מע קען שוין באלד מאכען א אשכול און דארט צאמנעמען יעדע מאל ווען קטלא קניא לייגט ארויף א נייע מאמר אבער חביבין עלי דברי סופרים מיינעך אז סע יא כדאי צו עקסטער לייגען זיינע זאכען אז מע זאל קענען מדקדק זיין אין זיינע ווערטער.
די מאל האט א עקסטערע חשיבות ווייל ער לינקט צו קאווע שטיבל. און מסתם וועט ער נאך מאכען א ארטיקל פון דעם וואס מע שמועסט אויס אויב ער איז כופר וואס איך האלט וואלט געווען אינטערעסאנט אויב ער מאכט קלאר זיינע מיינונג ווייל ער זעהט אויס שטארק מיט זיינע שיטות און באהאלט עס נישט, וועט ער ביי דעם אויך קענען קלאר מאכען וואס ער טראכט.
קטלא קניא: ואומר לך בדמיך חיי
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
נאָך מיין לעצטער שטיקל איבער דער 'אינטערסאַנטער' שאלה פון דער רשכבה"ג איז אָנגעקומען אַ בריוול פון אַ לייענער אַז ער האָט מברר געווען ביי אַ כלי ראשון און באַשטעטיקט אַז אַזוי איז אין דעם היים טאַקע דער שטייגער. אַז מען ברענגט אַהיים אַ קינד פון ביהמ"ד נאָכן יידישן און עס שטעלט זיך אויס אַז ער איז נאָך גאָר אַן ערל טוט מען עס באַלד פאַררעכטן אָן קיינעם צו פרעגן (עכ"ל). ווי מען זאָגט ביי אונז, קיינער האָט אייך נישט געהייסן קומען און אַז עס געפעלט אייך נישט זייט מוחל קושט דער מזוזה. כּל זמן אָבער איר זענט ביי אונז וועלן מיר באַשליסן וויאַזוי אַנצוגיין מיט די ערלים.
איך וועל נישט איבערקייען די טענות ווייל די פרשה איז יפה נדרשת אינעם קאַווע שטיבל און דער עולם דאַרף אויפשטיין צו סליחות. לאָמיר אָבער רעדן בקיצור איבער איין אַספּעקט וואָס איך האָב נישט געזען מען זאָל דאָרט דעקן. אַז מען מאַכט איבער פון צייט צו צייט בריתן הייסט עס אַז אין בית מדרש דרייען זיך מוהלים וואָס מהלען קינדער אָן זיי זאָלן בכלל וויסן וויאַזוי מען מאַכט אַ געהעריקן ברית מילה. ווי דער צדיק האָט ערקלערט, 'דער טאַטע אָדער דער טאַטעס טאַטע' מאַכן זיך אַ ברית און ווי דוד המלך זאָגט, הרה עמל וילד שקר, מען שוואַנגערט, מען פּלאָגט זיך און עס ווערן געבוירן שאלות. אייגנטלעך נישט שאלות צי מען זאָל מעביר זיין דעם מוהל ווייל דאָס שטייט נאָר לגבי מציצה בפה וואָס חמירא סכנתא מאיסורא. דאָ איז אָבער בלויז אַ שאלה איבערן מצווה אַליין און מען קען דאָך איבער מהלען. ווי ר' ישראל סאַלאַנטער וואָלט אוודאי געזאָגט, ווילאַנג דאָס מעסערל איז שאַרף קען מען נאָך פאַררעכטן.
ביים טאַטן אַליין איז דאָך אויך דאָ אַן ענין פון מצוה בו יותר מבשלוחו. אַז דער טאַטע האָט מיט אַ נאַכט פריער ביים וואַך נאַכט דערציילט דער בעל שמס מעשה פון קינדער כאַפּערס און דערנאָך האָט ער אַ גאַנצע נאַכט געלערנט רעיא מהימנא איז דאָך אָפגערדט אַז ער איז דער בעסטער קאַנדידאַט צום מצוה. און אַז ער קען נישט אַזוי גוט, ווייסן דאָך מיר חסידים אַז רחמנא ליבא בעיא און אחד המרבה ואחד הממעיט, צי ער שנייט אָפּ אַ גרויס שטיקל צי אַ קליין שטיקל אַבי אַז ער מיינט עס ערנסט. און צום ערגסטן איז אַלץ דאָ דער מוהל, דער יושב בסתר, וואָס וועט אַלצדינג מתקן זיין.
