הרה''צ ר' מאטל זילבער: רבי'ס זענען די חורבן פון די דור
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
כידוע די סיפור פון בעלזא רב ז"ל: ווען פריערדיגע רב מהרי"ד איז אוועק האט די רביצין (בזו"ש וואס איז נישט געווען די מאמע פון מהר"א) געוואלט אז איר זוהן בילגערייע רב זאל ווערן "רב" אין בעלזא, און דער מהר"א זאל זיין "רבי", האט בעלזא רב זל געזאגט די איינציגסטע זאך וואס איז בירושה איז דייקא די רבנות, אדרבא אלס עלסטע זוהן איז זיין זכות צו ווערן רב אין בעלזא, און רבי ווענדט זיך וועמען די חסידים וועלן ווילן האבן אלס רבי... כמו התשובה של הדברי חיים הנ"ל.
ר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...
ר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2020 2:25 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:בנוגע ר' מאטיל זעלבסט. קיינער דא פארשטייט אים נישט ריכטיג... ער איז א האקעלער נפש, מען דארף אים קענען אפלערנען צו פארשטיין וואס ער האט געזאגט. איך קען זיין זיכער אז זיינע אנהענגער קוקן אן זיינע ווערטער, אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.
איך קען זיין זיכער אז די אנהענגער פון ר' מענדל וויזניצער קוקן אן זיינע ווערטער אנדערש ווי איר קוקט דאס אן דא.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
ס'איז נישט ריכטיג אריינצוגיין אין פורש זיין נעמען מחמת כבוד הבריות, יעדער איז בארעכטיגט במחשבתו צו טראכטן און קאטעגאריזירן יעדן רבי'ן וויאזוי ער וויל.
די נקודה וואס הרב זילבער זאגט איז זייער קלאר.
בדרך כלל זענען היינט נישטא די אידן אלס רבי'ס וואס וועלן פארלירן א נאכט שלאף אדער אויפגעבן א וואקאציע ווען א איד איז ל"ע אויף צרות. די ערשטע דור רבי'ס נאך דעם חורבן אייראפע זענען געווען בויערס, זיי האבן געשוויצט פאר זייערס א מענטש בכל הענינים, זיי האבן געקענט קריכן אויף די פיר און זיך פארחובות'ן למעלה ראש פאר א צווייטן איד אפגעזען פון זייער קרייז אדער נישט.
אוודאי קוקנדיג צוריק וועט מען זאגן, יא זיי האבן זיך אויפגעבויעט עמפייערס ריזיגע אינסטיטוציעס וכו' אבער לדעתי האבן זיי נישט געקענט פאראויסזען דעם היינטיגן מציאות און ריבוי עם און זיי האבן געארבעט מיט אן אמת להעמיד הדת על תילה, כל אחד בדילי'
רוב פון די רבי'ס זענען נישט שיכור געווארן אדער געטרעטן אויף מענטשן ווען זייער הצלחה האט אנגעהויבן שיינען זיי האבן נישט אויפגעהערט לויבן און דאנקען דעם רבוש"ע על כל צעד ושעל שהגיענו עד הלום. די כבוד האט זיי נישט משוגע געמאכט זיי האבן זיך מיטגעפרייעט אז דער ציבור קען היטן תורה ומצות און מחנך זיין א נייער דור לד' ולתורתו.
משא"כ די יורשים, נישט ספעציפיש דער אדער יענער, בדרך כלל זייער לייף סטייל איז לעוויש געשטימט, א גרויסער בודזשעט אין אסאך פעלער זענען זייערע קינדער און דור שלישי אויף פעיראל ביים ציבור.
ירחם השם אויב דארף מען חלילה א טובה פון זיי. און עס זענען נאך היינט דא וואס זענען יוצא מן הכלל. עס איז נישט דאס פלאץ דא אויסצושמועסן פרטים. פון דעם קאטעגארי רעדט הרב זילבער והצדק אתו.
