א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו
שטעלט דיך פאר איינער פארצייכנט א געזעלשאפטליכע אפשאצונג אויף אונז אין א בוך, און ער שפעט אונז אפ אז מיר זעמיר מתפלל צו שטיינער (מצבות). שטיינער וואס האבן נישט קיין אויער אדער אויגן. שמעקט נישט, שטונקט נישט און רירט זיך נישט. א דומימדיגע - קלאציגע שטיין. דאס וואס די חסידישע געזעלשאפט דאווענט און איז מתפלל צו.
וואס פארא מעטעפארישע ג'חוזיקייט איז אזא אפשאצונג. יעדער בעל שכל אדער איש אמת ווייסט אז די חברה וואס פארען צום ציון זיך אויס צו פוילן אלעס גוטס גייען נישט צום שטיין. זיי גייען צו א שטיין וואס ליגט איבער די נשמה פון די צדיק. זיי האלטן אז עס איז דא דארט אן השראה of sorts. אדער די מקום איז זיי מעורר און זיי ברענגען שטארק ארויס דארט די עבודה שבלב. די צדיק הערט דארט בעסער וכו' וכו' אפשר אפגערעגטע השגות אבער ס'איז נישט ארענטליך זיך ארויסצודריקען אז זיי דאווענען צום שטיין אדער צום שטויב וואס ס'איז איבערגעבליבן פון די גוף. (אדער צום גוף וואס די ווארים האט נישט קיין שליטה איבער).
זיי דאווענען צום באשעפער און זיי בעטן ביי די נשמה ברענגט ארויף אונזער תפילות צום גאט וכו'.
פארוואס זאגט די פסוק און תהילים מיט א צינישקייט: עצביהם, כסף וזהב; מעשה, ידי אדם... פה-להם, ולא ידברו; עיניים להם, ולא יראו. אוזניים להם, ולא ישמעו; אף להם, ולא יריחון. ידיהם, ולא ימישון--רגליהם, ולא יהלכו; לא-יהגו, בגרונם. כמוהם, יהיו עושיהם-- כול אשר-בוטח בהם.
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז מיליאנען גוים האבן זיך געביקט און זיי זענען געווען בוטח און א שטיין פשוט כמשמעו. פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז די עצביהם פון כסף וזהב איז נאר געווען א קוויטעל/קמע/מצבה שטיין. וואס אונז זעען מיר און דאס, האבן זיי געזען אין זייער שטיין/כסף/וזהב.
אױב זענען זיי געווען בוטח אין די שטיין פשוט כמשמעו האט זיי געפעלט א ערענסטע שרייפעל. מ'דארף נישט אנווארענען נארמאלע מענטשען, העי, נעם נישט א שטיין פאר א גאט. היעלה על הדעת אז די תורה איז געשריבן געווארן צענדליגע מאל, לא תשתחוה להם, פשוט אונז אנזאגען זייטס נישט קיין מענטעל קעיסעס?

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו
יא יא, זיי האבן טאקע הערליכע פילאזאפישע ביאורים, און טאקע פון דעם האט דער שרייבער מורא, און איז אויסן אז דו זאלסט מיינען אז זיי זענען נארנים וואס ס'לוינט זיך אפי' נישט צו מברר זיין אפשר זאגן זיי עפעס..
ועיין רמב''ן על העגל
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
ועיין רמב''ן על העגל
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
גיין מתפלל זיין אויף א ציון פון אן ערליכן יוד איז אן אלטע מדובר אין תשובות ספרים ווי אזוי מ'מעג טוהן אזא זאך. דאכצעך אז איינע פון די מהלכים ווערט געברענגט אין שו"ת חת"ס.
עכ"פ, ס'איז טאקע א פראבלעמאטישע ענין. אבער דאס איז קלאר אז אין תהלים רעדט מען פון האלטן דעם שטיין אלס א גאט אליינס

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:שטעלט דיך פאר איינער פארצייכנט א געזעלשאפטליכע אפשאצונג אויף אונז אין א בוך, און ער שפעט אונז אפ אז מיר זעמיר מתפלל צו שטיינער (מצבות). שטיינער וואס האבן נישט קיין אויער אדער אויגן. שמעקט נישט, שטונקט נישט און רירט זיך נישט. א דומימדיגע - קלאציגע שטיין. דאס וואס די חסידישע געזעלשאפט דאווענט און איז מתפלל צו.