אין אמתן איז דאָס גאָר אַ גלייכער זאַך ווייל וואָס וועט זיין אַז דאָס קינד וואַקסט אויף און מען פרעגט אים, ווער איז געווען דיין מוהל. וואָס וועט ער ענטפרן? מיין טאַטע האָט אָנגעהויבן און ר' חיים יהושע האָט געגומרט? קען מען דען אַזוינס צולאָזן? מיר האָבן בקבלה, איין באַשעפער, איין רבי, איין שמעקל און איין מוהל. ממילא איז טאַקע בעסער לטובת הענין אַז מען רעדט נישט דערפון און מען טוט וואָס מען האָט צו טון און מען פאַרגיסט חלילה נישט אומזיסטע יידיש בלוט פון זיין אַ מלבין פני חבירו ברבים.
אויסער דעם איז דאָ אַ גרויסער ענין אַז אַ קינד מיט צוויי מוהלים קען ווערן שטאַרק 'קאָנפיוזד' און אויף דעם איז כּדאי מפסיק צו זיין דעם ענין אַרומצורעדן דעם געוואַלדיקן פּראָבלעם. ווי מיר ווייסן זענען אונזער קינדער כּסדר אין אַ שטאַרקע סכּנה פון ווערן קאָנפיוזד. מען טאָר זיי גאָרנישט זאָגן און נאָך ווייניקער ווייזן ווייל אַז זיי זען אָדער הערן עפּעס וואָס איז נישט אויסגעהאַלטן ווי דער רבי האָט געלערנט אין חדר ווערן זיי באַלד קאָנפיוזד.
דאָס הייסט למעשה אַזוי. אַז זיי זען ערוואַקסענע מענער גיין מכּות אין בית מדרש דאָס טוט זיי נישט צופיל קאָנפיוזן. און אַז זיי זען ווי אַ רבי פראַסקט אָן אַ יינגל בפני קהל ועדה איז אויך נישט צו געפערלעך ווייל אדרבה עס איז למען ישמעו ויראו. נאָר למשל אַז מען וועט זיי זאָגן אַז עס זענען פאַראַן רביס, פון די ריכטיקע סאָרט וואָס האָבן שיינע קאַרס און מען לייגט פאַר זיי לעמפּ אין די ביימער, אַז מען זאָגט פאַר קינדער אַז אַזוינע רביס פאַרברענען הייזער טאַקע אויך אויף למען ישמעו ויראו דאָס וועט זיי שוין אינגאַנצן צומישן דער מוח.
דאַווענען צום ביישפּיל פאַר דער קרבן פון אַזאַ פייער קען זיי אויך שרעקלעך קאָנפיוזן אָבער זאָגן תהילים פאַר נאַרקאָטיק שמוגלער אָדער לעסטערער פון קליינע קינדער צו דעם זענען אונזערע קינדער שטאַרק געאייניקט צו פאַרשטיין. ווייטער הא גופא אַז מען קען טון געמיינע זאַכן פאַר קינדער דאָס איז פאַר זיי כּמעט אַזוי מסוכן ווי לערנען זוהר פאַר די פערציק.
אַז אַ מאַמע שוואַנגערט און מען דערציילט די קינדער אַז זיי גיין האָבן אַ נייע בייבי נאָך דער קינד איז שוין געבוירן געוואָרן און מען טיילט זיי אויס ווי יתומימלעך קען מען אויך אַריינרעכענען אין די זאַכן וואָס מאַכן בכלל נישט אַ רושם אויף קינדער. פאַרקערט גאָר, אַז מען דערציילט זיי צו פרי אַז די מאַמע איז טראָגעדיק דאָס טרייבט זיי אַרויס פון דער זינען און נאָר אַן אכזר אָן אַ יידיש האַרץ און אָן אַ קאָפּ צו חינוך וועט אַזוינס טון.
אַז מען קען זיין אַ ייד אָן אַ קאַפּל אָדער אַ יידענע מיט הויזן איז ממש פון די ערגסטע זאַכן וואָס קען משוגע מאַכן אונזערע הייליקע אומשולדיקע נשמות. אָבער אַז רב קוק איז ימ"ש און אָוי יו איז חזיר טרייף דאָס איז גאַנץ פאַרשטענדליך און אפילו אַ קטן הצריך לאמו קען מבחין זיין אין דער קלאָרער חילוק.