קיינער וויל נישט הערן הרב זילבער אויסרעכענען א ליסטע מיט נעמען ויודע צדיק נפש בהמתו ...

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שבעים לשון האט געשריבן:רבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
יא, די שאלה בלייבט ווייטער ווער האט גע׳ירש׳נט צאנזער רב׳ס זכות צו זיין א רב אין א שטאט אז ווען אימער ס׳ליידיג געווארן א רבנות פאסטן אין גאליציע אונעם ראיאן זענען שוין געשטאנען דארט דריי בנשקלעך און טערארעזירט דעם שטאט אז מ׳זאל זיי אויסוועלן. ס׳דערמאנט מיר די מעשה פון יענע בחור א בנש״ק וואס האט זיך פארהערט דעם הוראה ביי א רב פון א גרויסע שטאט, דער רב האט איהם געפרעגט א צוויי דריי שאלות און צעהן מינוט שפעטער איז שוין דער בחור געשטאנען אינדרויסן מיט׳ן היתר הוראה אין האנט. נאכדעם רופט דער רב אריין דעם בחור׳ס מענטאר/מלמד און פאנג איהם אן צו פארהערן ווי ס׳דארף צו זיין, נאך א שעה צייט האט ער איהם געכאפט ביי עפעס א פרי מגדים אין הלכות אבלות וואס איז נוגע צו הלכות שבת און ער האט איהם געהייסן איבער׳חזר׳ן און צוריקקומען זיך נאכאמאל שטעלן פאר׳ן פארהער. אזוי האט דער רב איהם אויפגעהאלטן א וואך צייט ביז ער איז געווען זיכער אז דער יכול׳ט ווי ס׳דארף צו זיין און ער האט איהם געלאזט גיין. פאר׳ן גיין פרעגט איהם דער מלמד, ילמדני רבינו, פארוואס מיין תלמיד עם בנש״קל האסטו ארויסגעגעבן א היתר הוראה אין אן אויגנבליק און מיך פארהערסטו אזוי פאר א וואך צייט, אלעס וואס ער קען איז דאך נאר פון מיר, אויב ער האט אזוי גוט געקענט קען איך דאך זיכער! האט איהם דער רב געענטפערט וואס פארשטייסטו נישט, דער בחור דער בנש״ק מיט׳ן היתר הוראה צו אן דעם גייט ער מארגן ווערן א רב אין א שטעטל, נו, וואס גייט מיר אן צו ער קען צו נישט, אזויפיל קען איך אבער זיכער מאכן אז דו וואס דו גייסט ווערן דעם דומ״ץ אין שטאט ווייסט כאטש וואס טוט זיך...
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
והאיש משה האט געשריבן:ר' מאטל טעהנ'ט נישט אז זיי זיינען נישט רבי, אודאי זיינען זיי רבי נאר ס'דא מחיצות... און מ'וועלט א רבי פאר טפשות'דיגע סיבות נאר ווייל זיין טאטע וכו'...
אקעי, סאו די קשיא איז פארוואס ווען א בחור זוכט א ראול מאדעל שיקט מען איהם צום יורש מיט׳ן גאלדענעם בעקישע און נישט צום משפיע וואס גייט איהם מחנך זיין צו פארקוועטשקייט און פליען אינעם עולם הדמיון? איך זאג דיר צו אז ווען מענטשן וואלטן איבערצייגט געווען אז די סוד פון לעבן ליגט אינעם פארקראכטן קאפעלוטש וואלטן אלע אוועקגעווארפן זייערע באפוצטע הוטן און זיך געקויפט אזעלכע קאפעלייטשן, און יא, אפילו די רביס וואלטן צופליקט זייערע גאלדענע בעקישעס און זיך איינגעקויפט דעם טיקעט צו גן עדן מיט׳ן אפגעריבענעם כאלעטל. איז אויב האט ער א וועג איבערצוצייגן דעם עולם די גרויס חכמה וואס ליגט אינעם פארקנייטשן שטערן און טאנצן אויפ׳ן טיש מיט׳ן בלויזן טלית קטן זאל ער זיך לאזן הערן און איך זאג איהם צו אז דער עולם וועט אויסהארכן און פאלגן ווייל אידן ווילן זיין גוט, און אויב האט ער נישט קיין וועג איבערצוצייגן דעם עולם זאל ער מקיים זיין דעם פסוק מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין און אויפהערן צו האקן אזויפיל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: הרה''צ ר' מאטל זילבער: רבי'ס זענען די חורבן פון די דור
שבעים לשון האט געשריבן:קיינער וויל נישט הערן הרב זילבער אויסרעכענען א ליסטע מיט נעמען ויודע צדיק נפש בהמתו ...