וואס פארא מעטעפארישע ג'חוזיקייט איז אזא אפשאצונג. יעדער בעל שכל אדער איש אמת ווייסט אז די חברה וואס פארען צום ציון זיך אויס צו פוילן אלעס גוטס גייען נישט צום שטיין. זיי גייען צו א שטיין וואס ליגט איבער די נשמה פון די צדיק. זיי האלטן אז עס איז דא דארט אן השראה of sorts. אדער די מקום איז זיי מעורר און זיי ברענגען שטארק ארויס דארט די עבודה שבלב. די צדיק הערט דארט בעסער וכו' וכו' אפשר אפגערעגטע השגות אבער ס'איז נישט ארענטליך זיך ארויסצודריקען אז זיי דאווענען צום שטיין אדער צום שטויב וואס ס'איז איבערגעבליבן פון די גוף. (אדער צום גוף וואס די ווארים האט נישט קיין שליטה איבער).
זיי דאווענען צום באשעפער און זיי בעטן ביי די נשמה ברענגט ארויף אונזער תפילות צום גאט וכו'.
פארוואס זאגט די פסוק און תהילים מיט א צינישקייט: עצביהם, כסף וזהב; מעשה, ידי אדם... פה-להם, ולא ידברו; עיניים להם, ולא יראו. אוזניים להם, ולא ישמעו; אף להם, ולא יריחון. ידיהם, ולא ימישון--רגליהם, ולא יהלכו; לא-יהגו, בגרונם. כמוהם, יהיו עושיהם-- כול אשר-בוטח בהם.
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז מיליאנען גוים האבן זיך געביקט און זיי זענען געווען בוטח און א שטיין פשוט כמשמעו. פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז די עצביהם פון כסף וזהב איז נאר געווען א קוויטעל/קמע/מצבה שטיין. וואס אונז זעען מיר און דאס, האבן זיי געזען אין זייער שטיין/כסף/וזהב.
אױב זענען זיי געווען בוטח אין די שטיין פשוט כמשמעו האט זיי געפעלט א ערענסטע שרייפעל. מ'דארף נישט אנווארענען נארמאלע מענטשען, העי, נעם נישט א שטיין פאר א גאט. היעלה על הדעת אז די תורה איז געשריבן געווארן צענדליגע מאל, לא תשתחוה להם, פשוט אונז אנזאגען זייטס נישט קיין מענטעל קעיסעס?
די מאכסט א החלטה לגבי די עבודה זרה'ס פין אמאהל אז עס איז אזויווי אונז גייען מיר צו א ציון, ווייל זיי זענען נישט קיין מענטעל קעיסעס געוועהן.
אפאר קשיות
א. ווער זאגט אונז זענען נישט קיין מענטעל קעיסעס?
ב. ווער זאגט אז זיי האבען געהאט די זעלבע השגות ווי אונז.
ויש להאריך יותר בקשיות, אבער דער עיקר איז דאך די תירוצים, אמאהל האבען זיי געגלייבט אין כחות, די מזלות פין הימל, אדער די זון אדער לבנה, אדער אין אויפגעמאכטער נעמען פין געטער, נישט געוועהן קיין כח יחידי וואס ער איז געוועהן גאט, און דאס האט אברהם מחדש געוועהן אז עס איז דא א כח יחידי וואס ער איז געוועהן דער בורא. מען קען זעהן אין אלטע כתבים וואס זענען פארבליבען די מעשה'לך וואס זיי האבען ווי געטער האבען זיך געשלאגען און געווינען וכו'.
אין אידישקייט זענען אסאך פין די כחות פארבליבען אז עס זיי פונקציאנירען, אבער דורך די אויבערשטער, כלומר דער אויבערשטער גיבט זיי כח צו קענען טוהן וואס זיי טוהן, און ממילא האסטו נישט זיי צו דינען, ווייל זיי זענען נאר א דורכגאנג און זיי קענען נישט אליין דעסידירען וואס צו טוהן.
דער זאך איז אביסל מעורפל, אבער בערך אזוי דארף עס זיין. למשל דער זון לייכט, אבער פארדעם זאל איך אים מקריב זיין קרבנות אדער דאווענען צו דער זון ער זאל ווייטער שיינען? זאגט אידישקייט אז נישט.
