berlbalaguleh האט געשריבן:הרב שבעים לשון שליט"א: איך וועלל דא מגיב זיין (כ'מיין אויף דיינע זיסע , ..."תמימות'דיגע"...רייד.
אונז האמיר שוין אזויפיהל מאל איבערגעקייעט די זעלבע זאך. אז די אלע קהילות קדושות וואס דו רעכנסט דא אויס. ווען זיי האבן א שאלה אין הילכות שבת אדער בשר בחלב (נישט בשר וחלב.), גייען זיי פרעגן זייערע אייגענע דייני הקהילה. און וויאזוי דער מו"ץ פסק'עט אזוי בלייבט עס (אין רוב פעלער). משא"כ ביי שטאטישע (קר"י) כשרות און ענייני סידור גיטין וקידושין האבן די (פריוואטע) קהילה דיינים נישט דאס לעצטע ווארט. נאר דער מרא דאתרא ובית דינו...! ווייל אונז האמיר שוין (כמעט) א מיליאן מאל אויסגעשמועסט דעם חילוק פון א שטאט אזוי ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי אדער לעיקוואוד. וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. און קיינער קען נישט נעמען די רעכט פאר זיך. ווייל מ'קען איהם זאגן..."מי שמך"...?!
משא"כ קרית יואל, יצ"ו. וואס איז לכתחילה געבויעט געווארן (דורך רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע) אלס א פריוואטע שטאט פאר די בני הקהילה. און זיין ממלא מקום, דער ברך משה האט ממנה געווען זיין עלטסטן זוהן אלס מרא דאתרא. ממילא שטייט זיין אוטאריטעט העכער פון אלע פריוואטע בתי דינים און מורי הוראות. ווי גרויס זיי זאללן נאר זיין...!
קרית יואל איז געבויעט געווארן אלס א פריוואטער שטאט? מהיכי תיתי? פון ווי נעמסטו דאס? זענען די גרונד פרינציפן פון קרית יואל אזוי ווי אין ניו סקווירא?
זאת ועוד, קרית יואל, מיט אירע פאזיציעס און אינסטיטוציעס איז א רעכטע חלק פון די סאטמארער ירושה פונקט ווי יעדע סאטמארער קבוצה בכל קצוי תבל. און שוין פריער ערווענט אז ווי אימער עס איז דא א סאטמארער ביהמ"ד וכו' איז נאכן ברך משה געווארן צוויי, מה נשתנה קרית יואל מכל העיירות? וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, ירושלים, בני ברק, לאנדאן, אנטווערפען, מאנטשעסטער, לעיקוואד.
דאס איז איבער די נושא ווס הייסט סאטמארער קהלה.
איבער די נושא פון מרא דאתרא, קוק אביעקטיוו ווער נישט ווארעם, א מרא דאתרא עקזיסטירט נישט אן א קהלה. קרית יואל האט זיך אין מציאות געטוישט, פון איין קהלה איז געווארן כמה קהלות מחמת מחלוקת, און מהאט נישט געקענט עקזיסטירן און איין געזעלשאפט אונטער איין קהלה וכל המסתעף דהיינו חינוך, כשרות, וכו'.
אמת אז בשעתו פונעם מייסד איז געווען איין קהלה מיט א מרא דאתרא וואס ביים ברך משה'ס אויפנעמען מהר"א האט עס אנגעהויבן הינקען, און מהאט עס פראבירט צו דערשטיקן בכח גדול, ולא עלתה, ובסוף ימיו איז די קהלה צעטיילט געווארן בירושתו.
דער אויטאריטעט פון מהר"א און מהרי"י זענען באגרעניצט צו זייערע נכסים, קהלה, בי"ד בלי שום ערעור. עס האט נישט מיט גרויסע אדער קליינע קהלות, עס האט מיט דעם מציאות צו איינער איז סר למשמעתו ווייל ער באלאנגט בקהלתו אדער ער באלאנגט צו א צווייטע קהלה.
קען א שטאט טוישן דעם "איין קהלה סטאטוס"?
נישט נאר קרית יואל איז אויסגעוואקסן פון א איין קהלה סטאטוס צו א מאלטי קהלה שטאט, מאנסי האט אויך אמאל געהאט א שטאטס רב, היינט איז עס א שטאט מיט צענדליגער קהלות קדושות, נאר סאטמאר האט עס נישט געדארפט פייטן עס איז געוען מלאכתן נעשית ע"י אחרים.
ניו יארק האט אויך אמאל געהאט א רב הכולל, און היינט עקזיסיטירן הונדערטער קהלות קדושות. און אויב קען דאס נישט פאסירן אפשר דארף מען צוריק גיין צו די יורשים פון רבי יעקב יוסף ז"ל אדער פון הרב אשרי ע"ה דער לעצטער רב פון ניו יארק.