יודע בהמה נפש צדיקו
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבעים לשון האט געשריבן:רבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
יא, די שאלה בלייבט ווייטער ווער האט גע׳ירש׳נט צאנזער רב׳ס זכות צו זיין א רב אין א שטאט אז ווען אימער ס׳ליידיג געווארן א רבנות פאסטן אין גאליציע אונעם ראיאן זענען שוין געשטאנען דארט דריי בנשקלעך און טערארעזירט דעם שטאט אז מ׳זאל זיי אויסוועלן. ס׳דערמאנט מיר די מעשה פון יענע בחור א בנש״ק וואס האט זיך פארהערט דעם הוראה ביי א רב פון א גרויסע שטאט, דער רב האט איהם געפרעגט א צוויי דריי שאלות און צעהן מינוט שפעטער איז שוין דער בחור געשטאנען אינדרויסן מיט׳ן היתר הוראה אין האנט. נאכדעם רופט דער רב אריין דעם בחור׳ס מענטאר/מלמד און פאנג איהם אן צו פארהערן ווי ס׳דארף צו זיין, נאך א שעה צייט האט ער איהם געכאפט ביי עפעס א פרי מגדים אין הלכות אבלות וואס איז נוגע צו הלכות שבת און ער האט איהם געהייסן איבער׳חזר׳ן און צוריקקומען זיך נאכאמאל שטעלן פאר׳ן פארהער. אזוי האט דער רב איהם אויפגעהאלטן א וואך צייט ביז ער איז געווען זיכער אז דער יכול׳ט ווי ס׳דארף צו זיין און ער האט איהם געלאזט גיין. פאר׳ן גיין פרעגט איהם דער מלמד, ילמדני רבינו, פארוואס מיין תלמיד עם בנש״קל האסטו ארויסגעגעבן א היתר הוראה אין אן אויגנבליק און מיך פארהערסטו אזוי פאר א וואך צייט, אלעס וואס ער קען איז דאך נאר פון מיר, אויב ער האט אזוי גוט געקענט קען איך דאך זיכער! האט איהם דער רב געענטפערט וואס פארשטייסטו נישט, דער בחור דער בנש״ק מיט׳ן היתר הוראה צו אן דעם גייט ער מארגן ווערן א רב אין א שטעטל, נו, וואס גייט מיר אן צו ער קען צו נישט, אזויפיל קען איך אבער זיכער מאכן אז דו וואס דו גייסט ווערן דעם דומ״ץ אין שטאט ווייסט כאטש וואס טוט זיך...
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.
שרייבסט גוט, אבער אפשר לאז ארויס דעם צאנזער רב זי"ע מיט זיינע קינדער פון אזא באהנדלונג עס איז בכלל נישט פאר אונזער מח אפצושאצן דער מציאות פון די קדושי עליון נ"ע.
עס איז דא גענוג און נאך צו באהאנדלען פון די צדיקים אתנו חיים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שבעים לשון האט געשריבן:שרייבסט גוט, אבער אפשר לאז ארויס דעם צאנזער רב זי"ע מיט זיינע קינדער פון אזא באהנדלונג עס איז בכלל נישט פאר אונזער מח אפצושאצן דער מציאות פון די קדושי עליון נ"ע.
עס איז דא גענוג און נאך צו באהאנדלען פון די צדיקים אתנו חיים.
