קבלת קהל - קאווע שטיבל - היינט 10:30 - 12:00
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:דערווייל: א שאלה וואס איז אריינגעקומען פון א מיטגלידער אין שטיבל.
...
ובזה החלי:
א חבר מיינער, וועלכער איז גאר א פרומער און א כלי קודש, האט א טאכטער אין די יארן. ער האט אן עלטערע פארהייראטע טאכטער וואס איז געווארן מער ״קוּל״ וועלכע די מיידל און אירע שוועסטערס קוקן ארויף. די מיידל איז (זייענדיג אינגער און נאך אונטערן רושם פון שולע) טאקע פרומער און מער ״תוכן׳דיג״ ווי איר אבער דאך. אן אנדערע שוועסטער האט חתונה געהאט מיט אויך א מער ״ליידיגע״ בחור [און די אויגן פון מיין חבר] און איז אויך געווארן מער ״קוּל״. דאס איז אלעס א געוואלדיגע מורת רוח פאר מיין חבר. דעריבער וויל ער גאר שטארק אויסוועלן א ״תוכן׳דיגע״ בחור פאר די טאכטער, איר אזוי צו שטעלן אויפ׳ן ״ריכטיגן וועג״.
מ׳האט אים אנגעטראגן א בחור וואס איז אים געווען זייער צום הארצן. עס איז געקומען עד כדי בעשוי. דער בחור, הגם מ׳האט געהאט געהערט אויף אים אז ער איז אויך א ״לעבעדיגער״ און ״וויט-איט״ [דער חבר פארשטייט אז ס׳דארף דאך אויך עפעס פאסן מיט זיין טאכטער וואס זוכט עפעס אזוי ווי די שוואגערס, עכ״פ כאטש למחצה לשליש ולרביע], איז געזעצן ביים בעשוי נישט קוקענדיג אויף איר נאר אויף זיינע הענט און גערעדט פון זיין לערנען און סדרים. עס איז שטארק נישט געפאלן דאס מיידל און זי האט דאס אפגעזאגט, נישט וועלענדיג זיך טרעפן מיט׳ן בחור פאר א צווייטע בעשוי.
פאר מיין חבר האט דאס שטארק געארט. ער האט זיך דורכגערעדט מיט/אפגערעדט צו מיר אז פארוואס וויל זי זיך נישט טרעפן מיט אים כאטש נאך א צווייטן מאל? פרוביר נאכאמאל. עס איז דאך מעשים בכל יום אז די ערשטע בעשוי איז נישט איי איי איי אבער ביים צווייטן טשוכעט זיך אויס דער בחור וכו׳ און מאכט שוין יא א גוטע אימפּרעשׁאָן. דאס איז דאך בפרט דא וואו דאס מיידל ווייסט אז די אינפארמאציע אויפ׳ן בחור איז נישט די אימפּרעשׁאָן/איינדרוק וואס זי האט באקומען ביים בעשוי.
איך האב אים געזאגט אז ראשית כל איז זיין גאנצע צוגאנג צום שידוך פראצעס דא נישט אין פלאץ. ער דארף בעצם נישט אריינצוקומען אין בילד בכלל! וואס ״ער״ וויל איז נישט נוגע - ס׳איז זיין טאכטער מיט וועמען עס דארף צו שטימען (איך האב אים געוואוזן דער רמ״א בהלכות כיבוד אב ואם ביו״ד סוף סימן רמ). אויף דעם האט ער גע׳טענה׳ט אז ״זי בעצם קען רואיג שטימען מיט דאס וואס ער זוכט פאר איר״: ער זוכט נישט פאר איר ״דער וועלט׳ס פרומער צי דער געוואלדיגער לערנער״ הגם ער וואלט ״אויסגעגאנגען״ דאס צו באקומען.