אבער מען מוז נישט שולל זיין די כחות פין אלע אלטע עבודה זרה'ס, קענסט ווייטער האלטען אז דער מזל פין בתולה איז מסוגל צו פערטיליטי, אבער דין זי נישט.
היינט איז מען מער אויפגעקלערט, מכח דער סייענטיסטישע אויפקלערונגען, און מען גלייבט נישט אין אלע כחות פין אמאהל, אבער דאס האט נישט מיט אידישקייט. צו דעם איז אבער צוגעקומען אדער פארבליבען נארישע כחות וואס מען גלייבט, און מען דינט זיי יא, מען איז מתפלל צו א צדיק, כאטש עס איז ביי מיר זיכער אז עס העלפט גארנישט, איז דא מענטשען וואס גלייבען יא אין דעם, און הגם דאס שמעקט מיט עבודה זרה, איז דאס א היינטיגע עבודה זרה וואס איז מותר לויט די פוסקים. אפילו צינדען א ליכט פאר א נשמה און אינזינען האבען אז דער צדיק זאל פאר מיר פועל'ן א ישועה, צו עס ארבעט יא צו נישט, איז נאך אלץ אביזרייהו דעבודה זרה. אפילו גלייבען אז א רבי קען עפעס טוהן, חוץ דאווענען פאר מיר, איז נאריש. און אפשר אפילו פונקט אזוי מענטעל ווי די אמאליגע וואס האבען געדינט געטשקעס, וואס זענען געוועהן צורות פין געטער וואס זיי האבען געגלייבט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אישתישבי האט געשריבן:אפילו גלייבען אז א רבי קען עפעס טוהן, חוץ דאווענען פאר מיר, איז נאריש.
פין וואו ווייסטו?!?
אפשר איז יא דא אזא זאך וואו צדיק גוזר...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ער האט נישט געזאגט אז ער ווייסט אויף זיכער אז ס׳נישט דא אזא זאך, ער האט נאר געזאגט אז ס׳איז נאריש צו גלייבן דערין ווילאנג מ׳האט נישט קיין הונדערט פראצענטיגע הוכחות אויף יא (מעגליך דו האסט, ער האט נישט), כן נראה לי פשט בדבריו שליט״א.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הקטן האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אפילו גלייבען אז א רבי קען עפעס טוהן, חוץ דאווענען פאר מיר, איז נאריש.
פין וואו ווייסטו?!?
אפשר איז יא דא אזא זאך וואו צדיק גוזר...
אז עס שטייט אין די גמרא איז זיכער יא דא אזא זאך ווי צדיק גוזר והקב"ה מקיים.
און עס איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין זאך פין וואס איך האב געשריבען. אויב די זעהסט אז יא, ביטע אנווייזען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: א קשיא אויף תהילים קאפיטאל קט"ו
לעצם הענין מען דארף נישט זיין קיין מענטל קעיס צו גלייבן אז עני העכערע מיסטישע כוח ארבעט מעגליך דורך א שטיין/פסל וכדו', ס'איז א פשוט'ע מענטשליכע וועג פון דילן מיט קשיות אויף די בריאה און אנטריסטונג אויף די הנהגת הבריאה, הא ראיה אז אין כמעט יעדע קולטור איז דאס געווען אויף איין וועג צו א צוויייטע.
היינט ווען רוב פון די שאלות איז נישט גילטיג מכח ווי סייענס האלט היינט, איז אפשר א חידוש אז איינער זאל אויפטרעפן נייע איינרעדענישן, אבער ס'איז קיין חידוש צו גלייבן אין אלטע מסורת'דיגע איינרעדענישן.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
היינט ווען רוב פון די שאלות איז נישט גילטיג מכח ווי סייענס האלט היינט, איז אפשר א חידוש אז איינער זאל אויפטרעפן נייע איינרעדענישן, אבער ס'איז קיין חידוש צו גלייבן אין אלטע מסורת'דיגע איינרעדענישן.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די פשוט׳ע תירוץ וואס פאלט מיר יעצט ביי איז אז ס׳איז א לשון גוזמא (אזויווי די פסוק ״ערים גדולות ובצורות בשמים״ וכמאמר חז״ל דברה תורה לשון הבאי). ד.ה. הגם די פארפאסער פון הלל האבן מן הסתם אויך געגלייבט אז פסלים האבן א כח (די עגל הזהב האט געגעסן גראז, די כרובים אין ק״ק זענען געשלאפן צוזאמען), און זיי האבן אוודאי אויך געגלייבט אז די געטער פון אנדערע פעלקער קענען אויך טוהן זאכן (צ.ב. מלכים-ב ג כז, ודלא כרש״י שם), אבער קעגן אונזער אלמעכטיגער הוי״ה זענען זיי ווי דומע קלעצער אשר לא ידברו ולא יראו.
