שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

שליחה דורך מורינו ורבנו »

מאכט זיך אסאך מאל, אז עס קומט אריין א שאלה, אז א בחור וויל פארן לערנען און זיך משלים זיין אין ארץ-ישראל. למען האמת איז יעצט די צייט וואס די שאלות קומען אריין, ווייל מען מאכט יעצט די הכנות צו פארן לערנען אין ישיבות. טייל פון די שאלות זענען פון אנשים המקושרים אתנו לאויוש"ט, אנדערע זענען אפילו דרויסנדיגע בחורים, וואס ווילן זיך דורכשמועסן און הערן אן עצה טובה.

דאס איז איינע פון די שווערע שאלות, וואס נישט אלעמאל קען מען באמת וויסן וואס עס איז גוט. רוב מאל דארף מען גוט קענען דעם בחור כדאי צו קענען ענטפערן דערויף. און די שאלה איז אויך נישט אזא פשוט'ע עס האט אסאך פארצווייגטע סעיפים דערין.

פון איין זייט הערט מען צומאל, פון בחורים וועמען מען האט געשיקט קיין ארץ-ישראל, אבער זיי דרייען זיך נישט בדרך טובים. דאהי זענען זיי געווען פיינע חשוב'ע בחורים, און האבן געהאט די געלעגנהייט צו שטייגן מעלה מעלה, וואו זיי וואלטן אנגעקומען גאר הויך און אויסגעשטיגן פיינע חסידי'שע יונגעלייט. אבער קומענדיג קיין ארץ-ישראל, דרייען זיי זיך אין די גאסן, פארהאן צווישן זיי וואס פאלן אריין אין זאכן וואס דאהי וואלטן זיי נישט אריינגעפאלן, צומאל מיינט דאס אפילו נישט אידישקייט, נאר אפילו קולטורישע סעקטעס וואס הערשן דארט לרוב, ואכמ"ל והמבין יבין. צומאל ווערן זיי סתם אזוי צי אפן און ברייט, וואס לויט דער נפש פון דעם בחור, וואלט בעסער געווען ווען ער בלייבט דא, איידל און נישט זיך אזוי עפענען צו אן עקסטרעם.

און... ס'איז דא דערין אסאך סעיפים, איך קען נישט אלעס ארויסברענגען און אלעס ערקלערן.

מאידך גיסא, זענען דא בחורים וואס זענען באמת שיין אויסגעשטיגן אין ארץ-ישראל, זיי האבן קונה געווען גדלות און ברייטקייט, זיי האבן אנטוויקלט א תכונת הנפש וואס זיי וואלטן נישט געקענט אנטוויקלען דאהי אין אמעריקע. צומאל קען דאס מיינען אז זיי זענען געווארן גדולי'שע מענטשן, און צומאל מיינט דאס אפילו אין גשמיות, זיי זענען געווארן געבויעט, באקומען א השקפה, זיך אויסגעריבן און געווארן א מענטש.

ס'איז דא איין טעלאגיע וואס איך האב געהערט פון מענטשן, וואס דאס איז מופרך מכל וכל, דהיינו, אז אפילו אויב בחורים פאלן דורך (לאו דוקא במצוות נאר אפילו בתכונת נפשם ודו"ק), איז דאס א מעלה, אז מען עקספירענסט א זאך אין לעבן און מען רייבט זיך אויס. דאס איז פאלש. ווייל מען ערווארבט זיך מיט מידות מגונות און מען איז קונה זאכן וואס מען וואלט נישט געדארפט קונה זיין, און דאס שטערט אויפן גאנצן לעבן.

ס'איז זייער שווער צו ענטפערן דערויף און יתכן אז עס האט נישט קיין קלארע ענטפער, נאר יעדע בחור באשר הוא אדם.

פארט, האבנדיג דא פארשידענע סארט מענטשן, וואלט איך געוואלט הערן פון די עקספיריענס פון מענטשן וואס האבן געלערנט אלס בחור אין ארץ-ישראל, ווי אזוי זייער לעבן איז דארט דורך, און ווי אזוי זיי קוקן עס אן. איך האלט אז עס וועט מיר זיין א גרויסער הילף צו וויסן ווי אזוי צו ענטפערן פאר אנדערע.