אַנטשולדיקט מיר פאַרן הפסק ווייל מיר האַלטן נאָך ביים ערשטן מוהל אָבער נישט קאָנפיוזען אַ קינד איז פּיקוח נפש ממש.
עס וואָלט דאָך אַלץ אפשר געווען אַ סברא אַז מען זאָל אָנזאָגן פאַר עלטערן שטילערהייט אַז זיי זאָלן נישט נעמען אַזאַ מוהל. אָדער אפשר צורופן דעם מוהל אין דער זייט און אים זאָגן, מאי דהוי הוי, אָבער מהיום והלאה זייט מוחל גייט שנייט מייערן פאַרן שבת יויך אָבער מיט קינדער לאָזט אייך אָפּ. נישט חלילה איבער אייערע כוונות נאָר פּשוט ווייל איר קענט נישט. איי איר בלאָזט די תקיעות און איר קענט אויך נישט, און ביים ראש השנהדיקן מוסף דאַווענט מען צום זייגער איר זאָלט שוין פאַרטיקן, טאַקע אַ פיינע טענה אָבער ר"ה קומט פאָר יעדן יאָר מה שאין כּן דעם רך הנמול האָט נאָר איינס דערפון און ער דאַרף זיך נאָך מיט דעם באַנוצן, בלשון נקייה גערעדט. מיר פאַרשטיין גוט אייערע כוונות אים מחליש זיין דער כוח התאווה אָבער אויף דעם איז איין מוהל אויך גענוג.
ווער ער זאָל זיין אַ 'פּלאָמבער' כלשוננו און ער זאָל אַזוי אַריין שניידן אין אַ רער וואָלט מען געהאָנגן פּלאַקאַטן התורה חסה על ממונן של ישראל און מען וואָלט אים צוריק געשיקט אין כּולל. אַ געוואַלדיקער ירא שמים אָבער אַ בעל מלאכה אַ שוואַכער. ווייטער ווען ער זאָל זיין אַ שוחט וואָלט מען אים באַשולדיקט פאַר אַ מאכיל טרפות און יעדער אומגליק פון די לעצטע צען יאָר וואָלט מען אויף אים אַרויפגעלייגט. ביי אַ פּלאָמבער איז אָבער וויבאַלד צדיקים חביבים עליהם ממונם יותר מגופם און כּל שכּן פון אַ תינוק בן יומו. ווייטער ביי אַ שוחט איז אַ חשש פון צער בעלי חיים דאורייתא פונעם אָקס משא"כּ דאָ רעדט זיך סך הכּל פון אַ קליין עופעלע וואָס איז נאָך אפילו נישט אַרויס מכלל נפל. נו איז וואָס? ער וועט נאָך אַביסל וויינען? ס'יז געזונט פאַר די לונגען. די גמרא זאָגט אויף מילה כי עליך הורגנו כל היום קען עס דאָך חלילה נישט זיין מיחזי כשיקרא.
היוצא לנו מזה איז גאָר אַן אינטערסאַנטער היכי תמצא. ווען עלטערן דינגן אַ מוהל מיט אַ גרויסן באָרד און ער מאַכט די ברכות בלויז פון אַ באַרדיטשובער סידור און ווען ער זאָגט זה הכּסא של אליהו הנביא זעט מען ממש בחוש ר' אליהן, דער מוהל איז לאו דוקא אַן אמתער מוהל און ער קען גאָר זיין דער מלאך המוות אין אַ בעקיטשע. אָבער ווען עס קומט דער מוהל מומחה וואָס ווען ער דערלאַנגט אַ שנייד איז עס אויסגעהאַלטן לכל הדיעות ביי אים טאָרן אפילו טאַטע מאַמע נישט וויסן.