הגם ס׳דא שיטות אין גמרא (פסחים קיז.) אז די קאפיטלעך פון הלל זענען פארפאסט געווארן דורך שפעטערדיגע וואס זענען שוין נשפע געווארן פון מאנאטעאיזם און האבן שוין נישט געגלייבט אין די זאכן, אפילו די כרובים פון ק״ק האט מען שוין דעמאלטס געהאט אוועקגעווארפן, אבער ס׳איז כמעט זיכער אז ס׳איז יא פארפאסט געווארן פריער, עכ״פ די קאפיטל בצאת ישראל איז זיכער פארפאסט געווארן פאר׳ן גלות עשרת השבטים, אנדערש שטימט נישט די נוסח ׳היתה יהודה לקדשו - ישראל ממשלותיו׳.
דאס וואס דו וואונדערסט זיך אזוי אויף די פילאזאפן וואס זאגן אז די טעם פארוואס די תורה פארבאט דינען עבודה זרה איז וויבאלד ס'איז נארישקייטן און דו פרעגסט ווי האבן זיי געקענט האלטן אז מילליאנען גוים (און אידן...) האבן געגלייבט אין נארישקייטן לייגסטו זיך אריין אינעם זעלבן פלאנטער ווי זיי, איז דער רמב"ם טאקע געווען אזא שוטה אז ער האט אריינגעלערנט אזעלכע מאדנע פשטים אין די תורה? נאר מיט'ן התגלות פון אמונות הכרחיות שטימט עס זייער גוט, אוודאי האט דער רמב"ם אויך געוואוסט אז דאס איז נישט וואס די תורה האט געמיינט, נאר וויבאלד אין יענע צייטן זענען אסאך אידן פארכאפט געווארן אין איסלאמישע פילאזאפיע וואס איינע פון די הויפט טענות זייערע קעגן אידישקייט איז געווען אז מ'גלייבט אין אומראציאנעלע זאכן האט ער פרובירט צו פארוואנדלען תורה ומצוות אין אזא כלומפרשט ראציאנאלע סארט ענין. און די אויפטוה איז געווען צווייפאכיג, ערשטנס אפצוטוהן די קשיות פון די פילאזאפן, און צווייטנס צוצושטעלן פילאזאפיע אין די תורה אז מ׳זאל נישט דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער.
הגם ס׳דא שיטות אין גמרא (פסחים קיז.) אז די קאפיטלעך פון הלל זענען פארפאסט געווארן דורך שפעטערדיגע וואס זענען שוין נשפע געווארן פון מאנאטעאיזם און האבן שוין נישט געגלייבט אין די זאכן, אפילו די כרובים פון ק״ק האט מען שוין דעמאלטס געהאט אוועקגעווארפן, אבער ס׳איז כמעט זיכער אז ס׳איז יא פארפאסט געווארן פריער, עכ״פ די קאפיטל בצאת ישראל איז זיכער פארפאסט געווארן פאר׳ן גלות עשרת השבטים, אנדערש שטימט נישט די נוסח ׳היתה יהודה לקדשו - ישראל ממשלותיו׳.
