א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אסאך רבנים אין אייראפע האבן דאך פארברענגט גאנצעטע שעות שמועסנדיג מיט גלחים וכו׳, כמעט אלע מעשה׳לעך אויף רבי יהונתן אייבשיץ פארוויקלען אין זיך גלחים. (כ׳מיין די סיבה איז פשוט ווייל דער רב און דער גלח זענען געווען די איינציגסטע צוויי קלוגע מענטשן אין שטעטל.)

ביסט זיכער אז אזעלכע פשוטע קלוגע מענטשן ווי דיר זענען נישט געווען פאר קריג?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

דערהויבענע איד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אסאך רבנים אין אייראפע האבן דאך פארברענגט גאנצעטע שעות שמועסנדיג מיט גלחים וכו׳, כמעט אלע מעשה׳לעך אויף רבי יהונתן אייבשיץ פארוויקלען אין זיך גלחים. (כ׳מיין די סיבה איז פשוט ווייל דער רב און דער גלח זענען געווען די איינציגסטע צוויי קלוגע מענטשן אין שטעטל.)

ביסט זיכער אז אזעלכע פשוטע קלוגע מענטשן ווי דיר זענען נישט געווען פאר קריג?

נישט אין די פינצטערע מיטל אלטער יארן. ופשוט הוא.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

דערהויבענע איד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אסאך רבנים אין אייראפע האבן דאך פארברענגט גאנצעטע שעות שמועסנדיג מיט גלחים וכו׳, כמעט אלע מעשה׳לעך אויף רבי יהונתן אייבשיץ פארוויקלען אין זיך גלחים. (כ׳מיין די סיבה איז פשוט ווייל דער רב און דער גלח זענען געווען די איינציגסטע צוויי קלוגע מענטשן אין שטעטל.)

ביסט זיכער אז אזעלכע פשוטע קלוגע מענטשן ווי דיר זענען נישט געווען פאר קריג?

אזא רביה’’ק וואס אונז האבן מאכט זיך נישט קיין סאך, אזא נשמה קומט אראפ נאר מיט א שטורעם ווינט!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

The Insider
2B366593-A356-47BC-9894-429502FD770A.jpeg

דאס טוהט דראמאטיזירן די געשיכטע וואו דר. דזשעפרי וויגענד האט אויסגעזאגט סודות איבער ווי אזוי זיינע געוועזענע אויבערהארן אין די טאבּאקא אינדוסטרי האבן באהאלטן אינפארמאציע איבער דאס שעדליכקייט דערפון, און ווי אזוי דער טי ווי פראדוצירער לאָוועל בּערגמאן איז מיטגעשטאנען מיט אים קעגן זיינע אויבערהארן אינערהאלב CBS.

איר עקטינג און פּעיסינג איז גאר גוט און ציענד. עס איז אן עקלעימד פילם. מ׳קען עס זעהן דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מי אני האט געשריבן:The Two Popes

דאס דראמאטיזירט א שמועס צווישן יוסף ראצינגער, וועלכעס איז געווען דער פויבסט בענעדיקט דעם זעכצנסטן, און יאָרעי בּערגאָליִאוֺ, וועלכעס איז דער יעצטיגער פויבסט פרענסיס נאך אים. די פילם ברענגט שטארק ארויס אלס איר הויפט טעמע די חילוק במהלכים צווישן קאנסערוואטיווע און פראגרעסיווע שיטות אינערהאלב ארטאדאקסישע טראדיצאנאלע רעליגיע אליין, און ווי אזוי ראצינגער, וואס איז געווען על צד קאנסערוואטיוו קומט צו די אנערקענונג אז עס דארף זיך ציען מער פּראגרעסיוו זיך צוצופאסען צו די בייטענדיגע צייטן.

כמובן האט די געדאנק א שייכות צו אונזער אָלטראַ-ארטאדאקסישע רעליגיעזע לעבנסשטייגער, וד״ל.

עס איז דראמאטיש אראפגעלייגט און גאר אינטרעסאנט. עס איז ארטיסטיש עקלעימד. מען קען עס זעהן אויף נעטפליקס ווי אויך דא.

עס האט חלקים וואס זענען סאָבּטייטעלד וואו זיי רעדן ספאניש אדער לאטייניש.


