס, די סיטיס סעיפטי גייט דאון די דרעין, און ביי קאראנע האבן די היימישע "יחידים" געפילט ביג טיים די האנט פון פאטער דעבלאזיאוי, און דו ווילסט מען זאל האבן הכרת הטוב ווייל די "מוסדות" באקומען פראגראמען??
פארשפארט