דאס וואס דו וואונדערסט זיך אזוי אויף די פילאזאפן וואס זאגן אז די טעם פארוואס די תורה פארבאט דינען עבודה זרה איז וויבאלד ס'איז נארישקייטן און דו פרעגסט ווי האבן זיי געקענט האלטן אז מילליאנען גוים (און אידן...) האבן געגלייבט אין נארישקייטן לייגסטו זיך אריין אינעם זעלבן פלאנטער ווי זיי, איז דער רמב"ם טאקע געווען אזא שוטה אז ער האט אריינגעלערנט אזעלכע מאדנע פשטים אין די תורה? נאר מיט'ן התגלות פון אמונות הכרחיות שטימט עס זייער גוט, אוודאי האט דער רמב"ם אויך געוואוסט אז דאס איז נישט וואס די תורה האט געמיינט, נאר וויבאלד אין יענע צייטן זענען אסאך אידן פארכאפט געווארן אין איסלאמישע פילאזאפיע וואס איינע פון די הויפט טענות זייערע קעגן אידישקייט איז געווען אז מ'גלייבט אין אומראציאנעלע זאכן האט ער פרובירט צו פארוואנדלען תורה ומצוות אין אזא כלומפרשט ראציאנאלע סארט ענין. און די אויפטוה איז געווען צווייפאכיג, ערשטנס אפצוטוהן די קשיות פון די פילאזאפן, און צווייטנס צוצושטעלן פילאזאפיע אין די תורה אז מ׳זאל נישט דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ה. הגם די פארפאסער פון הלל האבן מן הסתם אויך געגלייבט אז פסלים האבן א כח (די עגל הזהב האט געגעסן גראז, די כרובים אין ק״ק זענען געשלאפן צוזאמען), און זיי האבן אוודאי אויך געגלייבט אז די געטער פון אנדערע פעלקער קענען אויך טוהן זאכן (צ.ב. מלכים-ב ג כז, ודלא כרש״י שם), אבער קעגן אונזער אלמעכטיגער הוי״ה זענען זיי ווי דומע קלעצער אשר לא ידברו ולא יראו.
דארפסט נישט קריכן ביז מלכים, עס איז א פסוק אין דברים אשר חלק ה' אלקיך.
אבער נאר אין דברים, אין תהלים למשל זעהט אויס פין מערערע פלעצער אז עבודה זרה איז גארנישט.
כךַ קבלתי פין די וואס טוהן אין די עניינים.
ווי אויך, דער הבו לד' בני אלים מיינט עבודה זרה'ס, און אז דער אויבערשטער עקזיסטירט און די אנדערע זענען גארנישט. דער לבנון ושריון זענען מקומות וואס עבודה זרה'ס האבן געהאט א שליטה.
אויך איז יחולל אילות אַ מין ארז, ויחשוף יערות, אויך אויף דעם וואס עבודה זרה האט האט געהאט א שליטה אויף די ארזים. און ממילא זאגט דער קאפיטל אז דער אויבערשטער האט א קול, משא"כ די ע"ז רעדן גארנישט. און דער אויבערשטערס קול, אויב מען זאל טייטשען דורך נביאים, קען זיין, אבער עס איז א דוחק, אין די גמרא זאגט אז די אלע קולות גייען אויף מתןַ תורה. הגם עס קען זיין אז דער אויבערשטער האט גערעדט דורך משה, והאלקים יעננו בקול.
זעהט דא
א קיצור, פין דברים ביז תהלים איז דא א חילוק.
יעצט איז דער שאלה צו מען גייט למטה למעלה אדער פארקערט, והמבין יבין.
אין די גמרא איז אויך דא מערערע פלעצער ווי עבודה זרה האט א כח. קען זיין איך מיש מיט כישוף. דער באקאנטער גמרא אין עבודה זרה. מיט רעגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די חילוק צווישן ספר דברים און ספר תהילים איז מן הסתם ווייל תהילים איז אפולוגטיקה פאר הוי״ה ווי גרויס און מעכטיג ער איז, און איינע פון די וועגן ארויסצוברענגען זיין לויב איז דורך מגזם זיין ווי נישטיג און אוממעכטיג די אנדערע געטער זענען קעגן איהם. ספר תהילים איז לכתחילה אוועקגעשטעלט מגזם צו זיין בשבחו של הוי״ה און דער משורר האט לאו דוקא געהאלטן אז זיינע ווערטער זענען פאקטיש ריכטיג.