אבל על של עתה באתי. די צווייטע פונקט וואס כ׳האב אים געזאגט איז אז א בעשוי איז ענליך צום געדאנק ווי ספּיִד דעיטינג ביי די גוים. והיינו, עס דינט אויף צו זעהן צי ס׳איז דא א ״ספּארק/פינק״ און צי ס׳איז דא ״עפעס״ קעמיסטרי (איך ווייס פון די גמרא בריש האיש מקדש). פארשטייט זיך אז ס׳איז גאר עלול לטעות, און בפרט פון א זכר׳ס פערספעקטיוו ווען א בחור פון אונזער דזשענדער-סעגרעגעיטעד געמיינדע טרעפט זיך דאס ערשטע מאל מיט א נקיבה איז מיינט ער אז דאס וואס ער פילט איז ווער-ווייסט-וואס, אבער דאס איז וואס ס׳דינט אויף און דארף צו דינען אויף. יעצט, אויב אויף למשל א קאָנטיניוּאָם פון 0 ביז 10 פיהלט מען א 5 צי אפילו 4 איז שייך צו זאגן ״נו, פרוביר נאכאמאל אפשר וועט עס ארויפגיין מיט אפאר פונקטן״. אבער אויב ביים ערשטן מאל איז עס געווען 2-3 איז דאן נישט שייך צו זאגן ״נאך אמאל״ פאר די פאר פונקטן וואס ס׳וועט אולי ארויף גיין. איך פארשטיי אז מ׳קען זאגן אז אפילו אויב ביים ערשטן מאל איז עס געווען 0 ממש איז ביים צווייטן מאל קען עס ארויף שפרינגען און נתהפך ווערן ממש צו 10, אבער דאס איז נישט שכיח אויף צו פרעשורן פאר נאך א בעשוי. ואולי איז ביים טאכטער זיינער דאס געווען גאר נידעריג ביים ערשטן מאל איז אויף וואס ארויף זיך טרעפן נאכאמאל?
למען האמת וואלט אויך געווען וויכטיג צו וויסן דער מצב פון די מאמע און איר קשר מיט איר טאכטער, אבער פון אונזער שמועס אין אישי האב איך פארשטאנען, אז זי איז פונקט ווי איר מאן, און דער קשר איז בסדר (אויף וויפיל מען ווייסט).
אייער פונקט איז ריכטיג אז מען דארף קוקן וואס "זי" וויל, נישט וואס דער טאטע וויל, הגם ער וואלט גע'חלש'ט פאר א פרומע בחור, און כלל ישראל וואלט גע'חלש'ט אז אלע מיידלעך זאלן האבן פרומע השגות, אבער דאך, כדאי א אידישע שטוב זאל זיך אויפשטעלן כדת וכדין, דארף מען קוקן וואס 'זי' וויל - בפרט אז זי איז א מיידל מיט א מיינונג.
פארט דארף מען נעמען אין באטראכט, אז ביים היימישן שידוכים סיסטעם איז אלעס א שפיל. איך בין זיכער אז מען האט נישט געזאגט פארן בחור אז מען רעדט פון א 'קול' מיידל וואס זוכט עפעס מער אפענער און געשמאקער. ער מיינט מעגליך אז זי איז א חשוב'ע מיידל און אז ער דארף מאכן דעם חשוב'ען אנשטעל (פארוואס זיין טאטע איז נישט אפן מיט אים, און פארוואס דארף מען באהאלטן זאכן, איז א שמועס פאר זיך, אבער למעשה איז דאס אסאך מאל די מציאות ביי אסאך). וואלסט געקענט פרעגן, אז אויב דער בחור איז אין דער מצב אז ער וויל חתונה האבן מיט איינעם וואס איז פרום, און אז ער דארף שפילן א געים, איז דאס געוויס נישט די ריכטיגע שידוך, איז דער אמת נישט אזוי. ער קען זיין מער תמימות'דיג און נאאיוו אין דעם ענין, אבער באמת איז דאס א פאסיגער שידוך. ער וועט איר גלייכן און זי וועט אים גלייכן. דאס וואס עס איז נישט געשען יעצט, איז פשוט ווייל ער האט געשפירט אז ער דארף שפילן א שפיל לצורך הענין.
דער אמת'ער וועג דערצו איז: מען דארף ביידן מסביר זיין די נקודה. פארן בחור דארף מען אויפקלערן און מסביר זיין, אז זי זוכט נישט טאהשער רבי (איך גלייב אז ער זוכט אויך נישט טאהשע רביצין, און טאמער יא, וועט ער שוין תיכף נישט וועלן גיין ווייטער צום טיש, והכל על מקומו יבוא בשלום), און אז ער זאל אויפהערן שפילן דעם שפיל, און זיך ווידער אוועקזעצן ארגינעל, מיט א גראדן רוקן און אויגן פארנט, נישט באהאלטן גארנישט. ווידער פאר איר דארף מען אויך מסביר זיין די נקודה, אז א בחור אין ישיבה, שפילט אמאל א געים. מען דארף עס געבן נאך א שאנס צו זען דעם אמת.