כ׳האב חלילה נישט געמיינט אפצושאצן קיינעם, נישט צאנזער רב, נישט זיינע אייניקלעך, און אוודאי נישט הרה״צ רבי מאטל צו די אנדערע היינטיגע צדיקים שיחיו לאוי״ט, ס׳האט מיר נאר אויסגעזעהן ווי דו מיינסט אז מיט צאנזער רב׳ס פסק האסטו געלעהזט דעם פראבלעם האב איך אנגעמערקט די פעהלער אין דיין לעהזונג, דעטס אלל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
מי אני האט געשריבן:מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).
אויב די מיינסט דא אויף די צאנזער רב זצ"ל , אין דור פון צאנזער רב איז געוועהן זייער אסאך אדמורים און בנש"ק אבער איז ער אנגענומען צו זיין פון די גרעסטע אין זיין דור וואס אסאך גדולים האבן עם זייער מעריך געוועהן וואס מען זאגט נישט אויף יעדים איינעם, עס איז נישט עפעס סתם אז מען שרייבט קדוש עליון.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מי אני האט געשריבן:מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
און איז עס דען נישט אמת? קוים וואס זיי אליינס האבן א השגה וואס זיי טוען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 123
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
Re: הרה''צ ר' מאטל זילבער: רבי'ס זענען די חורבן פון די דור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!),
"דאס פינטעלע יוד"
Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קומזיץ האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).
אויב די מיינסט דא אויף די צאנזער רב זצ"ל , אין דור פון צאנזער רב איז געוועהן זייער אסאך אדמורים און בנש"ק אבער איז ער אנגענומען צו זיין פון די גרעסטע אין זיין דור וואס אסאך גדולים האבן עם זייער מעריך געוועהן וואס מען זאגט נישט אויף יעדים איינעם, עס איז נישט עפעס סתם אז מען שרייבט קדוש עליון.
איך מיין באמת נישט קיינעם. איך וויל נאר ארויסברענגן א סארט דיסקרעפּענסי וואס מען פיהלט ווען מ׳רעדט אויף איינעם פון די פריערדיגע דורות לעומת איינער פון די היינטיגע. מערק די לשונות פון ״קדושי עליון״ בלשון רבים.
ולגבי דאס ספעציפיש איז איך קען נישט גוט היסטאריע אבער איך שטעל מיר פאר אז די מיט וועמען ער האט געהאט חילוקי דיעות [חצר ריזשין-סאדיגורה] האבן נישט געזאגט ווי דיר. דאס ווערט אבער פארוואסערט במשך הדורות; אזא רוֺיזי רעטראָספּעקשאן. דאס זעלבע קען מען לכאורה טענה׳ן וועט פאסירן במשך הדורות אויף די היינטיגע מנהיגים. סך הכל, אל תאמר שהימים הראשנים היו טובים מאלה.
וידוע מאמרם בר״ה כה:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
מי אני האט געשריבן:מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין 100-200 יאר וועט מען לכאורה דעמאלטס העידזשיאוגרעפיקעלי אויך זאגן אויף די היינטיגע אז זיי זענען געווען קדושי עליון און אז מ׳האט נישט קיין השגה אין זיי.
ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס ירש׳נען ״רב״ אויך נאר אויב ער איז ״הגון״, ועיין ברש״י בדברים יז כ (ועיין ברש״י בויקרא טז לב).
ריכטיג אזוי. אין 100 יאר ארום זאלן זיי טאקע רעדן פון זייערע פראבלעמען, ירחם המרחם וויאזוי זאכן קענען זיך קייקלען ביז אהין.
אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, אם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים.
