דערהויבענע איד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:אז דיין ווייב דינט דיך און שטעלט דיך צופרידן זענען דיינע קינדער און די איבריגע חלק כלל ישראל נישט שולדיג!!
כ'האב נייעס פאר דיר, אין די סעקולארע וועלט איז געווענליך דער מאן דער וואס דינט די פרוי, הגם די פרוי איז נישט אזא געטשקע ווי דער מאן איז ביי אונז אבער פארקערט זיכער נישט.
כהאלט נישט אז איינער דארף איינעם דינען אין א מעריזש, כהאב נאר מגיב געוועהן אויף אים אז ווייל ער איז צפרידן- מן הסתם דינט אים זיין ווייב-מיינט נישט אז אנדערע זענען יא.
ווען איך בין ווען א מחוצף פרעג איך אים צו זיין ווייב איז אויך צופרידן....
ר' איד, זיי נישט אזוי שארף, פון דיינע שירות זעהט זיך אן אז איר האלט מיט א קלארקייט אז יעדער מיטשעט'זיך, כאילו אויב ער איז צופרידן וואלסטו געוואלט פרעגן די ווייב צו זי איז אויך.. ס'איז דא אסאך, גאר אסאך וואס טראכטן וואס וועט זיין די בעסט פאר מיין קינד, במילא נישט יעדער טיילט מיט דעם דאזיגען גורל,
און פון די אנדערע זייט איז טאקע אויך ריכטיג אז געוויסע עלטערן דארפן ריכטיגער צוגיין צום שידוך, און נישט סתם הודל מיט בודל,
ווי האט יענער געזאגט: א חוץ גראב מיט גראב, איז דא נאר עפעס וואס שטימט?!
אבער פארשטיי אז ס'איז דא א סיבה פארוואס אונזער שדוכים גייען אזוי צו, מען דארף עס אבער טוהן מיט א קלוגע וועג, איבערשמיעסן מיטן קינד וכדו' וכדו'
למעשה זעהט מען אז עס איז נישטא ביי אונז מען גט'ן ווי ביי די אנדערע (חאטש קענסט זאגן אז ביי אונז איז עס מען א סטיגמע, זיך צו גט'ן, און וועגן דעם איז די תוצאה נישט מער)
אזוי אויך פארשטיי, מען קען אסאך ארבעטן אויף 'שלום בית' - און שלום בית מיין איך נישט נאר מען זאל זיך נישט קריגען, נאר אויף זיך פארשטיין אויפן בליק מיט די אויגן, האבן די זעלבע מטרה מיט'ן שטוב, זיך נישט צו שעימען איינע פון די אנדערע מיט אלע אינעליכע ענינים, הנאה האבן אינאיינעם, וכדו' ס'איז היינט דא אסאך ביכער אין ענגליש און אין אידיש (דורך דיע סייט האב איך געקויפט 'מה טובו אהליך')
- איך טראכט אז דיע וואס קלוקען נישט קענען מיט די ריכטיגע ווילן אנקומען צום געוואונטשענע ציל דורך ליינען און קונה זיין עניני שלום בית, און יא, מען דארף אויך ארבעטן אויף די מידות, איינע פון די סיבות פארוואס מיר זענען אויף דעם וועלט. איך זאג טאקע נישט 100% מענטשן, אבער רוב חברה קענען עס באווייזן.
- די סעלאשן איז נישט צו בלעימען, דו ביסט ווי דו ביסט, (איך מיין נישט 'דיר', איך מיין דער מענטש וואס רעדט זיך אפ א גאנצע טאג אויף זיינע פראבלעמען וואס 'יענער' איז שילדיג) מען קען עס אבער מאכן בעסער, ס'איז דא א וועג.
- אויף אזוי פיל: דאס וואס דו האסט נישט ליב געהאט ביים צוגיין צו דיין שידוך, וועסטו בס"ד נישט איבערטוהן ביי דיינע קינדער.