דבר אחר אַז עס איז גאָר אַן עולם הפוך. מציצה בפּה וואָס איז מפני הסכּנה ווערט אַ מצווה דאורייתא ממש ביהרג ועל יעבור, אָבער די מצוות עשה פון מילה איז כל מי שרוצה לטול את השם יבא ויטול און אַז ער קען נישט וועט קומען אַ צווייטער וואָס קען יאָ. אַביסל ווי די עשרת ימי תשובה וווּ מיר האַלטן יעצט. איז דער מוהל אַ צדיק איז נכתבים לאלתר און אַז אַ רשע קען ער נאָך דעם קליינעם אַוועקלייגן. איז אָבער דער מוהל אַ בינוני איז דאָס קינד תלוי ועומד ביז מען ברענגט אים צום היים און מען זאָגט חתמינו באות ברית קודש אָבער אָן אַן אבינו.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תגובה אויף ידען'ס תגובה
ידען, דו ביסט געוואלדיג. נישט אזוי ווייט א ידען (דאס אויך) ווי א פה מפיק מרגליות. דיין מאמר איז קולע אל השערה. יו היט דע טארגעט, ווי מען זאגט אויף ענגליש. דו לייגסט אראפ דעם מצב מיט א געוואלדיגע קלארקייט. א ייש"כ. חוץ דעם "לייק" וואס איך האב דיר געגעבן.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ידען, דו ביסט געוואלדיג. נישט אזוי ווייט א ידען (דאס אויך) ווי א פה מפיק מרגליות. דיין מאמר איז קולע אל השערה. יו היט דע טארגעט, ווי מען זאגט אויף ענגליש. דו לייגסט אראפ דעם מצב מיט א געוואלדיגע קלארקייט. א ייש"כ. חוץ דעם "לייק" וואס איך האב דיר געגעבן.
א לייק קומט זיך דיר אבער די מאמר איז פון קטלא קניא , נישט פון מיר.
ער איז 1000 מאל מער ווי מיינע ארעמע ווערטער.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שכויך ידען פארן אראפברענגען דעם מאמר, אגב, כעלעמע מגיד האט דאס שוין צוגעברענגט אין די ארגינעלע אשכול.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
פלאי פלאות ווי דוקא דער לינקע כופר וואס ווען אונזערע עסקנים זאלן וויסן ווער דאס איז בלייבט נישט פון עם אדער זיינע קינדער קיין שם ושארית, פונקט ער האט בכלל די אויפריכטיגקייט און יכולת צו זען ערנסטע פראבלעמען וואס אונזערע רבנים און עסקנים קענען נישט זען. ענליך צו דעם האביך שוין דא אנגעמערקט ווי פונקט די פאפ זינגערס וואס ווערן גע'רודפ'ט פון די רבנים און עסקנים זענען די איינציגע וואס ברענגען עטוואס אנערקענונג פאר אזעלכע ערענסטע געזעלשפאטליכע פראבלעמען ווי בחורים וואס האבן נישט ישיבות און זעלבסטמארד.
אויף דעם זאגט שוין די גמרא ב"ק נ"ב:
אויף דעם זאגט שוין די גמרא ב"ק נ"ב:
כד רגיז רעיה על ענה עביד לנגדה שמותא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ידען האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ידען, דו ביסט געוואלדיג. נישט אזוי ווייט א ידען (דאס אויך) ווי א פה מפיק מרגליות. דיין מאמר איז קולע אל השערה. יו היט דע טארגעט, ווי מען זאגט אויף ענגליש. דו לייגסט אראפ דעם מצב מיט א געוואלדיגע קלארקייט. א ייש"כ. חוץ דעם "לייק" וואס איך האב דיר געגעבן.
א לייק קומט זיך דיר אבער די מאמר איז פון קטלא קניא , נישט פון מיר.
ער איז 1000 מאל מער ווי מיינע ארעמע ווערטער.
אבער א ייש"כ קומט זיך דיר פאר'ן איבערזאגן. מ'דערציילט א מעשה פון א יונגל וואס איז געקומען צו זיין רבי און איהם געזאגט אז "יאסל" איז א גרויסער מחוצף. ער האט גערעדט א סאך שלעכטס אויפ'ן רבי. און האט תיכף גענומען אויסרעכענען דעם לשון הרע מיט אלע פרטים. האט זיך דער רבי אנגערופן צו איהם. "דו ביסט דער מחוצף. ווייל איך הער די אללע נישט שיינע זאכן פון דיר!" דער נמשל איז, אז פאר דעם וואס זאגט איבער א מאמר קומט אויך קרעדיט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קטלא קניא אויף טוויטער האט געשריבן:א הוספה צו מיין נעכטיקער שלש סעודות תורה: פארוואס זאגט מען 2 מאל בדמיך חיי? איין מאל פאר יעדן מוהל