בכלל איז ספר תהילים פאעזיע (poetry בלעז) און ס׳איז בכלל נישט געמאכט מנתח צו זיין און אנאליזירן מיט סייענטיפישע גלעזער, נעם צ.ב. אזא קאפיטל ווי אשרי (עה, תהלה לדוד...), אז מ׳וויל זיך נאריש מאכן קען מען זיך שטעלן אויף יעדן צווייטן פסוק. יודוך הוי״ה כל מעשיך?! עיני כל אליך ישברו?! פעלן דען כופרים און אפיקורסים און סתם אינדיאנע געצנדינער וואס ווייסן נישט פון גאט צו זאגן? סומך השם לכל הנופלים?! וויפיל מענטשן פאלן יעדן טאג און צוברעכן זיך די ביינער אדער שטארבן. וזוקף לכל הכפופים?! פעלן דען מענטשן מיט הויקערס? פותח את ידיך ומשביע לכל חי?! ממש יעדער נברא אויפ׳ן וועלט באקומט צו עסן, נאכקיינמאל נישט געווען קיין באשעפעניש וואס איז געשטארבן פון הונגער?? א.א.וו. מ׳קען אזוי זיצן און אנאליזירן די אלע גוזמאות פון ספר תהילים און קיינמאל נישט ענדיגן, ס׳איז פיל גרינגער אריינצוקוקן אין ווערטערבוך אדער וויקיפעדיע און זיך אויסלערנען וואס דאס מיינט פאעזיע אזוי וועט מען נישט בלייבן שטעקן מיט די אלע קשיות.
וואס אנבאלאנגט די קאפיטל הבו להוי״ה בני אלים הבו להוי״ה כבוד ועוז כאפ איך נישט וואס דו זאגסט, פשוט פשט איז טייטש ״ברענגט פאר הוי״ה די קינדער פון די געטער, ברענגט פאר הוי״ה עהרע און מוט״, זעהט אויס אז דער פארפאסער פון דעם קאפיטל האט געהאלטן אז הוי״ה איז נישט מער ווי איין גאט פון א גאנצע pantheon (פמליא של מעלה?) פון געטער מיט קינדער און אייניקלעך (דאס איז שוין זיכער כפירה אפילו לויט דיר.
) נאר זיי אלע לויבן הוי״ה ווייל ער איז די גרעסטע און מעכטיגסטע פון אלע, אזוי מעכטיג איז ער אז ער קען צושטויסן און צונישט מאכן די דירה בתחתונים פון אלע אנדערע געטער.
די חילוק צווישן מטה און מעלה האב איך נישט פארשטאנען, זעהט אויס אז איך בין קיין מבין...
בכלל איז ספר תהילים פאעזיע (poetry בלעז) און ס׳איז בכלל נישט געמאכט מנתח צו זיין און אנאליזירן מיט סייענטיפישע גלעזער, נעם צ.ב. אזא קאפיטל ווי אשרי (עה, תהלה לדוד...), אז מ׳וויל זיך נאריש מאכן קען מען זיך שטעלן אויף יעדן צווייטן פסוק. יודוך הוי״ה כל מעשיך?! עיני כל אליך ישברו?! פעלן דען כופרים און אפיקורסים און סתם אינדיאנע געצנדינער וואס ווייסן נישט פון גאט צו זאגן? סומך השם לכל הנופלים?! וויפיל מענטשן פאלן יעדן טאג און צוברעכן זיך די ביינער אדער שטארבן. וזוקף לכל הכפופים?! פעלן דען מענטשן מיט הויקערס? פותח את ידיך ומשביע לכל חי?! ממש יעדער נברא אויפ׳ן וועלט באקומט צו עסן, נאכקיינמאל נישט געווען קיין באשעפעניש וואס איז געשטארבן פון הונגער?? א.א.וו. מ׳קען אזוי זיצן און אנאליזירן די אלע גוזמאות פון ספר תהילים און קיינמאל נישט ענדיגן, ס׳איז פיל גרינגער אריינצוקוקן אין ווערטערבוך אדער וויקיפעדיע און זיך אויסלערנען וואס דאס מיינט פאעזיע אזוי וועט מען נישט בלייבן שטעקן מיט די אלע קשיות.