ס'איז זיכער דא א מקום פאר א צווייטן בעשוי, וואס פון דארט וועט מען קענען זען מער.
שיק אריין א נאמען אינזינען צו האבן, מיר וועלן מתפלל זיין להצלחתה בכל מקרה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
א שאלה אריינגעקומען אין אישי.
...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מורינו ורבנו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:א שאלה צו [tag]מורינו ורבנו[/tag]:
שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל - וואס ענטפערט מען?
אן אלטע שאלה וואס פלאגט מיר זייער. מען דארף דן זיין יעדע בחור באזונדער. איך וואלט נישט גערוקט קיין בחור אויב ער איז דא מצליח, ובכל כלל יש יוצא מן הכלל.
אין אונזער נושא, האט דער שואל בכלל נישט געפרעגט 'צי' ער זאל שיקן. איך ענטפער נישט קיין אומגעבעטענע שאלות. איך דין דעם ציבור, איך דין די שאף פון באשעפער, און איך ענטפער אויף וואס מען פרעגט מיר. אויב וואלט ער געפרעגט איבער פארן בכלל, וואלט איך דעמאלס צונומען די נושא.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
העניך האט געשריבן:איינער וואס באלאנגט צו איינער פון די גרויסע חצירות מבטן ומלידה, און האט איינגעזען אז ס'איז אלעס שקר און פראפאגאנדע – וויאזוי קען ער זיך אוועקרייסן דערפון אן צעברעכן זיינע עלטערן, משפחה, ווייב, וכו'?
אה, איר האט געפרעגט יעצט א ווייטאגליכע שאלה, און איינע פון די שווערע נסיונות פון דעם דור. יא, מ'רעדט נישט דערפון, אבער קוקנדיג דעם אמת אין פנים, לאזט זיך זאגן אז דאס איז איינע פון די שווערע - אויב נישט פון די שווערסטע - נסיונות, וואס באטרעפט דעם היינטיגן יוגנט.
ס'איז ווייטאגליך ביז גאר צו זען אידן, וואס זענען געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין א פלאץ, וואס איז לאו-דוקא פון די חשוב'ע פלעצער - איידל גערעדט, און ער ווערט עלטער קומענדיג צום שכל אז זאכן טויגן נישט דא, און ער האלט נישט פון דער פלאץ וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן. ער וויל וויסן וואס צו טון? - אויב גייט ער אוועק, צוברעכט ער די משפחה, עלטערן ווייב וכדו'... ער איז געהעריג פארשפארט אין א קולט (אין זיין מחשבה), ער קען זיך נישט רירן פון דארט.
אוי, איז דאס ווייטאגליך! - איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן די צער וואס אזא איינער מאכט מיט. ועוד יותר מזה, ער האט נישט מיט וועמען צו רעדן... אויב זאגט ער א ווארט קעגן דעם סיסטעם, ווערט ער מחויב סקילה מיט שריפה... ער מוז באגראבן ביי זיך זיינע מחשבות, און ער דארף זיך באהאלטן אפילו פון זיינע אייגענע קינדער... וואס זאל אזא מענטש טון?
דאס איז א פארצווייגטע נושא, און נישט אלעמאל איז די ענטפער גלייך. אין יעדע מצב דארף מען אנדערש האנדלען, אבער איך וועל רעדן אביסל באופן כללי, ותן לחכם ויחכים עוד. מען דארף אבער וויסן אז יעדע פאל דארף מען אנדערש באהאנדלען און מען דארף אנדערש דורכרעדן.