עס איז ווערט געווען די צייט! עס איז שווער נישט צו ווערן א חסיד פון בערגאילו נאכן זען די פילם. איך בין אייביג געווען אינטריגד מיט גלויביגע רעפארמיסטן, נישט-גלויביגע רעפארמיסטן איז דא אסאך, גלויבע איז דא ווייניג, עס האט צו זיך א געוויסע מיסטעריע, ווייל בהשכלה ראשונה איז גלויבן א סתירה מיט רעפארמען.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

מי אני האט געשריבן:The Two Popes
3132C69A-ECD5-4546-9E59-9257E7253E13.jpeg

דאס דראמאטיזירט א שמועס צווישן יוסף ראצינגער, וועלכעס איז געווען דער פויבסט בענעדיקט דעם זעכצנסטן, און יאָרעי בּערגאָליִאוֺ, וועלכעס איז דער יעצטיגער פויבסט פרענסיס נאך אים. די פילם ברענגט שטארק ארויס אלס איר הויפט טעמע די חילוק במהלכים צווישן קאנסערוואטיווע און פראגרעסיווע שיטות אינערהאלב ארטאדאקסישע טראדיצאנאלע רעליגיע אליין, און ווי אזוי ראצינגער, וואס איז געווען על צד קאנסערוואטיוו קומט צו די אנערקענונג אז עס דארף זיך ציען מער פּראגרעסיוו זיך צוצופאסען צו די בייטענדיגע צייטן.

כמובן האט די געדאנק א שייכות צו אונזער אָלטראַ-ארטאדאקסישע רעליגיעזע לעבנסשטייגער, וד״ל.

עס איז דראמאטיש אראפגעלייגט און גאר אינטרעסאנט. עס איז ארטיסטיש עקלעימד. מען קען עס זעהן אויף נעטפליקס ווי אויך דא.

עס האט חלקים וואס זענען סאָבּטייטעלד וואו זיי רעדן ספאניש אדער לאטייניש.


An outstanding film! Beautifully acted and filmed. The coloring, the sound choices ("Keep moving, keep moving" / the silence during the recounting of the molestation) -- all of it is perfect
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

The wisdom of Trauma

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א געוואלדיגע אייגנארטיגע פילם עוועליבעל דא
8.1 אויף IMBD

בילד
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Gone Girl
FF0B5203-D304-40C3-BF6D-4DD8B24D9236.jpeg

פון דירעקטאר דוד פינטשער. דאס איז מיוסד אויפ׳ן בוך פון דזשיליען פלין (זי האט אויך געשריבן דעם פילם). די פּלאַט איז ארום דאס ווען איינעם׳ס ווייב ווערט פארשווינדען און די באווייזן צייגן אז ער האט איר ערמארדעט. נישט צו געבן קיינע ספּוֺילערס זעהט מען דאס סיי פונעם מאן׳ס פּערספּעקטיוו און סיי פון איר׳ס, און עס איז אן אינטרעסאנטע טוויסט און ווי אזוי עס שפילט זיך אויס.

עס איז אן עקלעימד פילם.

מען קען עס זעהן דא. (מ'דארף אפבאכט געבן פאר די פּאַפּ-אָפּס.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

The Trial of the Chicago 7
5354638F-4C27-4CA2-A8F5-F13EF09C1DBB.jpeg

געשריבן און דיירעקטעד דורך אהרן סארקין. דאס דראמאטיזירט די אמת׳ע געשיכטע ווען מ׳האט געשטעלט פאר א פראצעס זיבן אנפירערס פון א פראטעסט קעגן דעם וויעטנאם קריג. עס ברענגט ארויס די סטראָגל פון די לינקע קעגן די רעכטע און וואו די רעגירונג האט זיך דירעקט געשטעלט קעגן זיי, און דאס אלעס אונטער דאס בּעגראַוּנד פון די סיוויל רייטס באוועגונג. (עס איז אויך הומאריסטיש מיט סאשא באראן כהן [באקאנט פון ״בּאָראַט״] וואס שפילט עבּי האפמאן.)

מ׳קען עס זעהן אויך נעטפליקס און דא (מ'דארף אפבאכט געבן פון די פּאַפּ-אָפּס).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

מי אני האט געשריבן:The Two Popes
3132C69A-ECD5-4546-9E59-9257E7253E13.jpeg

דאס דראמאטיזירט א שמועס צווישן יוסף ראצינגער, וועלכעס איז געווען דער פויבסט בענעדיקט דעם זעכצנסטן, און יאָרעי בּערגאָליִאוֺ, וועלכעס איז דער יעצטיגער פויבסט פרענסיס נאך אים. די פילם ברענגט שטארק ארויס אלס איר הויפט טעמע די חילוק במהלכים צווישן קאנסערוואטיווע און פראגרעסיווע שיטות אינערהאלב ארטאדאקסישע טראדיצאנאלע רעליגיע אליין, און ווי אזוי ראצינגער, וואס איז געווען על צד קאנסערוואטיוו קומט צו די אנערקענונג אז עס דארף זיך ציען מער פּראגרעסיוו זיך צוצופאסען צו די בייטענדיגע צייטן.