איך וועל אייך איבערלאזן א ברכה, אז איר זאלט זען פיל נחת דקדושה פון אייערע קינדער און אייניקלעך, און איר זאלט געבענטשט ווערן מיט די ברכה פון 'ינחני במעגלי צדק', אז איר זאלט שטענדיג האבן דעם ריכטיגן צוגאנג צו וויסן ווי אזוי צו האנדלען מיט אייערע קינדער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויב די שאלה איז צווישן שימלען אין שכונת בית ישראל אדער שימלען אין ניו יארק זאל מען פרעגן דעם בחור, אויב די שאלה איז צווישן שימלען אין שכונת בית ישראל אדער לערנען א חלק טאג און ארבעטן/לערנען א פאך די אנדערע חלק טאג אין ניו יארק איז די ענטפער די צווייטע אויסוואל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויב איר זענט שוין יא א רבי, אפשר קענט איר פיקסען דער גאנצע בחורים פראבלעם?

דער בחור תקופה איז ביי אונז פשוט א וועג צו שטופען אפאר יאר ביז מען האט חתונה.

אפשר קען מען נעמען די בחורים און אויסנוצען די צייט, זיי צוגרייטען פאר א לעבן?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פארוואס זאלן די בחורים אייך פרעגן און איר קומט פרעגן דא, אפשר שיקט איר די בחורים גלייך קיין קאווע שטיבל אנפרעגן כעין שיעובודא דרבי נתן?
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

לדעתי איז א"י עקספיריענס א מאסט פאר ווער עס האט די כוחות דערצו.
עפטער אלל איז דאס אונזער הייליג לאנד און רוב פרומע אידן וואוינען דארטן, און מקען עקספלארן אן א שיעור זאכן דארטן. דעוועלעפן א טעם אין תורה, האבן א שמעק פון אידישקייט, פארברענגען אביסל מיט רוחניות אינטערטעימענט, דאס אלעס איז א מאסט.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

@ מורינו ורבינו: געווענליך אויב דאס בחור האט א גוטע געזונטע קשר מיט זיינע עלטערן אדער זיינע רבי’ס - דעמאלטס איז א גלייכע זאך אז א בחור זאל זיך גיין משלים זיין בתורה וביראת שמים ובפא"ן

ס'איז כדאי אז איר זאלט האבן א כסדרדיגען קשר מיט אייערע בחורים המסתופפים בצלכם אפילו פונדערווייטענס דעמאלטס קען עס זיין א טובה גדולה אז נישט קען דער בחור טוהן כל מה שלבו חפץ .
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?

שליחה דורך ישן מלא חדש »

צו ענפערן די שאלה דארף מען וויסן בעיקר וואס איז די אנדערע צד, אויב נישט ארץ ישראל איז ווי דען?

די חסידישע ישיבה וואס ער לערנט שוין מיט די זעלבע בחורים זייט זיי זענען נאך געווען אין די פעמפערס?
דען זאל ער ענדערש גיין קיין ארץ ישראל זיך אויסלערנען זיך צו באקענען מיט נאך מענטשן און באקומען נאך חבירים.

זאל ער גיין קיין לעיקוואד אין די חסידישע ישיבות וחבורות?
ליידער לויט די שמועות איז דא דארט כמעט אלס חסרונות ווי אין ארץ ישראל אבער די מעלות נישט! ואין כאן מקום להאריך.וד"ל.

אין ארץ ישראל פאניגט מען נישט די בחורים אויף חיצוניות און חסידישע שטותים, דאס אליינס איז א מעלה גדולה בעיני.
א בחור טרעפט זיך דארט מיט זיין אמת'ע יודישקייט נישט דער וואס האלט מער פון די רבי איז מער ארויפגעקוקט און נישט דער מיטן גרויסן טייטע גארטל.
דארט איז דא יודן וואס זענען משכמם ולמעלה מלאים וגדושים בתורה ועבודה מרביצי תורה וואס מען קוקט זיי ארויף אויף זייער רוחניות און נישט ווייל זיי גייען דיך קנס'נען.
פארשטייט זיך אז יעדע בחור דארף מען עקסטער באהאנדלען לא ראוי זה כראוי זה אבער בכלליות שטייגען איבער די מעלות אסאך העכער ווי די חסרונות.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