קודם כל צום אלעמען ערשטן, בנוגע די קינדערליך... אז זיי זאלן נישט דורכגיין דאס וואס דו גייסט דורך, און בכלל, זיי צו געבן דעם ריכטיגן חינוך, וואס דאס איז די וויכטיגסטע. אין רוב קהילות קען מען זיך אן עצה געבן בנוגע די קינדער, מען קען זיי שיקן אין אנדערע ישיבות, מרמז זיין דא דארט אז דאס וואס מען פארקויפט אויפן פלאץ איז נישט ממש קודש קדשים. מען דארף נישט ארויסרעדן גראב - אדרבה, דאס קען נאך שאדן פאר די חינוך פון די קינדער - אבער מען קען דאס מרמז זיין גענוג קלוג אז די קינדער זאלן דאס אליין כאפן. אויב האט איר די געלעגנהייט, שיקט זיי צו אזעלכע פלעצער וואס איז מער אויסגעהאלטן אידישליך, און מוטיג זיי זיך אנצוטשעפענען דארט אין יענע מנהיגים און אין יענע קהילות. אויב גלייכט איר נישט קיין איין מקום, שיקט זיי צו אפענע ליבעראלע ישיבות, מוטיג זיי צו פירן דאס לעבן אפן און ווי אזוי איר שפירט. טאמער זעט איר אן עיקר אין לימוד התורה אדער אין לומדות, שיקט זיי צו ישיבות וואס פארקויפן דאס, און מוטיג זיי צו גיין אויף די דאזיגע וועגן.
נישט איבעראל איז דאס שייך, עס זענען פארהאן קהילות וואס לאזן דאס אויך נישט צו, און דאן איז ביטער. אבער אין רוב פלעצער קען מען זיך אן עצה געבן אויף אזא סארט וועג.
בנוגע אייך אליין: אמאל לעבט מען אין מער א ליבעראלע קהילה, וואו עס איז מעגליך צו סוויטשן צו אן אנדערן ארט, זיך אנהענגען ערגעץ. עס מוז נישט זיין א חסידות, מען קען זיין אנגעהאנגען אין א משפיע וואס מען גלייכט און איז א גוטע דוגמא, און מען קען שעפן פון אים רוחניות'דיגע שפייז. דעמאלס איז זייער פיין. מען באלאנגט ביי דיפאלט אין די אפיציעלע קהילה, דארט געניסט מען פון אלע קהילה פאנדן, קרן הלבשה, פסח קיופאנס, מען צאלט איין די מעמבערשיפ און מען באקומט א חלקה אינעם בית-החיים, אבער פאר רוחניות'דיגע שפייז קען מען יונק זיין ערגעץ אנדערש.
נעם אין באטראכט: דיינע חברים וואס דו ביסט מקנא, זיצן געשמאקע חשוב'ע קהילות אדער סביבות, זיי האקן א לעבן און דו ביסט זיי מקנא אז זיי זיצן דארט. אבער אין אמת'ן פעלט דיר גארנישט ווייניגער פון זיי, אויסער געשמאקע הנאות. דו קענסט צוקומען צו דער זעלבער עבודת השם און רוחניות'דיגע בליק, פונקט ווי זיי.
אמאל מאכט זיך א קהילה, וואס מען קען דאס נישט טון דארט. דעמאלס איז זייער ביטער. אויב איז מען א בעל-נפש, מען האט נישט מורא פון קיינעם, און מען קען אוועקגיין, מה טוב ומה נעים, אויב נישט, דאן דארף מען פארגיסן טייכן טרערן, רייסן איין ביי קברי צדיקים, אז דער אויבערשטער זאל אייך שוינען און טרעפן דעם ריכטיגן באקוועמען וועג ארויס, והן קל לא ימאס תפילות ישראל.
ס'ווענדט זיך אויס וואס דער פראבלעם איז אין יענע קהילה. אמאל איז דא א הוראה פון צדיקים, אז כל זמן מען איז נישט עובר אויפן שלחן ערוך, זאל מען פארבלייבן אין דעם ארט וואו די עלטערן האבן געדינט דעם אויבערשטן, וויבאלד דער דרך איז אויסגעטראטן ביי די משפחה.
דאס אלעס איז געענטפערט געווארן באופן כללי, יעדע מאל איז אנדערש. אויב איר ווילט, קענט איר שיקן א נאמען מתפלל צו זיין - איך וועל באמת אינזינען האבן, וויבאלד דאס איז איינע פון די שווערסטע צרות ביי אמת'ע נארמאלע מענטשן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:איר דארפט נישט מורא האבן, ער קען רואיגערהייט פארן. עס וועט אים גארנישט געשען.
WOW - א רבי'שע ענטפער. איר נעמט עס אויף אייער אחריות?
יא!