כמובן האט די געדאנק א שייכות צו אונזער אָלטראַ-ארטאדאקסישע רעליגיעזע לעבנסשטייגער, וד״ל.

עס איז דראמאטיש אראפגעלייגט און גאר אינטרעסאנט. עס איז ארטיסטיש עקלעימד. מען קען עס זעהן אויף נעטפליקס ווי אויך דא.

עס האט חלקים וואס זענען סאָבּטייטעלד וואו זיי רעדן ספאניש אדער לאטייניש.
ערשט יעצט אנגעקומען צו זעהן.. א געוואלדיגע פילם!!
זייער ארטיסטיש און תוכנ'דיג.

און האמיר א קאטוילישע הסכמה צום קדושת לוי'ס געדאנק פון ''דאווענען בשעת'ן שמירן די רעדער''
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור:
רימון.jpg

(פון דא.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

מי אני האט געשריבן:יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור:
רימון.jpg

(פון דא.)

זייער א שיינע מעשה.
ווער זאגט אז עס דארף זיין אמת אויך...
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Memento
029BA4FD-7CDB-473E-9770-18BFFA36AB37.jpeg

א טרילער פילם פון קריסטאפער נאָלען. די נאראטיוו אויסשטעל פונעם פילם ארבעט אויף צוריקצווועגס פון די פּוֺינט-אָוו-וויוּ פונעם פּראטאגאניסט. והיינו, די פּלאַט באציהט זיך ארום א מענטש וואס זוכט דער מערדער פון זיין ווייב וואס דאן איז ער אליין פארוואונדעט געווארן וואס האט גורם געווען אז זייט דעמאלטס קען ער שוין מער נישט פארמולירן קיינע לאנג-טערמיניגע זכרונות. ער געדענקט נאר זאכן פאר א קורצע וויילע און נעמט בילדער כדי דאס צו געדענקען.

א גאר קונצליך, ארטיסטישע, און עקלעימד פילם. מען קען עס זעהן דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פון מיינע בעסטע פילמען, די עקטינג איז נישט מורא'דיג אבער די אויסשטעל פונעם מעשה איז גאונות.
רוב 'נאולען' מאוויס קענען ווערן ארויפגעלייגט דא אינעם קלאב (Inception, Tenet, Interstellar).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ענדליך נעכטן בין איך אנגעקומען צו קוקן די פילם The two popes וואס [tag]מי אני[/tag] האט רעקאמענדירט, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב א שיינע פאר טרערן פארגאסן, כ׳האב מיך שוין לאנג נישט אזוי געטראפן אין א פילם, אפילו אין שטיסל האב איך מיך נישט אזוי געטראפן ווי דא. אנגעפאנגען מיט׳ן וויכוח אין אנפאנג, דער sore loser דשאוקער צום סוף ״אויף אלעם האסטו אן ענטפער!״ :lol:, ווי אויך די פאקט אז ווי שטארק זיי האבן נישט ליעב מיין צוגאנג און מהלך הפסק אבער ווען זיי דארפן וויכטיג א היתר אדער סתם הדרכה און זיי פילן ווי זיי טאפן א וואנט קומען זיי זיך בוקן צו מיר :oops:. און ווען איך פארליר די געדולד זיך צו שלאגן און איך באשליס זיך אפצופעקלען און פערטיג זענען זיי, מיינע קעגנער לכאורה, די וואס איבערצייגן מיך צו בלייבן און נישט אויפגעבן די קאמף, זיי ווילן מיר אויסלערנען די קליינע אותיות און איך זאל עס נוצן צו שטופן די וואגן אין מיין ריכטונג. כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבעט, אויב האלטן זיי אז מ׳דארף טאקע א טויש פארוואס קענען זיי נישט זיין די וואס ברענגען עס? זעהט אבער אויס אז אזוי ארבעט די וועלט, וסדנא דארעא חד הוא. א מענטש ווערט אזוי צוגעוואוינט צו א סיסטעם אז ס׳איז איהם שווער צו טוישן טראץ וואס ער ווייסט אז ס׳איז ריכטיג. ווי אויך איז מיר זייער געפעלן די פראזע ״I didn't compromise, I just changed", איך זאג נאכמער, נישט נאר וואס איך האב נישט קאמפראמייזד, איך האב מיך ניטאמאל געטוישט, איך האב אלץ געזוכט דעם אמת און איך זוך עס ווייטער, ס׳האט זיך גארנישט געטוישט, סך הכל האב איך אמאל געמיינט אז דער אמת ליגט אין איין פלאץ און היינט ווייס איך אז דער אמת ליגט אין אן אנדערן פלאץ, און באמת זענען זיי אויך מודה דערצו נאר זיי קענען זיך נישט ברענגען לידי מעשה ווייל זיי זענען אזוי סטאק, כאמור.