וואס אנבאלאנגט די קאפיטל הבו להוי״ה בני אלים הבו להוי״ה כבוד ועוז כאפ איך נישט וואס דו זאגסט, פשוט פשט איז טייטש ״ברענגט פאר הוי״ה די קינדער פון די געטער, ברענגט פאר הוי״ה עהרע און מוט״, זעהט אויס אז דער פארפאסער פון דעם קאפיטל האט געהאלטן אז הוי״ה איז נישט מער ווי איין גאט פון א גאנצע pantheon (פמליא של מעלה?) פון געטער מיט קינדער און אייניקלעך (דאס איז שוין זיכער כפירה אפילו לויט דיר.

די חילוק צווישן מטה און מעלה האב איך נישט פארשטאנען, זעהט אויס אז איך בין קיין מבין...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער פשוט פשט פין די הבו'ס, אז טאמער אונז מענטשן וועלען נאר טוהן די ריכטיגע, ווען זיין א גילוי פין הויה און אלע עבודה זרה'ס וועלען זיין משועבד צו הויה.
דער טראנזיציע פין מאכען עבודה זרה פין א זאך וואס האט א כח צו א גארנישט געשעהט דא אין דער קאפיטעל.
דער שאלה איז וועלכע איז פריער, דברים אדער תהלים כט.
דער קאפיטעל איז לויט די חוקרים זעהר אלט, אזש אזוי אלט אז עס איז פאר מתן תורה, פין די כנענים, און איז געווארען געטוישט מיט נויטיגע שינוים עס זאל שטומען.
לדעתי, איז עס נישט געטוישט מיט שינוים כדי עס זאל "שטומען" מיט הויה, נאר פארקערט, עס איז געטוישט געווארן אין א עקספרעסיע וויאזוי הויה איז אין רילעישאן צו די געטער.
ד.מ. ווי געזאגט פריער, דא געשעהט עס.
דער טראנזיציע פין מאכען עבודה זרה פין א זאך וואס האט א כח צו א גארנישט געשעהט דא אין דער קאפיטעל.
דער שאלה איז וועלכע איז פריער, דברים אדער תהלים כט.
דער קאפיטעל איז לויט די חוקרים זעהר אלט, אזש אזוי אלט אז עס איז פאר מתן תורה, פין די כנענים, און איז געווארען געטוישט מיט נויטיגע שינוים עס זאל שטומען.
לדעתי, איז עס נישט געטוישט מיט שינוים כדי עס זאל "שטומען" מיט הויה, נאר פארקערט, עס איז געטוישט געווארן אין א עקספרעסיע וויאזוי הויה איז אין רילעישאן צו די געטער.
ד.מ. ווי געזאגט פריער, דא געשעהט עס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
א שיינע פשט, דו זאגסט אזוי. אין די לוחות אוגרית וואס איז געשריבן געווארן ארום 1,300-1,400 BC (בערך די צייט פון גלות מצרים) זעהט מען אז אין כנען הערשן מערערע געטער. ס׳דא אל דער סופער-גאט וואס האט אלעס באשאפן, זיין ווייב אשרה, זיין זוהן בעל דער וואלקן-רייטער וואס רוהט אויפ׳ן צפון בארג און שלאגט זיך ארום מיט ים, און זיין טאכטער ענת וואס שלאגט זיך מיט מות. שפעטער ביי מתן תורה קומט הוי״ה צו גיין פון דרום (חבקוק ג ג, דברים לג ב) שלאגט זיך מיט אל און בעל און נעמט איבער זייער פלאץ, ער ווערט דער סופער-גאט אנשטאט אל, נעמט זיין ווייב אשרה פאר זיך, ער ווערט דער וואלקן רייטער (השם עבים רכובו, רוכב שמים בעזרך), שטויסט בעל ארויס פון זיין וואוינונג אויפ׳ן צפון בארג און באזעצט זיך דארט (הר ציון ירכתי צפון), ווערט דער בעל פלוגתא פון ים (אתה פוררת בעזך ים, אתה מושל בגאות הים), ווערט דער בעל פלוגתא פון מות (בלע המות לנצח), און די כהנים פון ענתות ווערן כהנים פאר הוי״ה. און דאס איז אלעס מרומז אינעם קאפיטל הבו להוי״ה בני אלים וואס גייט טאקע ארויף אויף מתן תורה!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די מחלוקת איז וואס געשעהט אינעם קאפיטל הבו להוי״ה, לויט מיר שלאגט זיך הוי״ה מיט׳ן נאטור און זיינע געשוויסטער געבן איהם גרויס כבוד דערפאר, לויט אישתישבי שלאגט ער זיך מיט זיינע געשוויסטער און מאכט זיי צו גארנישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ספר תהילים איז לכתחילה אוועקגעשטעלט מגזם צו זיין בשבחו של הוי״ה און דער משורר האט לאו דוקא געהאלטן אז זיינע ווערטער זענען פאקטיש ריכטיג.