איך קען באשטיין צו הערן אויך פון אייגענע עקספיריענס, געוועזענע בחורים וואס האבן בפועל געלערנט אין ארץ-ישראל, ווי אזוי זיי האבן אויסגענוצט די צייט, און ווי אזוי זיי קוקן יעצט, מיט אן ערוואקסענעם בליק אויף יענע יארן. איז דאס געווען גוט? - מעלות, חסרונות וכו'?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ארץ ישראל איז נישט צוטיילט מעלות און חסרונות, קענסט נעמען יעדע זאך און עס ניצן זיך צו בויען, בשעת א צווייטער וועט זיך קלאפן מיט די זעלבע געדאנק.

למשל זיך באקענען מיט אנדערע סארטן אידן, איינער וועט עס ניצן זיך צו קלאפן, און יעדע הייליגע מנהג און דבר שבקדושה וואס מ'האט אים געלערנט אין דער היים, וועט ער שוין האבן א געוויסע סעקטע וואס טוט פונקט פארקערט, דאקעגן דער צווייטער וועט נעמען די פיר שעה'יגע ראש חודש דאווענען מיט הרה''ג ר' שלום ארוש שליט''א, די צוויי שעה מגילה ליינען פון הרה''ק ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א, ער וועט נעמען די צוויי שעה סדר הלימוד פאר קבלת שבת פון די מזרחי ישיבה אין די מדבר-יהודה מושב.

זאגט מיר א חתן צוויי טעג צוריק אז ער וויל צירוקפארן קיין א''י פאר תשעה באב, פארוואס? ער וויל נאך איינמאל זעהן די בכיות און אמת'ע צובראכנקייט על חורבן הבית, וואס ער האט געזען די לעצטע פינף יאר ביי די ספרדים ביים הייליגן כותל, וואס ווער ס'האט דאס געזען, וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, א מחזה וואס ביים היימישן חסיד'ישע ציבור זעהט מען נישט, זיצן אינגעלייט, זיידעס, און בחורים, וויינען און קייכן ווי זיי האבן נאר יעצט פארלוירן זייער טאטע און מאמע צוזאמען, דאס וויל ער נאך איינמאל זעהן.

(אנטשולדיגט איך בין פארקראכן)

די פרייהייט וואס די אויסלענדישע בחורים האבן דארט, איינער א מער ציוויליזירטער, וועט זיך מסדר זיין זיינע שעות און עס אויסניצן פאר גוטע זאכן, וואלענטירן פאר חסד ארגאניזאציעס, בארייכערן זיינע ידיעות, לערנען א פאך, ניין, אפילו נישט זיצן אכט שעה אין ישיבה, עטליסט עט ער עס אבער ניצן, דער צווייטער בחור וועט אריינלייגן די גאנצע 24 שעה אין איין זאך, זיין בעט, ער וועט אראפלייגן א 17 שעה'יגע שלאף און א צי, און נאכדעם נאך קאמפלעינען אז ער איז מיד.

אזוי איז יעדע זאך פון די ספרד'ישע ''רווח והצלה'', ביז די תימנישע שטייעדיגע ספר תורה, ביז די מתנחל'שע סנדלים.

קברי צדיקים, בחורים טוען דאס רונדע דעם זייגער א גאנץ יאר, אונז האבן געקאווערט יעדע תנא און אמורא ב''ה, יא ס'איז אינטערטעמענט, מ'קומט און מ'גייט, מ'פארט און מ'פליט, קיינער וועט עס נישט פרובירן צו לייקענען, אבער דער נארמאלע בחור וועט כאטשיג זאגן עטליכע קאפיטלען תהילים ביי די קברים פון אונזערע גדולים, דער קומענדיגער וועט זיין ביזי צו נעמען סעלפיס מיט קוען וואס פאשען אויף די ארומיגע גליל בערג.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אמת [left]אלע צוזאמען[/left] עס בענקט זיך מיר אויך יענע צייטן . איך האלט תשעה אב באנאכט איז די שענסטע צייט צו גיין צום כותל סאיז ממש ביוטיפול מיט א אבטנארמאלע חן . באמת איז עס מורהדיג אראפגעקיקט צו גיין אהין דעמאלטס פאר א סיבה וואס איך האב נישט קיין אהנונג אבער סאיז ווערד . די חסידים גייען אהין נאר מוצאי תשעה באב
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער רבי האט נישט געהאלטן פון גיין צום כותל...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