#myLife

און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.


רביה"ק זייער צו דער זאך, בכלל אז מען רעדט שוין וועל איך מיך באדאנקען פאר אייער אנדערע תגובות עס איז אייביג א געשמאק צו ליינען, צום פינטעל, און עפ"ר שפירט זיך פון אייער תגובות אז אמת נר לרגליך, דער באשעפער זאל העלפן אז דער רבי זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו.
יעצט צום ענין, ווי אזוי לערנסט אפ די מהלך פון א קריסטליכע (אדער אידישע) רעפארמיסט בנוגע א הומו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], און אנדערע ווערטער וואס טוען זיי ווען די עצם רוח פונעם פארלאנג איז נישט OK לויט די היינטיגע סטאנדארטן אין מאראל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. ס׳זעהט מיר אויס ווי ס׳הערשט דא א מיספארשטענדעניש, כ׳האב חס ושלום קיינמאל נישט געזאגט אז א טויש אין מאראלישע סטאנדארטן איז א תירוץ צו טוישן די תורה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די ביישפיל וואס כ׳האב גענוצט פון לא תרצח איז נישט א טויש אין סטאנדארטן חס ושלום, די סטאנדארטן פון הבא להרגך השכם והורגו און מיתת בית דין זאגן אז לא תרצח איז נישט קיין דין אזא פון נישט אפשטעלן דאס הארץ קלאפן פון א מענטש אפילו אויב ער איז טויט (אן עובר האט דאך א דין ווי א מת כידוע. הגם אן עובר האט ניטאמאל די דין פון א טויטער מענטש ווייל עובר ירך אמו, וועט מען דארפן זאגן אז זיי לערנען אפ די דין אזא אז מ׳טאר נישט אפשטעלן דאס קלאפן פון א הארץ וואס ליגט אין א מענטש [די מאמע]. איי וואס וועט זיין די איסור אין די ערשטע 6 וואכן ווען די עובר האט ניטאמאל קיין הארץ, וועט מען מוזן זאגן אז די דין פון לא תרצח איז אז מ׳טאר נישט אפ׳הרג׳נען צעלן פון א מענטש וואס קענען ווערן א הארץ, א חידוש. יעדנפאלס, ארויסנעמען דאס הארץ פון א לעבעדיגער מענטש און אריינלייגן אין א צווייטער מענטש און לאזן דעם ערשטן מענטש אפשטארבן איז לכאורה מותר לכתחילה לויט די וואס לערנען אפ אז לא תרצח איז אזא דין אזא ווייל דו שטעלסט נישט אפ זיין הארצקלאפן, איי דאס לצנות איז גרויס) נאר ס׳איז אן ענין פון זוכן דאס בעסטע פאר די מענטשהייט, הפלה אין אסאך פעלער איז בעסער פאר דאס מענטשהייט קען דאס אויך אריינגיין אין דעם ענין. ווייטער גירושין איז לכאורה יא א טויש אין סטאנדארטן, אבער דאס ליגט אויפ׳ן קאטוילישע קירכע צו פארענטפערן ווייל זיי האבן מתיר געווען ביטול קידושין למפרע וואס לויט די סטאנדארט וואס די פסוק שטעלט אוועק (אז ס׳איז גורם זנות) איז עס די זעלבע זאך, סך הכל וואס די רעפארמיסטן זאגן אז אויב האסטו שוין יא געמאכט א טויש אין סטאנדארטן כאטש מאך נישט דערפון א חוכא ואיטלולא און זיי שוין אינגאנצן מתיר גירושין.