עס איז ידוע דער טעם פארוואס אלי' הנביא וועט זיין דער וואס וועט פארענטפערן די קשיות בביאת המשיח במהרה, תשבי יתרץ וכו' הלמאי עס וועט דאך זיין וועם צו פרעגן, אלע הייליגע תנאים ואמוראים גאונים ראשונים אלע נביאים און משה רבינו אליינס, וואס דארף מען תשבי? נאר אלי' הנביא איז דאך ארויף בשמים לעבעדיג און ער קומט דאך כסדר אראפ צו ברית'ן און די צדיקים וואז זענען זוכה לגילוי אלי' זל"ט, אין יעדן דור איז דא תקנות מנהגים חומרות הידורים גזירות וואס איז נוגע נאר פאר א זמן וכדומה, און מהאט לפי הזמן והמקום מתקן געווען, און אלי' הנביא איז דער איינציגסטער וואס מיטגעהאלטן יעדע דור יעדע תקופה יעדע תקנה וכו' ממילא קען נאר ער ענטפערן.
לעניננו, עס איז נישט מעגליך דן צו זיין איבער א מענטש א נושא א שערורי' ווען דו ביזט נישט אין די תקופה און די האלטסט מיט דעם גאנצן היקף. עס זענען דא פרטים לאין ערך וואס אימפעקטן מיינונג נטיות און מסקנות. מיר קענען נישט רעדן פון 150 יאר צוריק צוליב דעם, ווייל דו רעדסט פון א ספר אדער בוך וואס האט אפגעשריבן זיין בליק זיין געפיל און דו ווייסט נישט די איבעריגע. און דין זעלבע איז פאר 100 יאר ארום, ווען זיי זאלן ליינען די בלעטער דא אין שטיבל וועלן זיין זיך מוטשען איבער די שיחת חולין אונזערע.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
מיין פראבלעם מיט ר' מאטל איז אז ער שטעלט נישט צו קיין סעלושענס. צו וועמען זאל איך גיין? צו וועמען זאל איך שיקן מיינע קינדער?
צו ר' מאטל? ער זעט מיר נישט אויס צופיל בעסער. האט אויך משוגעתן, שוואנצונעס, ער האט שוין געזאגט אויף זיך ער איז משיח, זיינע קינדער גייען אויך איבערנעמען (נישט נאר סטיטשין נאר אויך אמונת ישראל).
זאל איך אנהייבן גיין צו א צווייטנ'ס יורש? יעדער זאל טוישן רבי'ס? א"כ מה הועילו חכמים? זאל איך שיקן צו א מוסד אן א רבי? ווערן א ליובאוויטשער?...
בקיצור מ'בלייבט ביים אלטן, און ער האט סתם גערעדט דברים בטלים.
צו ר' מאטל? ער זעט מיר נישט אויס צופיל בעסער. האט אויך משוגעתן, שוואנצונעס, ער האט שוין געזאגט אויף זיך ער איז משיח, זיינע קינדער גייען אויך איבערנעמען (נישט נאר סטיטשין נאר אויך אמונת ישראל).
זאל איך אנהייבן גיין צו א צווייטנ'ס יורש? יעדער זאל טוישן רבי'ס? א"כ מה הועילו חכמים? זאל איך שיקן צו א מוסד אן א רבי? ווערן א ליובאוויטשער?...
בקיצור מ'בלייבט ביים אלטן, און ער האט סתם גערעדט דברים בטלים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
מאך זיכער האט געשריבן: אויב וואלט איך געוואויר געווארן אז מיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל וואלט איך אים אפגעלאזט...
ווען דו ווערסט געוואר דיין רבי זיצט אויף קאווע שטיבל לאז מיר וויסן, איך וויל מיר מקשר זיין צו אים.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבעים לשון האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מורינו ורבנו: דו (אויב דיין ניק איז אמת) וואלסט דאך געדארפט צו זיין דער ערשטער מוחה צו זיין אויף זיינע נארישע דברי בלע. ס'האט גארנישט צו טון מיט איהם פערזענליך. ער פארבלייבט ווייטער אן עליכער איד און זייער חשוב אין מיינע אויגן. וויאזוי קענמען אוועקמאכן אלע רבי'ס ובנש"ק מיט איין גרויסן וויש...?!