יעקב אלעזר בן ברכה ראציל, זאל האבן הצלחה קומענדיגע זמן, ער זאל שטייגן בתורה ובחסידות ולאילנה רברבה יתעבד, ס'זאל אים גיין גוט בגשמיות וברוחניות ובכל אשר יפנה יצליח, און ער זאל קענען צוקומען צום ריכטיגן תכלית און טרעפן זיין זיווג הגון בעתו ובזמנו.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
איך וויל צולייגן צו די שאלה פון העניך, א שטיקל השקפה'דיגער בליק אויף דעם ענין.
על מה עשה ה' ככה בדורינו, אז מענטשן זאלן זיך טרעפן פלוצלינג נישט אין זייער פלאץ? - מ'זעט אמאל חשוב'ע טייערע יונגעלייט, וועלכע זענען אנהענגיק אין פלעצער וואו זיי באלאנגען באמת נישט דארט. ס'פאלט אמאל אריין א רחמנות, נעבעך אויף זיי, אז זיי געפינען זיך דארט.
דער אמת איז, אז דער אויבערשטער האט זיי דארט צוגעשיקט. אויב אלע פיינע יונגעלייט וואלטן געווען נאר אין גוטע פלעצער, וואלטן די אנדערע פלעצער אויסגעטריקנט געווארן און די בעלי-בתים וואלטן נישט געהאט קיין אחיזה אין רוחניות. האט דער אויבערשטער איינגעפלאנצט חשוב'ע יונגעלייט אין יעדע מקום, אויף אן אופן אז עס זאל זיי שווער זיין אוועקצוגיין פון דארט, אזוי אז זיי זענען משפיעים אויפן גאנצן פלאץ.
זיי זענען די ל"ו צדיקים נסתרים פון היינטיגן דור. עס זענען דא רבי'ס משפיעים, אבער די איידעלע וואוילע יונגעלייט, וואס געבן צו מיט זייער וועזן, צו די פלעצער וואס זענען נישט אזוי איידל, און דורכדעם האלטן זיי אן דעם צביון פון דעם ארט, (און צומאל, א דאנק זיי, ווערט די פלאץ שפעטער אויסגעאיידלט, אדער אויב עס קומט אויף א נייע משפיע, וואס וויל פארבעסערן דעם פלאץ און די אלטע וועגן, האט ער מיט וועמען צו גיין צום טיש, א דאנק זיי). זיי זענען די אמת'ע משפיעים און די באהאלטענע צדיקים פונעם דור.

מורינו ורבנו האט געשריבן:א שאלה אריינגעקומען אין אישי.
...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק
ווי אלט איז די מיידל?
שמה להזכרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
איבער די שאלה ותשובה פונעם בעשוי, שרייבט מיר דער שואל אין אישי:
...
זי איז, לידיעתי, נישט בעצם קיין ״קוּל״ מיידל - נאר אויפ׳ן ספּעקטרום פון אירע פרומערע געשוויסטער און ״קוּל״ געשוויסטער פאלט זי מער צו יענע זייט. איך ווייס נישט אבער איך שטעל זיך פאָר אז דאס איז וואס די בחור׳ס צד האט געוואוסט: וויל ״וויט-איט״ אא״וו. וממילא זאגן אז ער האט דוקא געוואלט שפילן? איך ווייס נישט.
...
די ענטפער וואס דער אויבערשטער האט מיר אריינגעגעבן אין געדאנק:
דו קענסט נישט וויסן וואס עס לויפט דורך פארן בחור אין מוח. וואס די עלטערן ווייסן מיינט נישט אז דער בחור ווייסט. איך זאג דיר בנאמנות אז בערך אזוי איז די מעשה, און עס איז דא א מקום פאר א צווייטע בעשוי.
אויב איך וועל האבן א נאמען, וועל איך קענען בעסער וויסן און זען בעז"ה.

מורינו ורבנו האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:א שאלה אריינגעקומען אין אישי.
...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק
ווי אלט איז די מיידל?
שמה להזכרה?
ענטפער אריינגעקומען אין אישי:
אזוי ווי געשריבן - טיענס. בערך 17-18.
דערווייל זוך איך אן עצה...
תשובה אשר חנני ה':
חס-ושלום צו זאגן עפעס. מען קען מער קאליע לייגן ווי אויפטון. נישט זאגן קיין ווארט.