בכלל איז ספר תהילים פאעזיע (poetry בלעז) און ס׳איז בכלל נישט געמאכט מנתח צו זיין און אנאליזירן מיט סייענטיפישע גלעזער, נעם צ.ב. אזא קאפיטל ווי אשרי (עה, תהלה לדוד...), אז מ׳וויל זיך נאריש מאכן קען מען זיך שטעלן אויף יעדן צווייטן פסוק. יודוך הוי״ה כל מעשיך?! עיני כל אליך ישברו?! פעלן דען כופרים און אפיקורסים און סתם אינדיאנע געצנדינער וואס ווייסן נישט פון גאט צו זאגן? סומך השם לכל הנופלים?! וויפיל מענטשן פאלן יעדן טאג און צוברעכן זיך די ביינער אדער שטארבן. וזוקף לכל הכפופים?! פעלן דען מענטשן מיט הויקערס? פותח את ידיך ומשביע לכל חי?! ממש יעדער נברא אויפ׳ן וועלט באקומט צו עסן, נאכקיינמאל נישט געווען קיין באשעפעניש וואס איז געשטארבן פון הונגער?? א.א.וו. מ׳קען אזוי זיצן און אנאליזירן די אלע גוזמאות פון ספר תהילים און קיינמאל נישט ענדיגן, ס׳איז פיל גרינגער אריינצוקוקן אין ווערטערבוך אדער וויקיפעדיע און זיך אויסלערנען וואס דאס מיינט פאעזיע אזוי וועט מען נישט בלייבן שטעקן מיט די אלע קשיות.
הרב דר. נתן סליפקין זאגט ענליך צו דעם בנוגע די פסוק פון ״פותח את ידך״.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די מחלוקת איז וואס געשעהט אינעם קאפיטל הבו להוי״ה, לויט מיר שלאגט זיך הוי״ה מיט׳ן נאטור און זיינע געשוויסטער געבן איהם גרויס כבוד דערפאר, לויט אישתישבי שלאגט ער זיך מיט זיינע געשוויסטער און מאכט זיי צו גארנישט.
וירקידם כמו עגל לבנון ושריון כמו בן ראימים, און דער נעקסטע פסוק מיינט אז הויה האט זיי חרוב געמאכט און געמאכט אויס געטער.
איז משמע צוויי, זיי זענען געוועהן, בדרך אשר חלק וכו', און געמאכט געווארען אויס, און געווארען ידיהן ולא ימושין וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דיין פשט אין וישבר הוי״ה את ארזי הלבנון איז אינטערעסאנט, כ׳על דארפן אריינקוקן דערין. אין אנדערע פלעצער אין תנ״ך זעהט אויס ווי לבנון איז סתם א פלאץ וואו ס׳וואקסן שיינע ארזים און שריון איז חרמון אין צידוניש (דברים ג ט), בפשטות זעהט עס אויס ווי א וואריאציע פון ההרים רקדו כאלים גבעות כבני צאן (אפשר גייט יענץ אויך ארויף אויף געטער? אפשר טאקע
) שלמה המלך׳ס בית המקדש איז אויך געבויט געווארן מיט ארזים פון לבנון, לויט דיעס פשט קען זיין אז דאס נוצן ארזי הלבנון אויף צו בויען הוי״ה׳ס טעמפל איז אן אלעגאריע אז הוי״ה האט גענוצט די טויטע קערפער פון די געטער פון צפון צו בויען זיין טעמפל אין ירושלים. 
די קשיא פונעם פותח בליייבט אבער נאכאלץ שווער לויט דיין פשט ווייל די געצנדינעריי איז נאך אנגעגאנגען לאנג נאך די ווערטער פה להם ולא ידברו זענען געזאגט געווארן, מ׳וועט על כרחך מוזן צוקומען אז ס׳איז א גוזמא, קען מען דאך שוין זאגן ווי איך זאג.