אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער איינציגסטער חילוק פין היינט און אמאהל איז די מנהיגים, אבער דער עולם, דער כלל איז דער זעלבער.
איך בין מחולק מיט דיר, כמעט קיינער ווערט נישט קיין מנהיג ריין לשם שמים, מנהיגים זענען אלץ געווען מענטשן וואס האבן ליעב געהאט אטענשן און קאנטראל און לאזן הערן זייערע מיינונגען, די זוהר הקדוש וואס איז מינימום א 750 יאר אלט באקלאגט זיך שוין אז די מנהיגים פונעם דור זענען די ערב רב ווייל זיי זענען נאר דא צו בויען זייער נאמען (חלק א דף כה.) יא, דער בעש״ט האט איבערגעלאזט אפאר תלמידים און תלמידי תלמידים וואס האבן געמיינט אז ס׳איז אן עולם התיקון און פרובירט איבערצואווארפן די מנהיגים מארקעט, ס׳דורכגעגאנגען אפאר יאר און די מארקעט איז דורך א correction און מ׳איז צוריק צו אלף ביז צום נעקסטן רעוואלוציע. מהפכה הולך ומהפכה בא and the crap is here to stay.
נאך אלעמען שטעלן די רביס צו גאנץ פיינע סערוויסעס, זיי שטעלן צו בעיביסיטינג פאר די קינדער פון די צוויי יאר ביז׳ן חתונה, א געשמאקע קרעמל וואו צו פארברענגען פון די חתונה ביז מ׳האלט ביים גיין ארבעטן, זיי שטעלן צו ענטערטעינמענט יעדן שבת ביינאכט און ל״ג בעומר, וואו צו טאנצן חול המועד סוכות ביינאכט און פורים נאכמיטאג, א.א.וו. און אז ער איז נישט דער תנא קמא וואס דו פאנטאזירסט אז זיין עלטער זיידע איז געווען איז וואס? דשעף בעזאס און בנימין שפירא זענען דען יא דיינע ראול מאדעלס? נאר וואס דען, אז א מענטש שטעלט צו סערוויסעס פון וואס דו ביזט נהנה נעם עס אן, צאל די פרייז וואס ער פארלאנגט דערפאר, געב איהם זיין פארדינטע אטענשן, און זיין פערזענליכע לעבן איז נישט דיין ביזנעס. יא, מ׳קען גאססיפן און בארעדן ווי חברים שמועסן, אבער זיך אויפשטעלן האלטן א דרשה אז דאנעלד טראמפ איז נישט קיין גוטע פרעזידענט ווייל אין בעלזא זענען געווען יושבים (מענטשן וואס די ווייב האט זיי ארויסגעטראסקעט פון שטוב פאר׳ן זיך נישט צושטעלן צום שטוב ווירטשאפט און אנשטאט גיין צו א פסיכאלאג האבן זיי איר געלאזט הענגען און אנטלאפן קיין בעלזא עסן קוגל און פארציילן עובדות פונעם רב און מאכן פון זייער פארשלאכקייט און קראנקע כאראקטער א לכתחילה׳דיגע תורה שלמה) איז נישט גערעדט צום זאך.