וואס יא? - ביי געלעגנהייטן, ווי שבת'דיגע סעודות וכדומה, דערציילן מעשיות (נישט דירעקט צו איר, נאר בכלליות), איבער דאווענען ערליך, בענטשן ערליך, די סגולות בענין זה, פרנסה וכסף, מעשיות וסיפורים. מען רעגנט אריין איינמאל און נאכאמאל, א טראפ נאך א טראפ לעכערט דורך, עס טוט אויף א געוואלד. אפילו ווען בשעת מעשה קוקט עס נישט אזוי אויס.
דער עיקר איז, זי זאל נישט שפירן ווי דו רעדסט צו איר, ס'דארף זיין סתם אין אלגעמיין סיפורים און ענינים, און דאס וועט אויפטון.
זאת ועוד: זעה אליין אויך צו בענטשן ערליך, זי זאל זען א דוגמא אישית. קענסט מאכן אן עסק דערפון. דערציילן מעשיות און דאן זאגן: "יעצט גייען מיר טאקע בענטשן", וואש דיר מים אחרונים מיט אן ערנסטקייט, הויב אן מיט שיר המעלות און ווייטער, בענטש הויך אויפן קול פון אינדערווייניג. אזוי וועסטו טון כסדר, קאנסענטלי, וועסטו זען גרויסע שינויים.
שיק מיר אריין די נאמען.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, יברכך וישמרך בבנות, זיי זאלן זיין שמור ומשומר, ערליך אידיש, פול מיט יראת שמים און מידות טובות, און דו זאלסט שעפן פון זיי פיל נחת דקדושה, אמן ואמן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
כ׳בין שוין געווען קרוב ליאוש פון זיין דבוק צו א צדיק אמת אבער איצטער איז פארהאן א נייעם אור וואס שיינט אריין אין דעם פארום. א איד גיבט אוועק פון זיין טייערע צייט צו העלפן אידישע קינדער שלא על מנת לקבל פרס, נישט קיין כבוד נישט קיין געלט וכו׳ נאר פשוט ללמוד וללמד לשמור ולעשות...! כ׳בין מלא התפעלות...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
מורינו ורבנו האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:מורינו ורבנו האט געשריבן:א שאלה אריינגעקומען אין אישי.
...
א מיידל אין די טיענס "זאגט" בהמ"ז שנעלער פון שנעל און שטילער פון שטיל, און ווען איך בין מעורר ווערט זי נערוועז, ברוגז און חוצפה'דיג. זאל איך נעמען א שטיל שווייגעניש? וואס איז מיט חינוך, ערבות, און מיין ווייטאג?
א דאנק
ווי אלט איז די מיידל?
שמה להזכרה?
ענטפער אריינגעקומען אין אישי:
אזוי ווי געשריבן - טיענס. בערך 17-18.
דערווייל זוך איך אן עצה...
תשובה אשר חנני ה':
חס-ושלום צו זאגן עפעס. מען קען מער קאליע לייגן ווי אויפטון. נישט זאגן קיין ווארט.
וואס יא? - ביי געלעגנהייטן, ווי שבת'דיגע סעודות וכדומה, דערציילן מעשיות (נישט דירעקט צו איר, נאר בכלליות), איבער דאווענען ערליך, בענטשן ערליך, די סגולות בענין זה, פרנסה וכסף, מעשיות וסיפורים. מען רעגנט אריין איינמאל און נאכאמאל, א טראפ נאך א טראפ לעכערט דורך, עס טוט אויף א געוואלד. אפילו ווען בשעת מעשה קוקט עס נישט אזוי אויס.
דער עיקר איז, זי זאל נישט שפירן ווי דו רעדסט צו איר, ס'דארף זיין סתם אין אלגעמיין סיפורים און ענינים, און דאס וועט אויפטון.
זאת ועוד: זעה אליין אויך צו בענטשן ערליך, זי זאל זען א דוגמא אישית. קענסט מאכן אן עסק דערפון. דערציילן מעשיות און דאן זאגן: "יעצט גייען מיר טאקע בענטשן", וואש דיר מים אחרונים מיט אן ערנסטקייט, הויב אן מיט שיר המעלות און ווייטער, בענטש הויך אויפן קול פון אינדערווייניג. אזוי וועסטו טון כסדר, קאנסענטלי, וועסטו זען גרויסע שינויים.