ב. דו פרעגסט כאילו פאר די אמאליגע סטאנדארטן איז די איסור אויף משכב זכור יא געווען ok, ס׳ליגט אין די הענט פון די רעליגיעזע פירער צו באשליסן צו זיי ווילן אנהאלטן דעם איסור צו זיי ווילן עס אפלאזן פונקט ווי זיי האבן אפגעלאזט נאך הונדערטער זאכן וואס האט זיי נישט געשמעקט כמבואר אצלנו כמה פעמים, אבער טויש פון מאראלישע סטאנדארטן איז נישט קיין תירוץ, איינס ווייל ס׳איז לכאורה היסטאריש נישט ריכטיג, און צווייטנס ווייל מאראל דארף זיך צושטעלן צו די תורה, נישט פארקערט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

Noah
Noah_Poster_2014.jpg

לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

תוהו ובוהו האט געשריבן:Noah
Noah_Poster_2014.jpg

לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.

אויך עוועילעבל אויף פריים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

מי אני האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=430582&sid=b696df9d9b215caec4126d0e3a1cf26f#p430582


אופס!
נישט געוואוסט אז ס'שוין געווען דא..

די פילם האט אסאך טעאלאגישע חידושים וואס האט מיר געכאפט..

אנגעהויבן מיטן פארום פון נבואה וואס איז מער אזא 'חלום בלא דברים בטלים', נענטער צו 'דיבוק במושכלות', ווי צו דעם טראדיציאנאלן מיסטערישע דיקע מענערישע שטימע פון גאט אינעם געווענליכן ביבליקען פילם.

אזוי אויך (ענליך צו וואס דו שרייבסט דארט), דעם אומקלארן ציווי וואס קומט אפיר פונעם נבואה, וואס לאזט איבער רוב ''נבואה'' צום ספעציפישן נביא ווי אזוי ער וועט עס אפלערנען.

ביזן מאדערנעם -האלב דעטערמעניסטישען- בליק וואס נח קומט צו, און פארשטייט אז ער במקום דעם דור המבול וואלט זיך ווארשיינדליך אויפגעפירט די זעלבע, און ווי ער זאגט צו זיין ווייב ''צו באשיצן אונזערע קינדער וואלטן מיר דען נישט געהרג'ט?!'' און ווי איראניש אז למעשה טוט ער טאקע דאס ווען ער פירט למעשה נישט אויס דעם ציווי השם (ווי ער פארשטייט עס) צוליב ליבשאפט, (דאס זיסטע איז נאך ווי ער קויפט דערנאך אפ זיין שנור'ס טעאלאגישע הסברים למפרע, פ''וו ער האט יא מקיים געווען דעם ציווי השם).

ווי אויך איז די כאראקטער פון 'תובל קין' א געוואלדיגע, ווי א פרוסטרירטן מאמין קומט צום החלטה אז גאט איז נישט צום האבן, און אז גאט וועט שוין נישט רעדן צו אים, און גייט אריין אין אזא 'survival mode' און ווארפט אוועק טעאלאגיע בכלל.

אזוי אויך חם'ס פארלוירנקייט, זייענדיג אין א משפחה וואס ווייסט 'גענוי' דעם רצון השם, אבער פאר אים ארבעט דאס נישט ביז ער גייט אט''ד.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די דאקומענטערי The Social Dilemma. עס איז זייער פראפעשינאל געמאכט, א סאך חומר למחשבה, סיי בנוגע ביג טעק, סאשעל מידיע וכדומה, און סיי בנוגע אזעלכע פילאזאפישע ענינים ווי דעטירמעניזם וכדומה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

צוויי ביאגראפיע מאוויס פון גרויסע פראפעסארן וואס האט מיך געכאפט:

A Beautiful Mind
די געשיכטע פון פראפעסאר John Nash וועלכע איז אויפגעקומען מיט די "נעש עקוויליבריום".
ער האט געליטן פון 'פאראנויד סקיצאפרעניע'.

די פילם האט א גאר שטארקע מוסר השכל.
A_Beautiful_Mind_Poster.jpg


The Imitation Game
די געשיכטע פון Alan Turing וועלכע ווערט פאררעכנט ווי די גרונדער פון "קאמפיוטער סייענס".
עס רעדט זיך בעיקר פון זיין מאשין וועלכע האט געבראכן די עניגמע ביים צווייטן וועלט קריג, אבער ענדיגט זיך מיט זיין זעלבסטמארד נאכן ליידן איבער א יאר ך פון 'הארמאנעל טעראפיע' וועלכע די בריטישע גאווערנמענט האט ארויפגעצווינגן אויף עם פארן זיין 'געי'!

די פילם האט אויך גאנץ א שטארקע השפעה לטוב.
81b+G+RIkkL._SL1500_.jpg
פארשפארט