@ מורינו ורבינו, משם תדרשנו,
viewtopic.php?f=53&t=5924
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מיין עקספיריענס איז געווען א דיזעסטער איך האב גארנישט קונה געווען נישט קיין רוחניות און נישט קיין גשמיות, איך בין געווען אין א דירה פון א געמיש פון בחורים מארבע קצוי תבל וואס איינער איז געשלאפען א גאנצע זמן ,דער צווייטער האט געליינט פול טיים יעדע צייטונג וואס האט געשלאגן דם דרוק, דער דריטער איז געזיצען צוגענאגעלט צו סיין VCR און געוואטש בלאקבאסטערס, און דער פערדער איז נישט געשטאנען די אויגן גראד אין קאפ. יעדע שבת איז געווען שבת חזון, ווי גייט מען עסן ? ביי וועם גייט מען זיך צוברעכן די ציין פון עסן געפילטע פיש און אריינבייסן און א ביין וואס איז נישט גוט צוריבען געווארן איך די בלענדער.
לויט מיין פערזענליכע עקספיריענס ווענדט זיך עס צו דער בחור גייט מיט א חבורה-גרופע לטוב ולרע.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

@מורינו ורבינו, דארפסט נישט צוקומען צו יענעמ’ס עצות, קוק וואס דו האסט אליין געשריבן דערויף דא...

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 59#p359059
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:lol: :twisted: :like
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

גליקלעך האט געשריבן:@מורינו ורבינו, דארפסט נישט צוקומען צו יענעמ’ס עצות, קוק וואס דו האסט אליין געשריבן דערויף דא...

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 59#p359059


נאדיר @חכמת שלמה'ס ערשטע תגובה

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 80#p359280

און קוק @סאשי פיש'ס ענטפער דערויף

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 83#p359283

(פאזעל שטיקלעך פאלן אין פלאץ?...)
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

די שטיקלעך זענען שוין לאנג אין פלאץ...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איים סארי אבער גילו אויף א צווייטע ניק הייסט אויך גילו , איך קען דאס טון מיט אסאך ניקס אויסצופויקן וואס זייערע אנדערע ניק איז זאל איך אנהויבן?...
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

אז סאיז נישט ער איז עס נישט קיין שום גילו ווייל סאיז דאך נישט ער... אז סאיז יא ער, אדרבה, זאל יעדער וויסן דאס איז אונזער אלטע טראלל.

מנשה’ן האט מען אויך אויפגעדעקט זיינע ניקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גליקלעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

גליקלעך האט געשריבן:אז סאיז נישט ער איז עס נישט קיין שום גילו ווייל סאיז דאך נישט ער... אז סאיז יא ער, דארף דאס יעדער וויסן, א טראלל דארף מען אויפדעקן.

מנשה’ן האט מען אויך אויפגעדעקט זיינע ניקס.

איך הער
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ב''ה מיין נאז שמעקט נאך פיין. דער איז א טרול מארץ הטרולים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

דערהויבענע איד האט געשריבן:לדעתי איז א"י עקספיריענס א מאסט פאר ווער עס האט די כוחות דערצו.
עפטער אלל איז דאס אונזער הייליג לאנד און רוב פרומע אידן וואוינען דארטן, און מקען עקספלארן אן א שיעור זאכן דארטן. דעוועלעפן א טעם אין תורה, האבן א שמעק פון אידישקייט, פארברענגען אביסל מיט רוחניות אינטערטעימענט, דאס אלעס איז א מאסט.

מען קען נישט זיין א ייד אין אמעריקע?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

גליקלעך האט געשריבן:אז סאיז נישט ער איז עס נישט קיין שום גילו ווייל סאיז דאך נישט ער... אז סאיז יא ער, אדרבה, זאל יעדער וויסן דאס איז אונזער אלטע טראלל.

מנשה’ן האט מען אויך אויפגעדעקט זיינע ניקס.

וואס איז דער אויך? היינו הך. לכאורה.
פארשפארט