שיק מיר אריין די נאמען.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, יברכך וישמרך בבנות, זיי זאלן זיין שמור ומשומר, ערליך אידיש, פול מיט יראת שמים און מידות טובות, און דו זאלסט שעפן פון זיי פיל נחת דקדושה, אמן ואמן.
באמת אין לי אחר דברי הרב כלום נאר אויב כ׳מעג מעיר זיין איז אפשר כדי צו מאכן זיכער אז ס׳נישטא עפעס אן אנדערלייאינג אישו ווי למשל אז זי מוטשעט זיך מיט די עברי וכדו׳ און זי שעמט זיך און האט מורא אז זי זאגט נישט ריכטיג...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מפיל קינד האט געשריבן:מקשה לילד:
מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.
לינק פאר פדיון קוויק-פעי?
מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:וארא אל מורינו
ושמי יאסל נודעתי לך
רייס איין א קוויטעל
שיק מיר מיכאל
שיק מיר גבריאל
באווייז זיך צו מיר
הראינו נא
איך האב דיר געגעבן א היכל
ס'איז נאך דא א מחט
קענסט נאך זיך באווייזן
שפארן אסאך ליידען
בעטס דיך ביי אונז
סארא סארט קונץ
ליבשאפט צו א בוים
H2O צו פיש
ווי איז די אות
שיק א שטעקען
בהר הכרמל
די רמבם זאל קענען מעקן
א שמועה שמע ובה
יאסל ראקאווער: דיין תגובה איז טאקע זייער שיין, פאעטיש. אבער איך מיין אז דו ווילסט נישט זעהן די מלאכים וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. ספעציעל דער מלאך גבריאל. ער איז נישט סובל קיין פאלטשע אלארמס. אויב דו האסט איהם גערופן האסטו זיכער געמוזט האבן א גוטע סיבה דערצו...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:מקשה לילד:
מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.
לינק פאר פדיון קוויק-פעי?
מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!
און אזא פאל וועסטו דארפן אריינפעקסן א טשעק, והכול על מקומו יביאו לשלום
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:ילמדנו מורינו ורבינו...
פארוואס מאכט איר אונז אזא קבלת קהל, און פארוואס אין די שפעטע נאכט שטונדן?
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@ מורינו ורבינו: ווען גייט זיין דאס נעקסטע קבלת קהל ? איך האב פשוט פארפאסט דעם נעכטיגען קבלת קהל צוליב א סיום אין די משפחה ב"ה,
איך האב עטליכע שאלות צו פרעגן.
בקידה והשתחוי’ה
שמחה'לע קאפשטיק
איך קום נישט אריין געווענליך ערב שבת, מחמת קדושת השבת. היינט האב איך געמאכט אן אויסנאם, צו זען וואס איז נוגע די נעכטיגע קבלת קהל. זעה איך סיי דא און אויך אין אישי, אז מאנכע וואלטן געוואלט מיטהאלטן אבער האבן נישט געהאט די געלעגנהייט.
זעהענדיג די נעכטיגע הצלחה, וועלן מיר עס מאכן בערך איינמאל א חודש בעזרת-השם. מען קען מציע זיין וועלכע צייט איז די בעסטע. איך זאג נישט אז איך וועל זיך זיכער קענען צושטעלן, אבער מיר וועלן בעז"ה פראבירן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:מקשה לילד:
מפיל בן קינד. שיפיל במהרה בלי שום צער ועמ"נ.
לינק פאר פדיון קוויק-פעי?
מפיל בן קינד (שליט"א): איך האב בשעתו (מיט א שיינע פאר יאר צוריק) ווען ס'איז געווארן פאפולער דאס שרייבן דורך ...."פעקס"... איז געווען אן אדמו"ר וועלכער האט געלאזט וויסן ברבים אז מ'קען איהם אריינפעקסן קוויטלעך מיט בקשות כל אחד ואחד. האב איך אני הקטן מיך אנגערופן..."אויב אזוי וועלל איך איהם (דער רעבע) אריינפעקסן א הונדערטער פאר א פדיון...! וד"ל וק"ל...לאל...!
און אזא פאל וועסטו דארפן אריינפעקסן א טשעק, והכול על מקומו יביאו לשלום
קאצקע ציקער: כ'האב מורא אז מיט מיין טשעק וועט די רעבע נישט קענען באצאללן זיין גראסערי בילל...!