דער פראבלעם איז. אז אפילו א גרויסער מענטש רעדט אמאל נארישקייטן. און נישט צו דער זאך. אבער מיט דעם ווערט ער נאכנישט אויס גרויסער מענטש. מ'דארף קוקן אויף זיינע אנדערע מעלות...!
איכ'ל דיר ברענגען א משל פון הרב קוק זצ"ל. נישט פון דעם סאטמאר'ן פערספעקטיוו. ס'איז כולי עלמא מודי אז ער איז געווען אן אדם גדול. א גאון עצום. און ירא שמים מרבים. (דאס האביך געהערט פון זיינע שונאים. אפילו זיי האבן עס מודה געווען.). איי ער האט דאך גערעדט זאכן וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. למשל. ער האט אנגערופן די פרייע חברה וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שב"ק. ..."צדיקים וועלכע הייליגן זייערע גופים"...! עמיר נישט אננעמען אז ער האט גערעדט אפיקורסות. נאר אז ער האט גערעדט שטותים והבלים. וואס א יעדער נארמאלער מענטש וואלט געלאכט דערפון. נו, אונז זעמיר נישט מחוייב אנצונעמן די שטותים אלס אן אמת. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם. אנדערע גדולים האבן אויך פון מאל צו מאל גערעדט שטותים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער ער ווערט נאכנישט אויס אדם גדול מיט דעם...!
דער אשכול איז נישט איבער רב קוק, אבער פון דיין געשרייבעכץ זעט אויס אז דו ביזט בכלל נישט באהאוונט מיט די היסטאריע פון רב קוק מיט די גדולי ישראל בשעתו און פארוואס מהאט אים בא'טיטל'ט מיט זיינע טיטלען. (און נישט נאר סאטמאר רב זי"ע). איך האב נישט קיין פערזענליכע אגענדע אדער צוואה איבער א שנאה צו אים ווצב"ש אידן כלפי די מדינים צרור את המדינים וגו' נאר איך האב אסאך געזען און גענישטערט איבער זיינע מערכות בימים ההם, און די גדולי ישראל בדור ההוא וואס זענען געווען מיט אים בידידות האבן אים גע'פסל'ט מחמת זיינע פסקים און השקפה.
צו שרייבן כולי עלמא מודי, און אזוינע שיינע תוארים און מדמה זיין צו אנדערע צדיקים, קומט פון אומוויסנקייט. נו שוין.
שבעים לשון: איך האב געזאגט מתחילה אז וואס איך זאג איז נישט פון'ם סאטמארער פערספעקטיוו. איך מיין אז איך האב א ביסל מער ווי דו געליינט און געהערט איבער הרב קוק. דרך אגב. א יישר כח פאר'ן קאמפלימענט אלס אומוויסנהייט. זיכער איז הרב קוק זצ"ל נישט געווען צום סאטמאר'ן טעם. די גרינגסטע זאך איז אוועקצומאכן איינעם אלס שייגעץ און אפיקורס. דאס איז ער זיכער נישט געווען. ס'איז אזוי ווי רש"י הק' זאגט איבער קורח...וקורח שפיקח היה מה ראה לשטות זה?...! אלא עינו הטעתו...! די זעלבע איז געווען מיט הרב קוק. ער האט ביי געוויסע געלעגנהייטן גערעדט א ביסל שטותים. אבער ער האט קיינמאל נישט גערעדט קיין כפירה. אדער געטון עפעס א זאך אקעגן די תורה...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבעים לשון האט געשריבן:רבנות איז יא בירושה. דהיינו אז א רב האט א רעכט עפ"י הלכה צו פארלאנגען אז זיין זון זאל אים ירש'נען ברבנות.
יא, ....
.....
בכל אופן, השתא דאתית להכא קען מען שוין פרובירן דערגיין וועם רבי מאטל האט דא געמיינט. דער בעלזער און דעם באבובער קען עס נישט זיין ווייל זיי רופן זיך רב און נישט רבי (מוסר השכל: וויפיל א חילוק פון איין אות קען אויסמאכן!), סאטמארע רבי און זיין ברודער אויך נישט ווייל זיי שרייבן זיך אונטער אבד״ק סאטמאר און נישט אדמו״ר מסאטמאר (א חילוק פון דריי אותיות!!!), דער בעל השוואנצונות קען עס נישט זיין ווייל ער האט נאר גע׳ירש׳נט דעם טיטל אב״ד שיכון וויזניץ, דאס אז די פראטאקאל גייט אז ווען דער רבי שטארבט נעמט דער אב״ד איבער איז שוין אריינגערעכט אינעם טיטל אב״ד השיכון וואס דאס גייט דאך יא איבער בירושה. נו וועם האט ער געקענט מיינען? בלייבט נאר איבער ר׳ ישראל מוויזניץ און אדמו״ר מבאבוב-45, טאקע זייער א שווערע קשיא.
אויף וועמען מען האט א ספק צו ער האט אים געמיינט, האט ער טאקע געמיינט.
אין אמת'ן ווייס איך אז ער האט שטארק נישט ליב רב"צ מבאבוב, ער האט שוין גערעדט אויף אים ברבים מער ווי איין מאל. מיט דער חלק וואס ער זאגט אז מען איז נישט ראוי וכו', מיינט ער לכאורה אים. דארט איז שוין דא אן אלטע רייבעריי, ווייל זיי זענען ביידע נוסח דזיקוב (עמטליך) און ר' מאטיל פילט א שטיקל קאמפעטישן, הגם עס איז סתם סטופיד, ווייל זיי זענען לא קרב זה אל זה. ווי אויך, האט רב"צ הערצה צו אים, א חסיד זיינע האט מיר גע'טענה'ט אז ער פלעגט אויסהערן זיינע טעיפס, ד.ה. רב"צ הערט אויס ר' מאטיל. פרעגט א חסיד פין ר' מאטיל וועגן רב"צ און דו וועסט הערן אלע לשון הרע'ס אפילו פון די אנגעהיטענע דארט וואס רעדן נישט לשון הרע'ס ווייל עס שטייט אין זרע קודש.
מיט דער חלק פון די פילן, חוץ וואס עס איז א נידריגע וועג פון אונז חרדים צו שעלטן מענטשן דארפסט פילן, דארפסט טעראפיע, וכו', מיינט ער לכאורה דער שוואנץ הגדול, וואס איז דער איינציגסטער רבי וואס צייכענט זיך אויס אין טוהן "משוגענע" זאכן.
דער מאדנע חלק פין זיין דרשה וואס איך זעה נישט מען זאל באטאנען דא, איז דער גאות. כלומר, יעדער רבי וועט צושפילן דער געים אז איך בין גארנישט, דער עולם קומט איך האב נישט קיין ברירה, סייעתא דשמיא, זכות אבות און אלע באז ווערטער. ער אבער, האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן בפה מלא אז בנשק'לעך ווערען נאר רבי'ס ווייל זיי זענען אייניקלעך, אבער "ער" הקדוש, ער זעלבסט איז געווארן א רבי ווייל ער איז יא ראוי. איך מיין קאם אן, באמת? אזוי רעדסטו? דער מקור הענווה רעדט פין זיך מיט אזא וואולגארע גאווה, כאילו ער וואלט געוועהן רשכבה"ג ווען נישט פאר די רבי'ס וואס נעמען אים צו די נשמות.
אבער אין פראקטיק, איז דא אן אנדערע וועג צו שטעלן א רבי? יעדער קען ווערן א רבי אויב זיי ווילן, פון וועמען נעמען די רבי'ס צו?
און אויך, אמאהל זעהן געוועהן גענוג און נאך רבי'ס וואס זענען ווערד געוועהן א שטויס פין אונטן (בשם שינאווער רב), סא דריי נישט אין קאפ מיט אמאהל. עס איז דא א געוואלד פון רבי'ס וואס זענען פארגעסן אפילו פון יצחק אלפסי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אישתישבי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!